☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א ווייטאגליכע פרשה = א נאסער ליילאך אויף מיר און דיר

א ווייטאגליכע פרשה = א נאסער ליילאך אויף מיר און דיר

55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9905
בלאט: 1 2

בלויע רעקל » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:37 pm

· #312743
א ווייטאגליכע פרשה = א נאסער ליילאך אויף מיר און דיר
קודם כל א שטיקל ברוך הבא און התנצלות, איך בין נישט קיין שרייבער, עס איז מיין ערשטער ארטיקל, איך האב נישט צופיל צייט אין טאג, אבער איך מוז לופטערן מיין אנגסט, און אולי וועל איך מהיום פרובירן צוצוגעבן צום פלאץ וויפיל איך קען.

די מעשה וואס איר ליינט און די קומענדיגע שורות איז א אמתע מעשה, איך בעט איבער אויב איינער וועט וויי טוען דער ארטיקל... די נעמען וועלן זיין אביסל געטוישט, און די פרטים וועל מיר צי'וויש'ען עטוואס...
יונתן, א 5 יאריגע בחנטע אינגל וואוינט אין פאריז אן איינציג קינד צו זיין טאטע חיים יהושע שטיינהארץ, און זיין מאמע פרומע, יונתן שפאצירט זיך אינדרויסן פון הויף, ווען זיין מאמעס טאטע הרב שלמה ווייס, זיצט זיך דארט אין די זייט, ער קוקט אין א ספר און פון צייט צו צייט בליקט ער אויפן קינד, זיין טאכטער פרומע איז אביסל מאדערנעזירט געווארן און גליטשט פון דרך, איר שידוך איז צוגעגאנגען נישט וויאזוי דער טאטע האט געוואלט, זי גייט מיט די אייגענע האר, דער מאן ערלויבט זיך צו קוקן די אייפאן בעצם יום השבת באהאלטענערהייט, (רח"ל!!!!) און דער זיידע טרערט צוזעענדיג דער זיסער יונתן ארום לויפן מיט א קליין קאפעלע, די פאות קורצער ווי די הארעלעך, ער דערמאנט זיך די שווערע צייטן אין שווייץ ווען דער ראש ישיבה הרב קאפעלמאן פלעגט מיט מסירות נפש אריינבאקן אין די בחורים התלהבות אין תורה שבירת התאוות ומידות רעות, און דא... אזא בראך! א איידעם א באם, די טאכטער א פרוצה... שוין! וואס איז דא צו טוען? מסתמא גארנישט.. טראכט זיך ר' שלמה.

ביז... יענעם פרייליכען ל"ג בעומר, ווען דער משפחה האט מחליט געווען זיך ארויסצוען פון פאריז און חונה זיין די געצעלטל אין אנטווערפן, אה! א האפענונג, נאך דערצו ווען יונתן איז געשיקט געוווארן מיט דער זיידע פונפראאנאויס, אויפן עראפלאן זיצט זיך ר' שלמה און וואשט אויס דעם קלייין מוח'ל, באקט אריין ריכטיגע חינוך, הנהגה מיט א ריכטיגן חיות...

איך קען נישט מאריך זיין אין די פרטי פרטים פון די מעשה, מיר וועלן אריבער מישן די בלעטל צו א האלבע יאר דערויף.
יונתן לערנט אין א היימישע חסידישע חדר, מיט שיינע געקלרייזעלטע פאות, די מאמע האצקעט ארום אין פאריז, אמאל מיט די מאן און אמאל אן אים, זי פרעגט ניטאמאל אויפן קינד וואס לעבט מיטן זיידן, דער זיידע טרייסט זיך מיט דאס ביסל נחת..

גייט דורך נאך א האלבע יאר, און דער צולאזטע קאפל דערמאנט זיך אריבערצוען קיין אנטווערפן און עס הייבט זיך אן א מלחמה אויפן חינוך פון יונתן..
די מלחמה נעמט נישט צו לאנג, איין טאג קומט די מאמע אן אין חדר, די מלמדים קוקן חלילה נישט אויף איר, ווי דער הלכה ווייזט צו, און די מאמע רופט ארויס יונתן אינדרויסן מיט אנטשלאסענקייט, "ער גייט היינט לערנען אין פובליק סקול".

אבער, צו איר אנטוישונג, ברענגט מען נישט איר קינד, מיטן תירוץ אז ער איז היינט נישט און חדר, יענעם צופרי איז געווען די לעצטע טאג וואס זי האט געגעבן א גלעט איר בן יחיד'ל.

פאר גאנצע דריי יאר האט די מאמע נישט געזעהן יאסעלע, יא!!! איר קענט שוין טוישן די נעמען פון די מעשה.. צום יאסעלע שוכמאכער פרשה.

דער זיידע ר' נחמן שטארקעס לעבט שוין לאנג נישט, דער קינד האט א טאטע און א מאמע וואס וויינען יעדע נאכט און לעכצען צו זעהן דעם בן יחיד'ל, אבער "עסקנים" זענען מקיים "זשיהאד ווערזשען" פון תורת משה, און זענען מציל נפש אחת מישראל, דער אינגל איז זיבן יאר!!! יא! אזוי ווי דו הערסט! זיבן יאר, אבער דער תירוץ איז אז יוסעלע "וויל" זיין פרום. אויב האסטו א זיבן יאריג קינד? יו געט דע פאוינט!!

רבי'ס און רבנים שעמען זיך צו מוחה זיין, זיי זענען אין פארגעלעגענהייט, מען קען דאך נישט "הייסן" איבערגעבן קינד לשמד רח"ל..

איך בין נישט משיג בכלל וויאזוי קען מען בכלל פארטיידיגן אזא התנהגות.....

