☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » איך בין א קוה פארכאפט אין די גוף פון א מענטש

איך בין א קוה פארכאפט אין די גוף פון א מענטש

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9838

ראוונע » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 3:14 pm

· #310283
איך בין א קוה פארכאפט אין די גוף פון א מענטש
א גוטען טייערע חבירים
אזוי ווי יעצט איז א שעת הכושר האב איך געקלערט אז יעצט איז די צייט to come clean אין ווער דען וועט זיין די ערשטע צו עס מיטיילען אויב נישט ענק טייערע חבירים

יעצט צום עצם ענין
פון ווען איך בין געווען בערך פיר יאר אלט האב איך אלץ געשפירט אז באמת בין איך א קוה וואס איז געבוירען געווארען אין די גוף פון א מענטש
אין וויפיל איך האב פרובירט פטור צו ווערן פון דעם געדאנק איז עס עפעס נישט געגאנגען
אין חדר ווען מען האט געלערנט די פרשה פון פרה אדומה האב איך מיך אלץ געשפירט ווי א הויפט מחותן (פארשטייט זיך אז איך האב פאר קיינעם נישט געזאגט)
איך געדענק נאך ווען איינמאל האט מיר מיין רבי אנגעשריגען די קוה וואס די ביזט. ווי רויט איך בין געווארען טראכטענדיג אוי וויי איינער איז דערגאנגען מיין סוד (למעשה איז עס געווען א אומזיסטע פחד ווייל עס איז בלויז געווען א מליצה)

די לעצטע שטיק צייט האב איך באשלאסען אז גענוג איז גענוג איך קען מיך מער נישט פייניגען אזוי אין איך האב אנגעהויבען די פראסעס פון טראנספארמאציע אין ביז א שטיק צייט וועל איך זיין א געהעריגע קוה אזוי ווי איך האב אלץ געשטרעבט (איך ווייס נישט צו איך וועל נאך קענען שרייבען דא ווייל איך ווייס נאכנישט וויאזוי מען טייפט מיט די פוס)

די סיבה פארוואס איך האב באשלאסען יעצט ארויסצוקומען אין פובליק איז. ווייל איך ווייס אז ביי אונזער היימישע עולם איז דא זייער אסאך חברה אין מיין מצב. דאס הייסט אז באמת זענען זיי קוה׳ען נאר זענען געבוירען אין די גוף פון א מענטש אין זיי האבען נישט די קוראזש ארויסצוקומען אין פובליק אין טוען וואס מען דארף צו טוען ממילא האף איך אז מיין מעשה וועט זיי אביסעל ארויס העלפען

לית דין בר נש » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 3:24 pm

· #310287
קוה'לע הערן קענסטו נאך? אויב יא הער דאס אויס!!!

הוגה » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 3:34 pm

· #310291
כאכאכאכאכאכא!!!!!!!!! געוואלדיג!!!! אייזן!!! דו ביזט א genius!!!! אייגענס?

ברסלבער » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 3:35 pm

· #310292
פעם אחת בן מלך אחד נפל לשיגעון שהוא תרנגול הודו הנקרא 'הינדיק', וצריך לישב ערום תחת השולחן ולגרור חתיכות לחם ועצמות כמו הינדיק. וכל הרופאים נואשו מלעזור לו ולרפאו מזה. והמלך היה בצער גדול מזה. עד שבא חכם אחד ואמר: אני מקבל על עצמי לרפאות! והלך והפשיט גם כן את עצמו ערום וישב תחת השולחן אצל בן המלך הנ"ל, וגם כן גרר פרורים ועצמות. ושאלו בן המלך: מי אתה? ומה אתה עושה פה? השיב לו: ומה אתה עושה פה? אמר לו: אני הינדיק! אמר לו: אני גם כן הינדיק! וישבו שניהם יחד כך איזה זמן, עד שנעשו רגילים זה עם זה. ואז רמז החכם לבני הבית להשליך להם כתונות. ואמר החכם ה'הינדיק' לבן-המלך: אתה חושב שהינדיק אינו יכול לילך עם כתונת? יכולים להיות לבושים כתונת ואף על פי כן יהא הינדיק ולבשו שניהם הכותונת. ואחר איזה זמן רמז והשליכו להם מכנסיים, ואמר לו החכם גם כן כנ"ל: אתה חושב שעם מכנסיים לא יכולים להיות הינדיק?! וכו' עד שלבשו המכנסיים. וכן עם שאר הבגדים. ואחרי-כן רמז והשליכו להם מאכלי-אדם מהשולחן. ואמר לו: אתה חושב שאם אוכלים מאכלים טובים איז מען קיין הינדיק נישט? מען עסן און אויך זיין א הינדיק! ואכלו. ואחר-כן אמר לו: אתה חושב, שהינדיק מוכרח להיות דווקא תחת השולחן?! יכולים להיות הינדיק ולהיות אצל השולחן! וכן התנהג עמו עד שריפא אותו לגמרי.

