☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #9891

אשכול אן א טיטל #9891

88 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9891
בלאט: 1 2

— » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 5:27 pm

· #312188

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

שלום על ישראל » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 5:33 pm

· #312189
כ'האב אים אויגעהערט היינט צופרי, און די אויגן האבן געגאסן פאר גערירטקייט, און די כעס האט געבושעוועט קעגען די עושה מעשה. דער פעסטער האט א כח.

moshav zekeinim » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 6:30 pm

· #312193
קען מיר איינער ערקלערן, פארוואס טוען עסקנים נישט צולאזן קיין קינד צום טאטן?

צווייטנס, פארוואס איז וויכטיג אז א קינד זאל האבן א טאטע?

בן אדם » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 6:51 pm

· #312196
moshav zekeinim
קען מיר איינער ערקלערן, פארוואס טוען עסקנים נישט צולאזן קיין קינד צום טאטן?

צווייטנס, פארוואס איז וויכטיג אז א קינד זאל האבן א טאטע?

איין קשיא פארענטפערט די אנדערע; אויב ס'דא עסקנים דארף מען נישט קיין טאטע...

chusid » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 7:33 pm

· #312198
ס'הייסט אז זיין טאטע האט געמאכט זייער א הארציגן ניגון איינמאל ווען ער איז געפארן טרעפן יואלי אבער מען האט נישט צוגעלאזט. איינער ווייסט וועלעכע ניגון?

אביסעל שכל » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 9:01 pm

· #312205
ער זינגט עס צום סוף

רויטע וואנצעס » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 9:35 pm

· #312206
א קינד דארף זיין טאטע,
א טאטע דארף זיין קינד,
א קינד וויל זיין טאטע,
א טאטע וויל זיין קינד,
א קינד האט ליב זיין טאטע,
א טאטע האט ליב זיין קינד,
א קינד ציהט צום טאטען,
א טאטע ציהט צום קינד,
אוי טאטי, זיי מיר מקרב,
אוי קינד, קום אונטער מיין שוץ,
טאטי, מיר זענען איינס טאטע,
יא קינד, נפשי קשורה בנפשך,
טאטע, דו האסט מיר געגעבן לעבן,
קינד טייערע, דו געבסט מיר א סיבה צו לעבן,
טאטע, לערן מיר אויס ווי אזוי מ'דארף לעבן,
קינד, בלייב נעבן מיר מיין גאנץ לעבן,
טאטע קום, איך וויל מיר צו דיר אויסוויינען,
קינד, קום לאמיך אפווישן דיינע טרערן,
טאטע, גיס אויף מיר אהבה אזוי שטארק,
קינד מיינע, ס'האט זיך נאך קיינמאל אפגעשטעלט,
טאטע, האלז מיר און קוש מיר עד כלות,
קינד זיסער, האלז מיר, איך דארף אויך דיין אהבה,
אוי קינד טאטע קינד טאטע מיר זענען איינס לעולם,
אונזער אהבה איז פון ווארטלאזע געגועים..

ישראל קאפקע » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 9:45 pm

· #312207
Our very own @RedMustache, unrivalled and unparalleled, as always!

ירא שמים » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 10:19 pm

· #312210
אביסעל שכל
ער זינגט עס צום סוף

לא נכון.

ירא שמים » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 10:51 pm

· #312212
ער זאגט אז די ניגון האט זיין טאטע געמאכט ווען זיי האבן זיך צום ערשט געטראפן, חסיד רעדט וועגן א אנדערע מעשה פון א ניגון וואס ער האט פארפאסט ביים קומען און זיך נישט טרעפן.

