☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » קריסטאפער היטישאנס

קריסטאפער היטישאנס

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9900

שבת אחים » מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 1:53 am

· #312519
קריסטאפער היטישאנס
נעכטן, דעצעמבער 15 איז געוועהן די פערטע יארצייט פון קריסטאפער היטישאנס ז"ל.

היטישאנס איז געוועהן א (האלבע) איד, זיין מאמע איז געוועהן א אידענע. ער איז געוועהן א בריטיש/אמעריקען שרייבער פון אסאך ביכער און א באוואוסטער זשורנאליסט, זיינע שרייבונגען האט אפט ארויסגעברענגט קאנטערעווערסי. ער איז געוועהן א לינקער סאושעליסט און זייער שטארק קעגן ארגענייזט רעליגיע, ער האט אסאך דיבעיטעט די עוואנגעליקאל קריסטן און אנדערע רעליגיעזע דאקטרינס.

ער איז געשטארבן אין 2011 אינעם יונגען עלטער פון בלויז 62 יאר אלט, נאכן ליידען פון קענסער ל"ע. ער איז פארבליבן א שטארקע אייקאן אין די ליבעראלע וועלט ווי זיין ליטעראטור און פילאסאפיע איז ברייט אנגענומען.

דער עולם איז מכובד צוצולייגן, א דאנק.

שבת אחים » מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 2:33 am

· #312522
אמת, מיט דעם האט ער זיך פארפּאַטשקעט לדעתי, נאכאלץ איז ער פארבליבן א שטארקע פיגור אין די ליבעראלע וועלט, דאכצעך ער האט שפעטער מודה געוועהן אז ער האט א טעות געהאט מיט די איראק וואר, ניין? כ'בין נישט זיכער אבער אזוי ליגט מיר אין קאפ.

שבת אחים » מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 2:38 am

· #312523
Christopher Hitchens debates Iraq with Reagan Jr

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=6d7fHvHXeiQ">https://www.youtube.com/watch?v=6d7fHvHXeiQ</a>

ישראל קאפקע » מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 10:53 am

· #312542
[ציטאט אראפגענומען]


Let me be clear: I could never forgive Hitchens, with whom I worked off and on at The Nation for more than a decade, for his embrace of George W. Bush, Dick Cheney and company, and the murderous, unprovoked war they launched against Iraq. There were plenty of other offenses from Hitchens even before that, including his attack on abortion rights, his praise of 2 Live Crew’s misogynistic lyrics, his casual insistence that the conquest and genocide of North America’s native inhabitants “deserves to be celebrated with great vim and gusto,” and his stubborn, madly obsessive campaign to impeach Bill Clinton.

???
Liberal icon?

שבת אחים » מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 2:49 pm

· #312566
איך הער, קען זיין אז ער איז נישט קיין אייקאן אין די ליבעראלע וועלט אבער זיכער א אייקאן אין די New atheist movement