☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » הדלקת נר א' דחנוכה תשל"ג אצל האדמו"ר מ'סאטמאר זי"ע

הדלקת נר א' דחנוכה תשל"ג אצל האדמו"ר מ'סאטמאר זי"ע

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9882

ליפא » דינסטאג דעצעמבער 8, 2015 9:07 pm

· #311738
הדלקת נר א' דחנוכה תשל"ג אצל האדמו"ר מ'סאטמאר זי"ע
אויף דעם אדיא קליפ קען מען הערן דעם רבי'ן זי"ע מאכן די דריי ברכות, מיט א פייער, ס'כאפט א ציטער און שטארקע געפיל, און דערנאך הערט מען זינגען "הנרות", און "מעוז צור".
די הנרות ניגון געפעלט מיר גאר שטארק, ווי אויך הערט מען עטליכע אינגעלך (ילדי הפלא בלשונינו) וואס זינגען הערליך אינעם קווייער.

איינער האט עס אפגעכאפט ליל ראשון דחנוכה שנת תשל"ג.

כ'ווייס נישט אויב ס'דא ערגעץ אנדערש א רקארדינג דערפון, אבער כ'שטעל זיך פאר אז יא.

נר א' דחנוכה סאטמאר תשל"ג

קרעדיט א''וו

yatzmachp » דינסטאג דעצעמבער 8, 2015 9:20 pm

· #311739
סקען נישט זיין א רבי. ער זאגט די ברכות צו שנעל

ברוך בער » דינסטאג דעצעמבער 8, 2015 9:49 pm

· #311742
וואס איז דאס חידוש דא? ס'דא טעיפס פון ברכות הנרות און צורה פון אלע יארן אנגעהויבן פון תש"י. איינער האט אנגעשמירט דעם גאנצן אינטערנעט כאילו ממש א מציאה.

קאצקע ציקער » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 2:13 am

· #311754
אדרבא ברענג וואס דו האסט!

outspoken » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 11:34 am

· #311780
yatzmachp
סקען נישט זיין א רבי. ער זאגט די ברכות צו שנעל

אויב שרייבסט דאס פאר לצינות איז עס א גוטס. אויב ווילסטו באמת וויסן איז דאס די וועג ווי אזוי א סטרוק וויקטעם ר''ל רעדט ווען מ'ווערט עקסיידעט.

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 11:55 am

· #311787
גראדע זאגט ער די ברכות זייער קלאר פאר א סטראוק געליטענעם.

outspoken » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 11:56 am

· #311788
די ערשטע פאר יאר נאכן סטראוק האט ער קלאר גערעדט.

shem-tov » מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 9:41 pm

· #312076
שכח ליפא. מלא רגש