איידער איך ענדיג דא און גיב איבער דעם פלאטפארמע פארן עולם, וויל איך מחזק זיין מיין פאזיציע מיט איטליכע פאקטן:

אויף קול מבשר זאגט ר' משה גערטנער וויכטיגע פרטים איבערן פרשה, אז 1) יוסעלע האט מתחילה נישט געוואלט מודה זיין אז ער איז יאסעלע, ביז... ער האט געזעהן די מאמע און איז "אריינגעפאלן אין איר ארעמס".. ווער האט נישט געזעהן די נייע יואלי לעבאוויטש טרערן ווידאוי, דאס איז ווען עס רעדט זיך פון א טאטע, על אחת אלף אלפי אלפים ווען די מאמע איז אין באטראכט, נאך גיבט ער צו א וויכטיגע פרט צום פרשה, אז 2) יוסעלע איז נישט באליידיגט אויף די פרומע אזוי ווי די "עסקנים" ווילן פארשמירן די עוולה אויף אונז אלע, ער איז באליידיגט אויף א יעדן וואס האט געהאט א חלק אין אוועקרייסן א קינד פון א מאמע, און צום לעצט 3) איז ער דארט מודיע דעת קדשו פון הרה"ק רבינו מסאטמאר, אז מען זאל צוריקגעבן דעם קינד, אויפן זעלבן אינטערוויא קומט ארויף ר' ישראל געליס א נאנטער חבר פון יוסעלע, און גיבט איבער א פרישער אויפדעקונג!! 4) מרס, גערטנער האט געזאגט פאר יוסעלע אז "זי האט קיינמאל נישט געוואוסט אז מען האט אים צוגענומען פון זיין מאמע", זי האט נישט געוואוסט פונקטליך פרטי הפרשה, ווער עס קען אביסל פון איר היסטאריע ווייסט אויף 100 פראצענט אז זי האט נישט מורא געהאט פון זאגן דעם אמת פאר קיינעם, זי האט אין איר לעבן קיין ליגענט געזאגט.

ובזה גמרתי, ואידך פירושא זיל גמור...

[ציטאט אראפגענומען]

Kool man » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 4:22 pm

· #312747
אהן אריינרעדען אין די יאסעלע פרשה, טוה מיר א טובה און פארגלייך עס נישט צו יואלי לעבאוויטש סטארי, און נישט צו די מעשה וואס ער ברענגט ארויס אין זיינע גראמען, דו ברענגסט בעיסיקלי אויף א כלליות'דיקע נושא, צי מעהג מען העלפען א זיידע אדער אנדערע פאמיליע מיטגליד אוועקנעמען א קינד פון פרייע עלטערען וואס ווילען אראפ פירען דעהם קינד פון וועג.

moshav zekeinim » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 4:26 pm

· #312749
ריזיג אראפ געלייגט.

האט סאטמאר רב געהאלטן אז מען זאל צוריק געבן דאס קינד?

גראדע ווייס איך פון א פרשה מיט א פרוי וואס איז מאדערנעזירט געווארן, און געוואלט מודערנעזירן אירע קינדער, און איר משפחה האט איר געוואלט צוריק האלטן מיט געוואלד, אבער סאטמאר רב הערנדיג דערפון האט געהאלטן אז מען טאר נישט ניצן קיין שום צוואנג מיטלען קעגן איר ווילן. די משפחה האט אבער יא געניצט צוואנג און ערפאלגרייך איר פארשטעלט דער וועג פון מודערנעזירט ווערן (נישט אפגעפארן), מען האט איר אוועקגענומען די קינדער בתחבולות שונות, ארויסגעלאזט א שם אז זי איז א חולה נפש ועוד מעשים אשר לא יעשו.

דאס ווייבל איז געווארן מער אויסגעלאשן פון טאג צו טאג, און אפאר יאר דערויף האט זי געמאכט איר לעצטער החלטה אין איר טראגישער לעבן, און זיך גענומען דאס לעבן זאגנדיג מיט איר לעצטער אטעם פארן אייביגן רוה, אז זי וויל מער נישט לעבן.

השם ינקום דמה

בלויע רעקל » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 4:33 pm

· #312754
Kool man
צי מעהג מען העלפען א זיידע אדער אנדערע פאמיליע מיטגליד אוועקנעמען א קינד פון פרייע עלטערען וואס ווילען אראפ פירען דעהם קינד פון וועג.


דוכטצעך אז די האסט א טעות אין די מעשה.

דער זיידע האט שוין נישט געלעבט ווען די וועלט האט זיך איבערגעדרייט.

איך האב געברענגט די ווידיאו ווייל עס ברענגט ארויס אז = אן אריין גיין אין פרטים, מיש דיך נישט אריין צווישן א טאטע און א קינד, און נישט קיין חילוק ווי א שטארקע פאונט די האסט ביסטו נישט גערעכט.

moshav zekeinim » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 4:33 pm

· #312755
קולמען, עס איז יא איין נושא, ווייל אז מען ווייסט וואס דאס מיינט אפטיילן א קינד פון א טאטע, אז דאס איז כאילו הורגם, דאן וועט נישט זיין אזא גרויסע שאלה צו מען מעג עס צונעמען פון פרייע עלטערן.

גלייך ווי היינט פארשטייט יעדער אז מען קען נישט איבערגעבן א קינד פאר א מאלעסטער כדי אים צו ראטעווען פון ווערן אפגעפארן. אדער א פשוט'ערער משל, מען "הארג'עט" נישט קיין קינד כדי אים צו ראטעווען פון גליטשן פון דרך.

געוואלדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 5:26 pm

· #312763
בלויע רעקל


דער זיידע האט שוין נישט געלעבט ווען די וועלט האט זיך איבערגעדרייט.


דער זיידע האט געלעבט און געווען א רויסע חלק אןי די גאנצע רודעריי.

בלויע רעקל » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 5:42 pm

· #312765
גערעכט.. איך האב יעצט נאגגעקוקט.

דער זיידע איז געווען און עירפארט מיט די מאמע אים צו באגריסן.

ער האט זיך אבער ארויסגעלאזט פון די פרשה ווען די גיורת מרת בלוי האט זיך אריינגעלייגט..

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 6:14 pm

· #312773
איך ווייס נישט צו דא איז דער פאסיגסטע פלאץ דאס אראפצושרייבען, אבער דא באלאנגט עס אויך.
א איד זאגט מיר אז זיין זוהן האט זיך גע'גט און די ווייב איז למעשה אינגאנצען פריי יעצט. א צוועלף יעריג מיידעל און א צען יעריג אינגעל האבען זיי און זיי האבען קאסטאד"י צוזאמען. א האלבע וואך ביי איהם און א האלבע וואך ביי איהר. זי וויל ארויסממופען פון א פרומע געגענט צו א מאדערנע געגענט צוזאמען מיט איהר חבר וואוינען צוזאמען. דער זיידע וויל עס אפשטעלען. איך פרעג איהם צו ער האלט טאקע אז א קינד אן א מאמע איז בעסער ווי מיט א מאמע, זאגט ער מיר א. זיין זון האט חתונה געהאט, קענען די קינדער וואוינען מיט א שטיפ - מאמע. ב. ס'איז דא א הלכה'דיגע נושא, וויבאלד די צוועלף יעריגע טאכטער האט אן איסור יחוד מיט'ן באיפרענ"ד, און דאס איז ביהרג ואל יעבור (הלכה'דיג, נישט קנאי'ש גערעדט) און ממילא איז דער טענה אז מ'הרגע'ט א קינד' נישט וויכטיג.

