☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #9826

אשכול אן א טיטל #9826

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9826

— » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 3:10 am

· #309636

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

שבת אחים » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 4:42 am

· #309644
איך האב נאר געליינט דערווייל אפאר שטיקלעך פון דיינע תגובות, כהאב אסאך וואס צוזאגן אבער היות אויף די מינוט בין איך זייער מיד וועל איך גיין קודם שלאפן און איך וועל מיך שוין אפרעכענען מיט דיר ווען איך וועל זיין פיין אויסגערוהט אבער פטור בלא כלום אי אפשר וועל איך דיר קודם ענטעפערן גאר אין קורצן אויף דיין שפראך: ״עפרא לפומייהו״!!!(קרעדיט רעבארן)....

יואליש » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 8:06 am

· #309646
כ'האב נישט געזעהן דיין קאמפרעהענסעיוו סעלושען. האסטו איינס אדער ביסט נישט גרייט צו רעדן פון דעם אז קיינער פון די אנטי אימיגראציע לאגער שטעלט נישט אהער איינס נאר שיטן פחד און האסע? סאמהאו איז עס גאר א פראבלעם ווען איינער איז אויפריכטיג מיטן מודה זיין אז ער האט נישט, אדער ס'איז בעצם נישט דא און קיינער האט נישט, א פולע סעלושען צו א פראבלעם. וואס איז דיין פארשלאג? און לאמיר זעהן אויפן פראקטישן פעלד (אנדערש ווי די אידילאגישע שמועס וואס מיר האבן געהאט) וויאזוי דאס שפילט זיך אויס.

ס'איז דא נאך מוסיף צו זיין אויף דיינע אנדערע שיינע נקודות פון אלע צדדים אבער וטבוח טבח והכן, און דער זמן איז אט אט. צום ווידערזעהן.

mevakesh » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 8:36 am

· #309647
איך בין נישט קיין שרייבער זיך צו פארמעסטן מיט שש אבער איך וויל ארויס ברענגען אפאר נקודות
א) די סיריער זענען אין א סכנה און קלעם טאקע נישט פונקט אזוי ווי די אידן ביים האלאקאסט אבער גענוג אן ערענסטן סכנה
ב) אייביג וועט זיין לעגיטימע טענות און פחדים קעגן אריינעמען אימיגראנטן אוודאי וועלן אונז זאגען אז רוזוועלט איז סתם געווען אן אנטיסעמיט און דערפאר האט ער נישט אריינגעלאזט אידן אבער עס איז קלאר אז ער האט געהאט געוויסע פחדים צו פון קאמוניסטען אדער פון דייטשע אינפילטרירער אדער פון א פליטים קריזיס
אוידאי איז יעצט די פחד פון טעראר גרעסער אבער פחדים איז דא אייביג
ג) מאכען א חילוק צווישען קריסליכע פליטים און מוסלעמענר איז א געפארפולע פרעצעדענט און דאס דארף ווערן אויסגעשלאסען פאר יעדע פרייז
און עס איז מיר א גרויסע וואונדער אויף דזעב בוש אז ער האט געזאגט אזאנס זעהט אויס אז ער איז געווארען אנגעשטעקט מיט טראמפמאניע

mevakesh » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 8:50 am

· #309650
אגב איך בין געווען לעצטנס אין א קאר אין געהערט ווי מארק לעווין רעדט און מאכט חילוקים צווישען די אידן ביים קריג און די מוסלעמענער יעצט
און איין חילוק איז געווען אז די אידן האבען זיך אסימילירט צווישען די באפעלקערונג און די אראבער נישט איך האלט אז עס איז זייער א ריכטיגער חילוק איך האב נאר איין פראבלעם אז אונז היימישע אידן זענען מער ווי די אראבער מיט דעם

שושן פורים » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 8:55 am

· #309651
mevakesh
אגב איך בין געווען לעצטנס אין א קאר אין געהערט ווי מארק לעווין רעדט און מאכט חילוקים צווישען די אידן ביים קריג און די מוסלעמענער יעצט
און איין חילוק איז געווען אז די אידן האבען זיך אסימילירט צווישען די באפעלקערונג און די אראבער נישט איך האלט אז עס איז זייער א ריכטיגער חילוק איך האב נאר איין פראבלעם אז אונז היימישע אידן זענען מער ווי די אראבער מיט דעם

רוב אראבישע אימיגראנטן ווערן יא אסימילירט און אויסגעמישט מיט די אלגעמיינע באפעלקערונג.

