☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מיין ווייב איז נישטא - ווי אזוי האקט מען א לעבן?

מיין ווייב איז נישטא - ווי אזוי האקט מען א לעבן?

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9855

לכבוד שבת קודש » דינסטאג דעצעמבער 1, 2015 12:56 pm

· #310955
מיין ווייב איז נישטא - ווי אזוי האקט מען א לעבן?
לאמיר רעדן אפן, אן קיין הקדמות:

אזוי ווי איך האב שוין ערווענט אין אן אנדערן אשכול, איז דאס ווייב אוועקגעפארן, קינדער זענען צוטיילט און איך בין ווי מ'זאגט - א בחור... אן קיין שום עול אויפן קאפ. למעשה, שטיי איך אויף אין צייט, גיי דאווענען, צו די ארבעט, מ'קומט אהיים ביינאכט, לערנט מיט א חברותא און... מ'גייט שלאפן... דערווייל לויפט דורך די צייט, און איך שפיר אז איך פארפאס עפעס... וויפיל מאל אין לעבן מאכט זיך עס דען צו קענען לעבן אזוי אן קיין עול?! - דערווייל איז לייף געהעריג.

איך וויל פרעגן אפן און גראב: ווי אזוי קען מען אויסנוצן אזעלכע טעג ווי דאס, און שפירן אז יא! - מען האט עפעס אויפגעטאן, עפעס אריינגעכאפט!

קען איינער געבן עצות פליז?

mevakesh » דינסטאג דעצעמבער 1, 2015 1:02 pm

· #310956
Re: מיין ווייב איז נישטא - ווי אזוי האקט מען א לעבן?
פאר ווי לאנג רעדט מען דא ?

לכבוד שבת קודש » דינסטאג דעצעמבער 1, 2015 1:07 pm

· #310958
זי איז שוין נישטא פאר א וואך, און עס איז דא נאך א וואך צו גיין.

רויטע וואנצעס » דינסטאג דעצעמבער 1, 2015 1:11 pm

· #310960
האסט חברים, אדער האפקן אליינס? אליין איז זייער שווער צו האפקן.

mevakesh » דינסטאג דעצעמבער 1, 2015 1:29 pm

· #310962
Re: מיין ווייב איז נישטא - ווי אזוי האקט מען א לעבן?
פלי אריבער צום וועסט קאוסט אדער לאס וועגאס
אדער דינג א קאר און מאך א ראוד טריפ צו פלארידע

shem-tov » דינסטאג דעצעמבער 1, 2015 2:01 pm

· #310965
ביי יעדן איז עס אנדערש. סווענדט זיך לויט די טעגליכע באגרעניצן. איינער עסט זיך אן מיט קנאבל אז סגייט א רויעך... איינער קאלט די מאמע און שמועסט פאר שעות אן קיין פרעשור... איינער מאכט זיך א גרויסע פרישטאג און עסט מיט א רואיגקייט... איינער רוימט אויף צו מאכן א סורפרייס... איינער שטייט אויף פארטאגס... אדער גייט שלאפן פארטאגס...לגבי שבת אסאך וואלטן זיך מחי געווען צו זיין אליינס אינדערהיים סאיז גוט זיך צו מאכן א חשבון הנפש און דאנקן דעם אייבערשטן אויף די אלע קלייניקייטן וואס מען פארגעסט צו דאנקן. אנדערע וואלטן דווקא אוועקגעפארן צו א שוואגער. צום טאטען. אדער ערגעץ א שטיקל וואקאציע. איבעראל קען מען היינט טרעפן א שיינע שבת און פון איבעראל קען מען ארויסנעמן אינספירעישאן זיך צו פירן

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 1, 2015 3:16 pm

· #310974
יעדער מענטש ווייסט ביי זיך זיינע האבי'ס, וואס זיין "דריעם וועקעישאן" איז יעדן טאג ביי די שווערע ארבעט, האסט ליב שפילן באלל? באולינג? געימ'ס? היסטאריע, גיין צו מוזיאמ'ס? טשילן מיט חברים? הייקינג? גיין אין א רעסטוראנט? גיין שלאפן אין א האטעל? וואטשן עפעס א לאנגע שאו אן קיין הפסק? פליען (אדער דרייוון) צו א אנדערע סטעיט? וכו' וכו'...