ר' נחמן מברסלב, שיח שרפי קודש. (ח"א אבניה ברזל, סי' תקפ"א)

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 3:42 pm

· #310294
ראוונע
אין חדר ווען מען האט געלערנט די פרשה פון פרה אדומה האב איך מיך אלץ געשפירט ווי א הויפט מחותן

ראוונע
איינמאל האט מיר מיין רבי אנגעשריגען די קוה וואס די ביזט. ווי רויט איך בין געווארען

אחד העם » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 3:45 pm

· #310295
.

לית דין בר נש » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 4:19 pm

· #310302
@אחד העם דאס איז די פינטעלע קוה וואס טרעפט זיך אין יעדע מענטש?

Kool man » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 5:17 pm

· #310312
ראוונע, אוח, צחקתי, 😃 😃 😃

ואהבתי, 👍 👍 👍

ראוונע » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 9:29 pm

· #310349
ברסלבער
פעם אחת בן מלך אחד נפל לשיגעון שהוא תרנגול הודו הנקרא 'הינדיק', וצריך לישב ערום תחת השולחן ולגרור חתיכות לחם ועצמות כמו הינדיק. וכל הרופאים נואשו מלעזור לו ולרפאו מזה. והמלך היה בצער גדול מזה. עד שבא חכם אחד ואמר: אני מקבל על עצמי לרפאות! והלך והפשיט גם כן את עצמו ערום וישב תחת השולחן אצל בן המלך הנ"ל, וגם כן גרר פרורים ועצמות. ושאלו בן המלך: מי אתה? ומה אתה עושה פה? השיב לו: ומה אתה עושה פה? אמר לו: אני הינדיק! אמר לו: אני גם כן הינדיק! וישבו שניהם יחד כך איזה זמן, עד שנעשו רגילים זה עם זה. ואז רמז החכם לבני הבית להשליך להם כתונות. ואמר החכם ה'הינדיק' לבן-המלך: אתה חושב שהינדיק אינו יכול לילך עם כתונת? יכולים להיות לבושים כתונת ואף על פי כן יהא הינדיק ולבשו שניהם הכותונת. ואחר איזה זמן רמז והשליכו להם מכנסיים, ואמר לו החכם גם כן כנ"ל: אתה חושב שעם מכנסיים לא יכולים להיות הינדיק?! וכו' עד שלבשו המכנסיים. וכן עם שאר הבגדים. ואחרי-כן רמז והשליכו להם מאכלי-אדם מהשולחן. ואמר לו: אתה חושב שאם אוכלים מאכלים טובים איז מען קיין הינדיק נישט? מען עסן און אויך זיין א הינדיק! ואכלו. ואחר-כן אמר לו: אתה חושב, שהינדיק מוכרח להיות דווקא תחת השולחן?! יכולים להיות הינדיק ולהיות אצל השולחן! וכן התנהג עמו עד שריפא אותו לגמרי.

ר' נחמן מברסלב, שיח שרפי קודש. (ח"א אבניה ברזל, סי' תקפ"א)

יישר כח
סאיז א געוואלדיגע חיזוק צו זעהן אז שוין אין יענע צייטען איז געווען אזא מין מושג

ראוונע » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 9:31 pm

· #310351
לית דין בר נש
קוה'לע הערן קענסטו נאך? אויב יא הער דאס אויס!!!

מאאאאאא

בן אדם » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 9:49 pm

· #310353
[ציטאט אראפגענומען]

דאס איז ריכטיגע ווערטער וואס דארף געזאגט ווערן, נאר אויף די פארקערטע דירעקציע.

די גערעסערע ווערטער האב איך אריינגעלייגט.

אהרן » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 11:34 pm

· #310370
Re: איך בין א קוה פארכאפט אין די גוף פון א מענטש
מענין לענין, עס זענען דא פון די מענטשליכע סארט וואס זייער פראבלעם איז נאר אז זיי זענען געבוירן די פארקערטע גענדער.

