☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » מאעסטרא!

מאעסטרא!

58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9916
בלאט: 1 2

יחיאל יעקבזון » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 2:09 pm

· #313440
מאעסטרא!
כ׳ווייס נישט אויב מ׳האט שוין גערעדט דא איבער דעם פאלגענדן טעמע אבער ס׳זענען ווערטער וואס מוזן געזאגט ווערן, וועדער יו לייק איט אר נאט:
שוין היפש עטליכע יאהר, שיינען אויף נייע ׳שטערן׳ אין די פעלד פון נגינה. עד הנה זענען די געווען בעיקר זינגערס און וואן מען בענדס (בעסער באקאנט אלס וואנמענבענד...) וואס האבן געזוכט א וועג צו עקספרעסירן זייערע אז״ג טאלאנטן. ס׳רוב האט פארשטאנען זייערע באגרעניצונגען און האבן רעספעקטירט דעם פראפעשאן. מ׳האט זיך נישט איינגערעדט אז מ׳איז אויפ׳ן קאליבער פון א מונה רוזנבלום אדער אפילו פון דעם (גאהר שוואכע) לאם. מ׳האט משמח געוועהן חתן וכלה און פארדינט ערליך פרנסה. נאטינג טעריבלי ווראנג וויט דעט...
לעצטענס איז אבער דא א נייע ערשיינונג אז אפילו די לא קרו ולא שנו'ניקעס וואס קענען קיין מוזיקאלישע טעאריע, ווערן ארעינדזשערס און אפילו קאנדאקטארס! זיי גלייבן אז וויבאלד זיי זענען קיבארד (קעסיא...) און קאמפיוטער אפערעיטארס, זענען זיי פארטיגע ערפארענע ארעינדזשערס. מילא אז מ׳גיבט ארויס סי דיס וכו׳ איז נאך אביסל אקצעפטירבאר. אבער די חוצפה וואס די יונגן האבן צו טראכטן אז נאכן זיך אפפלאגן טעג און וואכן צו שרייבן איין לייזיגע ארעינדשמענט אויף אן איינפאכע מארש (ווייל מ׳האט קיינמאהל שטודירט...) דורך אפשפילן דאס שעות על גבי שעות דורך MIDI און שפעטער גיבן פאר פראפעסיאנאל צו פארבעסערן און האלטן עס צו די כללי הנגינה (אז מוזיקאנטן זאלן עס פארשטיין...), מעגן זיי זיך שטעלן אויפ׳ן סטעידזש ומקלם בידם, פירן אן ארקעסטער (קאנדאקטן בלע״ז), איז אין לשער. עולם גולם ווערט געפלעפט: גיב א קוק! א כאסידישער יונגערמאן ווייסט וויאזוי צו פארווארפן זיינע הענט אין פראנט פון א גאנצע בענד! מממממ, אהההה! פששששש... אז כ׳זאג א ווארט, זאגט מען מיר אז כ׳בין עם מקנא... גלייבט מיר רבותי, ס׳איז א ביטערע רחמנות אויף א דור און א געזעלשאפט וואס כך עלתה בימיהם.
אגב, דאס איז נישט מוגבל צו די תחום המוזיק; ס׳איז א פראבלעם אין פיהל אנדערע געביטן ביי אונז -- הן בעבודת הקודש וואו פינסטערע אמעראצים (ע״ה) קענען זאגען מיינונגען בדבר ה׳ זו הלכה און נאך, והן אין פארשידענע פאכן וואו עס הערשט ס׳זעלביגע זלזול. אין די נארמאלע געזעלשאפט לא ירים איש את ידו אהן קיין פראפעסיאנאלע עדיוקעישאן. מ׳ברויך זיין גוט אויסגעקנאטן און גוט אויסגעבאקן איידער מ׳נעמט זיך אונטער שווערע פראיעקטן. יא, מיין טייערע, עדיוקעישאן איז אן אינטעגראלע טהייל פון סיי וועלכן פראפעסיע. אהן א גוטן עדיוקעישאן איז מען אין בעסטען פאל אן עמעטשור; אין ערגערן פאל א קאליעקע, און אין ערגסטן פאל א קרימינאל וואס שטעלט איין מענשליכע לעבנס (רמז: א בילדינג וואס מ׳האט לעצטענס געדארפט אויסליידיגן...)
כ׳ווייס נישט ווי ס׳טרויען זיך יונגעלייט זיך אונטערצונעמען צו האנדלן שלום בית קעיסעס אדער גיבן פסיכאלאגישע 'אדווייס' אז מ׳האט קיין דעגרי דערין. מ׳קען חלילה צעמזיק׳ן יענעם און מאכן אן אינוואליד חלילה מיט אומרעווערסבארע קאנסעקווענצן רח"ל. חז״ל זענען געוועהן דורכגעטריבענע לייט און האבן גוט ארויסגעהאט אט די סארט און די חורבונות וואס זיי זייען אהן. ״כל שאינו יודע בטיב גיטין וקדושין לא יהא לו עסק עמהם״ איז א לימוד וואס מ׳ברויך דורכטוהן בעיון רב.
כ׳האב בעצם א שוואכע טענה צו דעם יונגערמאן וואס האט געהאט די העזה צו נעמן דעם שרביט המנצחים פון מלכי הנגינה אין האנט אריין, כאטש אז ער איז נישט ראוי דערצו און פארשוועכט די אומנות (ווי אויך מאכט ער זיך צו נאר בעיני האומנים). ער איז בסה״כ א פראדוקט פון א פארקרומטער קולטור וואס איז מבזה לייטישע וויסנשאפט און פערשטאנד. גייז, איט׳ס טיים טו וועיק אפ אנד סמעל די קאפי. לאמיר טוהן צו די זאך און אויפהערן סעלעברעיטן די אומערפארענע עלעמענט. לאמיר זאגן די אלע אומבאלומפערטע אז מיר ברויכן מער נישט זייערע סערוויסעס ווילאנג זיי גייען נישט שטודירן און פארדינען א דעגרי וואס באשטעטיגט אז זיי מעגן פראקטיצירן זייער האבי אלס א פאך. (אין מוזיק ׳על איך זיך באגניגן מיט א גושפנקא פון אנדערע פראפעסיאנאלען)
גענוג אויף יעצט. צוריק צום ארבעט.

