☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » הלכות שער באשה ערוה

הלכות שער באשה ערוה

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9886

מ גפני » פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 10:56 am

· #312007
הלכות שער באשה ערוה
אין ליכט פון ר' אהרן'ס נעכטיגע דרשה - ווי ער איז מוחה איבער א געוויסע פרוי א העיר סטייליסט וואס כלות נוצן איר צו מאכן דעם שייטל נאך די חופה, און זי לייגט די כלה'ס אייגענע האר איבער'ן שייטל - שרייט ר' אהרן אז דאס איז אסור להלכה, אבער ווי ווייט איך ווייס גייט נישט די הלכה פון שער "באשה" ערוה אן ביי א כלה ביז אינדערפרי פון נאך די חתונה (ס'איז אפילו דא שיטות אז די איסור הייבט זיך הערשט אן נאך 3 טאג נאך די חתונה) איז ילמדנו רבינו / די אלע תלמידי חכמים דא וואס די הלכה איז
(ביטע זיך האלטן צו די הלכה און נישט פאר'צימעס'ן)

ירא שמים » פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 11:03 am

· #312008
Re: הלכות שער באשה ערוה
ביז אינדערפרי דארף זי זיך נישט שערן אבער צודעקן איז גלייך.

מ גפני » פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 11:04 am

· #312009
גלייך אדער הלכה מפורשת?

שלום על ישראל » פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 11:26 am

· #312011
דאס איז אן אלטער שאלה וואס כ'וויל שוין לאנג וויסען. כ'האב שוין געהערט אז מ'מוז גלייך נאכן חופה זיך האדעקן די האר, אז נישט ביז מארגן, און אז די ערשטע דריי טעג איז גרינגער. ווי קען מען דאס נאכקוקן?

ירא שמים » פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 11:43 am

· #312015
הלכות שער באשה ערוה
עי׳ באר היטיב אבה״ע סי כא סי״ק ה

שבת אחים » פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 12:24 pm

· #312016
ירא שמים
עי׳ באר היטיב אבה״ע סי כא סי״ק ה



דאכצעך אז די צמח ה׳ לצבי קריגט זיך מיט אים און די פנים יפות זאגט אז אין אזא פאלל פסקנט מען אייביג ווי בית שמאי, און וואס זאגט דער כלי יקר?

ירא שמים » פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 12:26 pm

· #312017
הלכות שער באשה ערוה
ער זאגט זאלסט גיין לעזאזל און דארט וועטעך פארענטפערט ווערן די ק׳ פונ׳ם שעיר המשתלח.

שבת אחים » פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 12:27 pm

· #312018
ירא שמים
ער זאגט זאלסט גיין לעזאזל און דארט וועטעך פארענטפערט ווערן די ק׳ פונ׳ם שעיר המשתלח.

אלץ א קרבן עולה אדער מנחת זבחים?

ירא שמים » פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 12:30 pm

· #312019
Re: הלכות שער באשה ערוה
אלס א שעיר לעזאזל.

שבת אחים » פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 12:33 pm

· #312021
ירא שמים
אלס א שעיר לעזאזל.

🙄 😠 😕

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 1:12 pm

· #312023
ירא שמים
ער זאגט זאלסט גיין לעזאזל און דארט וועטעך פארענטפערט ווערן די ק׳ פונ׳ם שעיר המשתלח.

ירא שמים: דו האסט מיך געמאכט אזוי שטארק און הויעך לאכן אז מיינע שכנים זענען געקומען צו לויפן, און זענען שוין געווען גרייט צו רופן הצלה.
אויך איז א שאלה אויב מ'מעג אזוי שטארק לאכן אום ערב שבת חנוכה....וואו קענמען עס נאכקוקן... 😂

ירא שמים » פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 2:00 pm

· #312032
Re: הלכות שער באשה ערוה
סאיז א ערנסטע שאלה בערל, כוועל מעיין זיין און עס דורכשמועסן מיט אנדערע רבנים (אופס גילוי…) אדערווייל זאלסטו מחמיר זיין און נישט לאכן.

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 2:04 pm

· #312035
ירא שמים
סאיז א ערנסטע שאלה בערל, כוועל מעיין זיין און עס דורכשמועסן מיט אנדערע רבנים (אופס גילוי…) אדערווייל זאלסטו מחמיר זיין און נישט לאכן.

ירא שמים: איך האב שוין פון לאנג געהאט א חשד אז חוץ א ירא שמים ביסטו א ת"ח אויך.

ירא שמים » פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 2:09 pm

· #312038
Re: הלכות שער באשה ערוה
און יעצט ווייסטו עס אויף זיכער…

געפילטע פיש » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 1:21 am

· #312103
ירא שמים
ביז אינדערפרי דארף זי זיך נישט שערן אבער צודעקן איז גלייך.

אין אידישע קהילות אין די גאנצע וועלט האט מען אלעמאל מיקל געווען קודם בעילה, ס'הייסט די חתונה נאכט, נישט צוצודעקן די האר פונעם כלה. זיין שרייען אז דאס איז קעגן אן הלכה מפורשת איז אדער אמעראצעס, אדער סתם א סילוף, און כ'ווייס נישט וועכלעס איז ערגער, אדער ווי ער וואלט געזאגט, ארגער.