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 11:34 pm

· #312214
ראשעקאאל: יישר כח. דאס האט מיר באמת געברענגט טרערן. ווען איך לאך הויעך שרייב איך אייביג אז מיינע שכנים קומען צו לויפן. אבער בשעת איך וויין פון גערירטקייט, וויין איך שטיל. אז קיינער (אויסער די אייבישטער) הערט נישט.
זייער עמאציאנעל און רירנד. טאקע נאר יואלי לעבאוויטש קען דאס אזוי גוט ארויסברענגען.
ליידער ביי אונז אין די גרעסערע משפחה (קאזינס) איז אויך דא א פאל וואו מ'האט א טאטן מרחק געווען פון זיינע קינדער. אזוי ווייט אז ווען איינער פון די קינדער האט חתונה, דינגט מען גארדס אז זיי זאללן איהם נישט צו לאזן צו די חתונה פון זיינע אייגענע קינדער. ווען איך קום צו די חתונה, בעט ער מיך מיט טרערן אין די אויגן און הארצווייטאג אז איך זאלל איהם איבערגעבן כאטש א גרוס פון זיינע קינדער. דאס איז אויך צוליעב די גוטסקייט פון די אזוי-גערופענע עסקנים. אמת. דער טאטע איז זיך ווערד זיין געלט. אבער צו טון אזא מעשה אכזריות...און די פארשוינען מיינען נאך אז זיי וועלן האבן א גרעסער'ן חלק עולם הבא...אויף דעם קענמען נוצן דאס גוי'אישע ווערטל, וועלכעס זאגט...אז דער וועג צום גהינום איז אויסגעפלאסטערט מיט גוטע כוונות...!
The road to hell is paved with good intentions. .... 😢 😞

קאצקע ציקער » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 12:53 am

· #312226
די נמשל וועגן דער אייבערשטער ווי יואלי שרייט וויפל קינדער רעדט מען איין און זיי מיינען אז דער טאטע אין הימל האט זיי פיינט , האט מיך נאך מער צונימען

יעקב מענטש » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 1:07 pm

· #312265
איך געדענק נישט ווען איך האב די לעצטע מאל פאקטיש געוויינט ביים קוקן א קליפ. די נשמה צוגייט!

אהרן » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 1:09 pm

· #312266
שוין לאנג נישט געהערט אזא מוסר דרשה

רוח קדים » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 1:40 pm

· #312274
דאס קליפל פאר זיך איז עפעס געוואלדיג, אבער נאך איינמאל איינער שיקט מיך דאס אויף וואטסעפפ גייט גיין קלעפ! וויפיל איז דער שיעור צו באקומען א ניינצן מינוטיגער קליפ?

גאנצל » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 2:57 pm

· #312295
וואס איז קרבתנו אלל עבאוט ?

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 3:39 pm

· #312304
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/8830">viewtopic.php?f=3&t=8830</a><!-- l -->

Milk shake » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 3:48 pm

· #312305
רירנד!

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 5:06 pm

· #312318
זאל איך אונהייבן ווי יעדעם ?


יא מיין הארץ איז צוריסען געווארן הערענדיג .....


כבין באגייסטערט פין זיין קעראקטור פין ארויסקומען אין פאבליק, ווי אויף די קליפ קען מען אויך הערן זיין קול שטיקט ביי געוויסע פעלער.

וואס כוואלט געוואלט וויסן וואס האט איהם געגעבן די קוראדז 16 יאר עס א דורך צו מאכן.

וואלט געקענט אויסוואקסן א משוגנער אדער אפפארן

שלום על ישראל » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 5:20 pm

· #312322
גרויסע מענטשעלע
זאל איך אונהייבן ווי יעדעם ?


יא מיין הארץ איז צוריסען געווארן הערענדיג .....


כבין באגייסטערט פין זיין קעראקטור פין ארויסקומען אין פאבליק, ווי אויף די קליפ קען מען אויך הערן זיין קול שטיקט ביי געוויסע פעלער.

וואס כוואלט געוואלט וויסן וואס האט איהם געגעבן די קוראדז 16 יאר עס א דורך צו מאכן.

וואלט געקענט אויסוואקסן א משוגנער אדער אפפארן

כ'האב געטראכט די זעלבע. דאס לערענט אונץ א נייע פרק פון על תדין.

לא ימלט » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 5:22 pm

· #312324
איינער מיט מער אינפאו בנוגע "קרבתנו"? וואס איז דאס? און ווי?

קאצקע ציקער » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 7:22 pm

· #312340
גרויסע מענטשעלע
זאל איך אונהייבן ווי יעדעם ?


יא מיין הארץ איז צוריסען געווארן הערענדיג .....


כבין באגייסטערט פין זיין קעראקטור פין ארויסקומען אין פאבליק, ווי אויף די קליפ קען מען אויך הערן זיין קול שטיקט ביי געוויסע פעלער.

וואס כוואלט געוואלט וויסן וואס האט איהם געגעבן די קוראדז 16 יאר עס א דורך צו מאכן.

וואלט געקענט אויסוואקסן א משוגנער אדער אפפארן

ער קיקט טאקע אויס ווי א שטארקע כאראקטער און אסאך סעלף עסטיעם..