בן אדם » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 3:18 pm

· #313450
סא חילוק..? ס'דען נאר דא איין קווייער? געפעלט אייך נישט איינס איז נעמט די צווייטע...

יחיאל יעקבזון » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 3:22 pm

· #313452
בן אדם
סא חילוק..? ס'דען נאר דא איין קווייער? געפעלט אייך נישט איינס איז נעמט די צווייטע...

יו מיסד די פוינט. לייען שטייטעליך נאכאמאהל און דאסמאהל לייג צו אביסל קאפ.

בן אדם » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 3:33 pm

· #313454
איי דידנ'ט מיסד די פוינט. האסט דאס אריינגעלייגט און מוזיק פורום מיינט אז צו דעם באציסטו זיך. עז לאנג די ארקעסטערע פירט נישט די וועלט איז נישט דא פון וועם צו מורא האבן.

זאגען זיי זאלען גיין אין קאלעדז....? 🙄 🙄 😂
גוט מארגן געלעך

moshav zekeinim » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 4:22 pm

· #313460
דער אמת איז אז קיין איינע פון די בעסטע ארעידזשערס אין מוזיקה חסידית האבן נישט שטודירט יארן מוזיק טעאריע אין א קאלידזש. מונה האט גענומען קורסעס פאר א גאר קורצע תקופה, און דאס איבעריגע זיך אליין געלערנט. משה לאופר מיט ישראל לאם (ער איז גאר נישט שוואך אין מיינע אויגן, ער איז א גיבור חייל אין מוזיק) האבן גענצליך אליין געלערנט מוזיק טעאריע. נאר דער חילוק איז אז זיי האבן ערנסט שטודירט דעם ענין, זיך צו הערנדיג און באטראכטנדיג קלאסישע מוזיק ארעידזשמענטס. ליינענדיג ביכער איבער מוזיק טעאריע, און מוזיק שריפט על בוריו. און זייענדיג קינדער פון פארצייטישע אידן און פיאנערן אינעם אידישן מוזיק האבן זיי אנטוויקלט א נאסטאלגישער טעם אין זייער מוזיק. מה שאין כן א טייל היינטיגע לערנען זיך פון אונזערע סידיס מפי השמועה, און באזירן זייער ארעידזשמענט מיט די הילף פון קאמפיוטער. און ווערן סעלעברעטיס נאך בעפאר זיי באווייזן עפעס ערנסט. און דאס נעמט אוועק די ניווא.

אבער פארט זענען פארהאן היינט גאר ערנסטע ארעידזשערס. אשר קראו ושנו אדער האבן א אייגנארטיגער חן וטעם נהדר בהרבה מיני נגינה.

אלס די חתונות זעלבסט בין איך גראדע צופרידן מיט דעם טויש, ווייל די ערשטע וואנמענבענדיסטן זענען לדעתי געווען גאר טריקענע אומבאלימפירטע שפילערס בלי טעם וריח (אפשר לעוו און האלפערן פרנס און כהן האבן נאך געהאט עפעס טעם אבער דאס איבעריגע בעיקר די צווייטע דור וואנמענבענד זענען געווען דרעק מיט לעבער מיט א גאר שוואכע קענטעניס אין נגינה).

מה שאין היינט איז דער וואן מען בענד היפש מער מוזיקאנט, און אינטרעסירט זיך אין א ארעידזשמענט, ער ווייסט לכל הפחות וויאזוי א טראמפייטער קוקט אויס.

יחיאל יעקבזון » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 4:32 pm

· #313463
בן אדם
איי דידנ'ט מיסד די פוינט. האסט דאס אריינגעלייגט און מוזיק פורום מיינט אז צו דעם באציסטו זיך. עז לאנג די ארקעסטערע פירט נישט די וועלט איז נישט דא פון וועם צו מורא האבן.

זאגען זיי זאלען גיין אין קאלעדז....? 🙄 🙄 😂
גוט מארגן געלעך


יו מיסד די פוינט, בגדול. דער פאקט אז מ׳נעמט סיידן וועלכע פראפעסיאנעלן אינדוסטריע און מ׳מאכט עס ללעג ולקלס, ואין פוצה פה, ווייזט די מענטאליטעט פון א קולטור. ווילאנג מיר האבן פארשטאנען אז מיר זענען אמעטשורס און האבן זיך געהאלטן סטריקטלי צו וואס אנדערע אמעטשורס טוהן החרשתי. צו מאכן דעם אנשטעל אז מ׳איז א מושל ושליט און מ׳האט כביכול די קאפאציטעט פון קאנדאקטן גאנצע ארקעסטראס איז אין מיינע אויגן א ליגנט און ממילא פארברעכעריי.
כ׳האב בעיקר אטאקירט אונזער מענטאליטעט ווי מ׳גייט צו צו יעדן געביט ביי אונז.

א גוטן אווענט ווייסעכל...

