☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » איז דער צמצום פון א בשר ודמ'ס מח תלוי אין גאטס עקזיסטענץ??

איז דער צמצום פון א בשר ודמ'ס מח תלוי אין גאטס עקזיסטענץ??

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9912

שושן פורים » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 9:34 pm

· #313289
איז דער צמצום פון א בשר ודמ'ס מח תלוי אין גאטס עקזיסטענץ??
איך בין נישט קיין גרויסע שרייבער, ספעציעל נישט אין א העמק דבר סטיל אבער די קושיא עגבערט מיר שוין א לאנגע צייט און אויב עמיצער האט א צופרידנשטעלנדע ענטפער וואלט עס מיר זייער דערפרייט.

די גרעסטע טענה פון די מפיצי אמונה איז אז דער וועלט איז דאך אזוי קאמפליצירט, ביליאנען גאלעקסיען וכדו', אין פרצופותיהן שוות, וכולו וכולו, איז וויאזוי קען זיין אז זי זאל ווערן באשאפן פון זיך אליינס??!!
א שטארקע ראיה לכאורה!

ווייטער אז מיר זענען צוגעקומען אז גאט האט באשאפן די וועלט מוז דאך זיין אז ער האט געגעבן געוויסע אינסטרוקציעס וויאזוי זיך אויפצופירן דא, ווייל אויב נישט וואס דען איז דער תכלית? ? מוז זיין אז רעליגיע עקזיסטירט!
שטארקע אויפווייז! !

פון די אנדערע זייט האלטן מיר מיט א קלארקייט אז דער מענטש'נס מח און באגרייפונג איז מוגבל ומצומצם אז עס איז דא געוויסע זאכן וואס מיר וועלן קיינמאל נישט פארשטיין, עכ"פ נישט בהאי עלמא.

והשתא דאתינן להכי, די אויבנדערמאנטע ראיות זענען דאך אויך נאר לפי שכל האנושי, מוז דען זיין עפעס העכערס כדאי צוצוקומען אז א מענטש איז באגרעניצט? אדער קען גאר זיין אז א מענטש'נס שכל איז סתם אזוי באגרעניצט און ער קען נישט ציען קיין שום מסקנות געבויט אויף זיין אייגענע שכל.

mevakesh » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 9:47 pm

· #313295
Re: איז דער צמצום פון א בשר ודמ'ס מח תלוי אין גאטס עקזיסטענץ
אויב איך קען צולייגען א קנייטש
די הוכחה אז אזא קאמפליצירטע וועלט מוז האבן א יוצר איז נאר אין דעם באגרעניצטען וועלט אין וואס אונז זענען אבער קען זיין אז אונדערויסען פון דעם מוגבלדיגער וועלט ארבעט עס אנדערש

פון דער אנדערע זייט דאס גופא איז מציאות הבורא אז עס איז דא א טיפערע נישט מוגבלדיגע מציאות אונטער דעם מוגבלדיגער וועלט

דער פראבלעם איז נאר אז עס איז נישט מוכרח אז דער מצוי האמיתי האט א רצון און וויל עפעס

שושן פורים » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 9:58 pm

· #313299
mevakesh
אויב איך קען צולייגען א קנייטש
די הוכחה אז אזא קאמפליצירטע וועלט מוז האבן א יוצר איז נאר אין דעם באגרעניצטען וועלט אין וואס אונז זענען אבער קען זיין אז אונדערויסען פון דעם מוגבלדיגער וועלט ארבעט עס אנדערש

פון דער אנדערע זייט דאס גופא איז מציאות הבורא אז עס איז דא א טיפערע נישט מוגבלדיגע מציאות אונטער דעם מוגבלדיגער וועלט

דער פראבלעם איז נאר אז עס איז נישט מוכרח אז דער מצוי האמיתי האט א רצון און וויל עפעס


דאס איז מיין שאלה, איז דער מוגבלדיגע וועלט א הוכחה אז עס איז דא א נישט מוגבלדיגע מציאות, אדער ניין
דיין לעצטע פאראגראף אויב דו קענסט מער מרחיב זיין ביטע, איך פארשטיי נישט