וואס האלט דער עולם?

בלויע רעקל » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 6:26 pm

· #312777
די פרשה איז אנדערש ווייל עס איז דא א טאטע אינוואלווט, זיי האבן חתונה געהאט מיטן דעה אויפצוצוען קינדער ע"ד התורה, די מאמע קען נישט טוישן די ראל"ס אין מיד"ל א"ף ד"ע געי"ם, און דער טאטע האט די רעכטן ע"פ קאורט וע"פ דין תורה אויפצוצוען דאס קינד אויפן וועג ווי מען האט חתונה געהאט.

און אויך עס רעדט זיך בכלל נישט פון אוועקרייסן דאס קינד פונעם מאמע, אויך נישט איר אנרייצן אז די מאמע וויל איר נישט, די רעדע איז נאר ווי זי זאל שלאפן און עסן וכדו'....

אבער זייינע פאונטס לכאורה זענען נישט ריכטיג, ווער איז מחוייב מיטן יהרג ואל יעבור? דער טאטע? / זיידע? און א שטיף מאמע איז נישט קיין ערזאץ פאר א מאמע.

אגב איך קען א פרשה ווי די מעשים רעים פון איינע פון די עלטערן האט צוגעברענגט אז די קינדער זענען סאך שטערקער אין אידישקייט, סא שפילן גאט איז נישט קיין קלייניקייט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 6:33 pm

· #312780
דער צוועלף יעריג מיידעל איז מחוייב אלס אוועק צו געבען נישט עובר זיין אויף יחוד. אפילו מ'וויל גלויבען דער גוזמא אז אוועק נעמען קינדער פון א מאמע איז רציחה, איז זי אויך מחוייב דערין.
דער קאורט איז יעצט נישט וויכטיג, די שאלה איז וואס איז ריכטיג. מ'עט שפעטער זיך אן עצה געבען מיט'ן קאורט.

בלויע רעקל » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 6:38 pm

· #312781
ליטוואק פון בודאפעסט
דער צוועלף יעריג מיידעל איז מחוייב אלס אוועק צו געבען נישט עובר זיין אויף יחוד. אפילו מ'וויל גלויבען דער גוזמא אז אוועק נעמען קינדער פון א מאמע איז רציחה, איז זי אויך מחוייב דערין.
דער קאורט איז יעצט נישט וויכטיג, די שאלה איז וואס איז ריכטיג. מ'עט שפעטער זיך אן עצה געבען מיט'ן קאורט.

מען נעמט דאך נישט צו די קינד פון די מאמע, זי קען נאך רעדן, וויזיטן וכו'

moshav zekeinim » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 6:40 pm

· #312782
איך מיין טאקע אז ע"פ הלכה מעג מען אוועק נעמען א קינד פון עלטערן וואס קענען אפפירן די קינדער פון אידישן וועג, וע"פ חסידות מעג מען אויך אוועק נעמען א קינד פון עלטערן אויב זיי נייגן אפ מדרך החסידות, ולפנים משרת הדין מעג מען צוטיילן דעם קינד פון די עלטערן, טאמער זעהט מען אפילו א שינוי כל שהוא ביי זיי. וע"פ סוד ו'הויכע רבישע ענינים מעג מען בכל בכל אופן. ועל זה קינן התנא הקדוש, קשה זווגו של אדם כקריעת ים סוף, ווייל אז עס איז פארהאן אזויפיל היתירים צוצורייסן זווגו של אדם עם יוצא חלציהם, איז עס קשה כקריעת ים סוף

moshav zekeinim » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 6:44 pm

· #312783
בלויע רעקל, טאמער הייסט דאס ביי דיר נישט צו נעמען פון די מאמע, דאן מיין איך אז דו זאלסט טוישן דיין רעקל צו שווארץ, כמנהג כל החסידים הפנטיים והכזבנים.

דולה ומשקה » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 7:25 pm

· #312791
moshav zekeinim
ריזיג אראפ געלייגט.

האט סאטמאר רב געהאלטן אז מען זאל צוריק געבן דאס קינד?

גראדע ווייס איך פון א פרשה מיט א פרוי וואס איז מאדערנעזירט געווארן, און געוואלט מודערנעזירן אירע קינדער, און איר משפחה האט איר געוואלט צוריק האלטן מיט געוואלד, אבער סאטמאר רב הערנדיג דערפון האט געהאלטן אז מען טאר נישט ניצן קיין שום צוואנג מיטלען קעגן איר ווילן. די משפחה האט אבער יא געניצט צוואנג און ערפאלגרייך איר פארשטעלט דער וועג פון מודערנעזירט ווערן (נישט אפגעפארן), מען האט איר אוועקגענומען די קינדער בתחבולות שונות, ארויסגעלאזט א שם אז זי איז א חולה נפש ועוד מעשים אשר לא יעשו.

דאס ווייבל איז געווארן מער אויסגעלאשן פון טאג צו טאג, און אפאר יאר דערויף האט זי געמאכט איר לעצטער החלטה אין איר טראגישער לעבן, און זיך גענומען דאס לעבן זאגנדיג מיט איר לעצטער אטעם פארן אייביגן רוה, אז זי וויל מער נישט לעבן.

השם ינקום דמה


יא, ס'דערמאנט מיר די מעכעליסט פרשה, ווען מדי בני משפחת לויפער האט געפייניגט מיט שרעקליכע גייסטישע יסורים דעם היינט באקאנטע ניקלשבורג'ער רבי שליט"א על לא דבר.