געוואלדיג » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 4:40 pm

· #313465
איך האלט אז ביסט גערעכט, יחיאל,

און נאך איינע פון די געשעהנישן און אונזער לעצטיגע אומגעלערנטע עפאכע איז דאס אז יארן צוריק האט מען געוואוסט אז א מיינונג צו זאגן ברבים באלאנגט פאר באזעצענע געלערנטע מענטשן וואס האבן שטודירט און געלערנט שועת על גבי שעות די יסוד און מענטאליטעט אויף וואס זיי גייען זאגן א מיינונג, א מיינונג האט געמיינט אז מען האט גוט חוקר געווען די פאקטן ארום יענע נושא, מען האט דאס דורכגעטוהן פון אלע אספעקטן בודק געווען וואס איז תועלת פון דעם מיינונג זאגן אנטקעגן די חסרון, און נאר נאך די אלע תנאים האט מען אפגעשריבן די מיינונג, און געמעקט און ווידער געשריבן און געמעקט, יעדע ווארט איז געווען געוואויגן און געמאסטן עס זאל האבן די מערסטע תועלת מיט די ווייניגסטע חורבן,
אבער היינט יעדער וואס האט נאר א חוש המישוש אין די צוויי שטעקענעס ביי די זייטן פונעם מקבל אכילה און ער האט צוטריט צו קנעפעלך אויף א באקס, פירקלט אפ אפאר אויתיות וואס דארפן זיך מחבר זיין צו ווערטער און אונז האבן א הוגה דעות וואס גדולים וטובים דארפן זיך רעכענען מיט זיין מיינונג.

moshav zekeinim » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 5:26 pm

· #313479
איך גלייב אז קיין איינער פון אונז וואלט נישט געוואלט לעבן אין די עפאכע ווען גדולים וטובים האבן געהאט די לעצטע ווארט.

נאסע ליילעך » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 8:14 pm

· #313525
Re: מאעסטרא!
@ יחיאל, גוד פוינט. אבער, איך וויל אייך פרעגן, פון ווי נעמט זיך די כלל אז מ'ברויך זיך לערנען "פראפעשענלי" (וואס אין דיינע אויגן איז דאס א דעגרי וכדו.)? די געדאנק איז, אז סיי וואספארא פאך מ'וויל זיך לערנען, ברויך מען קענען לערנען דעם קאנסעפט מיט אלע דיינעמיקס. אז מ'ארבעט אויף דעם כשרון, מ'בארייכערט די ידעות און מ'שפירט קאנפידענט דערמיט, פארוואס זאל מען ניט קענען עוסק זיין דערין? פארוואס זאל בלויז "קארנעל" זיין דער וואס באשטעטיגט דעם טאלאנט? נו אוודאי אז איינער איז סקעפטיש צו דער יעניגער איז א פארלעסליכן דאקטאר זאל ער בודק זיין דעם דיפלאמע. אבער אז מ'קען אליינס בוחן זיין דעם טאלאנט (ווי לדוגמא מיוזיקאנטן) דער'ס נאטינג ראנג אבאוט דעט. כל שאינו יודע בטיב גיטין שטייט, נישט אז ער ברויך זיין א מוסמך, אז ער קען איז גוט. סאזוי ווי זאלסט זאגן אז אויב לערנט מען זיך נישט פראפעשענלי "ריעל עסטעיט" , איז נישטא קיין שאנסן צו מצליח זיין דערין (אמת אונז יודעלעך האבן געוויסע מיטלן, נאכאלץ איז פארהאן אסאך וואס זענען גוט אויסגעקאכט אין דעי ליין). אין פאקט, די פראפעשענל וועג ארבעט נישט אייביג פאר אסאך ארטיסטן. כ'פארשטיי ס'דא אסאך היימישע וואס סאקן מיט זייער אומערפארענקייט, ס'איז אבער נישט אויסגעשלאסן אז היימיש געבילדטע קענען נישט זיין גאר געלונגענע פאכלייט און אסאך מאל גאר בעסער ווי דער אקאדעמיק.

Sent from my SM-T800 using Tapatalk

יחיאל יעקבזון » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 8:15 pm

· #313526
moshav zekeinim
איך גלייב אז קיין איינער פון אונז וואלט נישט געוואלט לעבן אין די עפאכע ווען גדולים וטובים האבן געהאט די לעצטע ווארט.


ווער׳זשע דען זאל האבן די לעצטע ווארט? די קאליעקעס?

moshav zekeinim » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 8:39 pm

· #313532
פארשטייט זיך אז מען טאר נישט גרינגשעצן אין א מלאכה וואס פארם'ט דעם ציבור. אבער דער מיטוס אז נאר די עלטערע וואס זיצן ביים אויבירשטן פון שטעיסל, נאר זיי זענען קאמפאטענט איז א טראגעדיע, קודם כל ווייל עס איז ע"פ רוב נישט אמת, אדרבה, מיט דער מיטוס רייטן זיי אויפן ציבור, והשנית, מען מעג דאך געבן די געלעגנהייט פאר יונגע טאלאנטן.

אבער, אזויפיל יא, אן אומגעלערנטער וואס שטעלט זיך אין די שיך פון א אמת'ער פאכמאן איז ווערט אראפ געריסן צו ווערן.

יחיאל יעקבזון » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 8:41 pm

· #313533
נאסע ליילעך
@ יחיאל, גוד פוינט. אבער, איך וויל אייך פרעגן, פון ווי נעמט זיך די כלל אז מ'ברויך זיך לערנען "פראפעשענלי" (וואס אין דיינע אויגן איז דאס א דעגרי וכדו.)? די געדאנק איז, אז סיי וואספארא פאך מ'וויל זיך לערנען, ברויך מען קענען לערנען דעם קאנסעפט מיט אלע דיינעמיקס. אז מ'ארבעט אויף דעם כשרון, מ'בארייכערט די ידעות און מ'שפירט קאנפידענט דערמיט, פארוואס זאל מען ניט קענען עוסק זיין דערין? פארוואס זאל בלויז "קארנעל" זיין דער וואס באשטעטיגט דעם טאלאנט? נו אוודאי אז איינער איז סקעפטיש צו דער יעניגער איז א פארלעסליכן דאקטאר זאל ער בודק זיין דעם דיפלאמע. אבער אז מ'קען אליינס בוחן זיין דעם טאלאנט (ווי לדוגמא מיוזיקאנטן) דער'ס נאטינג ראנג אבאוט דעט. כל שאינו יודע בטיב גיטין שטייט, נישט אז ער ברויך זיין א מוסמך, אז ער קען איז גוט. סאזוי ווי זאלסט זאגן אז אויב לערנט מען זיך נישט פראפעשענלי "ריעל עסטעיט" , איז נישטא קיין שאנסן צו מצליח זיין דערין (אמת אונז יודעלעך האבן געוויסע מיטלן, נאכאלץ איז פארהאן אסאך וואס זענען גוט אויסגעקאכט אין דעי ליין). אין פאקט, די פראפעשענל וועג ארבעט נישט אייביג פאר אסאך ארטיסטן. כ'פארשטיי ס'דא אסאך היימישע וואס סאקן מיט זייער אומערפארענקייט, ס'איז אבער נישט אויסגעשלאסן אז היימיש געבילדטע קענען נישט זיין גאר געלונגענע פאכלייט און אסאך מאל גאר בעסער ווי דער אקאדעמיק.

