☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » דרך הלימוד, בקיאות אדער עיון?

דרך הלימוד, בקיאות אדער עיון?

39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9878

קל וחומר » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 3:49 am

· #311520
דרך הלימוד, בקיאות אדער עיון?
ווי באקאנט איז דא א גרויסע דיפערענס צווישן די דרך הלימוד אין די חסידישע ישיבות און די ליטווישע ישיבות, אין חסידישע ישיבות לייגט מען א דגוש אויף בקיאות דהיינו אפילו וואס מ'לערנט בעיון איז מער ווייניגער א בקיאות אין אחרונים... ווידעראום ביי די ליטווישע אין ישיבה גייט אלעס מיט עיון והתעמקות, דאס איז זיכער אז איינער וואס איז דיזיינט פאר בקיאות זאל לערנען בקיאות און די זעלבע פארקערט אויף עיון, די שאלה איז אויף רוב המון עם וואס ווייסן נישט פונקט וואו זיי געהערן, וועלכע דרך הלימוד וועט זיין מער לתועלת, עיון צו בקיאות?

קל וחומר » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 9:24 am

· #311530
כ'קען זיך נישט אויס אין די חילוקים פון די סאטמערע ישיבות, וואס איך ווייס יא איז אז אין אלגעמיין איז אזוי. אין א ליטווישע ישיבה לערנט מען אין א זמן א צוויי דריי בלאט, בעת וואס אין די חסידישע ישיבות לערנט מען א פופצן צוואנציג בלאט פער זמן.

יהושע חיים » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 9:29 am

· #311531
Re: דרך הלימוד, בקיאות אדער עיון?
איך וואלט געזאגט אז ביי די פערציג געדענקט מען א מחלוקת פון די גמרא ענדערש ווי א חקירה פון ר שמעון שקאפ צו א ר ברוך בער
אבער רוב ליטוואקעס קענען דאס אויך ווייל זיי לערנען די דף היומי (עכ"פ נאך זיי פארלאזן די ישובה)

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

קל וחומר » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 10:13 am

· #311536
אה, פארגעסן אויסצושמועסן (עיקר שכחתי...) דורך לערנען בקיאות האט מען מער היקף אבער לאו דווקא פארשטאנען גוט פשט אפגערעדט די יסודות, פון די אנדערע זייט עיון האט די מעלה אז מ'האט קלאר ארויס די סוגיא על בוריה אבער מ'יאגט קוים אן.

יעצט די תועלת פונעם לערנען זענען אויך אנדערע, פון בקיאות ווערט מען א ת"ח נישט פון סוגיות, פון די אנדערע זייט די מהלך המחשבה וואס דארף ארויסקומען דורך לערנען איז לכאורה פון עיון דהיינו פארשטיין עומק דבריהם נישט סתם אויבערפלעכלעך אפגעלערנט.

קל וחומר » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 10:16 am

· #311537
[ציטאט אראפגענומען]



קען זיין כ'האב עס נישט דורכגעטוען אזוי 'בעיון'... אבער באקאנט איז אז אין ליטווישע ישיבות איז כמעט נישט פארהאן קיין בקיאות.

לית דין בר נש » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 10:44 am

· #311539
הרב ר' אשר אריאלי פון מיר לערנט 30 40 בלאט א זמן
וכן הדין אצל הרב ר' אברהם גוראביץ בגייטסהעד נישט ממש 30 40 אבער 15 א זמן יא

לית דין בר נש » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 10:50 am

· #311540
איך מיין עס איז דא היינט מער חסידישע ישיבות וואס לערנען נאר צוויי דריי בלאט א זמן ווי ליטווישע

קל וחומר » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 11:20 am

· #311546
בקיאות הייסט געלערנט מתיבתא/שוטנשטיין אן די הערות (מיט רש"י כמובן, אז איינער וויל זיין א בקי אין תוס' מה טוב)

עיון מיינט זיך אפגעשטעלט אויף יעדן שטאפל אין זיך מעמיק זיין אין די עומק הדברים, למשל, לויט דעם מימרא וויזוי וועט מען האלטן ביי אזא און אזא פאל? וכו' ביז מ'קומט אהן צו די יסודות פונעם פשט.

קל וחומר » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 11:23 am

· #311547
כ'זעה אז דער עולם גייט אריין אין אלעם חוץ פון די שאלה זעלבסט...

די שאלה איז נישט אויב מ'דארף לערנען אין ליטווישע ישיבות אדער אין חסידישע, כ'האב נאר אראפגעברענגט דעם משל ווייל אמאל איז אזוי געווען באקאנט, די שאלה איז וועלכע דרך הלימוד ברענגט דעם תועלת הרצוי?

קל וחומר » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 11:27 am

· #311548
טראכטנדיג איז מיר יעצט איינגעפאלן אז בעצם גמרא איז עיון אין די משניות, ברייתות, מימרות.

קל וחומר » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 11:33 am

· #311552
[ציטאט אראפגענומען]



הגאון ר' חיים קנייבסקי שליט"א קוסטו אהן ווי א מתמיד אדער ווי א ת"ח? אדער אפשר ווי א גאון?

קל וחומר » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 11:36 am

· #311555
[ציטאט אראפגענומען]


כ'בין געשפרינגן צום אינגערמאן... כ'שטעל זיך פאר אז רוב עולם זענען אינגעלייט...

די געדאנק איז היקוף ווערסוס עמקות.