פון איהם אויך האט מען צוגענומען זיין ווייב און קינדער, פארוואס? ווייל די לויפערס ובראשם ר' אברהם ימ"ש אבד"ק גהינם והגלילות האבען געהאלטן אז ער איז... ח"ו... כ'ווייס אליינס נישט. דערנאך האט דער אותו רשע געדרוקט דעם תולדות יעקב יוסף אויף זיין אייגענע נאמען, רצחת וגם ירשת.

אלעס אונטער דער נאמען פון סאטמאר...

chusid » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 8:09 pm

· #312804
לגבי יאסעלע שוכמאכער געדענק איך הערן פון אפאר מקורות אז דאס התנגדות פון סאטמאר רבי איז געווען ווייל ער'ט נישט געזען קיין תכלית דערון ווייל מען וועט סייווי טרעפן דאס קינד צום סוף, אבער זיין התנגדות איז נישט געווען מאראליש אדער לטובת הילד

ירא שמים » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 8:14 pm

· #312806
Re: א ווייטאגליכע פרשה = א נאסער ליילאך אויף מיר און דיר
moshav zekeinim
בלויע רעקל, טאמער הייסט דאס ביי דיר נישט צו נעמען פון די מאמע, דאן מיין איך אז דו זאלסט טוישן דיין רעקל צו שווארץ, כמנהג כל החסידים הפנטיים והכזבנים.

און איך מיין דו זאלסט טוישן דיין נאמען צו… #אנטיסעמיט.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 8:32 pm

· #312811
אז סאטמאר רב וואלט געהאלטן אז מ'זאל צוריק געבן יאסעלע, וואלט אזוי געשעהן... נאר וואס דען, אז צום סוף האט מען פארלוירן, מוז מען זאגן אויף צוריק אז סאטמארע רב האט טאקע געזאגט בלא בלא בלא...

אז דר'עולם קאמאנדעוועט אז די לימודי חול איז בשפל המצב, דאן קומט אפיר א מקורב וואס עדות'ט אז אותו זקן רביה"ק האט זיך טאקע תמיד מתמרמר געווען און געהאלטן אז ענגליש איז גאר וויכטיג....

ווארט נאר אפאר יאר ווען ס'וועט זיין עדות אז סאטמאר רב האט מייסד געווען די עירוב אין וויליאמסבורג און אפילו TAG

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 8:37 pm

· #312815
Re: א ווייטאגליכע פרשה = א נאסער ליילאך אויף מיר און דיר
איך גלייב נישט אז גרטנר'ס זענען אזעלכע סאטמוירים אז מ'קען שפארען פון זייער מעשים דעת קדשו פון רבי'ן. זיי ענדלען דער נטו"ק פון היינט מיט זייער שייכות צו סאטמאר

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 10:33 pm

· #312846
איך וויל נאר צו געבן סיי צו דעם פותח האשכול, ..."בלויע רעקל"... און סיי צו ..."מושב זקנים'ס" תגובה. אז ווען איך וואלט געווען א דזשאדזש, ביי די פרשה פון יאסעלע שוכמאכער און סיי ביי די פרשה פון ..."שי פימא"...ביי וועלכע דער קרימינאל און באנדיט וכו' שלמה העלבראנס איז געווען אריינגעמישט אין די קידנעפינג פון דעם יונגל, וואלט איך זיי אלע אריינגעטראסקעט אין דזשעיל און אוועקגעווארפן דעם שליסל. אדער גערופן א וועלדער אז ער זאלל צו וועלדן די טיר אז מ'זאלל עס קיינמאל נישט קענען אויפמאכן...! ווייל ס'איז כמעט נישט דא קיין גרעסער פארברעכן, סיי לגבי די עלטערן און סיי לגבי דעם קינד, ווי אוועקרייסן א קינד פון זיינע עלטערן. זאללן די כוונות זיין די בעסטע אין די וועלט...ס'איז א מעוות לא יוכל לתקון. דאס צוברעכט סיי די עלטערן און סיי דאס קינד עמאציאנעל אויף זיין גאנצן לעבן. איך באגעגן פון מאל צו מאל דעם בחור שי פימא. און איך זעה אז ער איז א שבר כלי עמאציאנעל. אויך איז ער היינט נישט רעליגיעז. כ'האב געזעהן אז ער האט געהאט געלט אין טאש אום שבת קודש...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 10:40 pm

· #312847
געוואלדיג
בלויע רעקל


דער זיידע האט שוין נישט געלעבט ווען די וועלט האט זיך איבערגעדרייט.


דער זיידע האט געלעבט און געווען א רויסע חלק אןי די גאנצע רודעריי.

אויך איז דער זיידע פון יוס'לע שוכמכר געווען דירעקט אריינגעמישט אין די פרשה.
אויך קומט זיך א גרויסער יישר כח פאר די מוסד פון מדינת ישראל, וועלכע האבן אריינגעלייגט גרויסע כוחות צו אויפזוכן יאסעלע, און איהם צוריקברענגען צו זיינע עלטערן...! נישט אזוי ווי ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו, וועלכער האט צוזאמגעשאלטן די ..."מוסד" און געזאגט אויף זיי...ימ"ש, שר"י און עפ"ל...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 10:48 pm

· #312852
בלויע רעקל
גערעכט.. איך האב יעצט נאגגעקוקט.

דער זיידע איז געווען און עירפארט מיט די מאמע אים צו באגריסן.

ער האט זיך אבער ארויסגעלאזט פון די פרשה ווען די גיורת מרת בלוי האט זיך אריינגעלייגט..

די גיורת, די רעבעצין בלוי/רות בן דויד ע"ה האט געהאט א געקעסטלטע פארגאנגענהייט. עי טשעקער'ד פעסט, ווי מ'רופט עס אויף ענגליש. זי האט אנגעהויבן איהר קאריערע אלס קאבארעט טענצערין. כ'מיין אז מ'דארף נישט מפרש זיין וואס דאס מיינט. אבער מעין. לאמיר זאגן אז זי האט געטון איהר ארבעט. געטאנצן, פארשטייצעך מיט א שטארק צניעות'דיגן ירושלימ'ער לבוש. און פארדעם און נאכדעם האט זי געזאגט תהלים א גאנצן טאג... 🙄 !
אויך האט זי געארבעט בשעת די צווייטע וועלט מלחמה אין אן אונטערערדישע פארטיזאנער גרופע אין די באקאנטע..."רעזיסטאנס"...! און צווישן איין דזשאב און דעם אנדערן האט זי א גאנצן טאג געזאגט תהילים מיט בכיות...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 10:55 pm

· #312853
ליטוואק פון בודאפעסט
דער צוועלף יעריג מיידעל איז מחוייב אלס אוועק צו געבען נישט עובר זיין אויף יחוד. אפילו מ'וויל גלויבען דער גוזמא אז אוועק נעמען קינדער פון א מאמע איז רציחה, איז זי אויך מחוייב דערין.
דער קאורט איז יעצט נישט וויכטיג, די שאלה איז וואס איז ריכטיג. מ'עט שפעטער זיך אן עצה געבען מיט'ן קאורט.