טראכט ביי דיר וואס דו גלייכסט די מערסטע, און צי דו ווילסט עס טון אליין אדער גיין טשילן אינאיינעם מיט א חבר, און היידא, רענט דיר ארויס א פארד מאסטענג און הייב אן ראללן.....

שבת אחים » דינסטאג דעצעמבער 1, 2015 3:24 pm

· #310976
מיין ווייב איז נישטא אגאנץ יאהר וואס טוה איך? וואס די הארץ גלוסט מיר, א הייסע מקוה אינדערפרי, אמאל כאפּ איך א שנעלע שחרית איך לויף צו איצאוס אדער צו גרילל אן ליע זיך דערכאפן דאס הארץ, יעדען טאג לייען איך אדורך די דבר יום ביומו מדושקא לדושקא, קול מבשר אויף ספיד דייעל, אמאל הער איך צוה ובלכתך בדרך טעיפס, אמאל כאפט מיר א געשמאק אין לערנען האק איך אדורך א פרק צוויי אין בבא קמא, אמאל אביסל מסילת ישרים, אביסלע תהילים יעדן טאג שאדט קיינמאל נישט, קיין איין תפילה ווערט נישט פארלוירן יעדע תפילה לייגט דער אייבישטער אוועק אינטער די כסא הכבוד. און אזוי האלט מען זיך ביזי 365 טעג א יאר.

אוהב ספרים » דינסטאג דעצעמבער 1, 2015 4:07 pm

· #310983
שמעקעדיג
יעדער מענטש ווייסט ביי זיך זיינע האבי'ס, וואס זיין "דריעם וועקעישאן" איז יעדן טאג ביי די שווערע ארבעט, האסט ליב שפילן באלל? באולינג? געימ'ס? גיין צו מוזיאמ'ס? טשילן מיט חברים? הייקינג? גיין אין א רעסטוראנט? גיין שלאפן אין א האטעל? וואטשן עפעס א לאנגע שאו אן קיין הפסק? פליען (אדער דרייוון) צו א אנדערע סטעיט? וכו' וכו'...

טראכט ביי דיר וואס דו גלייכסט די מערסטע, און צי דו ווילסט עס טון אליין אדער גיין טשילן אינאיינעם מיט א חבר, און היידא, רענט דיר ארויס א פארד מאסטענג און הייב אן ראללן.....

אין בין דיר עכט מקנא, אז ראללען מיט א פארד מאסטענג מאכט דאס פאר דיר, ממש א מחיה

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 1, 2015 4:16 pm

· #310985
דער מאסטענג איז נאר דער כלי לקבל ברכה, בבחי' די אייסינג אן די קעיק, וכמובן אז עס איז לאו דוקא, אויב גלייכסטו מער א שעווי קעמערא, דאן גיי פאר דעם 😛

גנדי » דינסטאג דעצעמבער 1, 2015 5:36 pm

· #310993
קויף דער איד און דער בלאט. שפרייט עס אויס אויפן ליידיגען טיש בשעת די עסט נאכטמאל...

דאס איז מיין חלום!!!

גנדי » דינסטאג דעצעמבער 1, 2015 5:40 pm

· #310994
אויס ביסטו אן ארבעטער וואס קען ארבעטן רימאטלי. קלייב דיר אויס א דעסטינאציע פלי אדער פאר אהין און האק א לעבן מיט א חבר.

אויב דארפסטו גיין אין ארבעט.

אויב האסטו איבערפלוס פון געלט. גיי ארויס מיט חברים עסן יעדן נאכט אין אן אנדערן פלאץ.

אויב איז געלט געצוימט. וועל דיר אויס א גוטן TV SHOW און הייב אן בינטש וואטשינג.

