☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » נפשי חולת איז מיין דייעגנאסעס

נפשי חולת איז מיין דייעגנאסעס

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9909

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 11:05 pm

· #312858
נפשי חולת איז מיין דייעגנאסעס
עס טוליעט אין מיר אן אהבה,
איך קען איר נישט פארלעשן,
זי ציהט ווי מאגנעטן צו איר שורש,
זי איז פארלוירן ווייל זי האט נישט א נאמען,
זי איז שפראכלאז ווייל זי קען נישט רעדן,
זי קאמיונעקירט דורך הייסע טרערן,
זי קאמיונעקירט דורך א צאפל'דיגע הארץ,
זי רייסט איר אויף ווי א וואלקענא,
און פארשפרייט איר לאווע ביז צו די עקן פון מיין זעהל,
אוי אהבה, דו שפירסט אזוי גוט,
אוי אהבה, דו ביסט אבער צו שטארק צו דערהייבן,
נפשי חולת איז מיין דייעגנאסעס,
דו ערלויבט'סט מיר נישט צו גראמען די שורות,
ווייל דיין אהבה קען זיך נישט מלבש זיין אין קונסט,
דיין פייער איז אזוי רוי און הייס,
אז די קיבורד אותיות זענען בבחינת בנס היו עומדים,
מיין האלז שטיקט פון הארץ ליבע סטורענעס,
אזש איך פיל אן אווערדאז פון דיר אין קאפ,
קום לאמיר זיין צוזאמען אויף אייביג,
אבער באהערש דיין פייער פון צייט צו צייט,
אביסל מח אויך הערן און פארשטיין,
אבער דו וועסט אלעמאל זיין מיין ערשטע לאוו.

געוואלדיג » פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 8:00 am

· #312922
איך בין אינגאנצן איינשטימיג מיט די דייעגנאסעס.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 3:31 pm

· #315464
ס'איז אלעמאל גוט צו באקומען א second opinion