קל וחומר » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 11:43 am

· #311558
[ציטאט אראפגענומען]


איך וואלט געזאגט אז רב שטיינמאן שליט"א שמ'ט מער אלס מתמיד (ווי באקאנט האט זיך ר' חיים לעצטנס אויסגעדרוקט אויף אים אז ער איז מחייב די זקנים), און ר' חיים מער אלס גאון ושר התורה.

קל וחומר » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 11:44 am

· #311559
[ציטאט אראפגענומען]


כמובן, אז נישט איז די גאנצע שמועס איבריג.

בן אדם » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 11:46 am

· #311560
ס'דא עפעס א ווארט פון הג"ר יושע לייב דיסקין אז מ'דארף האבן ביידע, סיי עיון און סיי בקיאות. און ער זאגט מיט דעם א פשט אויף כשור לעול וכחמור למשא, מיט א משל אז די שור איז עיון כדרך 'עול' און חמור איז בקיאות אזוי וואו א פשוטער משא.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 11:49 am

· #311561
Re: דרך הלימוד, בקיאות אדער עיון?
מ'קען נישט ברענגען קיין ראיה פון אן אויסנאם ווי ר' חיים קנייבסקי.
בעיקר הדבר, לכאורה דארף מען ביידער. אז מ'לערנט אויבערפלעכליך, בלייבט מען אן ע"ה, אפילו מ'קען ש"ס אויפ'ן לשון. אז מ'זיצט און קלערט יארען לאנג, בלייבט מען א דרייקאפ. מ'דארף לערנען גרונטליך, נאכגייען די יסודות, ווי אויך אנערקענען די וויכטיגקייט פון גאנץ ש"ס, הן פאר איהר אייגענע חשיבות הן פאר די תועלת פונ'ם איצטיגען סוגיא.
בנוגע א איד וואס איז טרוד אגאנצע טאג און ער האט נאר א שעה צוויי צו לערנען, דאס איז א פראקטישע שאלה. מאנכע קענען זיך נישט האלטען גענוג אין די ראמען צו לערנען טאג טעגליך אן א שעבוד פון דפים. וכן להיפך. אבער עפעס מוז מען נאכגעבען ווען מ'האט נישט קיין צייט.
איך קלער אזוי:
א חלק פון די וויכטיגקייט פון לערנען און האבען א שיעור איז ווייל ווען א מענטש פארנעמט זיין קאפ אגאנצע טאג מיט געלט און מינדערוויכטיגע (עכ"פ כלפי חיי עולם'דיגע זאכען) נושאים, ווערט עס שווער צו געדענקען וואס איז וויכטיג. שפעטער בשעת נסיון, פעלט איהם די כלים זיך אנטקעגען צו שטעלען די יצה"ר. ווען מ'וויילט א שטיק צייט יעדען טאג מיט די קאפ פארנומען מיט רצון ה' וואס וייל ער ית' אין א פאל אז אן אקס בריקעט א קוה, האט ער ביי זיך אריינגעלייגט אין קאפ א דערמאנונג אז זיין טעגליכע באשעפטונגען זענען נישט דער עיקר צו וואס ער לעבט און צילט. דעריבער איז וויכטיג אז מ'זאל אויסנוצען די צייט פון לערנען אין אן אופן אז דער קאפ זאל זיך באמיען דערמיט און אזוי פארדינט מען דער תועלת.
פאר דעם אויך איז וויכטיג אז בחורים זאלען דאס טועם זיין בצעירותם. שפעטער האבען זיי מיט וואס זיך צו דערמאנען אז ביים אויבישטער איז ווייניג אינטרעסאנט רוב זאכען מיט וואס די גאס איז פארנומען און דער עיקר ביי איהם איז צבי וחמיד ורגיג דילעון בלעותא. צו שפירען דער זאך ביי זיך אין געוויסען מוז מען עס פארזוכען, און איינער וואס האט געוויילט א שטיק צייט מיט'ן וויסענשאפט אז אין לו להקב"ה בעולמו אלא ד' אמות של הלכה, ווען זיין לעבען איז ארומגערינגעלט מיט די וויסענשאפט, נישט נאר זיין צייט איז פארנומען מיט לערנען, נאר זיין קאפ און הארץ אויך, אזוי האט ער די יסוד פאר א געטליכע לעבען.
הנלע"ד כתבתי

ירא שמים » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 11:53 am

· #311565
דרך הלימוד, בקיאות אדער עיון?
די לימוד העיון פון די ישיבות איז נישט גרונטליך לאפוקי אויבערפלעכלעך נאר פון אלע רעיד שנאמרו עד היום, ולענ״ד נעמט דאס לערנען תילי תילי לומדות מפרשים וכו׳ וכו׳ אוועק פונ׳ם געשמאק און זיכער פונ׳ם קצב הלימוד, הקיצור מקען לערנען גרונטליך אהן וויסן אלע ר׳ שמעון שקאפ׳ס וואס האבן א שייכות מיט די סוגיא,
ב. סדא לימוד הגמרא און סדא לימוד הסוגיא סאיז צוויי אנדערע סארט עיונים.