וכדומה.. » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 9:53 am

· #309658
שש, ס'דא איין פראבלעם וואס דו פארשטייסט נישט, אריינעמען סירישע פליטים איז די פראצענט סכנה פאר אונז די זעלבע ווי סיי וועלכען אנדערע אימיגראנטען.

אויב וויל אייסיס אריינשיקן דא איינעם איז די לעצטע וועג דאס צו טוהן דורך די פראסעס פון אימיגראנטען, וואו מגייט אדורך א משך פון צוויי יאר פון דרישות וחקירות, אינטענסיווע נאכפארשעריי, אויספילן פאפירן, שווערע ביורקראטיע, און אויב ס'דא סיי וואסערע חשש אדער אומקלארקייט אין דיין היסטאריע אדער בעקגראונד ווערסטו זאפארט צוריקגעוויזען און קענסט נישט אריינקומען.

פאר א טעראריסט זיך אריינצוווישען קיין אמעריקע איז אסאך גרינגער פון דעם ווען ער קומט אריין מיט א וויזע אלס גאסט, און האלט זיך אונטער דעם רעדאר ווילאנג ער וויל דא בלייבן,

די מענטשן וואס נעמען זיך די מי און פלאג פון ווערן א לעגאלע סיטיזען, און דורך גיין די צוויי יאר פון הארץ עסעניש, קודם מיינט עס אז די היסטארי זייערס איז הונדערט פראצענט קלין, און צווייטענס אז מוויל אנהייבן א פרישע לעבן, אן אמעריקאנע לעבן, און איבערלאזן אלא גארבידש פון וואו מען קומט. אנדערש פארוואס זאל מען מיטמאכען דעם פראצעדור.

און די היסטארי ווייזט טאקע אז פון די לעגאלע אימיגראנטען האט מען קיינמאל קיין צרות נישט געהאט, נישט קיין חילוק פון וואו זיי קומען.

[ציטאט אראפגענומען]


זאלסטו מיר מוחל זיין, אבער די דאזיגע ווערטער איז ריין ראסיזם און די פונקט פארקערטע פון וואס אמעריקע איז געבויט אויף, און מיט דעם מהלך וואלסט "דו" נישט יעצט געזעצן דא אין אמעריקע על סיר הבשר.

