☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » פראדיקטעבל

פראדיקטעבל

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9873

פליקער » פרייטאג דעצעמבער 4, 2015 9:45 am

· #311297
פראדיקטעבל
פראדיקטעבל

ב"ה אלעס ענינים זענען שוין געקאווערט, איך האב שוין נישט קיין סאך וואס מוסף צי זיין, נאר א ווארט דא דארט, בפרט היינט ווען איז א זמן וואס איך שפיר מער א זנב לאריות ווי א ראש לשועלים, וועל איך ווידמען מיין ואת האלף צי מאכן א שטיקעלע חזרה פון מיינע בויך קרעמפען, נישט מאכן ממש א חזרה נאר ארויס ברעינגען די יסוד פון אלע מיינע איבלען.

היינט איז אלעס פראדיקטעבל, און ווען אלעס איז פראדיקטעבל ווערט עס לאנגווייליג, עס איז ביי מיר א מצב וואס איך בין שוין געניג אלט און קען שוין פאראויס זאגן אלעס וואס גייט פאסירן, סיי וואס פאר א מצב, למשל עס איז געוועין א שיסעריי און סען בארנעדינא, איך ווייס שוין פאראויס וואס דער איד גייט שרייבן, וואס דער בלאט גייט זאגן, וואס די בעלי מוסר גייען מעורר זיין, וואס מארק לעווין גייט העצן, וואס די רעש מ'לימבא גייט שעלטן, וועים שאן הענעטי גייט ארויף ברעינגען, וועים ער גייט ארויסלאזן, וואס באראק אבאמא מיט הילערי קלינטען גייען באשילדיגן, וועים טראמפ גייט חוזק מאכן, וואס עס גייט זיין אויפ די ניו יארק פאסט קאווער אא"וו, אלעס האט די מהלך, אלעס פארט און די גרודע פראדיקטעבל ליניע.

ווען עס פאסירט א מצב ביי כלל ישראל ווי א כ"א כסליו ווייס איך שוין אויך פונקטלעך וואס יעדע בעל דרשן גייט זאגן, ווי שיין די עולם גייט טאנצען בך בטחו, וואס דער עולם גייט טיען ווען דער רבי באווייזט זיך, אויך ווייס איך שוין וואס ער גייט זאגן, ווי לאנג ער גייט רעדן, איך ווייס שוין אפילו פאראויס יעדע פעני וויפיל יעדער גייט געיבן, בעיקר די גרויסע סכומים, איך ווייס אז עס גייט זיין א גרויסע דריידל, איך ווייס וואס אלע בעלי דרשנים גייען זאגן ווי שווער די עסקנים ארבייטן, די דרשה און עינגליש דורך ר' משה דוד אדער ארי' לייב, אלעס איז אזוי פריקינג פראדיקטעבל, אז עס ברעינגט מיר א איבל, אפילו ווער עס גייט זיין אויבן אן, און אינטען אן.

איך ווייס שוין פונקטלעך ווען איך גיי נתעורר ווערן, ווען איך גיי זיין פריילעך, איך ווייס פונקטלעך וועלכע זמנים זענען העכער ווען זיי זענען פשוטע, וועלכע צייטן מען קען פוילן די גאולה, ווען מען קען פוילן מיט גרויס געלט פאר א גאר נויטיגע צוועק, איך ווייס אפילו ווען די צוועקן גייען אנקומען פון ארץ ישראל, ווען היימישע צוועקן פון אינלאנד, ווען עס גייען זיין די טיי פארטי'ס, ווען די צוועקן גייען זיין פאר חולי ישראל, און ווען פאר תלמידי חכמים וואס זענען ציליב אינזערע חטאים ארעם, ווען פאר א חתונה ווען פאר א כולל, ווען פאר שבת מאכן, און ווען פאר די וואס האבן ציפיל קינדער, און ווען פאר די וואס קענען נישט האבן קיין קינדער.

יעדע גרויסע מעמד ווי די כינס כלל ישראל וכדומה, האבן די זעלבע פראדיקטעבעל צוגאנג, עס הייבט זיך אן מיט פסוקי תהלים, דרשות התעוררת, עפעס אין עינגליש פאר די פרעסע, מען ברויך דאך עפעס אראפגיסן פארן טייוול, קבלת עול מלכית שמים אז עס זאל קנאקן, מעריב ברוב עם, און דערנאך גייט מען שלאפן.