Sent from my SM-T800 using Tapatalk

כ׳מיין ארויסצוברענגען אז היינט צוטאגס דארף מען גארנישט קענען כדי צו עולה לדוכן זיין.
כ׳בין אקעי אז איינער שפילט אן אינסטרומענט גאהר געשמאקליך און גיבט ארויס פיינע טענער וואס אונז קע׳מיר רילעיטען דערצו. כ׳האב אויך גאנץ א קנאפע פראבלעם אז איינער וויל רעקארדירן סינטעטישע מוזיק און זיך רופן אן ארעינדזשער. אבער צו קאנדאקטן אן ארקעסטער נעמט א גרויסער מאס חוצפה ווען מ׳קען נישט. מעשיו מוכיחין אז זיין גאוה רעדט עם איין אז ר׳האלט אויפ׳ן זעלבן שטאפל ווי די ערפארענע פראפעסיאנעלן ווען באמת הייבט ער ניטאמאהל אהן צו וויסן וואס דער תפקיד באדייט און פארלאנגט.
כ׳בין אקעי ווען איינער וויל בויען א שטענדער אדער אפילו אן ארון קודש׳ל ווייל ר׳האט גוטע הענט. ס׳זעלביגע איז גילטיג ביי לייכטע סטאלעריי, לייכטע פלאמבינג ארבעט וכו׳ אבער צו אונטערנעמן פראיעקטן און אריינרעדן אין פלענס וכדו׳ זאל דער באשעפער אפהיטן.
כ׳אטאקיר די מענטאליטעט פון די היימישע מאסן אז מ׳ברויך גארנישט קענען נאר ווילאנג מ׳קען עס דורכבלאפן איז אלס פיין און וואויל אנד ווי טשעיר הים אן -- בראווא.
אודאי מוטשען זיך רבים וטובים געשולטע און געבילדעטע וואס האבן מיטגעמאכט די שבעה מדורי הארווארד, יעיל און קארנעל וכדו׳ און דאך זענען זיי קאליעקעס ווען ס׳קומט למעשה. איך לאך זיי אויס אין די פויסטן. אבער פונקט אזוי שלעכט אדער אפילו ערגער זענען די שארלאטאנען וואס שטעלן זיך אהער ווי גרויסע פראפעסיאנאלן און האבן דערפאר קיין דעקונג. איט׳ס עי סאד דזשאוק.
אז איינער איז סעלף עדיוקעיטעד און קען א זאך על בוריו דהיינו דעם קאנסעפט בכל פרטיה ודקדוקיה -- פאראמעטערס און דיינאמיקס וכו׳ (און מ׳קען עם פארהערן דערויף....) האב איך דערמיט קיין פראבלעם. אדרבא לעט היז דזשיניוס שאו -- געזונטערהייט. דעט׳ס אל, און שוין.

יחיאל יעקבזון » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 8:47 pm

· #313534
moshav zekeinim
פארשטייט זיך אז מען טאר נישט גרינגשעצן אין א מלאכה וואס פארם'ט דעם ציבור. אבער דער מיטוס אז נאר די עלטערע וואס זיצן ביים אויבירשטן פון שטעיסל, נאר זיי זענען קאמפאטענט איז א טראגעדיע, קודם כל ווייל עס איז ע"פ רוב נישט אמת, אדרבה, מיט דער מיטוס רייטן זיי אויפן ציבור, והשנית, מען מעג דאך געבן די געלעגנהייט פאר יונגע טאלאנטן.

אבער, אזויפיל יא, אן אומגעלערנטער וואס שטעלט זיך אין די שיך פון א אמת'ער פאכמאן איז ווערט אראפ געריסן צו ווערן.

איים אלל פאר יונג טאלאנט. אבער קען א זאך על בוריו.
ביי אונז איז אקצעפטירט אז א בעל קורא ברויך נישט קענען אלע טראפן ווי אויך קיין דקדוק כלל וכלל. מאנכע מאהל טוישן די זאכן פשט אין פסוק און מ׳איז נישט יוצא די קריאה, באט הו קעירס? אלעס ביי אונז גייט אויף דעם נארישן שטייגער. כ׳האב גארנישט אנטקעגן סעלף טאוט אינדיווידואלן ווילאנג מ׳קען טאקע און מ׳ווייסט וואס טוהט זיך מיט זיך.

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 9:25 pm

· #313538
וואס מיינט מאעסטרא?

ליפא » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:47 pm

· #313554
Google maestro

יחיאל יעקבזון » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 11:59 am

· #313648
Re: מאעסטרא!
שמעקעדיג
וואס מיינט מאעסטרא?



1. an eminent composer, teacher, or conductor of music: Toscanini and other great maestros.
2. (initial capital letter) a title of respect used in addressing or referring to such a person.
3. a master of any art: the maestros of poetry.

ומכלל הן אתה שומע לאו...



Sent from my iPhone using Tapatalk

moshav zekeinim » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 12:57 pm

· #313658
יחיאל, איך בין נייגעריג וואס אזא קאנדאקטער ווי געבלס אדער אפילו אלי יפה אדער ד"ר מרדכי סובל וואלטן געזאגט צו מונה, לאופר, אדער באנעט. וואלטן זיי נישט גע'טענה'ט די זעלבע טענות כלפיהם אזוי ווי דו טענה'סט כלפי די אויפגערומענע קאנדאקטערס?