גר ותושב » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 9:54 am

· #309659
שש איך וואלט מיך נישט געראכטן צו הערן אזעלכע פיינע רייד פון דיר איך פלעיג דיר אנקוקן ווי א לינקער יעצט זעי איך די האסט יא לאגיק און דיר אפילו איך דיסאגריע מיט דיך אויף כמה דברים דא בין איך אויף דיין זייט.
@יואליש טייערע א סעלאשען וואס קען גורם זיין אנדערע פראבלעימען איז נישט קיין סעלאשען די דארפסט פארשטיין אז די סיריע איינוואוינער האבן טאקע ערנסטע פראבלעימען אבער ביז דערווייל האבן די אמעריקאנער נישט די פראבלעימען איז ווי אזוי קענסטו זיין א מאבד עצמו לדעת און אהער ברעינגען די רוצחים דא אהער און אונזער לאנד עס איז נישט מיעגליך צו נאכגיין ווער עס איז יא אדער נישט א רוצח אז די גייסט אהער ברעינגען 10,000 סיריען לויט ווי אונזער פרעזידענט וויל אדער גאר 60,000 לויט ווי די דעמאקראטישע פראנט ראנער וויל גייט זיכער זיין דארט א גרויסע פראצענט רוצחים עס זענען דא גענוג אראבישע רייכע לענדער וואס וואלטן געקענט אריין נעמען די פליטים און זיי האלטן נישט דערביי ווייל זיי קענען זייער גוט זייער ברודער און זיי ווייסן צו שטייען ווייט פון זיי פארוואס דארפן אונז אהער ברעינגען די חורבן דא.
יש אומרים אז פליטים פון סיריע האבן אן געמאכט די רציחה און פאריז און יש אומרים אז זיי זענען געוועין פראנצויזישע בירגער און זיי ווילן אוועק מאכן די חששות אז ממעיג זיי יא אריין נעמען ווייל זיי זענען נישט די רוצחים אבער אדרבא קוק ווי דער אלט געזעסענער אראבער וואס איז שוין א פראנצויזישע בירגער און איז דארט געבוירן געווארן פירט זיך אויף איז אפילו וועסט וועלן זאגן אז די פליטים גייען האבן הכרת הטוב גייען דען זייער קינדער אויך האבן הכרת הטוב לויט ווי אזוי עס קוקט אויס ווערן די קינדער מער עקסטרים ווי זייער עלטערן איז קודם כל ציווישן די טויזנטער נייע פליטים גייט זיכער זיין רוצחים און די איבריגע קענען זייער קינדער נתהפך ווערן צו רוצחים מי ביקש זאת מידכם רמוס חצרי ווער איז די בהמה וואס איז נישט די רואה את הנולד (את שנולד כבר) און בריענגט אהער די צרה בידים.
און לגבי אונז יודען אפילו אונז מישען זיך נישט אויס מיט די אמעריקאנער אזוי ווייט פירן אונז א אייגענע ווירטשאפט און אונז פרעידיגען נישט פאר אונזער קינדער אז אמעריקע איז די שטן וואס מען דארפ פירן א דזיהאד אקעיגן זיי און אונז לאזן אמעריקע בלייבן אמעריקע עס איז דא ברוך השם פריעדאם אוף רעלידזיס דא און אמעריקע אונז מעיגן זיך פירן ווי אזוי אונז ווילן מען דארף זיך נישט אויסמישען צעווישן די אמעריקאנער גוים אבער דער אראבער וואס די גייסט אהער ברעינגען און אפילו נאר א קליינע חלק פון זיי גייען פרעידיגן פאר זיינע קינדער אז אמעריקע איז דער גרויסע שטן און גייען פרובירן צו מאכן דא אייגענע געיגנטער ווי די שאריע געזעץ גייט געוועלטיגן און קיין פאליציי גייט דארט נישט קענען אריין גיין אזוי ווי זיי האבן געטוהן און יוראפ און פון דארט גייט יעדע שטיק צייט ארויס קומען נאך און נאך רוצחיםאיז ווי איז דיין אחריות אויף דיין אייגען לאנד אויף גלויבל ווארמינג זארגסטו זיך אזוי שטארק און טעראריסטן ברעינגסטו אהער בידים?
פאר די וואס זאגן אז פארקויפן גאנס איז א פראבלעים זאלן זיי כאפן א בליק און ארץ ישראל ווי דאס האלט אפ אסאך געהארגעטע און אין פאריז וואס די עולם דרייט זיך נישט ארום מיט גאנס וואלט זיכער געוועין ווייניגער געהארגעטע ווען מענטשען האבן יא מיט וואס זיך צו פראטעקטן איז אז די געזעץ זאגט אז מענטשען האבן א רעכט זיך צו באשיצן מיט געווער ברעינג נישט אריין דא מענטשען וואס קענען ניצען די געווער פאר אנדערע צוועקן און וועיגן דעים צונעמען די רעכטן פון מענטשען לאז די רעכטן אויפן פלאץ איז לאז די יעניגע אינדרויסן פון דא.

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 10:26 am

· #309663
די שטארקסטע קשיא פארבלייבט, פארוואס ווילן די אלע אראבישע לענדער זיך נישט דערבארעמען אויף זייער ברודער וועלכע זענען פאריאגט און פארפלאגט? דער קוראן באפעלט נישט צו העלפן א פעלאו מוזלים?