ווען איך זעי היינט איינעם ווען ער איז למשל א אינגערמאנטשיק, און איך וויל טראכטן פארווערץ צוואנציג יאר, ווי אזוי דער אינגערמאן גייט אויס זעין דינסטאג ציפרי ניין א זייגער, ווייס איך איצט גענוי, איך ווייס פונקטלעך ווי ער האלט, פאר אדער נאך הכנות, פאר אדער נאכן דאווענען, פונקטלעך וואס ער גייט זיין אנגעטיען, ווי גרויס זיין קאפי גייט זיין און זיין האנט, וואס ער גייט יענעם טאג עסן פאר פרישטאג, וויפיל געלט ער וועט האבן, ווי גראב ער וועט זיין, און וואס ער וועט ציט מיר רעדן דאן, אלעס מיט א מייסטערהאפטע פראדיקטעבל סיסטעמאטישע פונקטלעכקייט.

לעצטענס האב איך באמערקט נאך עפעס וואס האט מיך אויפגעשוידערט, איך האב אלס געוויסט אז עס זענען פארהאן די וואס גרוילן זיך פונעם סיסטעם, זיי האסן די סיסטעם על כן לאזן זיי אלעס אפ, זיי שאקלען זיך אפ פונעם עול התורה און גייען זיך זייער וועיג, אבער צי מיין שאק זעי איך אז עס איז נישט פארהאן נאך אזא סיסטעים ווי דער סיסטעם פון אט"ד, זיי פארן נישט אפ אזוי מיר נישט דיר נישט, נאר זיי האבן קלארע פארשריפטן ווי אזוי די סדר פון אפפארן ברויך צוציגיין.

קודם ברויך מען האבן מחשבות זרות, און איין מאל עס האט זיך איינגעגעסן די ווארעם אינעם חן דאן ווערט מען פארגרעפט, און מען קויפט זיך א טמענע כלי, מען פאקט דעם בחור אדער אינגערמאן מיט א שמיצעל, מען דערווייטערט אים, ער הייבט אן ביגלען זיין העמד, טיט אן א סוועדער אדער א קארצע דזשעקעט טראץ די ביטערע פרעסטן, זימער גייט ער א לאנגע שאל טראץ די היצען, דערנאך עסט ער פיצא אן א היט, הערט אויף זיך שערן ביים מקוה איד, און אזוי ווייטער ביז זיין בארד ווערט קלענער, ביז זיין טשופ ווערט גרעסער, ער הייבט אן דינגען אויפ פאלענדע קאלירן קאר'ס, וואס מענטשען זאגן אים גייען אים מער גארנישט נישט, ער הערט אויף נאך זאגן אמן יהא שמיה רבה, הייבט אן האקן אויפן סיסטעם אויפ ק"ש, העצט אן אויפ זיינע עלטערן, אזש ביז ער רעדט אויפן רבי'ן.

ער גליטשט און גליטשט, הייבט אן רעדן די מיסע ווארט, ביז ער הייבט אן דרייון א באס אדער דערליווערן די בולעטין'ס אדער דבר יום ביומו'ס, אלעס אזוי פראדיקטעבל ווי א ווייצענע זייגער, דאס שטערט מיך שוין זייער, ווילסט דרייון א באס, וואס קען עס נישט זיין מיט די בארד, ווילסט האקן אויפן סיסטעם מיזטו נישט מופן קיין עירמאנט, קענסט דא אהער קומען און רייסן שטיקער, פארוואס מיז אלעס גיין אויפ אזא סיסטעים, ווילס חתונה האבן מיט א גרישה אדער א חליצה פון צרפת ווער לאזט דיך נישט, פארוואס מיז עס זיין דוקא מיט ליפא גלעיזער און מיט א ספעציעלע ניגון צי די חתונה וואס אלע באמעס העלן טאנצען, גלייב מיר זי וועט זיך ציכאפן צו דיר אפילו דו נעמסט נישט קיין שויער נאך די מקוה, און אפילו דו זאגסט נישט אז מען האט דיך מאלעסטעד.

ווילסט גיין אין קאלידש, מיזטו זיך נישט צישטעלן צי די אטד סיסטעם, גיי אהין מיט א לאנגע רעקל, אדער לאנגע פיאות, פראביר עס, פארוואס מיזטו זיך צישטעלן צי די באם סיסטעם, איינער וויל ווערן א פרוי, גיט גיי קויפ א מיני סקערט וואקס דיר א פאני טעיל און נעם הארמוינים, פארוואס מיז עס גיין און עטליכע פאזעס מיט א גאנצע פלאן, קודם איבערלאזן די דרך, ווערן קודם א גוי, דערנאך גיין אויף ארץ און זיך אנטיען א מגן דוד אויפן טי שערט, און נאכדעים טרענזישן צוויי ווערן די פרוי, פארוואס עפעס סיסטעים, איי דזשאסט דאנט געט איט.