יחיאל יעקבזון » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 7:02 pm

· #313739
moshav zekeinim
יחיאל, איך בין נייגעריג וואס אזא קאנדאקטער ווי געבלס אדער אפילו אלי יפה אדער ד"ר מרדכי סובל וואלטן געזאגט צו מונה, לאופר, אדער באנעט. וואלטן זיי נישט גע'טענה'ט די זעלבע טענות כלפיהם אזוי ווי דו טענה'סט כלפי די אויפגערומענע קאנדאקטערס?


אויב ביסטו טאקע נייגעריג, דאן פרעג זיי...
די אלע נעמן וואס דו האסט דערמאנט האבן, לפי ידיעתי, שטודירט -- אנדערע מעהר און אנדערע ווייניגער.
אגב דאס דאקטאראט פון דעם שווינדלער סובול איז אפשר אין שווינדלעריי... נישט אין מוזיק. ככה מקובלני פון גאהר פארלעסליכע קוואלן.
דער דייטש הייסט ריינהארד געבל; נישט געבלס.
און אחרון אחרון חביב, מיינע באליבטסטע קאנדאקטארן זענען דער האלענדישער אנדרעי ריאו און דער איטאליענער/ענגלישער מאנטאוואני (אוועק אין 1980).

moshav zekeinim » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 7:21 pm

· #313744
ווער איז דער קאנדאקטער פונעם היינטיגן ניו יארק סימפעני?

moshav zekeinim » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 7:22 pm

· #313745
מיט וואס איז סובול א שווינדלער?

יחיאל יעקבזון » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 7:24 pm

· #313747
moshav zekeinim
מיט וואס איז סובול א שווינדלער?

מיט וואס נישט?

יחיאל יעקבזון » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 7:25 pm

· #313749
moshav zekeinim
ווער איז דער קאנדאקטער פונעם היינטיגן ניו יארק סימפעני?


כ׳בין זיכער אז גוגל וועט דיר ענטפערן...

moshav zekeinim » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 7:38 pm

· #313753
איך האב געמיינט אלאן גילבערט, דער קאנדאקטאר פון דער ניו יארק פילהארמאניק. איך האב אים פארמישט מיטן דייטשן געבל. וואס איך מיין צו פרעגן איז, צו כלפי אזעלעכע ערנסטע געלערנטע וועט מונה'ס קאנדאקטן איבער דעם פרייליך ארקעסטרא נישט זיין קיין ליצנות?

moshav zekeinim » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 7:40 pm

· #313754
יחיאל יעקבזון
moshav zekeinim
מיט וואס איז סובול א שווינדלער?

מיט וואס נישט?


זאג שוין פרטים פליז, ער פירט דאך אן ריזיגע סימפאנישע ארקעסטראס, און איז דער אויפלעבער פון חזנות מוזיק היינט, נישט אזוי?

ודי למבין » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 7:47 pm

· #313755
מושב, ביסט זיכער מיטד עם אז לאם האט נישט שטודירט מוזיק ווי יחיאל רופט עס אן פראפעשינעלי?
ס'מיך נישט מעלה אדער מורד, מיך ליגט פשוט אין קאפ אז יא.

moshav zekeinim » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 8:07 pm

· #313762
דאס וויל איך יעצט וויסן פון יחיאל, וואס עס גייט אריין בגדר פראפעשענל. לויט די מושגים פון זיך לערנען מוזיק האט לאם נישט געלערנט, אזוי האב איך געהערט פון אים אין אן אינטערוויו, לאם זאגט אפילו אז ער שפירט ביי זיך אז ווען ער וואלט ווען געלערנט מוזיק פראפעשענל וואלט ער פיל בעסער געקענט. עס הערט זיך מאדנע, ווייל לאם קוקט אויס גרויס דוקא און פראפעשענלקייט, זיין רייכקייט, פונקטליכקייט און באגלייבטקייט צו מערב מוזיק איז צום שטוינען, און טאקע דערפאר קלער איך טאקע אז אפילו די גרויסע פילהארמאנישע קאנטאקטערס וואלטן אים איינערקענט אלס מאסטרא. אבער מונה אדער לאופר, טראץ וואס זיי זענען פיל מער באליבט ביים עולם ווי לאם, צווייפל איך אבער צו די "גרויסע חברה" וואלטן זיי איינערקענט אלס מאסטרא'ס

יחיאל יעקבזון » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 10:42 pm

· #313828
moshav zekeinim
איך האב געמיינט אלאן גילבערט, דער קאנדאקטאר פון דער ניו יארק פילהארמאניק. איך האב אים פארמישט מיטן דייטשן געבל. וואס איך מיין צו פרעגן איז, צו כלפי אזעלעכע ערנסטע געלערנטע וועט מונה'ס קאנדאקטן איבער דעם פרייליך ארקעסטרא נישט זיין קיין ליצנות?


מיר געפעלט ווי דער יאפאנעזער האט זיך א נאמען געגעבן גילבערט...
ס׳ארט מיר נישט אז די קאנאנען לאכן פון די מאשין געווער -- יעדער זאך האט זיין פלאץ. אבער שיסן דארף עס...

יחיאל יעקבזון » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 10:48 pm

· #313831
moshav zekeinim
דאס וויל איך יעצט וויסן פון יחיאל, וואס עס גייט אריין בגדר פראפעשענל. לויט די מושגים פון זיך לערנען מוזיק האט לאם נישט געלערנט, אזוי האב איך געהערט פון אים אין אן אינטערוויו, לאם זאגט אפילו אז ער שפירט ביי זיך אז ווען ער וואלט ווען געלערנט מוזיק פראפעשענל וואלט ער פיל בעסער געקענט. עס הערט זיך מאדנע, ווייל לאם קוקט אויס גרויס דוקא און פראפעשענלקייט, זיין רייכקייט, פונקטליכקייט און באגלייבטקייט צו מערב מוזיק איז צום שטוינען, און טאקע דערפאר קלער איך טאקע אז אפילו די גרויסע פילהארמאנישע קאנטאקטערס וואלטן אים איינערקענט אלס מאסטרא. אבער מונה אדער לאופר, טראץ וואס זיי זענען פיל מער באליבט ביים עולם ווי לאם, צווייפל איך אבער צו די "גרויסע חברה" וואלטן זיי איינערקענט אלס מאסטרא'ס


כ׳ווייס עכט נישט וואס דו זעהסט אין לאם. ער איז נישט קיין מחדש. זיינע קארד פראגרעסיעס זענען גאנץ איינפאך וכו׳ וכו׳. יא, ער מאכט אסאך נויז מיט סטרינגס ותו לא. ס׳זעלביגע איז בנוגע לאופער (משה). אבער סוף כל סוף האבן זיי שטודירט מוזיק, כאטש נישט אין די גרויסע אוניווערזיטעטן.
ס׳זאל איך טוהן אז ווען איך זעה שחצנות, דערצו אן אומערפארענע יונגל, טוהט עס וויי.