ביי מלחמת עולם השני' הלואי וואלטן מיר געהאט אזויפיל אפציעס ווי די סיריע פליטים האבן (לייען: וואלטן געקענט האבן). עס איז ממש מרפסין איגרא. ווי אזוי פארלאנגט מען פון אמעריקע א זאך וואס זיי אליין צווישן זיך טוען נישט.

יואליש » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 11:16 am

· #309681
כמיין מ'זאל צוזאמשמעלצן די צוויי אשכולות איבער די זעלבע טעמע און וועלכע באציען זיך איינער צום צווייטן

mevakesh » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 11:21 am

· #309684
שמעקעדיג
די שטארקסטע קשיא פארבלייבט, פארוואס ווילן די אלע אראבישע לענדער זיך נישט דערבארעמען אויף זייער ברודער וועלכע זענען פאריאגט און פארפלאגט? דער קוראן באפעלט נישט צו העלפן א פעלאו מוזלים?

ביי מלחמת עולם השני' הלואי וואלטן מיר געהאט אזויפיל אפציעס ווי די סיריע פליטים האבן (לייען: וואלטן געקענט האבן). עס איז ממש מרפסין איגרא. ווי אזוי פארלאנגט מען פון אמעריקע א זאך וואס זיי אליין צווישן זיך טוען נישט.

טאקע א שטארקע קשיא אויף זיי אבער איך זעה נישט ווי עס איז נוגע לגבי דעם שמועס צו אמעריקה איז מאראליש מחויב אריינצונעמען

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 12:21 pm

· #309694
איך פארשטיי וואס דו זאגסט, עכ"ז מאכט עס א גרויסע דיפערענץ צו מאכן א באשלוס.
ווען מען גייט שנארן ביי פרעמדע מענטשן פאר הכנסת כלה וכדו', וויל מען אלץ וויסן אויב די אייגענע משפחה האט זיך שוין צוגעשטעלט.
מבשרך אל תתעלם איז א שכל'דיגע סברא.

געוואלדיג » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 12:27 pm

· #309697
איך האב נעכטן געזעהן צוויי קליפס וואס איך גלייב אז אסאך פון דא האבן געזעהן, איינס איז פון א 2 יאריג קינד וואס ציטערט אוועק אין זיין טאטנס ארעמעס איז פאריז און דאר טאטע בארואיגט איהם נאאוויערהייט אז די בלומען וואס מען לייגט אויף די אטאקעס פלאץ גייט באשיצן פון גאנס, ווי זאגט יענער ווייבלאזער מאן "זיי וועלן נישט געוואונען מיין פיינדשאפט" שוטה, זייער גוט, בלייב אומפארזיכטיג פון זיי אזוי וועלן זיי קענען דאס טוהן נאכאמאל, גלייבט טאקע דער טאטע אז די בלומען וועלן באשיצן? וואספארא נארישקייט איז דאס, אבער ווען מען האט מורא די אנכאפן דעם טאטער ביים נאמען און זאגן אז דאס איז די מוסלעמעינער, זאגט מען בלומען,

די צווייטע איז געווען ווי מוסלעמעינער שטייען אינמיטן גאס מיט צוגעמאכטע אויגן און א סיין אז "איך האב דיר ליב, אויב האסטו מיר ליב האג מיך" און הונדערטער אנשים ונשים זענען געווען פארנומען צו זיי האגן, וואס מיינען ענק אז די טעראריסטן האבן 10 מינוט פאר די אטאקע נישט געקענט טוהן די זעלבע? פארקערט ענטפערטס איהם אויב האסטו מיר ליב, לייג א סיין וואס זאגט "איך מוסלעמעינר פארדאם די אטאקעס אויב דו אויך לייג אויך אזא סיין" און אונז ווילן זעהן די אלע הונדערטער טויזענטער מיליאנען איראפעיאישע מוסלעמעינער טוהן דאס נאך, אבער אנשטאט דעם איז מען ביזי מיט ליבשאפט און פרידן,