און אזוי ווי דער סדר דא איז אז מען האלט א דרשה לכבוד טויזענט, דעריבער גייט עס מיר אויף נערווען וועל איך זיין פראדיקטעבל און האקן דערויף און איך וועל גארנישט זאגן, מיט דעם וועט ארויפקומען די אזלא גרש אויפן אלף, און ווי אלע אנדערע וואס ווערן לאנגווייליג נאכן טויזענט וועל איך נישט זיין פראדיקטעבל און ווייטער אנגיין ביז די מוסדות וועלן אנדעקן די פורם און אנהויבן לייגן דריק מען זאל עס אינטערברעינגען, און ווי פראדיקטעבל וועלן מיר זיך ברעכן צים טעראר און אוועק ווארפן די כלים, אבער ביז דאן קען דאך נאך משיח ווייזען מיט די פינקי אז מיר דא האבן מקרב געוועין די גאולה, און ווי פראדיקטעבל וועט זיין ווען דאן וועלן זיי לייקענען אז נישט אויפ אזא משיח האבן מיר געווארט.

ברוך בער » פרייטאג דעצעמבער 4, 2015 9:55 am

· #311298
פריקינג אמעזינג. ווי לאנג פליקערס מאמרים זענען נישט פראדיקטעבל לוינט זיך נאך צו דראפען אויף די גראדע ווענט ווי דער רבי בעל בך בטחו פלעגט זיך אינטערזינגען.

סאשי פיש » פרייטאג דעצעמבער 4, 2015 10:10 am

· #311299
און איך ווייס שוין פון פאראויס וואס @פליקער וועט שרייבען...

לית דין בר נש » פרייטאג דעצעמבער 4, 2015 11:25 am

· #311312


ניין איך גיי עס נישט שרייבן, ער גייט נאך זאגן עס איז גיוועהן פראדיקטעבל

(@פליקער די קענסט פראדיקטען וועס איך האב געוואלט מגיב זיין?)

mevakesh » פרייטאג דעצעמבער 4, 2015 11:29 am

· #311313
Re: פראדיקטעבל
יענער איז געווענליך predictable נאר מיך קען איך קיינמאל נישט predicten

אהרן » פרייטאג דעצעמבער 4, 2015 12:15 pm

· #311314
Re: פראדיקטעבל
נו גיימער זיך מאכן די לעבן אינערסאנטער? צוריק צו די אמאליגע דערפלעך ווי יעדע ריר איז געווען א סטראגעל (מיט אונזער היינטיגע ברילן) און מען האט געדארפט אויפקומען מיט א לעזונג, אוי ווי געשמאק דאס העט זיין...

שושן פורים » פרייטאג דעצעמבער 4, 2015 12:17 pm

· #311315
dislike!!!!

פליקער » פרייטאג דעצעמבער 4, 2015 12:25 pm

· #311317
לית דין בר נש
:טראכט

ניין איך גיי עס נישט שרייבן, ער גייט נאך זאגן עס איז גיוועהן פראדיקטעבל

(@פליקער די קענסט פראדיקטען וועס איך האב געוואלט מגיב זיין?)

איך האב געהאלטן אז דו גייסט מיך שטעלן צי די טעסט 😃

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 4, 2015 12:51 pm

· #311320
איין זאך איז זיכער פרעדיקטעבל, אז א ארטיקל פון פליקער ברענגט אויספלאצענישע לאכערייען,
מזל טוב פליקער פאר דיין טויזענט תגובות,
באמת קומט זיך ענדערש א מזל טוב פאר אונז לייענער וואס באלעקן זיך די פינגער מיט דיינע געשרייבעכצער,
ממילא ברוכים תהי' מערצאשעם ביי אונז אלע ביים נעקסטן טויזענט בקרוב,
מאך אונז אלע לאכן וויפיל עס לאזט זיך, די דאקטוירים זאגן עס איז געזונט.

פליקער » פרייטאג דעצעמבער 4, 2015 12:58 pm

· #311321
שמעקעדיג
איין זאך איז זיכער פרעדיקטעבל, אז א ארטיקל פון פליקער ברענגט אויספלאצענישע לאכערייען,
מזל טוב פליקער פאר דיין טויזענט תגובות,
באמת קומט זיך ענדערש א מזל טוב פאר אונז לייענער וואס באלעקן זיך די פינגער מיט דיינע געשרייבעכצער,
ממילא ברוכים תהי' מערצאשעם ביי אונז אלע ביים נעקסטן טויזענט בקרוב,
מאך אונז אלע לאכן וויפיל עס לאזט זיך, די דאקטוירים זאגן עס איז געזונט.