יחיאל יעקבזון » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 10:54 pm

· #313832
moshav zekeinim
יחיאל יעקבזון
moshav zekeinim
מיט וואס איז סובול א שווינדלער?

מיט וואס נישט?


זאג שוין פרטים פליז, ער פירט דאך אן ריזיגע סימפאנישע ארקעסטראס, און איז דער אויפלעבער פון חזנות מוזיק היינט, נישט אזוי?


כ׳גלייב אז א גוגל סוירטש וועט דיר העלפן.
אנגעהויבן פון זיין דאקטאראט ביז די חזנות ארגאנעזאציע זיינע, ועד בכלל. מאנכע זאגן אז א חלק ניכר פון ״זיינע״ ארעינדזשמענס, זענען ׳געבארגט׳.

moshav zekeinim » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 11:41 pm

· #313852
ער איז דאך מער קאנדאקטער ווי ארעידזשער, ער שפילט דאך איבער אלטע ארעינדזשמענטס פון פריערדיגע חזנים.

אבער אויך ביי מיר זענען זיינע אייגענע ארעינדזשמענטס וואס ער מאכט פאר מודזיץ, ראזנפלד, העלפגוט, און אויף ניגוני יוסי גרין וכדו', נישט איבריג צוציענד. אויך זיין פערסענאליטעט איז צו שארף (געזען ביי קול הבא), אבער א מאסטרא איז ער בלי שום ספק. אלי יפה וואס ווייזט ארויס א סך מער געפיל, האט אבער אויך זיין שטענדיגער "קאמי-טראגישער" סטיל וואס פאסט זיך נישט שטענדיג צום ניגון.

moshav zekeinim » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 11:45 pm

· #313855
יחיאל יעקבזון
moshav zekeinim
איך האב געמיינט אלאן גילבערט, דער קאנדאקטאר פון דער ניו יארק פילהארמאניק. איך האב אים פארמישט מיטן דייטשן געבל. וואס איך מיין צו פרעגן איז, צו כלפי אזעלעכע ערנסטע געלערנטע וועט מונה'ס קאנדאקטן איבער דעם פרייליך ארקעסטרא נישט זיין קיין ליצנות?




מיר געפעלט ווי דער יאפאנעזער האט זיך א נאמען געגעבן גילבערט...
ס׳ארט מיר נישט אז די קאנאנען לאכן פון די מאשין געווער -- יעדער זאך האט זיין פלאץ. אבער שיסן דארף עס...


אבסעלוט, מיט דעם האלט איך פונקט ווי דיר.

אגב, גילבערט איז דאכט זיך א אזיאנער בלויז מצד אמו. מצד אביו איז ער א ווייסער.

moshav zekeinim » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 11:53 pm

· #313862
יעקובזון, לאם איז טאקע באקסעדיג, אבער א ארעידזשמענט איז בניה על תילה, און דאס איז אויסער וואס ער ארקעסטרעט גאר צוזאמענגענומען און שטארק. אונטער זיינע הענט ארבעטן דרייסיג מוזיקאנטן מיט א שטארקייט און פעדאנטקייט.

און יא, זען א ראצער א שחצן ווייזן זיינע אומבאדייטפולע טאלאנטן אוו סטעידזש, אז די אומוויסנדער ליידיגער יוגנט זאלן אים באוואונדערן, ברענגט מיר אויך אויף בייז בלוט.

יחיאל יעקבזון » מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 9:03 am

· #313930
moshav zekeinim
און יא, זען א ראצער א שחצן ווייזן זיינע אומבאדייטפולע טאלאנטן אוו סטעידזש, אז די אומוויסנדער ליידיגער יוגנט זאלן אים באוואונדערן, ברענגט מיר אויך אויף בייז בלוט.

יעצט רעדסטו מיין שפראך. דו האסט היפש בעסער ארויסגעברענגט מיין פונקט.

די סארטן דערמאנען מיר א מאמר החכם
It takes considerable knowledge just to realize the extent of your own ignorance
Thomas Sowell-

לבי במזרח » מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 12:21 pm

· #313980
וועלעכע ראצערס מיינט עטץ? דודי קאליש למשל אדער אנדערע? וואס איך האב ס׳מערסטע פיינט איז ווי אזוי ער טוט אלעס אויף אמאל, קאנדאקטער,קווייער, סאלא. ער האלט און איין האנט דעם שטעקעלע און אנדערן האנט די מייק און טאנצט פון איין זייט צום צווייטן, אל אוו א סאדן איז ער מיטן פנים צו׳מוילעם ווייל מע מידאך׳עם זעין ווען ער זינגט סאלא. בקיצור זייער נישט פראפעשינאל.

יחיאל יעקבזון » מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 4:19 pm

· #314035
לבי במזרח
וועלעכע ראצערס מיינט עטץ? דודי קאליש למשל אדער אנדערע? וואס איך האב ס׳מערסטע פיינט איז ווי אזוי ער טוט אלעס אויף אמאל, קאנדאקטער,קווייער, סאלא. ער האלט און איין האנט דעם שטעקעלע און אנדערן האנט די מייק און טאנצט פון איין זייט צום צווייטן, אל אוו א סאדן איז ער מיטן פנים צו׳מוילעם ווייל מע מידאך׳עם זעין ווען ער זינגט סאלא. בקיצור זייער נישט פראפעשינאל.