@אנאנים פארשטייסט?

moshav zekeinim » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 10:01 pm

· #313301
איך מיין אז בראשונה, האט מען געגלויבט אין א פיזישער גאט, אדער לפחות מיט פיזישע פילאזאפישע חשבונות, ד.ה. אז אמונה איז געווען באזירט אויף פיזישער איבערצייגונג. אבער מימות המקובלים, ווען פיזישער איבערצייגונג האט אנגעהויבן צוזאמענפאלן לאור די נייע ערפינגונגען, איז השגת אלוקות פארוואנדלט געווארן אין על טבעי לגמרי, אין סוף, און איבערנאטורליכע דעמאנציעס זענען דאן אפירגעקומען, וואס דאס קען מען בלויז משיג זיין מיט א איבערנאטורליכער קאפ.

mevakesh » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 10:05 pm

· #313303
Re: איז דער צמצום פון א בשר ודמ'ס מח תלוי אין גאטס עקזיסטענץ
שושן פורים
mevakesh
אויב איך קען צולייגען א קנייטש
די הוכחה אז אזא קאמפליצירטע וועלט מוז האבן א יוצר איז נאר אין דעם באגרעניצטען וועלט אין וואס אונז זענען אבער קען זיין אז אונדערויסען פון דעם מוגבלדיגער וועלט ארבעט עס אנדערש

פון דער אנדערע זייט דאס גופא איז מציאות הבורא אז עס איז דא א טיפערע נישט מוגבלדיגע מציאות אונטער דעם מוגבלדיגער וועלט

דער פראבלעם איז נאר אז עס איז נישט מוכרח אז דער מצוי האמיתי האט א רצון און וויל עפעס


דאס איז מיין שאלה, איז דער מוגבלדיגע וועלט א הוכחה אז עס איז דא א נישט מוגבלדיגע מציאות, אדער ניין

צו דאס איז אן הוכחה איז א שמועס פאר זיך מאנכע וועלן טענהן אז די ביג בענג אדער/און אבולוציה איז עס מסביר פארן מוגבלדיגער שכל אפילו אויב יעצט אויפן מינוט פארשטייט מען נישט אינגאנצען
איך האב נאר יעצט ארויסגעברענגט דיין טענה אז אפילו אויב מען נעמט אהן אז בשכל האנושי איז עס נישט שייך מסביר צו זיין איז נאך נישט קיין ראיה למציאות הבורא
אויף דעם האב איך צוגעליגט אז דאס אז עס איז דא א טיפערע מציאות דאס איז לכאורה וואס דער רמבם רופט המצוי האמיתי

mevakesh » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 10:08 pm

· #313306
Re: איז דער צמצום פון א בשר ודמ'ס מח תלוי אין גאטס עקזיסטענץ
moshav zekeinim
איך מיין אז בראשונה, האט מען געגלויבט אין א פיזישער גאט, אדער לפחות מיט פיזישע פילאזאפישע חשבונות, ד.ה. אז אמונה איז געווען באזירט אויף פיזישער איבערצייגונג. אבער מימות המקובלים, ווען פיזישער איבערצייגונג האט אנגעהויבן צוזאמענפאלן לאור די נייע ערפינגונגען, איז השגת אלוקות פארוואנדלט געווארן אין על טבעי לגמרי, אין סוף, און איבערנאטורליכע דעמאנציעס זענען דאן אפירגעקומען, וואס דאס קען מען בלויז משיג זיין מיט א איבערנאטורליכער קאפ.

דער רמבםס גאט רופסטו פיזיש?

הקטן » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 10:11 pm

· #313308
למען האמת זאגט שכל גארנישט! פינקט וואו דו פראשטייסט אז שכל פין דער קאץ זאגט גארנישט.
שכל איז א נברא וואו אלע אנדערע נבראים.
גאט דארף נישט קיין תירוץ "ע"פ שכל" פארוואס ער גיבט זיינע נבראים שכר ועונש (חובת הלבבות בעניין ידיעה ובחירה) אדער פארוואס ער האט בכלל באשאפען דער וועלט.
דאס אלעס קען פארשטיין א בעל שכל.