יעקב מענטש » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 1:00 pm

· #311574
אני בעניי בינעך נישט קלאר פארוואס ס'איז דא אזא זאך ווי צוויי סארט לימודים, א שיעור עיון און א שיעור בקיאות, ממה נפשך פארשטייסטו די גמ' גיי ווייטער, און אז נישט, פארוואס האסטו אפגעמאכט צו דאווענען גמ' ווען תהילים does the job

ס'איז דא אז מהלך פון קודם אפלערנען די סוגיות כפשוטן גמ' רש"י (אן תוס') א פאר מאל פשוט זיך צו באקענען מיט די סוגיא און די שיטת התנאים ואמוראים, אלץ א 'הכנה' צו לערנען די סוגיא כדבעי, ס'איז זייער א גוטע איידיע, איך האב עס געהערט פון א דיין דעם זעלבן געדאנק אויף שלחן ערוך, אז קודם זאל מען אפלערנען מחבר מיט רמ"א און האבן א שטיקל אנונג פון וואס מ'גייט דא רעדן און נאכדעם לערנען געהעריג, דאס זעלבע האב איך געליינט ערגעץ אין א אינטערוויו מיט הגאון ר' יהושע כהן שליט"א וואס האט גע'עצה'ט צו לערנען קודם 3 מאל גמ' רש"י אן קיין תוס' אדער ראשונים, און נאכהער זיך זעצן לערנען געהעריג.
אבער דאס איז אלעס נאר א mean נישט א goal, מילא דו ביסט א בעל הבית וואס דו זוכסט צו אוועקגעבן 1-2 שעה א טאג פארן אייבערשטען און לערנען זיין זיסע תורה, און דו האסט נישט די צייט און כח צו אינוועסטירן אין א געהעריגע שיעור, אבער דו ווילסט דאך פילען א סיפוק אין דיין ארבעט און קענען מסכתות אין ש"ס, איז די מהלך זייער ראטזאם, ס'ברענגט א געפיהל צו וואס מ'טוט, און אנדערש ווי אין די צייטן פאר זכרו/תורתך שעשועי, ווי רוב מענטשען האבן 'געהאט א שיעור' און דעטס איט, זיי האבן נישט געמיינט די לערנען און די לערנען האט זיי נישט געמיינט, איז זייט די זכרו/תורתך שעשועי באוועגונג דאז לערנען גענומען געווארן אסאך ערנסטער, מענטשען לעבן דערין טאג און נאכט, און צו דעם פעלט אויס א דרך הלימוד וואס זאל קענען אניאגן אסאך חומר אין א קורצע צייט, אז נישט ווערט די עקסייטמענט אפגעשוואכט.

משא"כ ווען איינער וויל לערנען תורה לשמור ולעשות ולקיים, לאסוקי שמעתתא אליבא דהילכתא (וואס דארף 'לכאורה' צו זיין די פריימערי ציהל מיט'ן לערנען), האט נישט קיין פשט דורכצודאווענען בלעטער גמ' (חוץ אז דו ביסט א ברעסלעווער...)

לגבי די דרך הלימוד בכלליות, האבעך פונקט געזעהן פון סאטמער רבי זצ"ל זיין מיינונג אויף די נושא, (און ס'איז זייער א מסתבר'דיגע מהלך, אפגעזעהן ווער ס'האט דאס געזאגט), אז די גאנצע 'ליטווישע' דרך הלימוד וואס ער רופט 'בויך סברות', איז גאנץ א נייע מהלך וואס איז נתחדש געווארן דורך זייערע מנהיגים 3-4 דורות צוריק אפצושלאגען די השכלה באוועגונג וואס האט צוגערויבט די יוגענט, האט מען איינגעפיהרט אזא דרך הלימוד וואס זאל זיין 'עקסייטינג' און אזוי ארום אפהאלטן בחורים פון ווערן פארכאפט, אבער די דרך הלימוד וואס איז געווען אנגענומען מדורי דורות איז געווען דורכצולערנען די סוגיא מיט אלע ראשונים, און אזוי ציען ווייטער דעם פאדעם ביז מ'קלארט אויס די הלכה, און נישט מחדש זיין נייע סברות שלא נמצאו בדברי הראשונים.

ביי איין מיטונג מיט די הנהלה רוחנית, האט זיך איינער פון די אנוועזענדע אנגערופן אז 'למעשה זעהט מען דאך אז אין זייערע ישיבות לערנט מען געשמאקער', האט דער רבי געזאגט, (איך פאַראַפראַזׂ) 'אוודאי' לערנט מען געשמאקער ס'איז דאך דיין אייגענע בנין וואס דו האסט אויפגעבויעט און ס'ברענגט די זעלבע צפרידנהייט ווי יעדע אנדערע זאך וואס א מענטש בויעט אליינס אויף. ס'שטייט אין חתם סופר (איך געדענק נישט די מקור, אז איינער וויל עס שטארק וועל איך עס מארגן אהערברענגן) אז תורה דארף נישט צו זיין נאטורליך געשמאק.

אין סאטמערע ישיבה האט מען אמאליגע צייטן געלערנט אויף די מהלך 2 בלאט גמ' א וואך, איך ווייס נישט ווער ס'האט אפגעמאכט צו טוישן, אבער יענער האט געמאכט א חורבן, פרעג עני סאטמערע תלמיד א 2 יאר נאכן גראדואירן, אויב ער קען דיר אנצייגן פונקטליך וואס ער האט קונה געווען אין די ימי הבחרות, פון די געדאווענעכץ ביי שיעור פשוט און די קובצים דיקער מעשרה טפחים איז ער געבליבן מיט ג-א-ר-נ-י-ש-ט! שטעל אפ א האלאקאוסט איבערלעבער וואס האט נאך געלערנט אין א נארמאלע ישיבה בעפאר די קריג, וועט ער דיר קענען זאגן וויפיל מסכתות ער האט דורכגלערנט אין ישיבה (אזא בילד האב איך באקומען פון די פאר וואס איך האב געקענט פערזענליך, קען זיין ס'איז לאו על הכלל כולו יצא).