נאך א וואנאבי. מיר גייט אויף די נערוון דעם שאל וואס ר׳בינדט זיך אהן ביי מאנכע פון זיינע קליפס כאחד הליידיגייערס. גענוג שלעכט ווען אן אמת׳ע פראפעסיאנאל שחצנ׳ט אדער מאכט זיך זיסלעך — כאטש האט ער דערויף דעקונג... אבער די אמעטיורישע וואנאביס, וואס שחצנ׳ען זיי אזוינס? און מיר שוטים אפלאדרין זיי דערצו.

ודי למבין » מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 4:25 pm

· #314036
סאו, וואס איז די כור המבחן, יחיאל? ווער - לשיטתך - "מעג" זיך אויפשטעלן און קאנדאקטען, ארענדזשען אדער אפילו קאומפאוזן ניגונים? דארף איינער וואס וויל ווערן א קאומפוייזער דורך גיין די ברוטאליטעט וואס בעטהאבן איז דורך געגאנגען ווען זיין טאטע האט אים געלערענט מוזיק?
לשיטתך, מעג יוסי גרין שרייבן מוזיק?
מעג מונה ראזענבלוים ארענדזשען?
מעג יחיאל יעקבזון שרייבן וועגן מוזיק?

ודי למבין » מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 4:26 pm

· #314037
הבהרה: איך פארשטיי דיין ווייטאג און צער וועגן די אלע וואנאביס און איך האב אויך נישט געקענט צוקוקען די קליפ פון קאליש'ן און נאך ליינען די פרעיז וואס איגנארענט מענטשען האבן געהאט צו זאגן אוף אים, אבער וואס איז די כור המבחן?

יחיאל יעקבזון » מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 4:45 pm

· #314045
ודי למבין
הבהרה: איך פארשטיי דיין ווייטאג און צער וועגן די אלע וואנאביס און איך האב אויך נישט געקענט צוקוקען די קליפ פון קאליש'ן און נאך ליינען די פרעיז וואס איגנארענט מענטשען האבן געהאט צו זאגן אוף אים, אבער וואס איז די כור המבחן?

גושפנקא פון אנדערע פראפעסאינאלן צו קאנדאקטן. ארעינדזשען פאר לייוו מיוזישאנס ברויך אויך א גושפנקא פון באקאנטע פראפעסיאנאלען. מחבר זיין אידישע נגונים מעג יעדע איידעלע נשמה — דאס איז דאך די עססענס פון אידישע נגינה. יוסי גרין זאל מחבר זיין וויפיהל ער באגערט, זאל ער נאר ביטע אויפהערן זינגען צו יעדע געלעגנהייט. ס׳אויסגעפאשעטע שטימע גייט אויף די נערוון. א חידוש אז זיינע פריינד זאגן עם נישט א ווארט... פערזענליך האב איך נישט ליעב זיין גויאש׳ן סטיל אין א חלק ניכר פון זיינע קאמפאזיציעס, אבער שוין...
יחיאל יעקבזון מעג וואויסן זיין אופיניאן אויף קאווע שטיבל פארמאט. אז דו טרעפסט אן ארטיקל אין א מוזיק מאגאזין פון מיר, רייס מיך אראפ דערפאר...

ודי למבין » מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 4:56 pm

· #314050
אן איטערסאנטע קרייטעריע. מונה האט א "גושפאנקא"? האט מאצערט געהאט די גושפאנקא? ווי ווייט איך וייס האט מרדכי סובל א גושפנקא.

לגבי יוסי גרין איז אינטערסאנט ווייל איך גיי זייער פאר זיין זינגען און פאר זיינע (גוישע?) ניגונים. ער איז, אגב, געוארן קאמישינט פון פארשידענע גרויסע גוישע פראדוסערס צו שרייבן מוזיק פאר געוויסע שאוס וכדומה (דאס גיבט אים א גושפנקא?), וועלכע ער האט נישט אנגענומען...

moshav zekeinim » מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 8:35 pm

· #314090
עס איז נישט מעגליך צו וויסן צו ער האט עס טאקע נישט אנגענומען, ווייל דאס קען מען מאכן בשתיקה אויך.

moshav zekeinim » מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 8:39 pm

· #314091
מיין קרייטעריע איז אז מען לייגט זיך ערנסט אריין אינעם נושא וואס מען טוט, שטודירנדיג עס בכל נפשו לעומקה ולרחבה מיט א געוואלדיגער רעספעקט צום נושא, און צו יוצרי מוזיק מדור הקודם.

moshav zekeinim » מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 8:42 pm

· #314094
קאליש לדעתי איז נישט ווערט אראפ געריסן צו ווערן, ער האט גענומען ערנסטע שימוש און לעקציעס. דער פראבלעם איז נאר אז דער בחור קען נישט איין זיצן אויף איין פלאץ, און האט א מענטאליטעט וואס איז פאר טייל אומפארליידליך.

moshav zekeinim » מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 8:45 pm

· #314095
יוסי גרין איז באשאנקען מיט שאפן תנועות וואס כאפט מענאשן, אבער, רוב ניגונים זיינע פארמאגן אין זיך חוצפה. און יחיאל קען קיין חוצפה נישט דולדן.

חילו, בין איך גערעכט מיט מיין באהויפטונג?

יחיאל יעקבזון » מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 9:36 pm

· #314104
ודי למבין
אן איטערסאנטע קרייטעריע. מונה האט א "גושפאנקא"? האט מאצערט געהאט די גושפאנקא? ווי ווייט איך וייס האט מרדכי סובל א גושפנקא.

לגבי יוסי גרין איז אינטערסאנט ווייל איך גיי זייער פאר זיין זינגען און פאר זיינע (גוישע?) ניגונים. ער איז, אגב, געוארן קאמישינט פון פארשידענע גרויסע גוישע פראדוסערס צו שרייבן מוזיק פאר געוויסע שאוס וכדומה (דאס גיבט אים א גושפנקא?), וועלכע ער האט נישט אנגענומען...