גיבור » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 9:30 pm

· #312350
מיין פילטער לאזט מיר נישט זעהן די קליפ, איינער קען עס פליז ארויפלייגן אויף דראפ באקס ? יישר כח.

סביב העולם » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 10:06 pm

· #312356
<a class="postlink" href="https://www.dropbox.com/s/ssmxhnop1uqzowb/IMG_3441.mp4?dl=0">https://www.dropbox.com/s/ssmxhnop1uqzo ... 1.mp4?dl=0</a>

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 10:09 pm

· #312357
גרויסע מענטשעלע
זאל איך אונהייבן ווי יעדעם ?


יא מיין הארץ איז צוריסען געווארן הערענדיג .....


כבין באגייסטערט פין זיין קעראקטור פין ארויסקומען אין פאבליק, ווי אויף די קליפ קען מען אויך הערן זיין קול שטיקט ביי געוויסע פעלער.

וואס כוואלט געוואלט וויסן וואס האט איהם געגעבן די קוראדז 16 יאר עס א דורך צו מאכן.

וואלט געקענט אויסוואקסן א משוגנער אדער אפפארן

גרויסע מענטשעלע: אבער וויבאלד ער האט זיך גובר געווען און איבערגעקומען די שוועריגקייטן איז ער ארויסגעקומען געשטארקט. און ער קען משפיע זיין פאר דעם ציבור. היינו טעמא ד'יואלי לעבאוויטש. היינו טעמא ד'יארמער רב. פון ליפא רעדט מען דא נישט. ער איז אינגאנצן אין אן אנדערע קאטעגאריע.
ער האט אויך א כח. אבער אינגאנצן אין אנ'אנדער ריכטונג. נאר די צוויי אויבנדערמאנטע מענטשן פארדינען א יעדנ'ס רעספעקט...!

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 10:09 pm

· #312358
לא ימלט
איינער מיט מער אינפאו בנוגע "קרבתנו"? וואס איז דאס? און ווי?


<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/312295">viewtopic.php?p=312295#p312295</a><!-- l -->

קאצקע ציקער » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 11:03 pm

· #312371
berlbalaguleh
גרויסע מענטשעלע
זאל איך אונהייבן ווי יעדעם ?


יא מיין הארץ איז צוריסען געווארן הערענדיג .....


כבין באגייסטערט פין זיין קעראקטור פין ארויסקומען אין פאבליק, ווי אויף די קליפ קען מען אויך הערן זיין קול שטיקט ביי געוויסע פעלער.

וואס כוואלט געוואלט וויסן וואס האט איהם געגעבן די קוראדז 16 יאר עס א דורך צו מאכן.

וואלט געקענט אויסוואקסן א משוגנער אדער אפפארן

היינו טעמא ד'יארמער רב.


ווי קימט יארמער רב אריין אין די פיקטשער?

גרויסע מענטשעלע » דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 8:54 am

· #312389
ר בערל וואס די צוגלייך יארמע קיין פעסט ?? (חוץ אז זיי זענען קרובים).

יארמע רב האט נישט געהאט אזא יוגנט, אויפגעוואקסן אין א נערמאלע טאטע מאמע משפחה.

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 12:14 pm

· #312409
קאצקע ציקער
berlbalaguleh
גרויסע מענטשעלע
זאל איך אונהייבן ווי יעדעם ?


יא מיין הארץ איז צוריסען געווארן הערענדיג .....


כבין באגייסטערט פין זיין קעראקטור פין ארויסקומען אין פאבליק, ווי אויף די קליפ קען מען אויך הערן זיין קול שטיקט ביי געוויסע פעלער.

וואס כוואלט געוואלט וויסן וואס האט איהם געגעבן די קוראדז 16 יאר עס א דורך צו מאכן.

וואלט געקענט אויסוואקסן א משוגנער אדער אפפארן

היינו טעמא ד'יארמער רב.


ווי קימט יארמער רב אריין אין די פיקטשער?

ווייל זיין ביאגראפיע איז אויך ענליך צו יואלי לעבאוויטש'ס. נישט אינגאנצן. אבער ער איז אויך אדורכגעגאנגען א שווערע תקופה מיט משפחה פראבלעמען אין זיין לעבן. און ער האט זיך גובר געווען...!

