הקטן: ייש""כ. וואס איך האב געברענגט אז די עלעקטרישע סיגנאלן פון סיי וועלכן ספיקער סיסטעם קענען האבן הלכה'דיגע אימפליקאציעס. ווי ביי הבדלה, קדושה אדער קריאת המגילה. (וואו מ'איז יוצא לעת הצורך ובשעת הדחק. משא"כ ביי תקיעת שופר קענמען נישט יוצא זיין. ווייל ס'דארף זיין די אריגינאלע קול שופר. און נישט קיין קוול הברה. א ווידער קול.) דאס איז נאר געווען כבדרך אגב. איך האב דא גארנישט מחדש געווען...! אפילו נישט פרובירט...!
גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #99
בלאט: 1 2
Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
תוהו ובוהואבן עזרא (שמות כ א):אויב פארשטיי איך גוט זיינע ווערטער, זאגט ער עפעס אז ליכטיגקייט לויפט 'בכלל נישט' (סאו טו ספיק), און דעריבער זעהט מען עס 'גלייך' ''בזולת זמן'', משא''כ קול וואס לויפט יא, און איז תלוי בזמן...
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
''והנה ידענו כי הרגשת העין נכבדת מהרגשת האוזן, כי ידענו בראיות גמורות כי רגע הראות הברק לעין הוא רגע הרעם, רק העין ראתה מרחוק, והאויר מביא הקול אל האוזן, והליכתו לאט ולא יגיע אל האוזן רק אחר עבור רגע..''
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
אז מ׳האט דערמאנט דעם קאסימיר עפעקט איז אינטרעסאנט צו דערמאנען דעם וואן דער וואַלס פאָרס וואס קען צאמהאלטן צוזאמען אטאמען און מאלעקיולס. ביי ווייטערע מרחקים איז דאס מושך איינע די אנדערע און ביי (גאר) נענטערע שטופן זיי זיי זיך אוועק (דארט וואו עס טוישט זיך פון משיכה צו דחיפה ווערט גערופן די וואן דער וואַלס קאנסטענט דיסטענס). עס קומט אויך אפיר פון קוואנטום אפעקטן. אנדערש פון קאָוועילענט און אייאַניק בּאַנדס וואס האלטן צאם אטאמען צו שאפן מאלעקיולס, איז דאס אבער היבש שוואכער.
בלאט: 1 2