אזא פראספעקטיוו פון דיר איז בכלל נישט געוועין פראדיקטעבל, עס איז מיר א כבוד, איך שפיר ווי די וואסער אינטער די בויבל

שבת אחים » פרייטאג דעצעמבער 4, 2015 12:58 pm

· #311322
טיפּיקל וויליאמסבורגע גערעדאכץ וואס מיזטו זיין ״אנדערש״ פון יעדעם איינעם? קענסט נישט גיין אין קאלעדזש אנגעטוהן אזויווי מ׳איז געגאנגען פאר צוויי הונדרעט יאהר צוריק אין פוילן? מיזט אויסטוהן די קוטשמע מיט די לאנגע געילע טלית קטן? יעדע גלעזער וואס קוקט נישט אויס ווי ר׳ מאטעלע׳ס גלעזער איז פלוצלינג ליפא׳ס גלעזער, פארוואס קענסטו נישט זיין ווי יעדעם איינעם מוזט זיין א באם? פארוואס קענסטו נישט זיין אזוווי יענקל ברוך פראמאוויטש מיט ישעי דוד גרינפעלד זיי קענען אויפשטיין פארטאגס און דו נישט? פארוואס קענסטו נישט זיין קיין נארמאלע מענטש??? מוזט זיין אנדערש פון יעדעם איינעם??? אוי וויפל מאל האב איך דעס געהערט אין מיין לעבן...

קינד_אן_קייט » פרייטאג דעצעמבער 4, 2015 1:47 pm

· #311324
אייזן!

שטילע אינגערמאן » פרייטאג דעצעמבער 4, 2015 3:05 pm

· #311328
פראדיקטעבל
/

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 4, 2015 3:39 pm

· #311330
שושן פורים
dislike!!!!

שושן פורים:...וואסי געשעעין...?! די גלייכסט נישט פליקער'ס מאמר. שרייב דו א בעסער'ן מאמר. לאמיר זעען...!אפשר איז די וויין וואס דו האסט געטרינקען אום שושן פורים געווען זויער...? נו, היינט איז דאך אין סטייל זויערע וויין. מ'דארף נאר טרעפן עפעס א פראנצויזישן, אומשפארשטענדליכן נאמען וואס קיינער קען נישט ארויסזאגן...עי וואואללאה...!

פליקער » פרייטאג דעצעמבער 4, 2015 4:06 pm

· #311331
אה ב"ה מען נעמט זיך אן פאר מיין כבוד, איך האב עס גריידע נישט גענימען ווי א פערזעינליכע אטאקע, נאר גענוי ווי אלע יושבי חושך ווערן ערפינדלעך ווען מען זאגט איין ווארט אפילו מען ווייסט קלאר אז ס'יז א וויץ, כן ווערן די אויפגעקלערטע אויך שרעקליך סענסעטיוו,
#פרעדיקטעבל

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש דעצעמבער 5, 2015 10:15 pm

· #311360
Re: פראדיקטעבל
אין אלס איז דער חסידיזמוס שולדיגט, און די ליטוואקע'ס זענען פיל בעסער, כאטש זייער פראבלעמען.

אהרן » מוצ"ש דעצעמבער 5, 2015 10:26 pm

· #311362
Re: פראדיקטעבל
שבת אחים
טיפּיקל וויליאמסבורגע גערעדאכץ וואס מיזטו זיין ״אנדערש״ פון יעדעם איינעם? קענסט נישט גיין אין קאלעדזש אנגעטוהן אזויווי מ׳איז געגאנגען פאר צוויי הונדרעט יאהר צוריק אין פוילן? מיזט אויסטוהן די קוטשמע מיט די לאנגע געילע טלית קטן? יעדע גלעזער וואס קוקט נישט אויס ווי ר׳ מאטעלע׳ס גלעזער איז פלוצלינג ליפא׳ס גלעזער, פארוואס קענסטו נישט זיין ווי יעדעם איינעם מוזט זיין א באם? פארוואס קענסטו נישט זיין אזוווי יענקל ברוך פראמאוויטש מיט ישעי דוד גרינפעלד זיי קענען אויפשטיין פארטאגס און דו נישט? פארוואס קענסטו נישט זיין קיין נארמאלע מענטש??? מוזט זיין אנדערש פון יעדעם איינעם??? אוי וויפל מאל האב איך דעס געהערט אין מיין לעבן...