מ'וועט זיך טאקע שפעטער אן עצה געבן מיט'ן קאורט. אבער בינתיים וועט מען גיין יושב'ן פאר עטליכע יאר און ס'וועט זיין א גרויסער חילול ה'...!

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 11:00 pm

· #312856
Re: א ווייטאגליכע פרשה = א נאסער ליילאך אויף מיר און דיר
טאמער ס'איז ביהרג ואל יעבור, איז עס קיין חילול ה' נישט, ופשוט.
מיין פאל איז גארנישט געווען קעגען די געזעץ. די שאלה איז געווען צו ס'איז דא א תכלית צו שלאגען אוועקצונעמען דער קינד פונ'ם מאמע'ן. מ'האט געמיינט געזעצליך, נישט סתם מיט הענט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 11:03 pm

· #312857
chusid
לגבי יאסעלע שוכמאכער געדענק איך הערן פון אפאר מקורות אז דאס התנגדות פון סאטמאר רבי איז געווען ווייל ער'ט נישט געזען קיין תכלית דערון ווייל מען וועט סייווי טרעפן דאס קינד צום סוף, אבער זיין התנגדות איז נישט געווען מאראליש אדער לטובת הילד

חסיד: וואס איז א נפקא מינה פארוואס די התנגדות פון סאטמר'ע רבי זצ"ל איז געווען. און אז ער האט געהאט התנגדות וועגן מענטשליכקייט, איז עפעס שלעכט...? ער האט נישט געהאלטן אז דאס איז א דרך אין אידישקייט. וחכם עדיף מנביא. ער האט פארשטאנען אז סוכ"ס וועט מען איהם צוריקנעמען פון די ערליכע אטמאספערע און ער וועט ווערן א חילוני. אזוי אז מ'האט גארנישט אויפגעטון. ויצא שכרו בהפסדו. פון א פראקטישן שטאנדפונקט אויך...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 11:48 pm

· #312869
[ציטאט אראפגענומען]

כעלמ'ער מגיד: אלעס וואס דו זאגסט איז אמת. נאר איין קליינע באמערקונג....די רק"ח (רשימת קומוניסטי חדש) איז נאך דאמאלס , אין די אנהייב זעכציגער יארן נישט געבוירן. נאר א סאך שפעטער. די פארטיי וועלכע האט רעפרעזענטירט די קאמוניסטן אין ארץ ישראל איז געווען די ...מפ"ם. מפלגת פועלים מאוחדת. מ'האט עס גערופן די רויטע פארטיי...!
די אלע היינטיגע פארטייען און בלאקן ווי ..."עבודה" און ליכוד זענען נאך דאמאלס נישט געווען. ס'געווען ...מפא"י..מפלגת פועלי ארץ ישראל (א שיינער נאמען פאר די פרייע חברה.) זיי זענען געווען די גרעסטע פארטיי. און ס'איז אויך געווען ..."חירות"... מנחם בעגינ'ס פארטיי...!

moshav zekeinim » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 11:53 pm

· #312872
זייער שיין צענומען שש.

ווייסט איינער צו בימי המקרא אדער חז"ל איז פארגעקומען א נפשות כאפעריי? עובדי ע"ז גרופעס (אזויווי שבט דן ושאר עשרת השבטים), צדוקים, מינים, מתיוונים, נוצרים, און אנדערע אנטי פרושים'דיגע גרופעס זענען דאך געווען פיל. געפונען מיר א נפשות כאפעריי ע"י בני הנביאים או הפרושים?

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 12:02 am

· #312875
[ציטאט אראפגענומען]

כעלמ'ער מגיד: דו מיינסט אז זי איז געווען א תמימות'דיג מיידעלע אדער יונג ווייבל וועלכע איז נארוואס ארויס פון בית רחל ד'סאטמאר אדער פון בנות ירושלים. ס'דא פארלעסליכע היסטארישע מקורות. ס'איז אן אפענער רעקארד. מ'קען דאס נישט פארלייקענען. זי איז געווען יענע חברה'מאן'טע. מהאי טעמא האט הרב קאצענעלנבויגן פון די (אלטע) נטורי קרתא איהר אויסגעקליבן פאר די מיסיע...און אין מאה שערים אליינס, בשעת ס'איז געווארן דער שידוך צווישן איהר און ר' עמרם בלוי האבן די נעיטיווס זייער שטארק פארפיהרט אקעיגן דעם שידוך. און זיי האבן עס נאר געוואלט צוברעכן. ווייל זיי האבן חושד געווען אז זי ארבעט פאר די ש"ב. (שירותי ביטחון.)...קיינער דארט האט זי נישט געטראסט...(און איך האלט אויך אז זי איז געווען א דאבל-עידזשענט. און געארבעט אויף ביידע זייטן.)

דעת תורה » פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 1:20 am

· #312901
יחוד איז ביהרג ואל יעבור? בפרט א פנויה. אפשר אלס נדה? אויך נישט אזוי פשוט אז נדה זאל האבן א א דין ערוה ממש. too much hurdles to leap over.

און בכלל איז דאך מעשים בכל יום אז איינער פון די עלטערן האט נאכאמאל חתונה, און אלס קען זיך מאכן יחוד שאלות. וואס עס טוט כלל ישראל זאל אויך טון ר' ישראל.

דעת תורה » פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 1:27 am

· #312906
ייש"כ כעלעמער פאר דיינע באלערנדע תגובות.