שוטים שבעולם דו ביסט אין א מלחמה יעצט, יעצט איז נישט צייט פאר ליבשאפט צו פאטענציאלע שונאים, די טעראריסטן צו זיי זענען געווען פליטים אדער לאנגע וואוינענדיגע אימיגראנטן איז א סימן אויף די פראבלעם מיט אריינעמען מוסלעמעינער פליטים, יא וואס זאל מען טוהן אז קריסטן פון סוריא זענען ווייניגער מסוכן ווי מולעמעינער, אויב געפעלט דאס נישט פאר די מוסלעמעינער האב איך פאר זיי א פשוטע עצה, הייבט אויף א קול זעקה וואס זאל אפקלונגען מסוף העולם ועד סופו אז ענק זענען קעגן סיי וועלעכע טעראריזם אקט, אזוי ווי מען הערט אלס ווען עס געשעהט אז עקסטרעמע אידן טוהן ווילדע אקטן,

ווי זענען אלע אימאם'ס און שעיך'ן צו ארויס קומען צו די אטאקעס פלאץ און ארויס וויזן זייער סאלידעריטעט מיט די קרבנות? מען הערט דאס נישט פון זיי נאר א קול דממה דקה וואס שרייט און מאנט שטייט ווייט פון די רוצחים, יא איך בין א ראסיסט (און דו אויך), ווען איך זעה א מוסלעמענער און בפרט אויב האט ער א טורבאן אויפן קאפ ציטער איך אוועק, יא איך האב מורא פון זיי און איך האב א גוטע סיבה פאר דעם,

נ.ב. אויב ווילסטו פון מיר א עצה אויך, האב איך פאר דיר, אמעריקאנער דיפלאמאטן זאלן אנהייבן לייגן דרוק אויף אלע מוסלעמעינער לענדער אז זיי זאלן אריינעמען די פליטים ושלום על איסלאם.

בעריש » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 12:30 pm

· #309699
גר ותושב
פאר די וואס זאגן אז פארקויפן גאנס איז א פראבלעים זאלן זיי כאפן א בליק און ארץ ישראל ווי דאס האלט אפ אסאך געהארגעטע און אין פאריז וואס די עולם דרייט זיך נישט ארום מיט גאנס וואלט זיכער געוועין ווייניגער געהארגעטע ווען מענטשען האבן יא מיט וואס זיך צו פראטעקטן איז אז די געזעץ זאגט אז מענטשען האבן א רעכט זיך צו באשיצן מיט געווער ברעינג נישט אריין דא מענטשען וואס קענען ניצען די געווער פאר אנדערע צוועקן און וועיגן דעים צונעמען די רעכטן פון מענטשען לאז די רעכטן אויפן פלאץ איז לאז די יעניגע אינדרויסן פון דא.

איימסארי גאנס ויילענס איז א קילער פי כמה ווי די פאטענציעלער געפאר פון טעראריסטען.
דאס נעמט נישט אוועק פון סכנה טעראריזם. כזע נישט קיין פראבלעים אז מאיז קעגן די געפארן וואס די ביידע שטעלן פאר.
סך הכל ווייזט דאס אפשר אויף אן אינדעפענדענט מיינד נישט נאכציבאמבלען וואס די עקסטרעמע פון ביידע לאגערען פרעדיגען.

געוואלדיג » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 12:31 pm

· #309701
בעריש

איימסארי גאנס ויילענס איז א קילער פי כמה ווי די פאטענציעלער געפאר פון טעראריסטען.


זאת מנין?

בעריש » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 12:36 pm

· #309702
גאנץ פשוט, גאן וויילענס הרג'ט יעדעס יאר טויזענטער אומשולדיגע, כ'האב נישט יעצט נאכגעקוקט די סטעטס, אבער לויט מיין זכרון איז דאס יעדעס יאר מער וויפיל עס זענען גע'הרג'עט געווארן ביי 9/11
אין גאן וויילענס איז די US אין איין קאטעגאריע מיט די דריטע וועלט לענדער.