שבת׳ל טייערע איך זע נישט קיין חידושים אין דיין תגובה, בסך הכל שרייבסטו די זעלבע וואס @פליקער שרייבט, די חילוק איז נאר אז ער האט געמאכט א וויץ דערפון, און די האסט געטוען וואס ער האט פרעדיקטעט..

פליקער » מוצ"ש דעצעמבער 5, 2015 11:35 pm

· #311374
Re: פראדיקטעבל
סהאט ביינעם סך הכל געפימפלט א פלאץ

שבת אחים » זונטאג דעצעמבער 6, 2015 8:58 am

· #311398
אהרן
שבת אחים
טיפּיקל וויליאמסבורגע גערעדאכץ וואס מיזטו זיין ״אנדערש״ פון יעדעם איינעם? קענסט נישט גיין אין קאלעדזש אנגעטוהן אזויווי מ׳איז געגאנגען פאר צוויי הונדרעט יאהר צוריק אין פוילן? מיזט אויסטוהן די קוטשמע מיט די לאנגע געילע טלית קטן? יעדע גלעזער וואס קוקט נישט אויס ווי ר׳ מאטעלע׳ס גלעזער איז פלוצלינג ליפא׳ס גלעזער, פארוואס קענסטו נישט זיין ווי יעדעם איינעם מוזט זיין א באם? פארוואס קענסטו נישט זיין אזוווי יענקל ברוך פראמאוויטש מיט ישעי דוד גרינפעלד זיי קענען אויפשטיין פארטאגס און דו נישט? פארוואס קענסטו נישט זיין קיין נארמאלע מענטש??? מוזט זיין אנדערש פון יעדעם איינעם??? אוי וויפל מאל האב איך דעס געהערט אין מיין לעבן...

שבת׳ל טייערע איך זע נישט קיין חידושים אין דיין תגובה, בסך הכל שרייבסטו די זעלבע וואס @פליקער שרייבט, די חילוק איז נאר אז ער האט געמאכט א וויץ דערפון, און די האסט געטוען וואס ער האט פרעדיקטעט..


איך בין טאקע נישטא צו שרייבן קיין שום חידושים חוץ די לעצטע שורה פון מיין תגובה ״אוי וויפל מאל האב איך דעס געהערט אין מיין לעבן...״ און אז אין די רייען ווי איך בין אויפגעוואקסן איז עס שוין גארנישט קיין וויץ! יעדע slight difference איז מען שוין געשפרינגן! אז א בחור אין גיבערס האט זיך געזייפט מיט שמעקעדיגע זייף איז ער שוין געווארן אפגעסטעמפלט אלץ א נידערטרעכטיגער באם! און טאמער האט ער געהאט א טעיפריקארדער מיט מ.ב.ד. איז געוועהן אחת דתו און ווען א בחור איז געקומען אין ישיבה מיט נייע גלעזער וואס איז נישט געוועהן שווארץ אויף ווייס האט זיך אנגעפאנגן העווי אינוועסטיגשאונס. און אזוי ארבעט עס נאך היינט אין די אינסולאר פארמאכטע חסידישע וועלט סאיז שוין גארנישט קיין וויץ...

פרייוויליג » זונטאג דעצעמבער 6, 2015 10:52 am

· #311402
אזא לעכטיגע ארטיקל, ווען פליקער שיסט ווען וואלט ער געווען די סנייפער פונעם יאר.

בר דעת » זונטאג דעצעמבער 6, 2015 12:43 pm

· #311412
הערליכע גאונות! א דאנק אייך מיסטער פליקער

פריפיטשיק01 » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 7:46 am

· #311525
Re: פראדיקטעבל
פליקער וויפיל לייקס א תגובה דיינס וועט קריגען, איז זיכער נישט פראדיקטיבעל...


Sent from my iPhone using Tapatalk

פליקער » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 8:50 am

· #311528
Re: פראדיקטעבל
פריפיטשיק01
פליקער וויפיל לייקס א תגובה דיינס וועט קריגען, איז זיכער נישט פראדיקטיבעל...


Sent from my iPhone using Tapatalk

קודם כל ברוך הבא א נייע ניק,
דו ברעינגסט ארויס א גיטע נקודה, איך גלייב אבער נישט אז עס ספעציעל ביי מיר, אבער איך שפיר צימאל א תגובה וואס וואלט לפי דעתי געברויכט ווערן באלייקט אבער ליכא לייקו ולא מידי, און דערנאך איז דא תגובות וואס איך האב בכלל נישט פראדיקטעד אז עס איז אינטערעסאנט, און עס שטעלט זיך ארויס געוואלדיג, דאס איז לכאורה אלס אין אדם רואה נגעי עצמו אדער אלס אין חבוש מתיר עצמו, נא איידיע, אבער דאס איז זיכער פראדיקטעבל אז איך אפרישיעט יעדע לייק.