גרויסע מענטשעלע » דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 4:07 pm

· #312430
נאכן זעהן וקרבתנו יעצט איז די צייט צו קוקען די חתונה

https://vimeo.com/149068616

די אידן וואס זענען דארט געוועהן זאגן עפעס די געפילן זענען אומבאשרייבליך.
כ'מיין מ'קען זיך עס פארשטעלן.

גרויסע מענטשעלע » דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 4:53 pm

· #312436
[ציטאט אראפגענומען]

דאביל לייק [emoji3]

כבין נישט דארט געוועהן, אין כבין שוין געוועהן א בחור אין די יארן [emoji12]

קאצקע ציקער » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 1:00 am

· #312661
איך ווייס נישט וואס אבער די והשיב ניגון וואס יואלי צוזינגט זיך ביים סוף וויל נישט ארויסגיין פון מיין קאפ, איך זינג מיך עס אינטער א גאנצע צייט

לא ימלט » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 7:20 pm

· #312788
עס איז מורא'דיג געפיעליש, עס רעדט צום הארצן....

דולה ומשקה » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:14 pm

· #313217
אוי האט דער קליפ אנגעצינדען אין מיר א פלאם פייערדיגע זויל פיל מיט עמאשין וואס איז שווער מסביר צו זיין, טרערען זענען מיר גערינען אן אויפהער וואס מער איך האב זיך פרובירט אריין צו לייגען אין זיין פלאץ, א אומ-מעגליכע זאך איז ווייניג געזאגט. אויף זיין מויל האט ער דאס באהאלטען אדער פרובירט, אבער דער שפת הגוף ותנועת הידים וקולו העדין והרגיש האט דאס נישט געקענט באהאלטן. פאר קיין שום איד נישט - זאל דאס דארפען אמאל מיטמאכען.

דריי מאל האט ער געווארפען שילד אויף די 'עסקנים', גאנצע 16 יאר האט ער טאקע געמיינט אז זיי מיינען טאקע בלויז זיין טובה, ביז ה'אמת' מארץ תצמח, ס'קומט דער מינוט ווען דער גאנצע בארג שקר צולאזט זיך ווי א זייפן בלאז. - פון אזא אינגער עלטער, מ'זאל נישט וויסען דערפון.

אבער ליידער ליידער.... וב"ה ס'דא וקרבתנו.

סביב העולם » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:19 pm

· #313415
יואלי לעבעוויטש היינט אויף טוויטער

Obviously can't share all the phone calls I get. But this morning a12 yr old boy spoke to his dad 1st time in 8 years. #spreadthelove

לכבוד שבת קודש » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:48 pm

· #313421
א קינד דארף זיין מאמע - שלום שטיסל
אין קאנראסט צו דעם פריעדיגן אשכול "א קינד דארף זיין טאטע - יואלי לעבאוויטש", האב איך באשלאסן צו מאכן אן אשכול איבער א קינד וואס דארף זיין מאמע, און דא רעדט מען נישט פון קליינע קינדער נאר אפילו דערוואקסענע מענטשן וואס דארפן צוקומען צו זייער מאמע.

לעצטנס איז אויפגעשפילט געווארן ווי אזוי ר' שלום שטיסל קען זיך נישט בארואיגן נאכן טויט פון זיין מאמע, עס שאדט אים אזוי שטארק אז אין רעזולטאט דערפון טוט ער שריט וואס ער וואלט קיינמאל נישט געטאן. אויך זעט מען ווי אזוי ער וויינט אויף נחומ'ס פלייצעס און פאר עליזה אויפן טעלפאן. מען זעט קלאר אז א קינד דארף זיין מאמע.

יעלה ויבא » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 9:30 am

· #313614

דולה ומשקה » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 8:09 pm

· #313763
יעלה ויבא


א צדיק פון איד, נאך אלעס וואס דער מענטש איז אלעס אדורך אין זיין לעבען, קען ער זיך אזוי שטארק אראפ לאזען צו זיינע ברודער אין אריין בלאזען אין זיי/אונז דעם רכטיגע באדייט פון והשב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם. איך ווער גאר שטארק גערירט פון דעם.
ייש"כ יעלה ויבא פאר מיר/אונז מזכה זיי מיט דעם קליפ.

גרויסע מענטשעלע » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 8:32 pm

· #313768
נעבעך אזויפיל גירושים דא אויף דער וועלט זעהן אויס ווי איידל באשיינטע אינגערלייט.