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 2:09 pm

· #311588
Re: דרך הלימוד, בקיאות אדער עיון?
געוויסע זאכען בין איך מסכים צו דיר, וכמו"ש אינ'ם סוכות אויסגאבע.
די ליטווישע האבען נישט מחדש געווען דאס לערנען בעיון און פארשטייען סברות. אלע האבען אזוי געלערנט. נאר אז א יונגע בחור זאל זיך באשעפטיגען מיט א פארטיגע סברא איידער קענען די ראשונים און פוסקים גרונטליך איז יא א חידוש. מ'האט אמאל געלערנט די סוגיא און איהר חשבונות גרונטליך, און די סברות זענען געבליבען באופן ספק ביז מ'האט געהאלטען ביי די דברי הפוסקים.
עכ"פ מ'איז פארפארען צו בחורים ווען בעיקר דארף מען רעדען פון בעלעבאטים, כולל יונגעלייט און ערוואקסענע מענטשען. דארט איז יעקב הונדרעט פערצענט גערעכט.

יעקב מענטש » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 2:45 pm

· #311593
ליטוואק פון בודאפעסט
געוויסע זאכען בין איך מסכים צו דיר, וכמו"ש אינ'ם סוכות אויסגאבע.
די ליטווישע האבען נישט מחדש געווען דאס לערנען בעיון און פארשטייען סברות. אלע האבען אזוי געלערנט. נאר אז א יונגע בחור זאל זיך באשעפטיגען מיט א פארטיגע סברא איידער קענען די ראשונים און פוסקים גרונטליך איז יא א חידוש. מ'האט אמאל געלערנט די סוגיא און איהר חשבונות גרונטליך, און די סברות זענען געבליבען באופן ספק ביז מ'האט געהאלטען ביי די דברי הפוסקים.
עכ"פ מ'איז פארפארען צו בחורים ווען בעיקר דארף מען רעדען פון בעלעבאטים, כולל יונגעלייט און ערוואקסענע מענטשען. דארט איז יעקב הונדרעט פערצענט גערעכט.


אז מ'האט דיך שוין יא דא הרב ליטוואק, קענסטו קאנפוירמען

1) איז טאקע די מהלך נתחדש געווארן צו קאנפראטירן השכלה ?

2)מ'פלעגט אמאל מאכן א אייגענע סברא אין בויען אויף דעם א פסק ? (נישט אז מ'פארשטייט אז 'דאס' זאגט דער רמב"ן, נאר א גענצליך נייע סברא אין די גמ' שלא נמצאו בדברי הראשונים)

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 3:12 pm

· #311596
Re: דרך הלימוד, בקיאות אדער עיון?
1) איך ווייס נישט קיין מקור דערצו. מעשה'לעך פון מענטשען וואס האבען נישט געהאלטען דערפון, יא. אבער ס'איז קלאר אז ר' חיים האט אזוי געהאלטען.
2) ר' חיים וואלאזינער ברענגט מען אזא זאך, אבער איך ווייס נישט אז נאך ר' חיים האט מען עס יא געטוהן. אמאל זעט אויס אז ר' משה טוט עס, אבער אז מ'קען דער סוגיא זעט מען אז ער איז מקצר בתשובותיו. קוק אין דברות. משה וועסטו זען אז ער האט פולע אחריות פאר יעדער זאך און זוכט צו פאר'ענטפערען יעדער דיוק.

וואלווי » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 3:49 pm

· #311597
קל וחומר
כ'זעה אז דער עולם גייט אריין אין אלעם חוץ פון די שאלה זעלבסט...

די שאלה איז נישט אויב מ'דארף לערנען אין ליטווישע ישיבות אדער אין חסידישע, כ'האב נאר אראפגעברענגט דעם משל ווייל אמאל איז אזוי געווען באקאנט, די שאלה איז וועלכע דרך הלימוד ברענגט דעם תועלת הרצוי?


די תועלת הרצוי וועט זיין אז א בחור לערנט שטארק בעיון פאר 2-3 יאר און די שפעטער יארן בלעטער וואס דעמאלטס פארשטייט מען שוין אליינס וועליכע קשיות זענען נארישקייטן אין וועלעכע מוז מען זיך אפשטעלן צי דורך טוהן בעיון. אין די נסיון ווייזט אז איינער וואס האט עקספיריענס לערנען בעיון אז א סאך א קלארער בקיאות לערנער וי סתם איינער וואס פארט בלעטער. ואם תקשה אז די גמ' זאגט דליגמר איניש והדר ליסבר (שבת ס"ג ע"א) מיט קען מען יוצא זיין ביז די 14 אדער אין די זייטיגע צייט

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 5:04 pm

· #311607
Re: דרך הלימוד, בקיאות אדער עיון?
דער גמרא איז דא נישט נייטיג. ר' חיים וואלאזינער שרייבט שוין אויף דעם און אסאך ענדליכע גמרות אז ס'רעדט זיך איידער מ'האט אראפגעשריבען די גמרא, וטעמו פשוט