נאסע ליילעך » דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 3:34 pm

· #311937
זייער געשמאק געשריבן @פליקער, הגם די ברענגסט סך הכל ארויס, בדרך צחות, איין דינטשיקן פינטל.. (וויאזוי איך האב עס פארשטאנען, איז אז ס'נישטא קיין שום דייווערסטי). עכ"פ, איך האב זייער הנאה געהאט ביז, כאמיך פלוצים געזעהן ליינען נאנסענס.. די מיסקאנסעפשען וואס די האסט איבער די א.ט.ד ודעימם. איך העל עס פרובירן מסביר צו זיין די קורצטע וואס שייך. פארן בארדלאזן באס-דרייווער זאגסטע: ווערטעך געבעטן שניידן? ווידעראום אויפן טרענסי, א.ט.ד צו סטודענט, האסטע טענות וואס ער ברויך אוועקגיין?.. נאכער שרייסטע אז די לעכצט נאך דייווערסטי, קאליר. אין אנדערע ווערטער, די אקצעפ'סטירסט נאר געוויסע סארט פראדיקטעבל פראפיילן און ביסט נאך מלא טענות דערויף... סא שטיקל אקסי-מאראן. דער א.ג באס-דרייווער וויל גיין מיט אזאנע סארט גלעזער און אנע קאפס אויף די הויזן, מאכט ער ביי זיך דעם חשבון (כאילו), איך ברויך דאך נאכנישט פארדעם אנטלויפן פונעם סיסטעם.. ווידעראום דער אנדערער 'דער פיוזשעטיוו' שפירט אבער יא די 'בויך-וויי וואס ער שאפט מיט זיינע 'מאדנע שגיונות', און פיצט טאקע אפ פון דאנעט. איי שטעלט'צך די גרויסע שאלה וואסטע גברויכט אנטלויפן?? אדרבה פרעג דעם באס דרייווער ער'טער פונקטלעך געבן צו פארשטיין פארוואס.. אלזו, זיכסט דעם אנפראדיקטעבל, פירסט טשעק יורסעלף אאווט ווייל ווי ס'קוקט אויס ביסטו קאליר-בליינד. (..No offense).

פליקער » דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 3:45 pm

· #311938
Re: פראדיקטעבל
עליכם השלום א נייע ניק
איך גיי זיך נישט פארענטפערן פאר דיר, דו לייגסט סתם אויף מיר א 'נאסן ליילעך', אבער א דאנק פארן ציריק קערן דעם אשכול וואס איז שוין געוועין פריצייטיג אויף דף ב.

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 5:08 pm

· #311947
ווי מער ך'לייען איבער דעם ארטיקל, אלס מער זעה איך איין דעם ווייטאגליכן אמת דערין,

מראשית שנה ועד אחרית שנה, קען יעדער פרעדיקטן ווי אזוי זאכן גייען גייען, פון ראש השנה, ווען מען וועט וויינען און ווען לאכן, ערב יוכ"פ אנגעצויגן, מוצאי טאנצן פרייליך, סוכות די נענועים הושע"ר די דרשה מיטן באקאנטן משל, שמחת תורה די הקפות, די באגלייטן, וואס גייט דער רבי זאגן, וועלכע שפראך די צייטונגען גייען באשרייבן (נישטא קיין ווערטער, פעדער איז צו ארעם, כולם נקבצו באו לך, בלא בלא...), ווייטער כ"א כסלו וואס דער פראגראם גייט זיין, אז דער רבי גייט רעדן, וואס ער גייט זאגן, עס גייט זיין דער הויכפונקט, דער עלעקטרישער שטראם גייט אריבערלויפן פונקט ווען דער רבי שליט"א קומט אריין און ספאנטאן גיט יעדער א טאנץ אויף פון ארט און הייבט אן זינגען, חנוכה מיטן חשוף, מען גייט פארענטפערן צום וויפילטן מאל דעם ב"י קשיא וואס מים רבים לא יוכלו לכבות את הקושיא הנורא הזה, הקיצור ך'האב נישט דא די צייט אויסצורעכענען דעם גאנצן יאר, אבער טראכטס אריין, נישטא קיין התחדשות אין גארנישט, אלעס גייט מיטן זעלבן זיז כל שהוא פון אלע דורות, יעדע חתונה בריוול די זעלבע סארט מליצות פונעם פאסט, יעדע חנוכה די זעלבע דזשאוקס פון די דאונאטס וואס ברענען 8 טעג, פסח די שטריימלעך סעילס, ביי יעדע רבי'שע חתונה שטופט מען אראפ די זיידעס פון עולם העליון און דער בדחן באטאנט דאס ביי די דברי כיבושין, ממש מיר האבן אלע רוח הקודש ווי אזוי דאס גאנצע יאר גייט זיך אויסשפילן.