שבת אחים » פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 1:34 am

· #312907
זייער שווער צוגלייבן אז זי איז געוועהן א דאבל עידזשענט It's too far-fetched

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 3:12 am

· #312916
כעלמ'ער מגיד: בתוך הדברים פון די הג"הות אויף מיינע תגובות שרייבסטו א ביסל סארקאסטיש אז די נטורי קרתא האבן געהאלטן אז נאר אלס קלאב טענצערין האבן זיי איהר אויסגעוועלט פאר די מיסיע.
ניין: און זיכער ניין. אבער אלס געוועזענע קלאב טענצערין און פארטיזאנער, קענענדיג עטליכע שפראכן און שפילענדיג פארשידענע ראלעס אין איהר פארגאנגענהייט, האט זי געקענט אויספיהרן אזעלכע שווערע מיסיע. און זי האט טאקע אזוי געטון. זי האט פארשטעלט יוסל'ה אלס מיידל. און אזוי ארום האט זי איהם אדורכגעשמוגלט די ישראלי גרעניץ וואך. וועלכע האבן שוין געהאט ידיעות איבער זיין קידנעפינג... אויך האט זי געהאט פארשידענע קאנעקשנס און קאנטאקטן אין עטליכע אייראפע'אישע לענדער. ווי ענגלאנד, פראנקרייך און שווייץ.
לגבי איהר זיין א דאבל עידזשענט: אזוי האבן געהאלטן כמעט 100% פון די איינוואוינערס פון מאה שערים. און דערפאר האבן זיי געלייגט גרויס דרוק אז ער זאלל אפלאזן די שידוך מיט איהר. דאס איז שוין געווען נאך די פרשה פון יוסל'ה... און זיי (ר' עמרם ובחירת ליבו) זענען טאקע אוועקגעגאנגען וואוינען פון ירושלים קיין בני ברק פאר א געוויסע תקופה. עד יעבור זעם.
און איבער דערשמעקן אוואו יוסל'ה געפונט זיך אין ניו יארק האביך געליינט ערגעץ (דער איד...?) אז די מוסד האט אריבערגעשיקט אן אגענט וועלכער איז אמאל געווען אן ערליכער איד. א ישיבה בחור. ער האט זיך געלאזט וואקסן א בארד. און זיך אנגעהויבן דרייען אין עטליכע מקוואות און בתי מדרשים. זיך נאכפרעגנדיג מסיח לפי תומו, וואו יוסל'ה געפונט זיך. ביז ער האט דערשמעקט אז דאס קינד געפונט זיך ביי די גערטנער פאמיליע. אזוי ארום האט די עף.בי.איי. און די מוסד געלייגט אן אויג אויף די דירה פון משפחת גערטנער. דע יונגל האט בכלל געהאט אן אנדער נאמען..."יאנקל פרענקל"...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש דעצעמבער 19, 2015 6:20 pm

· #313006
Re: א ווייטאגליכע פרשה = א נאסער ליילאך אויף מיר און דיר
די מעשים בכל יום זענען ביי שומרי תומ"צ וואס היטען זיך פון יחוד. דא רעדט מען פון מענטשען וואס היטען נישט קיין תורה.
ווען די מאמע איז אוועק פון תורה רח"ל, קען מען אפשר רעדען וועגען רצח'ן א קינד על אף די עבירות וואס מ'גייט טוהן, אבער לגבי יחוד העלפט נישט יענע סברא.

פארוואס? » מאנטאג פעברואר 15, 2016 9:02 am

· #321407
די דיסקאסיע דא ווערט צוטיילט אין צוויי באזונדערע נושאים:

די ערשטע נושא איז טאמער אוועקרייסן א קינד פון עלטערן איז אייביג אפפגעפרעגט, אדער עס זענען דא פעלער וואס דער הכרח איז מחייב זיי צו אוועקרייסן?

די צווייטע נושא איז, אויב זענען מיר מסכים אז עס זענען פארהאן אזעלכע פעלער, וואס זענען זיי? איז לייכטע מאדערניזאציע אויך בכלל, אדער נאר אינגאנצן פריי? אדער נאר ווען די עלטערן זענען אדיקטעד צו דראגס? אומפאראנטווארטליך צו די פונדעמענטאלע באדערפענישן פון דאס קינד? וואו פונקטליך איז דער גרעניץ?

איך מיין אז דער ערשטער נושא איז קלאר ביי יעדן, - אפילו ביי דעם גרעסטן עקסטרעמיסט - אז קינדער דארפן א טאטע און א מאמע, און ס׳קען נישט ערזעצט ווערן מיט קיין שום קערפערשאפט בעולם. און מיט דעם אלעם, זענען מיר נאך אלס מסכים אז ס׳זענען פארהאן אופנים וואס עלטערן קענען נישט האדעווען קיין קינדער.

סא, דער נידון איז נאר די צווייטע נושא, און דא קומט מען אן צו אלטע וויכוחים, וואס זענען שוין אויסגעדראשן, יעדער וועט האלטן אנדערש, געבויעט אויף דעות קדומות, @ליטוואק פון בודאפעסט האלט אז נאר יהרג ואל יעבור׳דיגע איסורים, (בדר״א - ייחוד איז יהרג ואל יעבור ע״פ הלכה?, מער איבער דעם אין א באזונדערע הודעה), אנדערע וועלן זאגן אז העברה על הדת איז יהרג ואל יעבור, און בכלל דעם איז אויב די מאמע פארמאגט א סמארטפאון, אדער דער טאטע וויל שיקן די קינדער צו מוסדות וואס זענען נישט על טהרת הקודש, ומאן מפיס?

זעלבסטפארשטענדליך, אז איינער וואס רעליגיע איז נישט אזא וויכטיגע פאקטאר אין די געזונטהייט און צופרידנהייט פון די קינדער, וועט נישט פארשטיין בכלל דער מושג פון צוזאממישן רעליגיע מיט קאסטאדי, אבער די וועלכע קוקן עס אן אלס א וויכטיגע אישו, (און בפרט די וועלכע קוקן דערויף נאך פאר די געזונטהייט און צופרידנקייט פון די קינדער), האלטן יא אז דאס איז זייער א וויכטיגע נושא.

ביז אהער איז אלעס ווען מ׳קוקט עס אן מיט טרוקענע לאגיק, אהן אריינמישן געפיהלן, אבער דער מציאות איז אז אזעלכע סארטן החלטות ווערן מערסטנס געטוהן דורך איבער-געפיהלישע עשקנים, וואס אפעלירן נישט קיין איבעריגע מחשבה צו זייערע מעשים, און בפרט ווען עס איז משפחה מיטגלידער.