אין די וועלט האט גאט באשאפען "שכל" און דער מענטש ניצט דאס אנציגיין מיט אלע חלקים פין זיין לעבן
די שכל וואס דער מענטש האט קען שכלדיג פארשטיין אז שכל איז באגרעניצט
נישט נאר ער קען דאס פאשטיין, נאר שכל איז דאס כמעט מחייב.

גאט האט געגעבן א מעגליכקייט פאר דעם מענטש אים צו טערעפן דארך שכל - אויב וויל ער בוחר זיין אזוי.
(אויב וויל ער קען ער מאכן א ווערטער שפיל)

moshav zekeinim » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 10:13 pm

· #313309
מבקש, א גאט באזירט אויף פיזישע חשבונות איז אין א געוויסער זין פיזיש. דער גאט פון די מקובלים, במיוחד מימות האר"י וואס אטז בכלל נישט באזירט געווען אויף פיזישע שכל, איז געווען א גענצליך אומפיסישער גאט לויט די היינטיגע מושגים.

mevakesh » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 10:16 pm

· #313310
Re: איז דער צמצום פון א בשר ודמ'ס מח תלוי אין גאטס עקזיסטענץ
הקטן
למען האמת זאגט שכל גארנישט! פינקט וואו דו פראשטייסט אז שכל פין דער קאץ זאגט גארנישט.
שכל איז א נברא וואו אלע אנדערע נבראים.
גאט דארף נישט קיין תירוץ "ע"פ שכל" פארוואס ער גיבט זיינע נבראים שכר ועונש (חובת הלבבות בעניין ידיעה ובחירה)
אין די וועלט האט גאט באשאפען "שכל" און דער מענטש ניצט דאס אנציגיין מיט זיין לעבן
דו שכל וואס דער מענטש האט קען שכלדיק פארשטיין אז שכל איז באגרעניצט
גאט האט געגעבן א מעגליכקייט פאר דעם מענטש אים צו טערעפן דארך שכל - אויב וויל ער בוחר זיין אזוי.

Circle logic at it best http://www.google.com/search?hl=en&redir_esc=&client=ms-android-verizon&source=android-browser-type&v=133247963&qsubts=1450667711807&action=devloc&q=circleur+logic&v=133247963

בקיצור דו זאגסט אז בעצם קען טאקע שכל נישט מוכיח זיין נאר היות דער בורא האט אונז געגעבן שכל דארף מען ארבעטן מיט דעם אבער ווער זאגט אז א בורא האט אונז באשאפען?

הקטן » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 10:20 pm

· #313314
קיקט נישט אויס דו פארשטייסט וואס איך האב געשריבן אדער וואס circleur logic מיינט

mevakesh » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 10:23 pm

· #313315
Re: איז דער צמצום פון א בשר ודמ'ס מח תלוי אין גאטס עקזיסטענץ
הקטן
קיקט נישט אויס דו פארשטייסט וואס איך האב געשריבן אדער וואס circleur logic מיינט

קען זיין זיי מסביר

שושן פורים » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 10:45 pm

· #313318
הקטן
למען האמת זאגט שכל גארנישט! פינקט וואו דו פראשטייסט אז שכל פין דער קאץ זאגט גארנישט.
שכל איז א נברא וואו אלע אנדערע נבראים.
גאט דארף נישט קיין תירוץ "ע"פ שכל" פארוואס ער גיבט זיינע נבראים שכר ועונש (חובת הלבבות בעניין ידיעה ובחירה) אדער פארוואס ער האט בכלל באשאפען דער וועלט.
דאס אלעס קען פארשטיין א בעל שכל.