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 6:05 pm

· #311612
אז מ'וויל ארומשומעס'ן די ישיבות און זייערע דרכים איז נאך דא וואס צו שמועס'ן.
א. טאמער ס'איז טאקע ריכטיג אז די ליטווישע האבען משנה געווען וועגען השכלה, ט'ווער האט געזאגט אז ס'גילט נישט היינט?
ב. די סאטמארער ישיבות, עכ"פ בחיי דער רבי'ן, זענען געווען געפערליך במלא מובן המילה. זיי האבען אלס געמוזט אנקומען צו פרעמדע פאר תלמידי חכמים. ריחמ"פ קומט דאך פון בית מדרש עליון ועוד. דיינים האט מען באקומען פון סקווער. בקיצור די ישיבה האט קיין סאך נישט פראדוצירט אחוץ פוס זעלנער פאר'ן פארטיי. מ'האט צוביסלעך משנה געווען און אוועק געשטעלט א בעסער'ן גייסט, אבער זיי האבען נאך וואס צו לערנען.
ג. א סאטמארער תלמיד איז אמאל אריין צום ישיבה פון סאוטה פאלסבערג אין זומער נאך ר"ח אב. די זענען די לעצטע טעג פון די זמן און סתם אזוי איז דער זומער גאר א שוואכע צייט אין א ישיבה אין די קעטסקיל"ס. ער האט געזען ווי בחורים רעדען אין לערנען צווישען זיך און נישט געקענט קומען צו זיך פון התפעלות. ער האט קיינמאל נישט געזען ווי יונגע בחורים זאלען זיך אזוי אריינטוהן אין א זאך. אוודאי איז נישט אזוי אין יעדער ישיבה וואס לערנט אויף די מהלך, אבער דאס זעט מען און יעדער קען זיך איבערצייגען. דער סאטמארער רבי האט נישט געהאט קיין וועג פון פיהרען א ישיבה וואס זאל אוועקשטעלען א גייסט אז לערנען איז ברום המעלה, און אזוי האט דער לערנען געליטען טאקע. ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין שטופ צו ליגען אין לערנען און צו לעבען דערין. זיין פרום, יא, אבער לערנען נישט. ס'איז גאנץ קלאר אז ער האט עס נישט געשעט צו פיל. מ'הערט טאקע אסאך מימרות פון איהם אויף ישיבות וואס ווייזען ווי ווייט ער האט נישט פארשטאנען וואס א ישיבה איז און וואס מ'דארף טוהן מיט בחורים.
ד. דאס וואס מ'דארף געבען בחורים געשמאק אין לערנען איז נאך אזוי וויכטיג היינט ווי אמאל. מ'קען אריינגייען אין סיי וועלכע ישיבה וואס לערנט בעיון, וואס גראבט און זוכט צו דערגייען די עומק הדבר, און מ'וועט זיך איבערצייגען אז די בחורים לעבען אין לערנען. די וואס לייגען זיך אריין אין די זאך נוצען זייער כוחות און טראכטען כסדר פון די סוגיא. אין די ישיבות ווי מ'וויל אנהאלטען דאס אלטע דרך, און ס'איז דא אזעלכע ליטווישע אויך, קען מען זען אפשר התמדה פון אסאך שעות, אבער די קאפ און די נייגער איז נישט אין לערנען. מ'האלט חשבון וויפיל מ'האט געלערנט, מ'לאזט זיך אפשר פארהערען, אבער מ'ליגט נישט דערין. ווען מ'וויל איבערגעבען פאר א בחור וואס מיינט עס א לעבען פון לערנען, האט מען ביזדערווייל נישט געזעהן אז די וואס האלטען זיך צו די אלטע האבען עפעס באוויזען דערמיט.
ה. דער ענין איז נישט בעיון צו בקיאות. דער תכלית פון לערנען איז צו קענען ארויסהאבען די פסק הלכה. פסק הלכה קומט פון לערנען און פארשטייען די גאנצע זאך די סברות מיט די חשבון צוזאמען. די שאלה איז יעצט וויאזוי צוצוקומען צו דער גרונטליכער קענשאפט. דעריבער ווען הרב שך באקלאגט דאס לערנען אזוי שטאט אין ישיבות, דערמאנט ער נישט ווייל מ'דארף אסאך לערנען. ער זאגט ווייל דברי תורה עניים הם במקום אחד וכו', אז פאר דער עיון דארף מען קענען נאך סוגיות. ווייל ער האט אויך געוואוסט אז דער עיקר איז אייביג דער עיון, און דער נידון איז וויאזוי צוצוקעמען דערצו.
ו. דער ליטווישע דרך הלימוד כהיום איז א שטארקע פראבלעם. מ'איז שוין נישט מחנך צו משנתו סדורה לו בפיו, און דער קענד"י וואס מ'גיבט פאר די בחורים איז געווארען דער עיקר און אלס אוועק געשטופט. אפשר דארף מען עס האבען, אבער אלס דארף נישט ווערען נכנע דערצו. צום סוף בלייבט מען אין א מצב אז מ'זאגט שוין א 'ווארט' איידער מ'קען דער רש"י. נישט אז יעדער איז אזוי אבער ס'איז אזוי פארהאנען מענטשען, און דער עתיד ווערט נאר ערגער. מ'דארף א שטארקע שטופ אויף צוריק אז די ישיבות זאלען זיך ווידער קערען צום שרשים לערנען אמת'דיג. אנדעריש ווער ווייסט ווי מ'וועט אלס אנגקומען. דערווייל ווען מ'ווערט עלטער און מ'קומט אן אין לעיקוואוד, הגם מ'לערנט דארט אויך אזוי, אבער מ'האט א דרך ארץ און מ'זעט דער חילוק פון דער וואס קען די סוגיא גרונטליך און זיין חידושים זענען געבויט. באלד וועט מען אנקוקען די מענטשען אזוי ווי די 'פוסקים' וואס קענען אסאך ווערטער אבער פארשטייען גארנישט. עולם הפוך ראיתי.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 10:02 pm

· #311635
Re: דרך הלימוד, בקיאות אדער עיון?
איך האב געמיינט דיינים פון חו"מ, נישט מו"צ'ן.
איך האב נישט געזאגט אז לערנען דארף זיין א גשמיות'דיגע הנאה. אבער ס'דארף ארומנעמען דער מענטש אז בשעת'ן לערנען זאל ער נאר זוכען צו וויסען דער אמת'ער פשט. און דאס האט דער סאטמארער רב נישט מצליח געווען אין זיין ישיבה, און מסתבר איז א כח הפועל בנפעל אין דעם.