ירא שמים » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 1:44 am

· #312106
Re: הלכות שער באשה ערוה
📎 ImageUploadedByTapatalk1449989047.949571.jpg📎 ImageUploadedByTapatalk1449989060.283517.jpg

קל וחומר » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 5:17 am

· #312121
Re: הלכות שער באשה ערוה
שו"ע הרב סי' ע"ה ס"ד 'וכן שערות של נשים שרגילין לצאת מחוץ לצמתן בקצת ארצות מותר לקרות כנגדן כיון שרגילין בהן אינן מביאין לידי הרהור'

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

שבת אחים » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 5:58 am

· #312123
אַההה!!! נטעי גבריאל! יעצט רעדסטו צום זאך! פון דארט איז דאך די מקור אז ווען משיח גייט קומען גייט דער לויתן מאכן קידוש צווישן זעקס און זיבן און עסען י״ב חלות פון די לחם הפנים מיט היימישע אונגארישע קאָטשעניו, אַה אנטשולדיגט כהאב מיך צומישט מיט דעם יפה בעתו, סליחה.

ירא שמים » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 8:50 am

· #312129
Re: הלכות שער באשה ערוה
שבת אחים כהאב געמיינט בוסט נאך ביים עזאזל…

שמעון וואלף » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 8:53 am

· #312130
די טעמע פונעם אשכול איז אן ערענסטע. די פותח האשכול האט געבעטן מ'זאל עס נישט פאר'צימעס'ן; ער האט אבער פארגעסן צו בעטן מ'זאל עס נישט פאר'שמייכל'ן

ירא שמים » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 8:57 am

· #312131
הלכות שער באשה ערוה
אה גערעכט נחזור לעניננו, די וואס דעקן זיך צו צומארגנס איז דאס א קולא און אז א סטיילערן זאל קומען במקום שנוהגים לכסות און עובר זיין דערויף איז נישט ריכטיג.

יהושע חיים » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 3:37 pm

· #312174
נטע גבריאל איז געמאכט נאכצוקוקן די מ"מ נישט אויף וואס ער זאגט והבן

שמעון וואלף » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 9:55 am

· #312243
איך האב שוין געטראפן אין נטעי גבריאל אייגענע חידושים אן קיין מראה מקום. לדוגמא, אין הלכות תשעה באב שרייבט ער אז מ'מעג זיך אינטערהייבן ביי קידוש לבנה מוצאי תשעה באב ווען מ'זאגט "כשם שאני רוקד" און עס גייט נישט אריין אין גדר פון רקודין ומחולות וואס איז אסור.

דאס איז זיין אייגענע חידוש. כהנה וכהנה זענען דא נאך אסאך חידושים נפלאים דארט

אהרן » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 1:02 pm

· #312264
Re: הלכות שער באשה ערוה
שמעון וואלף
איך האב שוין געטראפן אין נטעי גבריאל אייגענע חידושים אן קיין מראה מקום.


איך האב שוין געטראפן אייגענע חידושים מיט א מ"מ

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 1:57 pm

· #312277
שמעון וואלף: כ'עלל דיר זאגן אז אט די הלכה איז נאר א נפקא מינה פאר א בריסקער אדער פאר איינער וועלכער האט או.סי.די. און וועגן תשעה באב האט ער נאכנישט אויספייעט צו נעמען די מעדיצין. נאר אפשר איז עס היינו הך, די זעלבע זאך.
ס'איז יעצט נולד געווארן א ניי ווערטל... נישט א יעדער וועלכער האט או.סי.די. איז א בריסקער. אבער א יעדער בריסקער ליידט (אדער נישט) אויף או.סי.די....!

ציבעלע-קיגל » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 2:28 pm

· #312284
שבת אחים
ירא שמים
עי׳ באר היטיב אבה״ע סי כא סי״ק ה



דאכצעך אז די צמח ה׳ לצבי קריגט זיך מיט אים און די פנים יפות זאגט אז אין אזא פאלל פסקנט מען אייביג ווי בית שמאי, און וואס זאגט דער כלי יקר?


ער ברענגט אראפ די שיטה פון... און קיינער דינגט זיך נישט מיט דעם. און דער ראש און סוטה האלט אויך אזוי. ווי אויך דער רמב"ם. און איך האב עס אויך געטרפען אין מכילתא. קיינער דינגט זיך נישט מיט איהם אויך נישט אפי' נישט דער ר"ן אין נדרים וואס האלט פונקט אזוי ווי דער מהרש"א

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 3:31 pm

· #312303
אריין אין שמייכל.

חברה, דאס איז א נארמאלע אשכול, ביטע האלטן אויף די רעלסן.

קל וחומר » מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 11:15 pm

· #312646
Re: הלכות שער באשה ערוה
געזען בשם ספר יד הקטנה אז די איסור גילוח פאר א פרוי איז דווקא ביי א בתולה וואס גייט אויפגעדעקט די האר משא"כ א נשואה וואס גייט סייווי צוגעדעקט די האר איז נישט פארהאן די איסור.

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

קל וחומר » מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 11:16 pm

· #312647
Re: הלכות שער באשה ערוה
דאס איז א קולא וואס די מקילים גלייכן נישט...

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

ירא שמים » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 10:49 am

· #312687
Re: הלכות שער באשה ערוה
היברו בוקס און אוצר החכמה

שלום על ישראל » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 4:14 pm

· #312744
ירא שמים
היברו בוקס און אוצר החכמה

א לינק, ביטע