געוואלדיג » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 12:40 pm

· #309704
ריכטיג, אבער וואס ווייסטו פון די פאטענציאלע געפאר פון טעראריסטן, וויאזוי שאצט מען דאס?

ישראל קאפקע » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 12:51 pm

· #309707
זינט סעפטעמבער דעם עלפטן 2001 זענען בערך 400 אמעריקאנער אומגעקומען פון טעראר אטאקעס אין אמעריקע. איבער 460,000 זענען אומגעקומען פון גאן ווייעלענס.

גר ותושב » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 12:55 pm

· #309709
בעריש
גאנץ פשוט, גאן וויילענס הרג'ט יעדעס יאר טויזענטער אומשולדיגע, כ'האב נישט יעצט נאכגעקוקט די סטעטס, אבער לויט מיין זכרון איז דאס יעדעס יאר מער וויפיל עס זענען גע'הרג'עט געווארן ביי 9/11
אין גאן וויילענס איז די US אין איין קאטעגאריע מיט די דריטע וועלט לענדער.


איך האב אייך אביסל נייעס הרב בעריש, דו האסט אביסל אונטערגעשאצט די געפאר פון טעראריזם.
דא האסטו אביסל נעכטיגע נייעס.

Isis 'aggressively pursuing the development of chemical weapons' <a class="postlink" href="https://t.co/m3PtRDPK4M">https://t.co/m3PtRDPK4M</a>

ISIS Chemical Weapons Threat To US, Europe ‘Very Real’ <a class="postlink" href="https://t.co/ceqj6nVSGj">https://t.co/ceqj6nVSGj</a> via @BreitbartNews

Officials: IS determined to produce chemical weapons <a class="postlink" href="https://t.co/XI5GrRqvTN">https://t.co/XI5GrRqvTN</a>

Extremists may strike with chemical weapons says French Prime Minister
<a class="postlink" href="https://t.co/4sodzKj2vJ">https://t.co/4sodzKj2vJ</a>

איך גלייב אז דו גייסט זאגן אז איך בין א רעיסיסט, אבער איך וואלט קיין אראבער נישט אריינגעלאזט אין קיין איין מיליטערישע באזע: (קוק וויפיל זיי האבן שוין גע'הרג'עט דארט דורך "working place violence") און נישט און קיין איין לעב וואס באהאנדלט עני כעמיקאלע זאכן אדער געווער, נישט קיין חילוק ווי א קליען רעקארד ער האט (ווי אזוי האט נאר כהנא געזאגט, "א יעדע אראבער איז א חפץ חשוד"), און איך האף אז דאס פארשטייסטו יא, איז קענסטו אויך פארשטיין אז אן אראבער קען גאנץ גרינג אנקומען צו געווער און מאכן א מאסן שחיטה, און פארשטייט זיך אז דעמאלט וועסטו אויך שרייען אז גאן קאנטראל איז די פראבלעם, איז אנשטאט צוצונעמען די רעכטן פון מענטשען זיך צו פארטיידיגן פון געינגסטערס וואס זענען שוין דא, ברענג נישט אהער נאך מענטשן וואס פון זיי דארף מען זיך באשיצן.

געוואלדיג » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 12:55 pm

· #309711
ווייל פראצענטואל זענען נאך דא אין אמעריקא זייער ווייניג פון זיי

גר ותושב » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 1:02 pm

· #309713
ישראל קאפקע
זינט סעפטעמבער דעם עלפטן 2001 זענען בערך 400 אמעריקאנער אומגעקומען פון טעראר אטאקעס אין אמעריקע. איבער 460,000 זענען אומגעקומען פון גאן ווייעלענס.

שטעל דיך פאר ווי אזוי עס וועט אויסקוקן נאך וואס צען אדער זעכטציג טויזנט מוסלעמענע קומען צו גיין וואס לאמיר זאגן צען פערצענט פון זיי האבן קריג עקספיריענס און האבן האבן פיינט די שטן אמעריקע.