יעקב מענטש » דינסטאג דעצעמבער 1, 2015 5:57 pm

· #310996
אגב, קענסטו זיך אויך מתבונן זיין ווי באורד דיין לעבן וואלט געווען אן קיין ווייב און קינדער, און נעקסטע מאל די קליינע לאזן דיך נישט עסן נאכטמאל וועט צווישן איין קוועטש און די אנדערע זיך אריינכאפן א מחשבה'לה אז 'דאנק גאט ס'איז דא ווער ס'קוועטשט'

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 1, 2015 6:07 pm

· #311000
שטיי אויף אין מיט'ן נאכט און רעכט אפ א חצות מיט טרערען. קיינער זעט דיר נישט און מ'דארף זיך נישט שעמען.
פאסט א תענית הפסקה. דיין ווייב וועט נישט כאפען און זיך נישט באליידיגען טאמער דו עסט נישט איהר עסן, און דו וועסט זיך נישט נעמען אנשרייען די קינדער ווען זיי זענען נישט דארט.
לערן גאנצע נעכט אן א שטער.
גיי צו א בית השחיטה און קויף אפ א האלבע קוה וואס דו האסט בודק געווען און געטרייבערט מיט אלע הידורים (כולל הצלע הי"ג) און כשר עס אליינס ביי זיך אין קאך און לייג עס אין פריזער, צו האבען לכתחלה כשר'ע פלייש.
נעם אראפ אלע מזוזות פון שטוב און געב זיי איבער פאר בדיקה (די סכנה איז יעצט קלענער ווייל קיינער איז דא).
זינג דורך די גאנצע בענטשער פון זמירות ביים טיש, און אלע ניגונים וואס דו קענסט פאר יעדער זמר.
עס אפ א שבת סעודה אין צוואנציג מינוט, גיי גלייך שלאפען און שטיי אויף איינסער אינדערפרי און לערן אכט שעה פאר'ן דאוענען.

----------
און בעיקר היינט אינ'ם יום הבהיר י"ט כסלו - טרינק אפ א פאס וואדקא און קום אן צו התפשטות הגשמיות כפשוטו ממש למטה מעשרה טפחים

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 1, 2015 9:03 pm

· #311019
Re: מיין ווייב איז נישטא - ווי אזוי האקט מען א לעבן?
איך נעם אן אז די פארפלייצונג פון לייק'ס זענען אדער פאר'ן לעצטע שורה, אדער א תוצאה דערפון, אז מ'האלט שוין ביי התפשטות הגשמיות

כפתור » דינסטאג דעצעמבער 1, 2015 10:52 pm

· #311024
קויף שוין נאך א טיקעט פאר איר פאר די נעקסטע וואקאציע

שטילע אינגערמאן » דינסטאג דעצעמבער 1, 2015 11:14 pm

· #311026
מיין ווייב איז נישטא - ווי אזוי האקט מען א לעבן?
נישט צו גלייבן ווי איך האב פונקט די פארקערטע פראבלעים

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 2, 2015 1:52 am

· #311034
זיי מסביר

בן אדם » מיטוואך דעצעמבער 2, 2015 10:23 am

· #311049
אלץ ווייסט דער באשעפער פארוועם צו שענקען אפאר בחינם'דיגע וואוקאציע טעג. נישט פאר דעם וואס איז אנגעפילט מיט א ריזן מגילה'דיגן טו דו ליסט פון דאנעט ביז אהער, נאר פאר דער וואס דארף קומען אין קאווע שטיבל פרעגען וואס איז אלס שייך צו טון אין.....צוויי! גאנצע וואכן צו פילן אז מ'האט עפעס אויפגעטון אויפ'ן וועלט.

SoSad#

לכבוד שבת קודש » זונטאג דעצעמבער 6, 2015 4:29 pm

· #311444
נאך צוויי טעג צו גיין... עני איידיעס?

shem-tov » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 10:50 pm

· #311644
לכבוד שבת קודש
נאך צוויי טעג צו גיין... עני איידיעס?


זייער גערן. אבער קודם אפשר שענקט איר א קליינעם לייק פאר אלע וואס האבן זיך מטריח געווען אייך צו העלפן מיט איידיעס און אויב מעגליך אפשר דערציילסטו וואס מען האט געטאן למעשה...