קען אמאל פאסירן אז עס זאל ווערן גאר קאמפליצירט, ווי פאלגענד....

https://vimeo.com/146983072

שטיינער » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 1:09 am

· #310380
קוה וואס דו ביזט!
איין מינוט, אפשר אקס?
צחקתי מאוד

הדד בן בדד » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 2:20 am

· #310384
איי ראוונע, ביסטו גוט.

איך ווייס נישט איבער קיען, אבער איך קען אסאך פערד וואס זענען סטאק אין דעם גוף פון מענטשן...

שבת אחים » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 2:54 am

· #310385
ראוונע
א גוטען טייערע חבירים
אזוי ווי יעצט איז א שעת הכושר האב איך געקלערט אז יעצט איז די צייט to come clean אין ווער דען וועט זיין די ערשטע צו עס מיטיילען אויב נישט ענק טייערע חבירים

יעצט צום עצם ענין
פון ווען איך בין געווען בערך פיר יאר אלט האב איך אלץ געשפירט אז באמת בין איך א קוה וואס איז געבוירען געווארען אין די גוף פון א מענטש
אין וויפיל איך האב פרובירט פטור צו ווערן פון דעם געדאנק איז עס עפעס נישט געגאנגען
אין חדר ווען מען האט געלערנט די פרשה פון פרה אדומה האב איך מיך אלץ געשפירט ווי א הויפט מחותן (פארשטייט זיך אז איך האב פאר קיינעם נישט געזאגט)
איך געדענק נאך ווען איינמאל האט מיר מיין רבי אנגעשריגען די קוה וואס די ביזט. ווי רויט איך בין געווארען טראכטענדיג אוי וויי איינער איז דערגאנגען מיין סוד (למעשה איז עס געווען א אומזיסטע פחד ווייל עס איז בלויז געווען א מליצה)

די לעצטע שטיק צייט האב איך באשלאסען אז גענוג איז גענוג איך קען מיך מער נישט פייניגען אזוי אין איך האב אנגעהויבען די פראסעס פון טראנספארמאציע אין ביז א שטיק צייט וועל איך זיין א געהעריגע קוה אזוי ווי איך האב אלץ געשטרעבט (איך ווייס נישט צו איך וועל נאך קענען שרייבען דא ווייל איך ווייס נאכנישט וויאזוי מען טייפט מיט די פוס)

די סיבה פארוואס איך האב באשלאסען יעצט ארויסצוקומען אין פובליק איז. ווייל איך ווייס אז ביי אונזער היימישע עולם איז דא זייער אסאך חברה אין מיין מצב. דאס הייסט אז באמת זענען זיי קוה׳ען נאר זענען געבוירען אין די גוף פון א מענטש אין זיי האבען נישט די קוראזש ארויסצוקומען אין פובליק אין טוען וואס מען דארף צו טוען ממילא האף איך אז מיין מעשה וועט זיי אביסעל ארויס העלפען

כ׳האב באמת הנאה פון דיין קוראַדזש ארויסצוקומען אלץ קוה, איך וואלט זייער שטארק געוואלט זיך טרעפן מיט דיר, און דיך נעמען צו געוויסע סייענטיסטן ביאליגסטין וואס וועלן גערן אינטערזוכן אין דיינע דזשענעטיקס אויב דו ביסט למעשה א קוה, אויב ס׳וועט זיך ארויסשטעלן אז סאיז וואָר קענסטו ווערן א מיליאנער איבערנאכט פון דיינע ביכלעך און יוטוב קליפס אליינס! דו וועסט האבן היטס פון די גאנצע גארע וועלט! ס׳הייסט א קי אבער אין א מענטש׳ס גוף! דו וועסט ווערן פעימס איבערנאכט! אויב ביסטו אינטערסירט איך לייג אן א מיליאן דאללער אין עסקראו אקאונט אויב קענסטו מיר פּראווען אז דו ביסט טאקע א קוה איז עס דיינס אויב אבער נישט... וועל איך דיר שוין זאגן אין אישי, דיעל?

שבת אחים » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 3:01 am

· #310386
כבין אויף די אנדערע ליין מיט פראפעסאר ריטשאורד דאוקינס פון אקספארד יוניווערסטי ער זאגט אז ער וויל זיך טרעפן מיט דיר ווי אומשנעלסטן און ער איז גרייט דיר אראפצושיקן א פרייוועט דזשעט זאל זאפארט אפפארן קיין ענגלאנד! העלאו?