אין זייער אסאך פעלער, איז קלאר אפילו פאר די עשקנים און די נשמות-פארזארגער, אז עס איז נישט קיין טובה פאר די קינדער צו ווערן אוועקגעריסן פון די עלטערן, און זיי אליינס וואלטן אזוי פארשטאנען ווען במקרה וואלטן זיי געווען אויף די צווייטע צד, נאר עס איז פשוט ריינע נקמה געפיהלן איינגעהילט אין א יידישקייט געפיהל. פאר אזעלכע פעלער קען יואלי לעבאוויטש׳ס קאמפיין מעגליך העלפן.

פארוואס? » מאנטאג פעברואר 15, 2016 9:04 am

· #321408
ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס נישט צו דא איז דער פאסיגסטע פלאץ דאס אראפצושרייבען, אבער דא באלאנגט עס אויך.
א איד זאגט מיר אז זיין זוהן האט זיך גע'גט און די ווייב איז למעשה אינגאנצען פריי יעצט. א צוועלף יעריג מיידעל און א צען יעריג אינגעל האבען זיי און זיי האבען קאסטאד"י צוזאמען. א האלבע וואך ביי איהם און א האלבע וואך ביי איהר. זי וויל ארויסממופען פון א פרומע געגענט צו א מאדערנע געגענט צוזאמען מיט איהר חבר וואוינען צוזאמען. דער זיידע וויל עס אפשטעלען. איך פרעג איהם צו ער האלט טאקע אז א קינד אן א מאמע איז בעסער ווי מיט א מאמע, זאגט ער מיר א. זיין זון האט חתונה געהאט, קענען די קינדער וואוינען מיט א שטיפ - מאמע. ב. ס'איז דא א הלכה'דיגע נושא, וויבאלד די צוועלף יעריגע טאכטער האט אן איסור יחוד מיט'ן באיפרענ"ד, און דאס איז ביהרג ואל יעבור (הלכה'דיג, נישט קנאי'ש גערעדט) און ממילא איז דער טענה אז מ'הרגע'ט א קינד' נישט וויכטיג.

וואס האלט דער עולם?


איך פארשטיי נישט ווי אזוי דו ביזסט אנגעקומען פון א מותר לכתחילה און א מעשים בכל יום, צו יהרג ואל יעבור?!

ייחוד מיט בתו החורגת איז מותר לכתחילה, און עס איז דא דערפאר א מפורש׳ע ראיה פון גמרא, וכן עמא דבר.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג פעברואר 15, 2016 9:08 am

· #321409
Re: א ווייטאגליכע פרשה = א נאסער ליילאך אויף מיר און דיר
דאס איז נישט קיין בתו החורגת, דאס איז די טאכטער פון א גערלפרענ"ד, און ס'איז פראקטיש א יחוד מיט צוויי עריות. דאס איז נוגע די דאורייתא'ס, לגבי די דרבנן'ס (וואס איז נישט נוגע לגבי יהרג ואל יעבור) רעדט מען דא פון פרוצים כפשוטו, וואס איך גלייב נישט איז אזוי עמא דבר.
אגב, איך זוך די היתר פון חורגתו, ווייל אין שו"ע ונו"כ אה"ע כ"ב איז עס נישט, איך קוק אינ'ם ליקוט 'דבר הלכה' עמ' צב ווי ער ברענגט בדרך אגב אז דער חזו"א האט גע'אסר'ט כפשוטו (ס'האנדלט זיך דארט צו ס'איז לבו גס בה), און אין עמ' קג איז ער מאריך דערין. ער ברענגט אבער א מקנה וואס קען אפשר זיין א ראיה אז ס'איז 'נאר' מבית דינו של דוד. אלענפאל'ס ס'איז דא נישט נוגע, וכנ"ל.
ועוד, איך האב נישט געשריבען אז 'נאר' יהרג ואל יעבור איז אזוי, איך האב ארויפגעברענגט די סברא ארומצושמועס'ן.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

פארוואס? » מאנטאג פעברואר 15, 2016 10:30 am

· #321415
דו ביסט מחליט צו מחלק זיין צווישן בתו החורגת און א טאכטער פון א גירל פרעינד אהן קיין הסבר, און דערמיט פסקנסטו דיני נפשות.

דער היתר פון בתו החורגת איז מבואר אין אגרות משה אבן העזר חלק ד סימן סד אות ב.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג פעברואר 15, 2016 10:37 am

· #321417
Re: א ווייטאגליכע פרשה = א נאסער ליילאך אויף מיר און דיר
נישט דער חילוק דארף א ראיה, נאר דער צושטעל.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 15, 2016 1:38 pm

· #321438
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: דאס איז אזוי ווי די מעשה וואס איז זיך פארלאפן ביי דעם מלבי"ם. איינער פון די משכילים איז געקומען צו איהם און געזאגט אז דערפאר האט ער פארלאזט דעם דת ווייל ער האט א סך קשיות אויף די אמונה. האט איהם דער מלבי"ם געענטפערט..."דו האסט נישט קיין קשיות. דאס זענען תירוצים. דו האסט געוואלט זיין א שייגעץ. איז דאס א גוטער תירוץ"...!

פארוואס? » דינסטאג פעברואר 16, 2016 5:41 am

· #321558
ליטוואק פון בודאפעסט
נישט דער חילוק דארף א ראיה, נאר דער צושטעל.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

איינמאל און ווידער אמאל זעה איך, אז אונזערע וויכוחים פאנגען זיך נישט אן אין די פרטים, נאר אין אסאך א פריערדיגע וויכוח.

בשעת ווען פאר מיר איז פשוט, אז בעפאר מ׳שיקט ארויס א פאטווא, יהרג ואל יעבור!! און נאך בהדגשה אז מ׳רעדט נישט פון קיין קנאי׳שע סארט, נאר טאקע א קלארע פסק הלכה, אז מ׳דארף זיך לאזן הרג׳נען, מוז עס זיין ברור בתכלית הבירור, וכולי האי ואולי קענען מיר פסק׳נען דיני נפשות.