אין די וועלט האט גאט באשאפען "שכל" און דער מענטש ניצט דאס אנציגיין מיט אלע חלקים פין זיין לעבן
די שכל וואס דער מענטש האט קען שכלדיג פארשטיין אז שכל איז באגרעניצט
נישט נאר ער קען דאס פאשטיין, נאר שכל איז דאס כמעט מחייב.

גאט האט געגעבן א מעגליכקייט פאר דעם מענטש אים צו טערעפן דארך שכל - אויב וויל ער בוחר זיין אזוי.
(אויב וויל ער קען ער מאכן א ווערטער שפיל)

דאס איז נישט די דיסקוסיע דא, די נושא איז איין זאך, קענען מיר אויפווייזן אז עס איז דא א גאט דורך א שכלדיגע ראיה אז אנדערש מאכט עס נישט קיין סענס, אדער בעצם קען א וועלט זיך יא באשאפן פון זיך אליינס נאר מיר מצומצמים קענען נישט משיג זיין אזא זאך.

הקטן » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 10:53 pm

· #313321
איך האב נישט געשריבן אז סדא א גאט ווייל שכל זאגט אזוי
קען זיין ס'דא קען זיין נישט - דער מענטש קען נישט ניצען 'זיין שכל זאל דאס מברר זיין אויף אן אמת - און ווען ער ניצט דאס יא זאגט דאס און פאקט גארנישט

איז לאמער איצט אננעמען דער צד אז ס'דא א בורא עולם
און דער בורא עולם דארף זיך נישט פארענפערן פאר דיר זאלסט פארשטיין שכל'דיג וואס פארא רעכעט האט ער צו מאנען פין זיינע נבראים זאלן אים פאלגן אדער בכלל גלייבן אז ער איז דא (חובת הלבבות בעניין ידיעה ובחירה).

ביז אהער איז קלאר?

moshav zekeinim » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 10:58 pm

· #313322
אמאל האט מען אין א געוויסער זין פארגעטערט שכל, דערפאר אויב שכל האט מחייב געווען דאן האט עס געמיינט עפעס, אבער זינט שכל ווערט באטראכט אלס א פעקל ניוראן'ס מיט דפוסי המוח, איז דיין פראגע מער רעלעוואנט, און בפשטות, טאמער מישט מען נישט צוזאם די אמאליגע פילאזאפיעס מיט די שפעטעריגע, דאן איז די מסקנה אז מען קען נישט אויפווייזן. און דערפאר הקדים רפואה למכה די מקובלים וועלעכע באזירן זייערע הוכחות אויף עפעס א סופער שכל וואס קומט פון אומבאגרייפבארער עולמות.

mevakesh » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 10:59 pm

· #313324
Re: איז דער צמצום פון א בשר ודמ'ס מח תלוי אין גאטס עקזיסטענץ
הקטן
איך האב נישט געשריבן אז סדא א גאט ווייל שכל זאגט אזוי
קען זיין ס'דא קען זיין נישט - דער מענטש קען נישט ניצען 'זיין שכל זאל דאס מברר זיין אויף אן אמת - און ווען ער ניצט דאס יא זאגט דאס און פאקט גארנישט

איז לאמער איצט אננעמען דער צד אז ס'דא א בורא עולם
און דער בורא עולם דארף זיך נישט פארענפערן פאר דיר זאלסט פארשטיין שכל'דיג וואס פארא רעכעט האט ער צו מאנען פין זיינע נבראים זאלן אים פאלגן אדער בכלל גלייבן אז ער איז דא (חובת הלבבות בעניין ידיעה ובחירה).

ביז אהער איז קלאר?