ירא שמים » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 10:07 pm

· #311637
דרך הלימוד, בקיאות אדער עיון?
סאטמער רב׳ס גאנצע הנהגה לענ״ד איז געווען על דרך אז אלס דארף זיין אזוי ווי אמאל, ממילא דארף מען לוחם זיין מיט די ציונים ווי אמאל און מדארף גיין ארבעטן ווי אמאל און מדארף לערנען ווי אמאל וכו׳ וכו׳, והנלע״ד כתבתי.

ירא שמים » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 10:36 pm

· #311642
דרך הלימוד, בקיאות אדער עיון?
מזעט אזא קו אין זיין הנהגה, כקען נישט זאגן אז יעדע איינציגע זאך וואס ער האט געטוען איז געווען דאס, אפשר ציונות למשל איז נישט געווען געטריבן דורך דעם.
ווער האט דיר פארציילט אז בעלזער רב און באבובער רב האבן לוחם געווען אויפן דף היומי אפשר פארמישסטו מיטן מונקאטשער?!

קל וחומר » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 11:44 pm

· #311646
Re: דרך הלימוד, בקיאות אדער עיון?
אין בעלזא האט מען נישט געלערנט דף היומי פארן קריג, רי"ד מבעלזא האט געהייסן די ראש הלוחמים אויף ציונות פארן קריג נישט סאטמאר רב, נאכן קריג האט ר"א מבעלזא געזאגט אז ס'יז אנדערע צייטן וכו'.

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

ירא שמים » דינסטאג דעצעמבער 8, 2015 12:02 am

· #311654
Re: דרך הלימוד, בקיאות אדער עיון?
ער איז נישט געווען קיין פארריקטע מענטש וואס האט נישט געלעבט מיט די מציאת און אז ער האט נישט געהאט קיין ברירה איז ער נישט געגאנגען קאפ אין וואנט, אבער ווי ער האט געקענט האט ער געהאלטן אז וואס איז אמאל געווען איז קדש קדשים, אזוי קוקט מיר אויס.

ירא שמים » דינסטאג דעצעמבער 8, 2015 12:17 am

· #311657
Re: דרך הלימוד, בקיאות אדער עיון?
ער האט משנה געווען נאר דארט ווי סגעווען אזוי קלאר אז מקען נישט אנדערש.

קל וחומר » דינסטאג דעצעמבער 8, 2015 1:24 am

· #311660
מעניין לעניין באותו עניין...

ס'יז באקאנט אז סאטמער רב האט זיך אויסגעדריקט אז ער איז די אחצנטע דור וואס האט נישט פוגם געווען.

געהערט אמאל פרשנות אזוי, דאס איז אמאל זיכער אז בעלזא רב זיבעצן דורות האבן נישט פוגם געווען (געווען צדיקים וקדושי עליון) די זעלבע לגבי די בית ישראל, אמרי חיים וכו' די נקודה וואס ער האט געמיינט ארויסצוברענגן איז 'איך יא און דו נישט' והמבין יבין...

קל וחומר » דינסטאג דעצעמבער 8, 2015 9:43 am

· #311670
[ציטאט אראפגענומען]

דעי מימרא האב איך כמה פעמים געהערט פון עלטערע סאטמערע תלמידים, און איך האב פארגעסן צו צולייגן אז ער האט דאס געזאגט לגבי די בחירות אז מ'דארף אננעמען ווי אים ווייל ער האט סייעתא דשמיא זייענדיג די אחצענטע דור.

(אגב מיטן פרובירן צו לייקענען די מאמר קומט אויס אז טאמער וועט דיר נתברר ווערן אז ס'איז יא ריכטיג ביסטו מודה צום פרשנות...)

קל וחומר » דינסטאג דעצעמבער 8, 2015 10:03 am

· #311673
[ציטאט אראפגענומען]

אדרבה, פרעג זיך נאך. כ'גלייב אז אלס סאטמארער תלמיד האסטו ביי וועם נאכצופרעגן.

לגבי מושיען של ישראל איז קיין גרויסע ראיה נישט ווייל ווי באקאנט איז א טייל פונעם ספר פאבריצירט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 8, 2015 10:47 am

· #311678
Re: דרך הלימוד, בקיאות אדער עיון?
אביסל א סתירה מיניה וביה. מ'האט אנגעהויבען מיט דרך הלימוד, און מ'האלט שוין ביי דער שטותים פון דער אכצענסטע דור.ס'איז נערישקייטען, און טאמער ער האט עס געזאגט איז א ראיה אז אפילו א קלוגער איד זאגט אמאל נערישקייטען.