מען פארציילט אויפן חוזה מלובלין זי"ע אז יעדע יאר חודש ניסן, די ערשטע 12 טעג פלעגט ער זאגן עתידות וואס וועט פאסירן אין די קומענדיגע 12 חדשים, איין יאר האט ער נאר געזאגט ביז אב, און נאך זיין פטירה אום ת"ב האט מען פארשטאנען למפרע אז ער האט נאר געקענט זעהן ביז אב. איך גלייב אז היינטיגע צייטן וואלט ער רואיג געקענט זאגן ביז אדר, אפילו אני הקטן קען זאגן עתידות, ווי אויך אלע ניקס, און אויך אלע אידן בדורינו אלה.

#unexciting

ירח בן יומו » דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 10:28 pm

· #311985
איז @שש פראדיקטעביל?
ער איז שטיל (פאר דעם שטורעם?)

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 12:24 pm

· #317475
פרעדיקטעבל טאנצן???

אין אייוועלט
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=28277">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=28277</a>

פליקער » מיטוואך יאנואר 20, 2016 2:48 pm

· #318237
Re: פראדיקטעבל
נעבעך אויף זיי, ער כאפט אריין, נאך א סיבה איך בין נישט דארט

פליקער » מיטוואך יאנואר 20, 2016 2:52 pm

· #318238
Re: פראדיקטעבל
פראדיקטבל חלק ב

(אולי אפטיילן)

און ליכט פון מיין ארטיקל פראדעקטאבל ווי איך האב דארט מסביר געווען אז אלעס איז היינט אזוי שטארק פראדיקטאבל, אבער ווען איך האב עפעס טיפער אריין געקלערט אינעם ענין, האט מיר ערשיינט א אנדערע בליק אויפן גאנצען ענין, נעמלעך אז איך האב נישט קיין שום אהנונג וואס עס טוט זיך מיט מיר, איך ווייס באמת נישט קיין מאל וואס מיין מיינונג איז איבער סיי וועלכע ענין, יא איך ווייס וואס איך טי גענוי מיט מייסטערהאפטע פונקטלעכקייט, אויפ יעדע שאלה איז דא איין תשובה, טראץ אלע שווערע מחלוקת וואס הלכה האט, האבן מיר דאך א מסורה און קיין שום מחלוקה וועט נישט זאגן וועלכע קאליר מיין רעקל מעג זיין, אדער אויב איך מעג גיין א גרינע אינטער הויז, אלע פארשטייען וועלכע פלייש איך מעג עסן און ווי איך מעג דאווענען.

אבער דאס ענטפערט נישט מיין אינטערעסע וועלכע זאך האב איך ליב אדער נישט, איך האב קיין אהנונג נישט אויב איך גלייך צי דאווענען, אדער לערנען, אדער אויב איך גלייך שבת קודש, אדער אויב איך גלייך פיש פלייש אדער קיגל וואס איך אגב עס ניטאמאל, איך ווייס נישט וועלכע קאליר איך האב אמבעסטען ליב, וועלכע סטיל פערניט'ור איך גיי פאר, צי מאדערן צי קלאסיש, למשל אויב איך וויל קויפן א סוט, מיז איך מאכן אזא ויפן כה וכה, קיקן וואס יעדער קויפט, דאן זאג איך אז טאקע דאס גלייך איך, און דאס קויפ איך, אלע מאל זיך איך די ווי לויפט יעדער עד, אדער די וואס קויפט יעדער פלאקאט, און דאן שטאדיר איך אז אויב דאס איז לעצטיג, דורך שטעלן מיינע אינגלעך אויפ א קרייץ פארהער מסיח לפי תומו, קיינער זאל נישט חלילה כאפן אז איך בין א שאינו יודע, דערנאך ווער איך געוואויר אז זיי זענען אלע אינו יודע שאינו יודע, זיי פארשטן מיך ווען איך באמערק נישט, וועגן דעם דרייען מיר זיך אלע מיט די באגעבו'ס.