יא קלאר בקיצור דו ביסט מסכים אז נישט שייך אויפצוווייזען דו זאגסט נאר אז דער באשעפער דארף זיך נישט פארענטפערן
איך הער וואס דו זאגסט אבער ווי שושן האט אויבען ארויסגעברענגט איז דאס נישט ממש נוגע צו דער שמועס דא

הקטן » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 11:12 pm

· #313328
קענען מיר אויפווייזן אז עס איז דא א גאט דורך א שכלדיגע ראיה אז אנדערש מאכט עס נישט קיין סענס

אויב די ווילסט אויפווייזען מיט די באגרעניצטע tool וואס הייסט "שכל"? קען זיין מ'קען אויפווייזן, אבער דאס וועט נאר מחייב זיין ע"פ שכל -
די ווערטער וואס מיר וועלן ניצען איז
שכל זאגט אז עפעס קען זיך נישט אליין באשאפען
ע"כ אין די רעלם פין שכל נעמען מיר אן אז...
שכל'דיג מאכט נישט קיין סענס אז דער וועלט זאל זיך אליין באשאפען

לעמען האמת איז שכל נישט מאסגעבענט

משל למה הדבר דומה - איינער זאל וועלן אויף ווייזען די עקזיסטענץ\נישט עקזיסטענץ פין spirituality דארך סייענס, סייענס איז באגרעניצט צו די שמאלע 5 חישים', און וועט קימען צו דער מסקנה אז אין די וועלט פין סייענס עקזעסטירט דאס נישט, דער אמת איז אז ער איז גערעכט, און די קאנטעקטס פין סייענס עקזעסטירט דאס נישט - דאס זאגט אבער גארנישט אינדרויסן פין די context פין סייענס

אייביג ווען מען רעדט פין מברר זיין', אויפווייזען, איז דאס אין א געוויסע context
וואס האלסטו קען מען יא מברר זיין?

איז דער צמצום פון א בשר ודמ'ס מח תלוי אין גאטס עקזיסטענץ??
קלאר ניין!
דאס אז שכל איז באגרעניצט האט נישט קיין שייכת מיט דעם אז דער בורא עולם האט באשאפען דעם שכל.
פארקערט, ווען איך זאל אן נעמען עוועליאציע זאגט שכל ענדערשט אז שכל איז באגרעניצט - די שכל פין א טריליען יאר ארים וועט איוואלווען צו גאר עפעס אנדערעש וואו היינט.
"א פעקל ניוראן'ס מיט דפוסי המוח"

הקטן » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 11:29 pm

· #313330
moshav zekeinim
און דערפאר הקדים רפואה למכה די מקובלים וועלעכע באזירן זייערע הוכחות אויף עפעס א סופער שכל וואס קומט פון אומבאגרייפבארער עולמות.

דו האסט דאס שוין אמאל געשריבן, עס ווינדערט מיר אויב דו האלסט אז דאס איז געווען די מאטיוו פין דער אר"י הקדוש

chusid » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 11:32 pm

· #313332
.

קל וחומר » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 5:25 pm

· #313478
ע"פ שכל האט יעדע צמצום א מצמצם.

ע"פ שכל ווערן נישט קיין זאכן באשאפן פון זיך אליין.

קל וחומר » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 5:29 pm

· #313482
אגב די גאנצע נידון דא איז אין שכל, ממילא גייט מען אין ערגעץ נישט אנקומען, ווייל ס'יז אלס באזירט לויטן שכל. צו זאגן אז ס'יז דא עפעס העכער שכל ע"פ שכל איז געזאגט דורכן צמצום פון שכל וואס איז נישט משיג זאכן אינדרויסן פון שכל.

סתם שפעקולירן איז זיסע חלומות.

הקטן » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 6:57 pm

· #313505
קל וחומר
אגב די גאנצע נידון דא איז אין שכל, ממילא גייט מען אין ערגעץ נישט אנקומען,