אגב האב איך געהערט אז דער בעלזער רב האט געזאגט אז דאס וואס ער האט זיך נישט טועה געווען אין בחירות אזוי ווי מאנכע, איז בזכות אבותיו.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 8, 2015 10:53 am

· #311679
Re: דרך הלימוד, בקיאות אדער עיון?
און לגבי דער וואס וויל נידערען אלע אונגארישע אידען, איך בין נישט אזא ראסיסט. ווען מ'וואלט אויסגעלערנט א ציבור דער וויכטיגקייט פון לערנען, וואלטען זיי געווען אונגארישע אידען וואס לערנען בעיון. וכמו דמרגלא בפומיה פונ'ם וואודרידזשע רב זז"ג 'תורה האט נישט קיין מאפע'ס'.
און איך קלער אז דער מציאות איז פארקערט. אז מ'ווייסט אויף איינער אז ער וועט בלייבען א יושב אהל כל ימיו, זאל מען איהם ענדעריש דערפיטען מיט ש"ס אויף א לייכטע אופן איידער ער הייבט אן דער עיון. אזוי וועט ער האבען א ברייטע רקע אויף וואס צו בויען דער עיון. פאר'ן פשוט'ער מענטש וואס וועט גייען ארבעטען אין די אנהייב צוואנציג יארען, זאל ער וויילען שוין א שטיק צייט מיט'ן לערנען בעיון כדי צו האבען א יסוד אין ליגען אין עפעס דערהויבען, עפעס טיפער ווי דער אויבערפלעכליכער בעלעבאטישע לעבען. אזוי וועט איהם לייכטער זיין בייצושטייען נסיונות שפעטער, און ער וועט האבען אן אחיזה אין וואס מ'זוכט ביים לערנען כדי מיטצוהאלטען ווען ס'איז איהם שווער.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 8, 2015 10:58 am

· #311685
Re: דרך הלימוד, בקיאות אדער עיון?
און וועגען דער מאמענט ארטיקעל האב איך טאקע געלאכט. הייסט'ס אז מ'ווערט באשריבען אין צייטונג אלס ת"ח מיינט עס א ת"ח און אז נישט איז נישט? ס'פאלט נישט ביי אז די שרייבער'ס האבען געטראפען די לייכסטע אדרעס און פון דארט אנגעהויבען? אין לעיקוואוד האט דער מאמענט קיינער, האבען זיי נאר איין ת"ח באשריבען. אין וומסב"ג קענען זיי פשוט מער, האבען זיי מער באשריבען. קיינער האט זיך נישט געשטעלט פארהערען פאר דער ארטיקל.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 8, 2015 12:09 pm

· #311697
Re: דרך הלימוד, בקיאות אדער עיון?
דאס איז נישט יעצט דער נושא. לערנען איז וויכטיג פאר יעדער איינער, נישט נאר יושבי אהל

יעקב מענטש » דינסטאג דעצעמבער 8, 2015 1:25 pm

· #311706
הרב עמעזאן, די מימרא איז גאר באקאנט, און איך האב עס שוין געהערט פון יונה לאנדא, און איך האב עס געזעהן געדרוקט אין א בוך, איך געדענק נישט אז ס'זאל האבן עפעס שייכות מיט די בחירות. הגם איך פארשטיי נישט פשט אין די מימרא, איז דער רבי נישט געווען קיין הוילער בעל דמיון און נישט געשאסן קיין סטעיטמענטס אין די וועלט אריין, און הרב ליטוואק וואלסט געמעגט האבן א טראפ מער רעספעקט און נישט עס באצייכענען אלץ 'שטות', איז עס א נפק"מ להלכה ? ניין! נעם עס נישט אן, וועסט נישט קריגן קיין גיהנם אדער גלגול שלג דערפאר, אבער ביטע רוף עס נישט אן נאריש ווען דער בעל המימרא איז געווען א אויסגעארבעטע איד ביי וועם ארויסזאגן א ווארט איז געווען דורכגעטראכט.




ליטוואק פון בודאפעסט
אז מ'וויל ארומשומעס'ן די ישיבות און זייערע דרכים איז נאך דא וואס צו שמועס'ן.
א. טאמער ס'איז טאקע ריכטיג אז די ליטווישע האבען משנה געווען וועגען השכלה, ט'ווער האט געזאגט אז ס'גילט נישט היינט?

קען זיין ס'גילט יא, אבער דער דיון איז צו ס'איז דער 'ריכטיגער' וועג צו לערנען ווען איינער וויל לערנען תורה לאמיתו אן קיין פארדרייענישן, דאס אז קען זיין אז ס'איז נאך וויכטיג צו מאכן די תורה פאר kosher entertainment מיינט נאך נישט אז דאס איז דער 'ריכטיגער וועג!


ב. די סאטמארער ישיבות, עכ"פ בחיי דער רבי'ן, זענען געווען געפערליך במלא מובן המילה. זיי האבען אלס געמוזט אנקומען צו פרעמדע פאר תלמידי חכמים. ריחמ"פ קומט דאך פון בית מדרש עליון ועוד. דיינים האט מען באקומען פון סקווער. בקיצור די ישיבה האט קיין סאך נישט פראדוצירט אחוץ פוס זעלנער פאר'ן פארטיי. מ'האט צוביסלעך משנה געווען און אוועק געשטעלט א בעסער'ן גייסט, אבער זיי האבען נאך וואס צו לערנען.

איך ווייס נישט צו דער שינוי איז לטובה אדער פארקערט, די היינטיגע יוצאים קענען גארנישט, ניטאמאל די פשוטסטע זאכן וואס יעדע 'סאנדס סט.' תלמוד קען אויסעווייניג.

