☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » בעל טובה היכי דמי?

בעל טובה היכי דמי?

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9844

moshav zekeinim » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 12:38 pm

· #310427
בעל טובה היכי דמי?
מיר אלע האבן זיך שוין אנגעשטויסן אין א מצב ווי פלוני פאדערט הכרת הטוב אדער פאררופט זיך גאר אלס דיין מיטיב אדער בעל טובה כללית, בעת איר שפירט נישט אז איר דארפט אים באדאנקען, און צומאל שפירט איר גאר אז עס קומט אייך צו ברעכן פון זיין הכרת הטוב פאדערונג.

מאידך, האבן מיר שוין אויך איבערגעלעבט דער געפיל אז עמיצער פאר וועמען מיר האבן א טובה געטון איז אונז נישט מכיר טובה.

אין ביידע פעלער מוז זיין אז מיר זענען אמאל יא גערעכט און אמאל נישט גערעכט. איז לאמיר פראבירן צו זעהן ווען מיר זענען יא גערעכט און ווען נישט.

אין מיין פערזענליכער ווערטערבוך האט דער נאמען "בעל טובה" עטליכע באדייטן. איך האב עס קאטעגאריזירט אויבערפלעכליך, און אדרבה, אז איינער קען פארבעסערן צו א מער יסודות'דיגער צעטיילונג זאל זיך ביטע לאזן הערן:

1. לב טוב. ער גיבט מיטן גאנצן הארץ, אבער איך דארף יעצט נישט דאס וואס ער גיבט מיר. און אדרבה איך וויל עס נישט יעצט.

2. מעביר על מדותיו. ער גיט מיר למשל א באנאנע ווען איך בין הינגעריג טראץ וואס ער איז א צר עין בטבע. ער שפירט ווי ער האט מיר געטון א וועלטס טובה, און איך שפיר נישט אז ער האט געטון א ווייסעך וואס פאר א טובה..

3. חצי טובה. דו טוסט א האלבע טובה, בשעת ער נויטיגט זיך קריטיש אין א גאנצע טובה.

4. מנצל. טוט טובות, אמת'ע צו נישט אמת'ע, בלויז כדי מיר אויסצוניצן, און מיינט בכלל נישט מיין טובה. צומאל דארף מען אפילו האלטן קאפ צו ער האט בכלל געטון א טובה אדער א רעה. שעל זה אמר הכתיב "וחסד לאומים חטאת".

5. בהשכל ודעת. א טובה מיט שכל.

דאס איז מער ווייניגער מיין ליסטע פון מושגים אין בעלי טובות, אן קיין צונעמען יעדער נקודה בהרחבה. אונטער נומער 5 זאל מען שטענדיג ערווארטן קריטיג.

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 1:09 pm

· #310431
איך קען איינעם וואס ווען אימער ער טוט א טובה מאכט ער זיכער מיר עס צו זאגן (הנותן מתנה לחבירו צריך להודיעו...) און דערמאנען נאכאנאנד כדי איך זאל געדענקען וואספארא גוטער מענטש ער איז,
ווען איך קען וואלט איך יענעם צוריקגעווארפן דעם טובה אין פנים, עס לאזט איבער אזא שלעכטן נאך-טעם.

נולד מאוחר » מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 1:06 am

· #310791
Re: בעל טובה היכי דמי?
דאס זעלבע איז לכוארה ביי קיום תורה ומצוות. סאיז נישט שייך לשמה סתם ווייל דער אויבשטער האט געהייסען

וזרח השמש » מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 1:13 am

· #310793
Re: בעל טובה היכי דמי?
סאיז יא שייך לשמה נאר סאיז זייער א גרויסע מדריגה, און וואס אינז קימען נישט צי אפי' צים שפיץ גאפעל,
וזה שאמרו חז"ל מתוך שלא לשמה בא לשמה מיז זיין אז סאיז דא אזא זאך

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

moshav zekeinim » מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 6:41 am

· #310807
דער חובות הלבבות האלט שוין א דרגה ווייטער ווי מיר. ער רעדט פון געזונטע טובות ללא ספק, און קאטעגארעזירט בלויז לפי דער עגאאיסטישקייט.

איך קאטעגאריזיר אבער בעלי טובות לפי די געזונטהייט און שלימות פון זייער טובה גופא. 1- א לב טוב קען געבן א געוואלד, אבער לאו דווקא וואס יענער ברויך. 2- א מעביר על מדותיו קען געבן פון זיין דם התמצית (לויט זיין נאטור אדער צושטאנד איז א געוויסע טובה מסירת נפש), אבער דער טובה איז למעשה נישט מי יודע וואס. 3- א בעל טובה כללית, קען טון א סך טובות, אבער לאו דווקא גאנצע טובות. 4- הגרוע מכולם, א טובה על מנת יענעם אויסצומעלקן, וואס די "בעלי טובה" זענען חשוד אז זייער טובה איז אן אחיזת עניים, אדער ערגער פון דעם, אז זיי זענען גאר די צינדערס פונעם פראבלעם, כדי דערנאך צו קענען זיך צייגן ווי א מציל ומושיע. 5- הטוב מכולם, א טובת אמת מיט שכל מתי איה איך ולמה.

געוואלדיג » מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 11:22 am

· #310832
הכרת הטוב איז פשוט טייטש אנערקענען אז יענער האט מיט מיר א טובה געטוהן און עס מיינט נישט זיין שולדיג פאר יענעם די גאנצע וועלט, נאך א נקודה, מצד התורה איז הכרת הטוב כדי אונז זאלן זיי מענטשן און נישט ווייל יענער דארף דאס, והא ראיה, בירא דשתית מיניה מיא לא תשדי ביה אבנא, און משה רבינו מיטן נילוס.