☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » וואס איך זיך

וואס איך זיך

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9852

מצטמק ויפה » מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 6:54 pm

· #310883
וואס איך זיך
אויפן האלצענעם באנק
נעבן דעם ספרים שאנק
פרובירט, געשפירט
אבער פון אנדערש פאנטעזירט

כאפ עס יעצט אן
באלד וועט באנק טאן
געווען טאקע געציילטע
אבער דאך ציט א צווייטע

שקר החן
ביי יענעם זאל זיין
שטענדיג ריין
אוי ווי פיין

קנאקט די התחלה
ס'איז מלא
וועבט אויך אויס
זיכט א וועג ארויס

אפשר ביי די גרינע
יענע מינע
דערשעפן, דערוועקן
אלע צוועקן

הייבט אן בליען
מוויל אנציען
רוצה מאתים
ארך אפים

ביינאכט טונקעל
אין וואונקעל
פיסט און לער
אן עול אזוי שווער

עס בענקט
יעצט געדענקט
דארט ביים טישל
פריי ווי דער פישל

מיט דעם געטראנק דעם שווארצן
אלעס טוט גלאנצען
איבער ביכער איינגעבויגן
עס טוט פיין טויגן

כי הם חיינו
רצוננו
אנו וזרעינו
בימינו

mevakesh » מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 6:58 pm

· #310884
Re: וואס איך זיך
הערליך!!!! ווי נעמט מען אזא פעדער