הקטן » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 9:41 am

· #310397
הגם דאס איז א טרענזישען און די פארקערטע ריכטאנג, אבער מאכט נישט, מען וועט שוין אויף קימען מיט א טעאריע וואס שבת אחים וועט קענען גלייבן.

@שבת אחים די סייענטיסטען און ביאליגסטין זענען נאך נישט גרייט אויף צו נעמען אינזער קוה - זיי האלטן נאך אינמיטען אינטערזוכן די דזשענעטיקס פין די טרענס-דשענדער אויב זיי זענען למעשה פין א נקבה.
ס'איז דא אסך געלט אין עסקרא פאר די טרענס-דשענדערס אויב זיי קענען פּראווען אז זיי זענען באמת די אנדערע מין

ביי די סיגיא פין ג'עס זאגן שבת אחים'ס סייענטיסטען אז ס'איז דא פראוו אז זיי ווערן אזוי געבוירן, והא ראי אז סאיז אויך דא צוישען די חיית און שלענג וואס האבן ליעב און שאקלען די וויידעל צו די זעלבע מין (זעט מען דאך פין דעם אז...)

איך בין נייגעריג צו מען טרעפט אויך קיען וואס זאלן ווילען ווערן מענשען אדער עלעגעטערס
ריטשאורד דאוקינס באצלט אסך פאר אזא קוה.

שבת אחים » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 9:53 am

· #310399
הקטן

שקרים 😂 🙄

פליקער » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 10:20 am

· #310400
Re: איך בין א קוה פארכאפט אין די גוף פון א מענטש
ראוונע
א גוטען טייערע חבירים
אזוי ווי יעצט איז א שעת הכושר האב איך געקלערט אז יעצט איז די צייט to come clean אין ווער דען וועט זיין די ערשטע צו עס מיטיילען אויב נישט ענק טייערע חבירים

די סיבה פארוואס איך האב באשלאסען יעצט ארויסצוקומען אין פובליק איז. ווייל איך ווייס אז ביי אונזער היימישע עולם איז דא זייער אסאך חברה אין מיין מצב. דאס הייסט אז באמת זענען זיי קוה׳ען נאר זענען געבוירען אין די גוף פון א מענטש אין זיי האבען נישט די קוראזש ארויסצוקומען אין פובליק אין טוען וואס מען דארף צו טוען ממילא האף איך אז מיין מעשה וועט זיי אביסעל ארויס העלפען

נישט געזארגט ביי מיר ביזטו א קיה.
גריידע האב איך טאקע שוין לאנג געזעין סימני קיה אין דיר, אבער נישט געוויסט אז דו האלסט אויך אזוי, נאר א וויץ, נעם עס נישט ערענסט, איך ווייס נישט ווי סענסעטיוו קיען זענען ווייל איך בין נישט קיין קיה.

גריידע האב איך א אנדערע מסורה ומעשה שלא היה כך היה
מעני יער'ס עגא, ווען הענרי פארד האט געמאכט זיין ערשטע רינדע מיט דעם פערדלאזע וואגן, בשעת די אלע פארזאמעלטע האבן געשאַלט פאר פרייד, האבן אלע פערד זיך ארים געדרייט גאר דערנידערד, און האבן זיך ציזאם גענימען פאר א דרינגענדע זיצונג, זיי האבן מיטאמאל פארלוירן זייער גאנצע תפקיד, נישטא מער קיין שטאך ארבייט, האבן זיי ארויפגעשיקט למרום א פערד עלסטע, זעין אם נגזרה גזירה, און וואס זיי קענען ווייטער טיען, ער איז ארויף און געטראפן דעם לבוש הבדים, און האט אים מגלה געוועין וואס ער האט געהערט מאחורי הפרגד, אז זיי האבן א גאר א נייע תפקיד, זיי ברויכן ארויפ גיין אויף פארענטשעס און זינגען חסדי השם, וכך הוי, אלע מיליאנע פערד זענען ווייטער געבליבן געטריי פאר די מענטשהייט עד היום הזה.