אגב זייט יואליס קליפ האב איך מיך אריינגעלייגט צוזאם צושטעלן א טאטע מיט זיין קינד בשם הד' נעשה ונצליח.
כבין שוין גרייט פאר די שטונק וואס אנדערע גייען מאכן אויף מיך אבער ווען עטץ וועט הערן שטונקען אויף גרויסע מענטשעלע זאלטס עס וויסן כהאב ענק געווארנט

שווארצע קעיז » מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 12:18 am

· #313873
דולה ומשקה
יעלה ויבא


א צדיק פון איד, נאך אלעס וואס דער מענטש איז אלעס אדורך אין זיין לעבען, קען ער זיך אזוי שטארק אראפ לאזען צו זיינע ברודער אין אריין בלאזען אין זיי/אונז דעם רכטיגע באדייט פון והשב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם. איך ווער גאר שטארק גערירט פון דעם.
ייש"כ יעלה ויבא פאר מיר/אונז מזכה זיי מיט דעם קליפ.




Sent from my SM-G928T using Tapatalk

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 12:45 am

· #313880
קודאס פארן מאמענט פארן נעמען די דרייסטקייט און באשרייבן וויכטיגע נושאים וועלכע אנדערע בארירן נישט.

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 12:49 am

· #313881
יעלה ויבוא, דולה ומשקה, אנאנים וכל המשתתפים: יישר כח. ס'איז זייער שטארק עמאציאנעל. מ'זעהט אז דער ניקלשבורג'ער רבי שליט"א אבי ר' יואלי לעבאוויטש איז א איד מיט א הויכע נשמה. ער בלאזט אריין חיזוק אין צובראכענע אידישע הערצער. מ'זעהט דאס אויף אנדערע קליפס אויך. ביי ספירת העומר. און ביי ל"ג בעומר טישן. א ניצוץ פון נשמת הבעש"ט הק' זי"ע...!

דער גרעסטער שרייבער » מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 1:44 pm

· #313995
אפשר לייגט איינער ארויף א קאפי פון די אינטעווריו מיט יואלי ליבאוויטש לטובת תושבי ארץ הקודש

Big Boss » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 9:17 am

· #314202
Thank you Yoely!

For bringing up an issue that touched the hearts of so many of us. This is unfortunately an epidemic that we as single parents are going through, some more than others. The Aguna issue has gotten a lot of attention recently and painted our community in a very bad picture like we are some kind of animals looking to chain our women. When I asked for names of real Agunos I got one in DC, Crown Heights, 2 in Israel they have a hard time in naming a fifth. I could name hundreds single parents that are the denied seeing their kids one way or the other.

I successfully fought just for my kid to have the right of making a phone call whenever he desires.

I know off a Tzadik of a Yungerman who hasn't seen his kids for more than a year now for the most ridiculous reasons out there. He just recently started fighting back after getting help from the community.

You see something say something don't let it happen to others!

Thanks again R' Yoel!

דולה ומשקה » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 7:58 pm

· #314357
דער 'עמי' מאגאזין האט א באשרייבונג, אויך איבערגעזצט דאס ניגון אויף ענגליש.

כ'פארשטיי נישט פארוואס אין די ערשטע 5 שורות מאכט עס א איינדרוק כאילו ר' יואל'ס עלטערן האבען געהאט שלום בית פראבלעמען, להד"ם, רשעים ארורים זענען געקומען און טעראריזירט. אבער צוליב פאליטיקעל קארעקטנעס וויל מען נישט רעדן, ע"כ וועל איך אויך נישט רעדן. אבער וויסען זאל מען אז דאס באהאלטן אינטער דער טעפיכע מאכט עס נאר ערגער.

געוואלדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 8:36 pm

· #314364
ריכטיג, באקאנטע זאגן עדות אז זייער שלום בית איז געווען ווי צוויי טויבן, ביז די יעניגע האבן זיך אריינגעמישט.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 8:38 pm

· #314365
און דערנאך מקיים שלח תשלח את האב ואת הבנים תקח לה.

סמבטיון » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 9:38 pm

· #314386
איך ווייס נישט צו דא איז די מקום דאס אויסצושמועסן, אויב נישט זאלן די גבאים מיר מעקן בכבוד לב ובחפץ גדול. קען איינער גיסן אביסעל ליכטיגקייט איבער די פרשה וואס דארט איז פאר געגאנגען?

ירא שמים » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:46 pm

· #314405

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 11:31 pm

· #314415
פון וואו איז דאס?
בלאט: 1 2