☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » יואלי גרינפעלד שאקלט די מוזיק וועלט מיט הערליכע אלבוים: זה!

יואלי גרינפעלד שאקלט די מוזיק וועלט מיט הערליכע אלבוים: זה!

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9848

בעל מדות » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 2:43 pm

· #310709
יואלי גרינפעלד שאקלט די מוזיק וועלט מיט הערליכע אלבוים: זה!
די אידישע מוזיק וועלט איז עדות צו א נייע סידי וועלכע פארשפרעכט צו ברענגען הנאה צו די וועלכע גלייכן מוזיק.

די בארימטע בעל מנגן יואלי גרינפעלד איז ארויסגעקומען מיט זיין נייע אלבוים און קאלעקציע מיטן נאמען "זה" זייענדיג זיין פערדער אלבוים אין די רייע מיט א גאר בארימטע רעקארד אויף נישט אנטוישן זיינע אנהענגער.

זיין ערשטע אלבוים מיטן נאמען המברך יתברך האט ברייט אויסגענימען ביי די מאסן צוציענדיג צו יואלי א פרישע קלייענטאל אויסשפרייטענדיג זיין אנהענגער באזע צו פרישע טויזענטער מענטשן.

זיין צווייטע אלבוים תזכנו האט געשטעלט אין שאטן כמעט אלע סידי'ס וואס זענען ערשינען יענע יאר און האט אויך אנגעצויגן א ריזיגע אויספארקויף פון אלע שטרעמונגען.

זיין דריטע סידי "ביעט'ס" איז געווען א געניאלע חידוש אריינלייגנדיג אסאך געלט אין א אלבוים וואס זאל זיין געאייגנט אין א צייט וואס אנדערע בעלי מנגנים קרעכצן אז מען מאכט נישט קיין געלט, ער האט פארקויפט אסאך מער ווי געראכטן און ווי יואלי זאגט איז דאס די שטופ צו גיין פראנאויס מיטן בארייכערן די גאס מיט זיין יעצטיגע זה אלבוים און מיט די גאר נייע ביעטס 2 וואס איז ערווארטעט צו ערשיינען.

יואלי איז ברייטבאקאנט ביי אידישע שמחות און האט זיך שטארק אריינגעגעסן ביי די מאדערנער עולם וועלכע גייט פאר אים גאגא אים שלעפנדיג צו אלע עקן אין אמעריקא.

די אלבוים זה איז א גאר רייכע אויסוואל מיט ממש די העכסטע קאליוואר סחורה, ער האט צווישן אנדערע ניגונים ווי ער זינגט אינאיינעם מיט פינקי וועבער, דודי קאליש און יוסי גרין וועלכע זענען אלע איין שטיק חידוש.

זה סידי האט מיטגעברענגט א זיסע עדווערטייזמענט ווידעאו אויף די מארקעט זעט דא

ליפא » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 2:46 pm

· #310711
וואס קאסט אזא אשכול/עד?

בעל מדות » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 2:50 pm

· #310712
ליפא
וואס קאסט אזא אשכול/עד?

16 דאלער ביי אייכלער'ס...

moshav zekeinim » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 4:08 pm

· #310723
יואלי גרינפלד איז א שטארקער זינגער, אבער איך זעה נישט דערווייל אז ער זאל זיין בעסער ווי אנדערע אמעריקאנער יונגעלייט וואס האבן ארויסגעגעבן אלבום'ס. איז ער מער אויפגעכאפט ווי יומי לעווי, לוי ויואלי פאלקאוויטש, בערי וועבער, שמעי ענגל, שלמי דסקל, שרגי גשטטנר, שלמי גרטנר, בני פרידמן, מנחם מושקאוויטש, שמואלי אונגאר, צדוק גרינוולד, שראלי וורדיגר, שוע ברקו, שכר גוטמאן?

איך זעה נישט אז ער זאל שטיין אין שפיץ פון די אלע זינגערס און זיי לייגן אין שאטן! אפשר שטורעמט ער מער ווי א טייל זינגערס, אבער אים ארויס צו הייבן אלס שפיץ זינגער?...

אבער אז דו זאגסט אז ער האט פארקויפט מער ווי אלע אנדערע מסתמה האסטו אזוי געהערט ממקור מוסמך.

ודי למבין » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 4:23 pm

· #310728
זינגט נישט שלעכט, וזהו.

moshav zekeinim » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 5:09 pm

· #310733
דער פארמאגט א שטימע, און ציט גוט ארויף, און שפילט זיך ארום מיטן שטימע מיט קאנטראל. ער איז א געלונגענע זינגער וואס קען ציען אויפמערקזאמקייט. ער זינגט בעסער ווי "נישט שלעכט". אבער לדעתי נישט בעסער פון אנדערע באקאנטע זינגערס.

ירא שמים » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 6:22 pm

· #310745
Re: יואלי גרינפעלד שאקלט די מוזיק וועלט מיט הערליכע אלבוים:
די וועלט שאקלט זיך נאכאלס? מקען שוין גיין אויפן גאס?