הקטן » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 10:38 am

· #310402
@שבת אחים פארוואס גלייבסטו אלס?
פארוואס נישט ניצען די סייענטיפיק מעטאד - double blinded study
זאל מען נעמען 10000 MRIs און די וואס מאכן די סטאדיס זאלן נישט וויסען ווער איז טרענסדשענדר און ווער נישט און לאמער זעהן וויפיל זיי וועלן צו טרעפען מיט זייער טעריס

שבת אחים » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 11:31 am

· #310410
הקטן
@שבת אחים פארוואס גלייבסטו אלס?
פארוואס נישט ניצען די סייענטיפיק מעטאד - double blinded study
זאל מען נעמען 10000 MRIs און די וואס מאכן די סטאדיס זאלן נישט וויסען ווער איז טרענסדשענדר און ווער נישט און לאמער זעהן וויפיל זיי וועלן צו טרעפען מיט זייער טעריס

קודם זאג מיר וואס איך גלייב?

הקטן » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 1:06 pm

· #310430
דו גלייבסט אין אלעס וואס איז אנגענומען צו גלייבן אין דיין סביבה.
טראכט אביסל אינדרויסן פון box פאר א change

ראוונע » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 2:31 pm

· #310453
הדד בן בדד
איי ראוונע, ביסטו גוט.

איך ווייס נישט איבער קיען, אבער איך קען אסאך פערד וואס זענען סטאק אין דעם גוף פון מענטשן...

די שורש פון די פראבלעם איז לכאורה די זעלבע 😂

שבת אחים » פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 1:49 am

· #310545
הקטן
דו גלייבסט אין אלעס וואס איז אנגענומען צו גלייבן אין דיין סביבה.
טראכט אביסל אינדרויסן פון box פאר א change

יא! Guilty as charged איך גלייב טאקע אין מאדערן סייענס אלזא גלייב איך אין אטאמס און מאליקיולס און אין Math און אין Gravity און אין evolution און אין asteophisics, למשל איך גלייב אז די שטערנס וואס אונז זעמיר ביינאכט אין הימל איז ליכטיקייט פון די סטאַרס וואס האט גענומען מיליאנען און אסאך קעיסעס ביליאנען יאהרן אנצוקומען צו אונז אז מיר זאלן עס קענען זעהן, און אסאך פון די שטערנס עקסזעסטירן שוין בכלל נישט מיליאנען יאהרן און דאך זעהן מיר נאכאלץ זייער שאָטן - זייער לייט (גלייבסט דעס?). איך גלייב אויך אז OJ Simpson האט געהארגט זיין ווייב אפילו איך בין נישט דארט געוועהן האט ער אבער איבערגעלאזט גענוג שפירן און פינגער פרינטס דאס צו באשטעדיגן! (כהאף דו כאפסט די נמשל)

די סיבה פארוואס איך גלייב די אלע זאכן איז נישט ווייל איך האב עס געליינט אין א ביכל וואס איז געשריבן געווארן טויזענטער יאר צוריק נאר ווייל עס מאכט סענס אויף פאפיר, למעשה האט נאך קיינער מסתמא נישט געזעהן רוב אטאמס און די protons neutrons פון א אטאם אפילו סייענטיסטן מיט זייערע פארגעשריטענע microscopes ווייל מ׳קען עס נישט במציאות זעהן ווייל סאיז צו קליין אבער למעשה איז עס אמת ווייל סשטימט מאטעמטיקלי און אימפּירקלי און אויב נישט וואלט גארנישט געארבעט און אויב וואלט מענטשען נישט צוגעלייגט קאפ וואלטן אונז נישט יעצט קאמיוניקעטעט אויף א ווייערלוס אינטערנעט טשעטליין און אויב וואלט מען נישט פארשטאנען די בעסיקס פון קעמיסטרי (כעמיע) וואלט מען נישט געקענט מאכן אז דיין גאזאלין טאנק זאל מאכן אז דיין קאר זאל האבן די פּאוער ארויפצושמייסן די וואוצבארא בארג אויף ניינציג מייל א שעה און דייבעטיקס וואלטן נישט געהאט קיין אינסילין און סוואלט נישט געוועהן קיין אנטיביאטיאקס און קיין איינע פון די היינטיגע פארגעשריטנע מעדציענען וואלטן נישט געארבעט און מ׳וואלט נישט געדארפט מורא האבן פון קיין נוקלעאר איראן ווייל ס׳וואלט נישט געוועהן אזא מציאות ווי קיין אטאם באמבע וכו׳ די זעלבע וואלט געוועהן ווען מוואלט ווען נישט פארשטאנען קיין פיזיקס וואלט מען נישט געקענט אריבערשווימען אריבער די אטלאנטיק אושען אין 12 שעה מיט א פליגער נאר ס׳וואלט גענימען חדשים מיט יאהרן מיט פחד און שרעק פון ים רויבערס אן קיין ברעקלע קאמיוניקאציע צו די אנדערע זייט וועלט אליינס אינמיטן די ים!(ווילסט צוריקגיין צו די צייטן?).

