☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » איך זיך א טיש......

איך זיך א טיש......

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9887

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 1:40 pm

· #312025
איך זיך א טיש......
יא יא, דער ליטוואק האט קינדער וואס האבען ליעב אקשען פונקט ווי די פון ב.פ. און וומסב"ג.
מיין קינדער קוקען צו אלע קינדער גייען צו משפחה אויף חנוכה מסבות, חנוכה איז א צייט פון אקשען, און זיי בלייבען אין שטוב מיט טאטע מאמע. ס'איז מעגליך איך וועל זיך טרעפען אין נ.י. אום זונטאג, פרעג איך אייך ווי קען איך טרעפען א רעבע'ס הדלקת נרות אין ברוקלין א. באצייטענ'ס, הייסט'ס מער ווייניגער פרי ענדיגען פאר אכט אזייגער. ב. מיט אקשען כגון א קאלירטע בעקעטשע, א פידעל, חנוכה געלט וכדו'. ג. נישט דויער'ן צו לאנג, א האלבע שעה ביז א שעה.

ייש"כ פון פאראויס פאר סיי וואס פאר אינפארמאציע.

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 1:46 pm

· #312026
קיין פונקטליכע אדרעס פון א רעבע האביך נישט. מיין עצה איז דארט וואו דו הערסט די העכסטע זינגען אדער שרייען ביי הדלקת הנרות זאלסטו אריינגיין. איינמאל דו און דיינע קינדער וועלן שוין זיין אינסייד, וועללן דיינע קינדער נישט וועלן פארלאזן... פאר חצות הלילה וועסטו נישט אהיימגיין...

אויב דו קומסט אריין צו מיין רבי'ס טיש, וועל איך בלי"נ זעהן אז מ'זאל דיר שטארק מקרב זיין. איך וועל דיר אפילו פארבארגן מיין שטריימל... און דו וועסט אמאל ח"ו ווערן א חסיד. דו וועסט דארפן טוישן דיין נאמען צו... "חסיד פון בודאפעסט"...!

ירא שמים » פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 1:49 pm

· #312027
Re: איך זיך א טיש......
א קאלפיק אויך?

בן אדם » פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 1:50 pm

· #312028
מונקאטש - הייעלי רעקאמענדעד

ירא שמים » פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 1:52 pm

· #312029
Re: איך זיך א טיש......
יעצט וועל מיר שוין קענען זאגן צום ליטוואק בירא דשתית מינה כו׳

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 2:04 pm

· #312034
Re: איך זיך א טיש......
מונקאטש וואלט געווען א פלאן אפשר. ס'איז מסתמא א קליינע עולם. אבער איינער ווייסט ווען מ'צינדט? ס'איז דא אקשען דארט?

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 2:13 pm

· #312041
Re: איך זיך א טיש......
ירא שמים
יעצט וועל מיר שוין קענען זאגן צום ליטוואק בירא דשתית מינה כו׳

הכרת הטוב מיינט נאר דאס. רעכט און אומרעכט טוישען זיך נישט פאר הכרת הטוב.

ירא שמים » פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 2:15 pm

· #312042
Re: איך זיך א טיש......
בירא דשתית מיינט אפי׳ סקומט זיך פארן גרוב א שטיין זאלסטו נישט זיין דער וואס זאל עס ווארפן אזוי ווי משה אין מצרים.

קאצקע ציקער » פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 2:19 pm

· #312043
איך מיין זאלסט גיין צו ר'זיידל קרעטשניפער אזוי וועסטו האבן וואס צו שרייבן (חוזק מאכן) די נעקסטע וואך

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 2:21 pm

· #312044
Re: איך זיך א טיש......
מסתמא צינדט ער שפעט, ניין? ער האט אמאל געוויילט שבת אין לעיקוואוד ווי אויך זיין ברודער. מ'האט זיך באנוצט מיט א rent a crowd צו ברענגען א פאר בחורימ'לעך פון ערגעץ כדי מ'זאל האבען מנין

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 8:46 pm

· #312204
Re: איך זיך א טיש......
<a class="postlink" href="http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=93516&cat=6&scat=40">http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=93516&cat=6&scat=40</a>
איך בין למעשה אין ערגעץ נישט געווען, אבער געטראפען א לינק להדלקת בית קרעטשניף אין ירושלים. מ'קען זען אז מ'קויפט א בעקעטשע צו פאסען מיט'ן בענקעל. אדער פארקערט, ווער ווייסט?