ישראל קאפקע » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 1:05 pm

· #309714
געוואלדיג
ווייל פראצענטואל זענען נאך דא אין אמעריקא זייער ווייניג פון זיי


צווישן 1% און 2.5% פראצענט.

(פילייכט היפש העכער ווען מען רעכנט נאר די צווישן 15-45, די רעלעוואנטע דעמאגראפיק).

נעם אן אז זיי זענען בלויז 1% און מולטיפליי דאס x50 (האלב פון די באפעלקערונג!) = 20,000.

שבת אחים » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 8:43 am

· #309809
סתירה נומבער1:

[ציטאט אראפגענומען]


[ציטאט אראפגענומען]


[ציטאט אראפגענומען]


זיי מחליט איין מינוט זאגסטו ומי איני מבין און תוך כדאי דיבור זאגסטו אליינס אז דאס וואס דו זאגסט איז נישט אזוי פאפולער אין שטיבל!??? דעס איז נאך פון זיינע קליינע סתירות!
המשך יבא בלי״נ

יעצט קענסטו ארויסגעבן א גאנצע חיבור מיט אמשינאווער חילוקים און תירוצים ס׳וועט נאך אלץ בלייבן א סתירה!

גר ותושב » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 9:03 am

· #309813
@שבת אחים איך האב געמיינט די קענסט בעסער פון דעים איך וואלט איבער געלאזט פאר @שש דיר צו ציפליקן אויף די גרויסע סתירה וואס די האסט געטראפן אבער איך קען מיר נישט איינהאלטן וואס פאר א שייכות האט דער והמבין יבין וואס איז געזאגט געווארן אויף דעים אז עינק פירן א לינקע אגענדע און עינק זענען מער א אוהב ישמעאל ווי די ישמעאלים אליינס וואס דאס איז טאקע אפן און קלאר פאר איעדען מיט דעיס וואס ער שרייבט אז דער רעכטע שיטה איז נישט פאפולער דא און שטיעבל (ווייל די פירסט טאקע אן אגענדע דערקעיגן).

גר ותושב » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 9:15 am

· #309816
@שבת קוק ווי די חברה זענען אנגעקומען דורך רחמנות דיגע געפילן און אריין נעמען די נעבעכדיגע יתומימלעך וואס זיכן נעבעך א פלאץ צו שלאפן.

DEVELOPING: Belgium in Lockdown after Explosives and Chemical Weapons Found - <a class="postlink" href="https://t.co/tOOmopxXFO">https://t.co/tOOmopxXFO</a>

סוף כל סוף די וויכוח צו אלע אראבער זענען טעראריסטן צו נישט איז שוין געוועין דא א שטיק צייט צירוק אבער אפילו די האלסט אז נישט אלע פון זיי זענען דזיהאזדיסטן (חס מלהזכיר אסלאמישע ראדיקאלן) פארשטייט א יעדע נארמאלע מענטש אז די חברה פרובירן אויסניצען די געלגנהייט און אהער קומען און אנזייען דא א חורבן איז יא מען דארף פארקוקן אויף די אזוי געריפענע רחמנות געפיהלן ווייל רחמי רשעים אכזרי און דער סוף איז מי ישורנה.

שבת אחים » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 9:34 am

· #309821
יעדער האט א רעכט צו שרייבן לינקס! קאפקע מיט שבת זענען פארנומען אזוי סאך מיטן שרייבן לינקס ווי דו ביסט פארנומען שרייבן רעכטס, פארדעם קומט זיך נאך קיינעם נישט קיין "מי שברך"! שרייב ווייטער דיינע שיינע ארטיקלען פון דיינע מסעות און אמשינאווער מעשיות און מחלוקות צווישן אדמורים און קמיעות וכביצות און האלט דיך בעסער צו די זאכן וואס דו פארשטייסט גוט! ווייל ס'קוקט נישט אויס דערווייל לויט דיינע געשרייבאכץ ווי דו פארשטייסט בכלל צו 'וועלטליכע פאלטיק'! האסט מיך נישט געזעהן אריינרעדן אין דיין אמשינאווער אשכול, על אף איך קען דיין רבין זז"ג גאר גוט, מן הסתם נאך אסאך פאר דיר, לערנענדיג מיט יארן צוריק אין א ישיבה אין בית וגן האב איך מיך געדרייט דארט און איך האב נאנטע קרובים אמשינאווער חסידים, און די זעלבע איז מיט דעם אייזענבערג אשכול האב איך קיינמאל נישט פאר'חזיר'ט אגם איך האלט מיך איין אראפצולייגן זיין נעגעטיווע חלק, האבענדיג אפאר גאר נאנטע חברים וואס האבן זיך געווייקט דארט, איינער א געוועזענע און אפאר זענען נאך אלץ דארט היינט, אבער איך בין געשטאנען אינדערויסן ווייל די כלל איז:
! stick to what you know best