אדער קען מען זאגן: מען וועט אנקימען דארט וואו שכל קען אנקימען

ווען דער נביא זאגט:
שאו מרום עיניכם וראו מי ברא אלה

ווען דער רמב"ם זאגט:
בשעה שיתבונן האדם במעשיו וברואיו הנפלאים הגדולים ויראה מהן חכמתו שאין לה ערך ולא קץ מיד הוא אוהב ומשבח ומפאר ומתאוה תאוה גדולה לידע השם הגדול כמו שאמר דוד צמאה נפשי לאלהים לאל חי וכשמחשב בדברים האלו עצמן מיד הוא נרתע לאחוריו ויפחד ויודע שהוא בריה קטנה שפלה אפלה עומדת בדעת קלה מעוטה לפני תמים דעות כמו שאמר דוד כי אראה שמיך מעשה אצבעותיך מה אנוש כי תזכרנו
ווען א מענטש איז זיך מעמיק אין דער בראיה אין ער כאפט התפלות איז דאס עפעס א בירור? ניין, אבער דאס איז א וועג וואס ברענגט נאנטער דעם מענטש צום בורא
דו זעלבע איז מיט שכל - ווען א מענשט קימט צו מיט שכל (וואס דאס איז איינע פין די מאגערע tools וואס גאט האט אים געגעבן) אין אנערעקענט וואו ווייט שכל קען אנערקענען אז ער איז נישט מער וואו א קליינער נברא און יש מנהיג לבירה, ווערט ער נאנטער צום בורא -
צו זאגן אז שכל איז א מברר איז פשוט שכלדיג נישט אויסגעהאלטען

קל וחומר » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 7:01 pm

· #313506
דו גייסט מיטן הנחה אז ס'יז פארהאן א גאט, דא איז מען דן אין דעם זעלבסט דורך שכל.

געוואלדיג » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 6:22 am

· #313591
א שכל באזירטער גאט איז נישטא ביי אונז ,אונזער גאט איז באזירט אויף מעמד הר סיני און נאכדעם קען איך שוין מיט מיין שכל אויפמערקן וואו אלס טרעף איך איהם, ווי למשל אין די בריאה אבער דאס איז נישט קיין הוכחה אויף א באשעפער,

הקטן » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 9:20 pm

· #313784
קל וחומר
דו גייסט מיטן הנחה אז ס'יז פארהאן א גאט, דא איז מען דן אין דעם זעלבסט דורך שכל.

דו שאלה איז געווען וואו אזוי קען מען הייסען ניצען שכל צו טרעפען גאט בו בזמן וואס מיר זאגן אז גאט איז העכער שכל און אינזער שכל איז מוגבול
אויף דעם האב איך געשריבן
דו אויפטו פין שכל איז נישט ווייל שכל קען מברר זיין, די אויפטו פין שכל איז אז דאס טוט באאיינדריקען אינזער נפש.
ואתה שלמה בנית דע את אלהי אביך ועבדהו בלב שלם ובנפש חפצה כי כל לבבות דורש יהוה וכל יצר מחשבות מבין אם תדרשנו ימצא לך ואם תעזבנו יזניחך לעד.

די פסוק ניצען די רשונים וואס זענען פרא-חקירה
דער פסוק רעדט פין אלהי אביך דער גאט וואס די האסט ממילא אין דיין הארץ פין דיין עלטערן

קל וחומר » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 9:24 pm

· #313788
Re: איז דער צמצום פון א בשר ודמ'ס מח תלוי אין גאטס עקזיסטענץ
קוק איבער די ערשטע הודעה.

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

געוואלדיג » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 11:29 pm

· #313847
די קורצע ענטפער אויף שושן'ס שאלה איז: ניין. נישט דאס איז די הוכחה אויף גאט, נאר נאך וואס איך ווייס שוין פון גאט געבויעט אויף מעמד הר סיני נוץ איך בריאה צו מיר אינספירירן.

יהושע חיים » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 11:43 pm

· #313854
אמונה האב איך פארשטאנען איז גלייבן נישט וויסן, און גלייבן איז אזאך וואס מען ווייסט נישט אויף 100 פראצענט, ווייל אויב יא איז עס וויסן

הקטן » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 11:46 pm

· #313856
דו מאכסט א טעות.
ויאמינו בהשם ובמשה עבדו מיינט נישט זיי האבן נישט געוויסט אויף זיכער.
"בליינט פעט" איז א קריסטליכער מישיג

אני מאמין באמונה שלמה
אני מאמין איך בין אלמאסט זיכער
באמונה שלמה איך בין כמעט 100 פראצענט אינגאנצען זיכער