אויב איך גיי אין א רעסטעראנט למשל, איך וויל עפעס קויפן צי עסן ווייס איך נישט וועלכע זיפ איך גלייך, איך זיץ ביי א חתונה מען בעט זיך צי מיר צי איך וויל וועז'טעבל זיפ אדער טשיקן זיפ, און איך קען נישט מחליט זיין, ווייל איך ווייס נישט וועלכע איך גלייך, דארט איז געווענטלעך גרינג ווייל איך געב זיך א עצה, איך נעם ביידע, איך לייג א אימשילדעגע טעלער ביי מיין רעכטע זייט, און דארט בעט איך די צווייטע זיפ, דערנאך בין איך מתקן ביידע, אבער די אמתע סיבה איז ווייל איך וויל נישט פארפאסן, אולי האב איך בעסער ליב יענע.

למשל ווען איך גיי אין א רעסטעראנט דארטן גיי איך דורך שבעה מדורי בגולם, איך ווייס נישט ווי זיך אהין צי טיען פאר צער, איך באקים א שיינע ריזיגע בויגן מיט א ריזיגע אויסווייל פון געלט שפריצענדע מעניו, און איך ציטער אז איך פאל אריין, געווענטלעך איז מיין פלאן אזא איני מיני סטייל גורל, און וועלכע עס איז 'איט' יענע שפייז ברויך זיין גיט פאר מיר, און איך טראסקע טאקע געווענטלעך אלע מאל אזוי קעניגלעך אריין מיט א שטיקל פלייש וואס איז נישט צים אראפ שלינגען, ווייל ווען דער וועיטאר האט געפרעיגט וועל דאן אדער מידיאם רער, האב איך פיפיגער-הייט נישט געהאט דעם ריכטיגען ענטפער אויפן לעפץ.

אבער מיין שמש שטעלט מיר צי דייקו אלע מאל גיטע וויין ווי שוין אמאל דערמאנט, איז ער א גיטע מבין, ער מיט איין קנייטש מיט זיין שטערן לערנט אפ גענוי וויפיל איך בין גרייט צי צאלן פאר א וויין, און ווייסט צי איך וועל זיין גיט פאר א מאטוק סאפט, אדער א אדיר ספעשל סיקרעט ריזערוו, און מיט א שנובל אויפן נוז זאגט ער עס איז א גאר טריקענע וויין אזש עס קען טריקן מאכן א גאנצע מ סאה מים שאיבין, אוו אגב האט עס נישט קיין ציקער נאר ספלענדע, און איז מבושל כל צרכה, און איך שרייב אויף נישט געזארט מאה וחמישים פארגעס נישט ברוך הטוב והמטיב.

איך האב קיין מאל נישט קיין מושג ווער עס זעיט אויס גיט און ווער עס איז מיעס, אלע מאל מיז איך הערן אנדערע מיינונגען, קוים וואס איך ווייס וועלכע איז פריש אדער נישט, אבער צי איינער גייט אנגעטיען פרים אדער באקיש דאס איז שוין מער ווי מיין פעי גרעיד, איך נעם שוין נישט קיין שטעלינג און אזעלכע שווערע פראגעס.

(פאר די וואס פארשטייען נאך נישט, איך איך רעד נאר, איך האב שוין איינמאל א מיינונג)

מייקל פאראדעי » דינסטאג יאנואר 26, 2016 4:29 pm

· #319075
אייוועלט אנקעטע:
איר האט נאר די פאלגנדע צוויי קאנדידאטן, וועם ענדערש?

דאנעלד טראמפ- 29 63%

בערני סאנדערס- 17 37%

פראדיקטעבל?

פליקער » דינסטאג יאנואר 26, 2016 8:47 pm

· #319107
Re: פראדיקטעבל
עפעס שטימט נישט מיטן אנקעטע, עס ברויך זיין 100 פערצענט.

לית דין בר נש » מיטוואך יאנואר 27, 2016 11:18 am

· #319182
און וואס איז 63 + 37 ? 110 אדער 90 ?

געוואלדיג » מיטוואך יאנואר 27, 2016 11:59 am

· #319212
כוונתו אז עס איז א חידוש אז טראמפ האט נישט געוואונען יענע אנקעטע מיט 100%.

גר ותושב » מיטוואך יאנואר 27, 2016 12:07 pm

· #319214
Re: פראדיקטעבל
ער האט לכאורה פארשטאנען אז 63 אקעיגן 29 און 37 אקעיגן 17
63+29#92

פליקער » מיטוואך יאנואר 27, 2016 2:14 pm

· #319228
Re: פראדיקטעבל
אקעי פליז לאמיר נישט פארדרייען דעם אשכול צי טראמפ אדער אייועלט, לאמיר בלייבן ביים פונקט
א דאנק
פותח האשכול

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 1:32 pm

· #485879
"שפאנענדע ארויסקוק"?
📎 predictable.JPG