מונה איז אהנגענומען אין די פראפעסיאנאלע סירקלן. ר׳איז געוועהן דער אהנפירער פון מקהלת הרבנות הצבאית.
סובול (מרדכי) האט עפעס א צעטעלע פון א חזנים פארבאנד ותו לא. ר׳קען זיך דערמיט אונטערווישן. ר׳איז א שארלאטאן און א שווינדלער דערצו.
מאצארט איז געוועהן אן עילוי׳איש קינד. ר׳האט שטודירט ביים טאטן און זיך באקאנטגעמאכט מיט די גרויסע בדורו. ר׳איז געוועהן אהנגענומען בחצרות מלוכה. דאס איז זיין ׳הורמנא׳ (האסט בעסער לעב דער ווארט?)
יוסי גרין האט טאקע פארפאסט עטליכע לייטישע ניגונים אבער היפש אנדערע האבן אנדערטאונס פון גוי׳אישקייט. אז דו גלייכסט זיינע קאמפאזיציעס, גוד פאר יו. אז ס׳געפעלט דיר זיין מגושמ׳דיגע אנגעפרעסענע פארגרעבטע שטימע, בעוואקאשא! כ׳פארגין דיר אויך דאס בחפץ לב.
אגב, פארוואס ביסטו אזוי בייז?
אגב דאגב, כ׳וואלט נישט שטאלצירט מיט דיין ניק ״ודי למבין״. לדעתי ברויך מען אויסראטן די צוויי פארטנערס-אין-קריים ווערטער פון אונזערע לעקסיקאן. יעדער-נָאר וואס איז פויל צו ענדיגן א געדאנק אדער איז אליין נישט קלאהר אין דעם פונקט וואס ער פרובירט ארויסצוברענגען, נעמט אפיהר אט דעם שווינדלערישע פאהרל און שטעלט זיי צו טוהן דעם דזשאב פון באצוואונגן דיר און מיר צו ברעכן קאפ..

יחיאל יעקבזון » מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 9:38 pm

· #314105
moshav zekeinim
יוסי גרין איז באשאנקען מיט שאפן תנועות וואס כאפט מענאשן, אבער, רוב ניגונים זיינע פארמאגן אין זיך חוצפה. און יחיאל קען קיין חוצפה נישט דולדן.

חילו, בין איך גערעכט מיט מיין באהויפטונג?

אוי ווי גוט דו זאגסט! קורץ און צו דער פונקט. איבער אלעם, אויך אמת (הן לגבי י.ג. והן לגבי מיר).
כ׳וועל צולייגן נאך איין נקודה: ״אויבערחכמ׳דיג״...

יחיאל יעקבזון » מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 9:46 pm

· #314106
moshav zekeinim
עס איז נישט מעגליך צו וויסן צו ער האט עס טאקע נישט אנגענומען, ווייל דאס קען מען מאכן בשתיקה אויך.

אויב אמת, איז אט דער פאקט אז מ׳זוכט זיין סטיל אין די סעקולארע וועלט, מעיד אויף מיין טענה אז זיינע קאמפאזיציעס פארמאגן נישט אידישליכע תנועות.

יחיאל יעקבזון » מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 9:48 pm

· #314107
moshav zekeinim
קאליש לדעתי איז נישט ווערט אראפ געריסן צו ווערן, ער האט גענומען ערנסטע שימוש און לעקציעס. דער פראבלעם איז נאר אז דער בחור קען נישט איין זיצן אויף איין פלאץ, און האט א מענטאליטעט וואס איז פאר טייל אומפארליידליך.

אגב האב איך קיינמאהל נישט געזאגט אז כ׳האב עם געמיינט. איך זאג נאך אלץ נישט...

ודי למבין » מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 10:07 pm

· #314110
moshav zekeinim
מיין קרייטעריע איז אז מען לייגט זיך ערנסט אריין אינעם נושא וואס מען טוט, שטודירנדיג עס בכל נפשו לעומקה ולרחבה מיט א געוואלדיגער רעספעקט צום נושא, און צו יוצרי מוזיק מדור הקודם.


די קרייטעריע האב איך זייער לי ב און איך קען מיט דעם איידענטפייען. דערפאר ווי לאנג קאליש האט נאר ארענדזשעט און אפשר אויך קאמפאוזט בין איך געווען פון אים צופרידן אבער ווי נאר ער האט אנגעהויבן צו ארענדזשען און זינגען און גאר טון ביידע צונאזאם האט ער דאס ביי מיר פארלוירן.

ודי למבין » מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 10:09 pm

· #314111
moshav zekeinim
עס איז נישט מעגליך צו וויסן צו ער האט עס טאקע נישט אנגענומען, ווייל דאס קען מען מאכן בשתיקה אויך.


עס איז נישט זייער שווער צו וויסן אויב מען ער האט געשריבן ניגונים ווייל מען קען דאס נאכקוקען ביי די קאמפאניס וואס פריזענטן קאמפאוזערס און געבן זיי רויאלטי, דארט איז דאכצמיר אלעס פובליק רעקארד.

ודי למבין » מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 10:11 pm

· #314112
יחיאל יעקבזון
moshav zekeinim
עס איז נישט מעגליך צו וויסן צו ער האט עס טאקע נישט אנגענומען, ווייל דאס קען מען מאכן בשתיקה אויך.

אויב אמת, איז אט דער פאקט אז מ׳זוכט זיין סטיל אין די סעקולארע וועלט, מעיד אויף מיין טענה אז זיינע קאמפאזיציעס פארמאגן נישט אידישליכע תנועות.


לויט ווי ער זאגט האבן זיי גאר געבעטן ניגונים מיט א יודיש פלעווער פאר א שאוי וואס האט געדארפט רעפעזענטירן א געוויסע עפיזאד פון די געטאישע יודיש.
בלאט: 1 2