אבער דו פארשטייסט אז מיט א דמיון רחוק לאביזרייהו דאביזרייהו דג״ע, קען מען באקוועמערהייט אפקאפן די ציווילעזאציע, מיר זענען דאך נישט קיין דעאש׳ער חסידים.

איך ברענג דיר א ראיה פון ערגעץ אז עס איז מותר לכתחילה, כאטש מ׳וואלט געקענט טרעפן א חילוק, (לדעתי, איז עס נישט קיין חילוק, ווייל זיל בתר טעמא), אבער מ׳קען דאך נישט האקן קיין קעפ אזוי גרינג.

תכלית, מיר דארפן זיך אנפאנגען צו אויסטענה׳ן אין די כללי הפסק, אין א באזונדערע אשכול.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 16, 2016 6:35 am

· #321559
Re: א ווייטאגליכע פרשה = א נאסער ליילאך אויף מיר און דיר
דער זיל בתר טעמא איז נאך ווייט פון באשטעטיגט. בשעת ווען איינער נעמט אחריות פאר א קינד און נעמט איהר אריין ווי א טאטע איז איין זאך. ווען אבער ער איז סך הכל דער חבר פון די מאמע, אן קיין שום התחייבות אדער פאטערליכע באציאונג צום קינד, האט עס קיין שום שייכות נישט. פארקערט, דער זיל בתר טעמא עיז גאר דער איסור.
דא איז עס א טעכנישע זאך, נישט קיין חומרא צו וואס. ס'איז שווער אנצונעמען אז דער צוועלף יעריג מיידעל/קינד איז גאר דער חפצא של איסור פון א יחוד דאורייתא מיט סיי וועלכע מאן, אפילו ווען דער מאן האט פארצופאל עפעס באציאונגען מיט'ן קינד'ס מאמע'ן. אבער דאס איז דער תורה און איהר חוקים וואס א צוועלף יעריג קינד איז שוין אן ערוואקסענעם, און דער איסור איז אויך א טעכנישע, יחוד איז א קירבה לעריות, הגם אז אונז איינשטעטיגע מענטשען קוקען עס אזוי נישט אן.
איך בין נישט קיין הגיע להוראה, אבער דער פסק פון ר' משה איז סתם אזוי גאר מאדנע, און זיין ראיה איז מיר זייער אומפארשטענדליך. און זיין מציאות איז אויך מאדנע. ממילא ווען מ'רעדט פון אדאפשען אלס ניי-געבוירענע קינד, קען איך הערען אז דער מציאות איז אזוי. אבער ווען איינער האט חתונה מיט א צווייטען, איז איהר פופצען יעריג טאכטער פלוצלונג אויס פראבלעם?! דאס גייט נישט אריין אין קאפ אזוי לייכט.

ולסיומא ולכפילא דמילתא, איך האב גארנישט געפאסקנ'ט צו געפאטווא'ט. איך האב אראפגעברענגט א סברא פאר'ן אויסשמועס'ן. א טעכנישע נקודה אינ'ם שמועס.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

דעת תורה » דינסטאג פעברואר 16, 2016 9:24 am

· #321570
Re: א ווייטאגליכע פרשה = א נאסער ליילאך אויף מיר און דיר
בפשטות איז דאס א חידוש עצום, קיינמאל נישט געהערט אזא געדאנק. ברויך מען אריין קוקן אינעווייניג . אויבן אויף איז נישטא קיין שום מקום להקל אפילו ביי א געהעריגע בתו חורגת.

אהער אויב ר' משה פסק'נט אזוי, זעה איך שוין נישט די גרויסע דיפערענץ צווישן ע"י חופה וקידושין אדער סתם וואוינען צוזאמען.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 16, 2016 11:48 am

· #321591
Re: א ווייטאגליכע פרשה = א נאסער ליילאך אויף מיר און דיר
דו זעסט טאקע נישט קיין חילוק צווישען ווען ער נעמט איבער דער טאטעשאפט און ווען ס'איז סתם א חברשאפט מיט בענעפיט'ן?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

דעת תורה » דינסטאג פעברואר 16, 2016 6:50 pm

· #321648
Re: א ווייטאגליכע פרשה = א נאסער ליילאך אויף מיר און דיר
עגעין, מ'דארף אריין קוקן אינעווייניג. אויבנאויף איז אוודאי נישטא אזא דין בכלל אז א שטיף טאטע קען איבערנעמען טאטע'שאפט. אבער איינמאל מ'קומט דאס שוין איבער, עס צו נעמען א טריט ווייטער צו א פילגש איז שוין א קאצן שפרונג.

פארוואס? » דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 7:57 am

· #321826

בר גיורא » מיטוואך יוני 1, 2022 12:14 pm

· #501412
דיקלעיסיפייד דאקעמנטען פון די ממשלה איבער די שוכמאכער פרשה
הרב דאמב פון לאנדאן פלעגט שיקען זיינע ביכער צו בן-גוריון 😉
📎 Screenshot 2022-06-01 191333.jpg

בר גיורא » מיטוואך יוני 1, 2022 12:15 pm

· #501413
,
📎 פרשיית יוסלה.pdf

בר גיורא » מיטוואך יוני 1, 2022 12:23 pm

· #501414
א ווייטאגליכע פרשה = א נאסער ליילאך אויף מיר און דיר
זיי האבן חושד געווען די סטייפלער אין האבן א גרויסע יד אין די פרשה
📎 Screenshot 2022-06-01 191808.jpg

בר גיורא » מיטוואך יוני 1, 2022 12:33 pm

· #501415
דוד בן-גוריון וויסט פונטקליך ווער סאטמער רבי און הרב דאמב זענען און וואס זיי זענען אלס מסוגל צי טוהן...
📎 Screenshot 2022-06-01 193120.jpg

בר גיורא » מיטוואך יוני 1, 2022 12:44 pm

· #501416
''
📎 Screenshot 2022-06-01 194338.jpg

בר גיורא » מיטוואך יוני 1, 2022 1:27 pm

· #501417
די שר הפניםהאט אן ערענסטן קלער פארוואס מרעכנט זיך נישט מיט די אידן וואס פראטעסטירן אין אמעריקע....
און אפשר זענען מיר נישט גערעכט !!
קוקט אויס אז סענדר דייטש איז געווען גערעכט 😮
📎 Screenshot 2022-06-01 202417.jpg
בלאט: 1 2