☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » ביזנעס וועלט » אדווערטייזניג אויף קול מבשר

אדווערטייזניג אויף קול מבשר

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9833

לכבוד שבת קודש » דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 3:07 pm

· #310167
אדווערטייזניג אויף קול מבשר
אין אידישע וועלט איז געווען א שאלה, און איך וויל עס אויסשמועסן דא מיט אונזער עולם, ווייל עס איז נוגע פאר אסאך.

אויף קול מבשר, קען מען אדווערטייזן אויף צוויי וועגן. די ערשטע וועג איז פשוט, מען שיקט אריין צו זלמן ווידער די ווערטער, און ער זאגט עס איבער אין זיין שטימע. די צווייטע וועג איז מער פריפעשנל, מען נעמט מושי קרויס פון עם-קעי סטודיא, מען מאכט א ניגון מיט אן איידיע און מען לאזט דאס אויפשפילן אויף קול מבשר. די שאלה דא איז, צי איז דער צווייטער וועג טאקע מער מאכטפולער און ווערט מער אויפגעכאפט ווי דער ערשטער וועג, אדער איז דאס סתם אזוי ארויסגעווארפן געלט, און זלמנ'ס קול איז פונקט אזוי אפעקטיוו ווי אלע אנדערע געדרייטע וועגן?

וואס איז אייער מיינונג אין דעם נושא?

גרויסע מענטשעלע » דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 6:28 pm

· #310194
Re: אדווערטייזניג אויף קול מבשר
א גוטע שאלה.

די תירוץ איז סאיז נישט קיין one size fits all סווענד זיך וועלכע איטיים א נייע גידאנק אדער אלטע זאך א.א.וו.

נח בער » דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 6:31 pm

· #310195
דישאלה איז אויב זלמן ווידער'ס קול איז אזוי שטארק און חשוב ווי א בליציגער עדווערטייזמענט?

ווייל,

מילך, מילך, מילך... איז פיל שטערקער אריינגעקריצט געווארן אין מענטשליכע אויערן ווי א פשוט געזאגטער אראפגעליינטע ווערטער.

יהושע חיים » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 7:00 am

· #310240
Re: אדווערטייזניג אויף קול מבשר
ווען עס איז א גוט שטיקל איז עס אסאך מער עפעקטיוו (שטראוס אייסקרים, מילך מילך מילך און נאך)
אבער אויב עס עפעס א נאריש ניגון'דל מיין אז עס לויט נישט

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

בת קול » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 12:01 pm

· #310258
ווי געזאגט פריער דורך אנדערע- ווער געדענקט דען נישט מילך, מילך, מילך?
מען קען אבער נישט אוועקמאכן מלכות זשודעיקא אין וויליאמסבורג 500 פלאשינג און אין בארא פארק ביי 39 און 14. א ניגון איז געווענטלעך בעסער ווייל מענטשן וואקן ארום און זינגען זיך עס אינטער.
לייטער סוכה....