ג. א סאטמארער תלמיד איז אמאל אריין צום ישיבה פון סאוטה פאלסבערג אין זומער נאך ר"ח אב. די זענען די לעצטע טעג פון די זמן און סתם אזוי איז דער זומער גאר א שוואכע צייט אין א ישיבה אין די קעטסקיל"ס. ער האט געזען ווי בחורים רעדען אין לערנען צווישען זיך און נישט געקענט קומען צו זיך פון התפעלות. ער האט קיינמאל נישט געזען ווי יונגע בחורים זאלען זיך אזוי אריינטוהן אין א זאך. אוודאי איז נישט אזוי אין יעדער ישיבה וואס לערנט אויף די מהלך, אבער דאס זעט מען און יעדער קען זיך איבערצייגען. דער סאטמארער רבי האט נישט געהאט קיין וועג פון פיהרען א ישיבה וואס זאל אוועקשטעלען א גייסט אז לערנען איז ברום המעלה, און אזוי האט דער לערנען געליטען טאקע. ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין שטופ צו ליגען אין לערנען און צו לעבען דערין. זיין פרום, יא, אבער לערנען נישט. ס'איז גאנץ קלאר אז ער האט עס נישט געשעט צו פיל. מ'הערט טאקע אסאך מימרות פון איהם אויף ישיבות וואס ווייזען ווי ווייט ער האט נישט פארשטאנען וואס א ישיבה איז און וואס מ'דארף טוהן מיט בחורים.

דא ליגט די יסודותדיגע חילוק פון סאטמער ווס די ליטאים, א שיינע פראצענט בחורים וואס וואס וואלטן אין א ליטווישע ישיבה ארויסגעפאלן, זענען געבליבן ערליך און פרום, און 'לכתחילהדיגע' בחורים ווייל זיי האבן געלערנט אין סאטמער, דער רבי האט געהאט א שיטה אז די ישיבה זאל קעיטרען צו די ניינציג פראצענט בחורים וואס גייען עווענטועל גיין ארבעטן, אנשטאט צו די 10 פראצענט וואס גייען בלייבן אין די כלי קודש אינדוסטרי, נישט ווייל איך האלט אז די צוויי זאכן מושן זיין א סתירה, און ס'האט אויך נישט מיט וואספארא סארט דרך הלימוד די לערנסט, נאר ענדערש מיט די 'אויר' אין ישיבה.
ד. דאס וואס מ'דארף געבען בחורים געשמאק אין לערנען איז נאך אזוי וויכטיג היינט ווי אמאל. מ'קען אריינגייען אין סיי וועלכע ישיבה וואס לערנט בעיון, וואס גראבט און זוכט צו דערגייען די עומק הדבר, און מ'וועט זיך איבערצייגען אז די בחורים לעבען אין לערנען. די וואס לייגען זיך אריין אין די זאך נוצען זייער כוחות און טראכטען כסדר פון די סוגיא. אין די ישיבות ווי מ'וויל אנהאלטען דאס אלטע דרך, און ס'איז דא אזעלכע ליטווישע אויך, קען מען זען אפשר התמדה פון אסאך שעות, אבער די קאפ און די נייגער איז נישט אין לערנען. מ'האלט חשבון וויפיל מ'האט געלערנט, מ'לאזט זיך אפשר פארהערען, אבער מ'ליגט נישט דערין. ווען מ'וויל איבערגעבען פאר א בחור וואס מיינט עס א לעבען פון לערנען, האט מען ביזדערווייל נישט געזעהן אז די וואס האלטען זיך צו די אלטע האבען עפעס באוויזען דערמיט.
נישט ריכטיג, ער האט איז זיך נישט מעמיק וויאזוי די גמ' קען שטימען ווען מ'נוצט די סברה אדער פונקט די פארקערטע, ער איז אבער זייער נייגעריג צו וויסן וואס מאכט א נפק"מ למעשה ווען מ'לערנט ווי די רשב"א אדער דער רמב"ן. אוודאי קען ער נישט האבן דעם זעלבן עקסייטמענט ווי דער ליטאי וואס האט נאר וואס באוויזן צו מאכן א נייע חילוק וואס איז מיישב די סוגיא על מקומו, אבער צו זאגן אז ער האט נישט קיין געשמאק און ער האלט אין איין ציילן בלעטער איז נישט ריכטיג

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 8, 2015 6:57 pm

· #311725
מ'האלט נאכאנאנד מיט די זעלבע טעות. לערנען בעיון האט גארנישט מיט'ן בלייב'ן א יושב אהל. דער ניינציג פערצענט וואס וועט גייען ארבעט'ן דארף אויך לערנען בעיון, און אין א געוויסע זינען דארפען זיי ערשט לערנען בעיון. זיי האבען א תועלת דערפון וואס די יושב אהל האט נישט. נעמליך, די מעגליכקייט פון ביישטייען נסיונות וואס זיי האבען פיל מער ווי דער יושב אהל.
ווען א מענטש איז א פויער און ער פארשטייט נאר גראבקייט, סיי צו ער גייט זיין א יושב אהל סיי אן ארבעט'ס מענטש, וועט ער בלייבען א פויער. אדער א פוסק\מו"צ\ר"י\מגי"ש\אדמו"ר א פויער, אדער אן ארבעטארער א פויער. ווען ער לערנט זיך אויס דקות, ער לערנט זיך אויס די טיפקייט פון יעדער זאך, מאכט עס יעדער טריט פון זיין לעבען מיט א טיפקייט און דער ערנסטקייט פון וויסען וואס ער טוט.
דאס לערנען בעיון אין ישיבה גיבט צו דער קוק צו א מענטש'ן. אפגעזען וואס איז זיין פרנסה.