☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » פון מארגן: טעגליכער "המבשר" אין אימעיל אומזיסט

פון מארגן: טעגליכער "המבשר" אין אימעיל אומזיסט

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #990

טעפל » מאנטאג יולי 2, 2012 4:37 am

· #21100
איך האב די היינטיגע אויסגאבע אבער ס'איז צו שווער כ'קען עס נישט ארויפלייגען.
אפשר קען איינער העלפען??

יידל » מאנטאג יולי 2, 2012 8:05 am

· #21102
טעפל
איך האב די היינטיגע אויסגאבע אבער ס'איז צו שווער כ'קען עס נישט ארויפלייגען.
אפשר קען איינער העלפען??

קענסט עס אריופלייגן אלס עטטעטשמענט אדער קענסטו עס ארויפלייגן אין freepdfhosting.com און דערנאך לינקן פון דא אהין.

ראש המדברים » מאנטאג יולי 2, 2012 2:04 pm

· #21219
זייער א גוטע און שיינע ארבעט, אז די יודן אין די וועלט זאלן האבן נייעס

טעפל » דינסטאג יולי 3, 2012 10:25 am

· #21435
[ציטאט אראפגענומען]

יא, כ'האב עס היינט באקומען.

לעמיל » דינסטאג יולי 3, 2012 10:29 am

· #21436
טעפל
[ציטאט אראפגענומען]

יא, כ'האב עס היינט באקומען.

איך אויך

יידל » מיטוואך יולי 4, 2012 4:51 pm

· #21735
טעפל
איך האב די היינטיגע אויסגאבע אבער ס'איז צו שווער כ'קען עס נישט ארויפלייגען.
אפשר קען איינער העלפען??

באדיבת טעפל
<a class="postlink" href="http://freepdfhosting.com/69d7673d86.pdf">http://freepdfhosting.com/69d7673d86.pdf</a>

לעמיל » פרייטאג יולי 6, 2012 10:03 am

· #22109
איך מיין אז המבשר זאל עפענען א ענגלישע צייטונג אין אמעריקא

שעפסעלע » פרייטאג יולי 6, 2012 1:07 pm

· #22189
המבשר ארבייט שוין א לאנגע צייט צו עפענען א 'אידישע' צייטונג אין אמעריקא.

מיט עטליכע חדשים צוריק, האבן זיי געזוכט גוטע אידישע שרייבער, מגיהים און אלעס וואס פעלט זיך אויס פאר א אידישע צייטונג אין אמעריקא, וואס זאל דינען פאר די אלע קרייזן וואס האבן נישט קיין חשק צו ליינען דער איד-בלאט.

וואס איז למעשה געווארן ווייסעך נישט

לעמיל » פרייטאג יולי 6, 2012 1:32 pm

· #22197
שעפסעלע
המבשר ארבייט שוין א לאנגע צייט צו עפענען א 'אידישע' צייטונג אין אמעריקא.

מיט עטליכע חדשים צוריק, האבן זיי געזוכט גוטע אידישע שרייבער, מגיהים און אלעס וואס פעלט זיך אויס פאר א אידישע צייטונג אין אמעריקא, וואס זאל דינען פאר די אלע קרייזן וואס האבן נישט קיין חשק צו ליינען דער איד-בלאט.

וואס איז למעשה געווארן ווייסעך נישט

איך האב גארנישט געהערט דערפין הלוואי זאל עס זיי געלונגען אין ארץ ישראל זענען זיי זייער שטארק היינט

שעפסעלע » מאנטאג יולי 9, 2012 11:40 am

· #22642
פאר א יאר צוריק אזא צייט, ווייס איך קלאר אז המבשר פון אר"י האט געזוכט גוטע אידישע שרייבער אין אמעריקא, ארויסצוקומען אדער מיט א גענצליך נייע אידישע צייטונג, אדער בלויז אריינלייגן א אינסערט אין די ביז יעצטיגע אר"י'דיגע המבשר.

זיי האבן געזוכט גוטע שרייבער, מיט א גרייטקייט אריינצושפרינגן אין די פראיעקט, נאכן באקומען אן א שיעור געבעטן פון מיטגלידער אין אלע קהילות אחוץ סאטמאר, וואס ווילן אויך האבן א צייטונג ווי זיי שפורן זיך באקוועם, אין נישט דארפן פיטערן זייער יונגווארג מיט ענגלישע מאטריאל.

ס'איז שטארק מעגליך אז זיי זוכן נאך צו גיין ווייטער, נאר די פאר סאטמארע שרייבערס מיט וועםזיי האבן זיך פארבינדן האבן געוויזן דעם ריקן, וואס האט אטאמאטישע איינגעשלעפט די גאנצע פלאן.

אויב איינער איז אינטערסירט, גלייב איך אז מיט א אימעיל צו די המבשר אפיס אין אר"י, וועט ער קענען דערגיין מער וואס ווען און ווי

אלדד » דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:40 am

· #26046
א הערליכע צייטונג, די קאווערידש אויפן פטירה פון הרב אלישיב איז עפעס אויסערגעווענדליך...

אלדד » דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:43 am

· #26047
לעמיל
איך מיין אז המבשר זאל עפענען א ענגלישע צייטונג אין אמעריקא

די ענגלישע מארקעט איז דא צופיל מוצלחדיגע צייטונגען אז ס׳זאל זיך לוינען פאר המבשר ארויס קומען מיט א צייטונג, אידיש איז שוין עפעס אנערש, ווי ס׳איז בעצם נישטא קיין איין נארמאלע צייטונג צו באקומען... איך גלייך אז אסך בקשות צו די הנהלה פון המבשר קען נאר אויפטוהן...

טעפל » דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:15 am

· #26106
אלדד
א הערליכע צייטונג, די קאווערידש אויפן פטירה פון הרב אלישיב איז עפעס אויסערגעווענדליך...

יא גערעכט זייער שיין, משא"כ המודיע איז ממש שוואך די קאווערידש...

עס עפעס » פרייטאג יולי 20, 2012 11:06 am

· #26597
[ציטאט אראפגענומען]


גיי צו hamodia.com און שרייב זיך איין צו קריגן זייער טעגליכע צייטונג אין אימעיל

יידל » זונטאג יולי 29, 2012 2:13 pm

· #29447
[ציטאט אראפגענומען]

נו, מילא. ס'דאך סיי ווי נאר תשעה באב הנדחה.

אלדד » זונטאג יולי 29, 2012 6:20 pm

· #29502
[ציטאט אראפגענומען]

פארוואס נישט?