איך מיט דיר און יעדעם וואס איך קען ניצט סייענס און אטעמט סייענס יעדען טאג און יעדע מינוט פון דיין לעבן אין יעדע עספעקט און א יעדע נארמאלע מענטש פארשטייט אז מאדערן דעי סייענס האט גענוג און נאך קרעדיטיבליטי און סהאט געברענגט אסאך מעהר נוצן פאר הומאנטי און פאר די ציווילזאציע פאר די וועלט ווי סיי וועלכע רעליגיע ס׳האט אמאל נאר עקזעסטירט און סאיז נישט קיין סודות התורה, יעדער וואס וויל צולייגן קאפּ קען זיך אליינס אויסלערנען און איבערצייגן די ווארהייט דערפון! עפטער אלל דארף מען נישט זאגן קיין קאפיטאל תהילים אז די ווייפיי און בלויטוט זאלן ארבעטן (אסאך מאל גראדע יא! 🙂 )

קאצקע ציקער » פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 2:03 am

· #310546
אבער וויזוי ארבעט די מוח פון א מענטש ווייסטו?

דעת תורה » פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 2:10 am

· #310547
מענטשן האבן גענוצט דאקטוירים און מעדיצינען פאר לאנגע יארן, אנע האבן די מינדעסטע אנונג אין בעיסיק זאכן וואס יעדער חדר אינגל ווייסט היינט, און עס האט דאך - פארהעלטניסמעסיג - געארבעט! פוינט איז, ווייל זאכן ארבעטן איז נאכנישט מוכרח אז מ'איז באמת דערגאנגען די שורש הדברים. מ'טאפט כסומא בארובה (סייענטיפישע עקספרימענטן בלע"ז) און וואס געלונגט געלונגט.

שבת אחים » פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 2:19 am

· #310548
דעת תורה
מענטשן האבן גענוצט דאקטוירים און מעדיצינען פאר לאנגע יארן, אנע האבן די מינדעסטע אנונג אין בעיסיק זאכן וואס יעדער חדר אינגל ווייסט היינט, און עס האט דאך - פארהעלטניסמעסיג - געארבעט! פוינט איז, ווייל זאכן ארבעטן איז נאכנישט מוכרח אז מ'איז באמת דערגאנגען די שורש הדברים. מ'טאפט כסומא בארובה (סייענטיפישע עקספרימענטן בלע"ז) און וואס געלונגט געלונגט.

וואס רעדסטו? אמאל איז א 45 יעריגער מענטש געוועהן קאנסידערט זייער אלט!
אמאליגע מעדצינען האבן געארבעט? וואס איז געוועהן די אלע מגיפות? צענדליגער מיליאנען מענטשען ביי די שווארצע מגיפה וואלטן געקענט געראטעוועט ווערן מיט אביסלע פּענעסילין!... בקיצור... כהאב נישט קיין כח צו קיין שטותים!

דעת תורה » פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 2:29 am

· #310549
וואו, וואס, ווען הייסט 'אמאל'? און דער סטעיטמענט איז פשוט נישט אמת. ימי שנותינו בהם שבעים שנה קלינגט קענטליך?

אוודאי האט אמאל נישט געארבעט אזוי גוט מעדיצין ווי היינט. דאך האט עס אין אסאך פעלער פיין געארבעט, אנע פארשטיין פארוואס.

שבת אחים » פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 2:44 am

· #310550
דעת תורה
וואו, וואס, ווען הייסט 'אמאל'? און דער סטעיטמענט איז פשוט נישט אמת. ימי שנותינו בהם שבעים שנה קלינגט קענטליך?

אוודאי האט אמאל נישט געארבעט אזוי גוט מעדיצין ווי היינט. דאך האט עס אין אסאך פעלער פיין געארבעט, אנע פארשטיין פארוואס.

מ׳האט נישט אמאל געלעבט קיין 70 יאר!, סאיז נאך דא היינט געוויסע לענדער אין אפריקא ווי מלעבט נאר עוורידזש 50 יאר, א הארץ טראנספלאנט האבן זיי אויך מסתמא געקענט מאכן ? ניין? דו רעדסט דא פון פרימיטוו מענטשען וואס האבן נישט געוואוסט ווי די זוהן גייט אוועק ביינאכט און נישט פארשטאנען גארנישט! דו קענסט צוריקגיין צו יענע צייטן אז דו ווילסט איך האב ליב א טעלעפאון מיט א סמאוק דיטעקטאר אין מיין הויז מיט עלקטעריק און פלאמבינג היטעט סיטעס אין מיין קאר און א דאקטער וואס ווייסט וואס א עקסרעי מיינט ווייל נישט לאנג צוריק האט מען נישט געוואוסט און געהאט די זאכן.

דעת תורה » פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 2:49 am

· #310551
עגעין. וואס הייסט אמאל? איך ברענג דיר א ראיה מוכרחת פון א אלטן ספר פון אמאל וואס זאגט קלאר אנדערש ווי דו. און דו זאגסט נאכאמאל איבער וואס דיר דוכט זיך.

שבת אחים » פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 2:58 am

· #310553
דעת תורה
עגעין. וואס הייסט אמאל? איך ברענג דיר א ראיה מוכרחת פון א אלטן ספר פון אמאל וואס זאגט קלאר אנדערש ווי דו. און דו זאגסט נאכאמאל איבער וואס דיר דוכט זיך.

זעהט זיך אויס אז וויקעפידיע איז א אפיקורס 🙄 😉
<a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/Life_expectancy#Variation_over_time">https://en.wikipedia.org/wiki/Life_expe ... _over_time</a>

דעת תורה » פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 9:07 am

· #310561
Re: איך בין א קוה פארכאפט אין די גוף פון א מענטש
וויקיפידיע זאגט בכלל נישט וואס דו זאגסט, זיי גוט מעיין וועסטו זען. א 'לעבעדיגער' מענטש איז געווען פראזשעקטעד צו לעבן ארום 70 יאר. און א מענטש וואס איז ל"ע נפטר געווארן פון קינדהייט מחלות איז דאס געשען פארשטייט זיך ווען ער איז געווען א קינד.

סייענטיסטן און מאטעמאטישאנס האבן זיך זייערע טריקס זיכער צו מאכן אז כמעט קיינער זאל נישט פארשטיין וואס זיי רעדן. אבער דאס שרייב איך נאר להצדיק את הצדיק, אז גראדע זאגט וויקיפידיע נישט עפעס וואס איז מנוגד צו וואס עס איז רעקארדירט היסטאריש.

בכל אופן, דער גאנצער שמועס איז אבער נישט נוגע צו אונזער דיסקוסיע. אפילו אויב אלע מענטשן האבן געלעבט נאר 20 יאר, איז אבער דער מציאות אז ס'איז געווען קראנקע, און דאקטוירים וואס האבן זיי געהיילט, אנע וויסן בחייכון וביומיכון וואס עס גייט פאר ביהיינד די סין, נאר פשוט פון עקספרימענטן און זיך איבערצייגן אז רפואה א' איז גוט פאר מחלה ב'. און דאס זעלבע קען געזאגט ווערן אויפן פאקט אז סייענס ארבעט און פראדוצירט פאקטישע רעזולטאטן.

וואלווי » פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 12:57 pm

· #310586
.

בן אדם » פרייטאג דעצעמבער 4, 2015 11:17 am

· #311310
כ'האף ער האט ווייפיי

mevakesh » פרייטאג דעצעמבער 4, 2015 11:24 am

· #311311
Re: איך בין א קוה פארכאפט אין די גוף פון א מענטש
געווענליך זעמיר אלע מענטשן פארכאפט אין די גוף פון א קוה....

קוימען קערער » מיטוואך יאנואר 27, 2016 6:18 pm

· #319250
און דא קומט די פרישע בשורה אז א פרוי טענה'ט אז זי איז א קאץ וואס איז נעבעך פארכאפט אין א מענטשליכע גוף... געבטס א קוק: <a class="postlink" href="http://www.dailymail.co.uk/femail/article-3419631/Woman-says-s-CAT-trapped-human-body.html?ito=social-twitter_mailonline">http://www.dailymail.co.uk/femail/artic ... mailonline</a>

פארבינדן » מיטוואך יאנואר 27, 2016 9:45 pm

· #319267
זיי באריכטן אז זי איז געווען אומסוקסעספול אין כאפן מייז...