וועגן גאט וויל איך מיט דיר נישט רעדן און איך האב קיינמאל נישט געוואלט מיט דיר רעדן דערוועגן! איך מוז? אנטשולדיגט, כ'האב נישט ליב דיינע סטייל תירוצים. פאר אנדערע ובתוכם ר' בערל האב איך יא געענטפערט אין די זעלבע אשכול, ווייל אים איז ווערד געוועהן צו ענטפערן און איך האב יא ליב זיין סטייל פון שרייבן.

זיי מיר געזונט, איך האב שוין נישט קיין נערווען צו די קינדערישע טענה'רייען

ליפא » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 11:35 am

· #309851
שבת אחים
יעדער האט א רעכט צו שרייבן לינקס! --- ס'קוקט נישט אויס דערווייל לויט דיינע געשרייבאכץ ווי דו פארשטייסט בכלל צו 'וועלטליכע פאלטיק'!

יעדער האט טאקע א רעכט, אבער ווען איינער שרייבט לינקס לשם שרייבן לינקס קוקט מען אויס אזוי ווי דו קוקטס אויס... דו קומסט בכלל נישט אריבער ווי איינער וואס פארשטייט בכלל צו וועלטליכע פאליטיק. ניטאמאל פארשטייסטו וויאזוי צו אויסזען גאר אינטעליגענט און 'אנדערש', וואס דאס איז אייגענטליך דיין ציהל... דיינע מיינונגען וואס דו שרייבסט דא זענען ווייניגער מאסגעבנד פון א ווילדער ראש לימבא מאנאלאג אין א גרינעם דינסטאג. ער קען כאטש די אישוס, און אויך ווייסט ער אז מ'דארף אמאל קריטיקירן די רעפובליקאנער אויב וויל ער בלייבן רעלעוואנט און קאנווינסינג.

אבער דו, מיט דיין ציל צו זיין אנדערש און ווייזן פאר יעדן אז ביזט טיפער ווי דער טיפיקעל נארישער חסידישער רעפובליקאנער גייסטו (גייסט? ניין, דו מאכסט זיך ווי דו גייסט) מיט'ן קאפ אין וואנט, ווייסט נישט ווי אפצוטיילן, ווייל דו ביזט נישט 'עכט'.

אסאך לינקע פאליטישאנס האבן געסיינט דעם רעפובליקאנער ביל די וואך צו פארשטערקערן אונטערזוכן סיריע רעפיודיזשיס, זיי זענען די עכטע לינקע.
כל זה כתבתי בכל הכבוד

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 11:58 am

· #309861
ליפא: ס'געווען א ביסל צו שארף אזוי שטארק אריינצופארן פאר שבת אחים. ער שרייבט נאך מיט א ביסל (מער ווי א ביסל) הארץ. משא"כ קאפקע. ער שרייבט אינגאנצן כאילו ער האט א דיסקאנעקט פון דעם אידישן היסטארישן פערספעקטיוו. ער איז שטארק לאגיש, לשיטתו. ווי א ריין גוי'אישער היסטאריע פראפעסאר אין בערלינער אניווערזיטעט, אין די 1930'ער יארן.

ישראל קאפקע » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 12:19 pm

· #309868
שמעקעדיג
די שטארקסטע קשיא פארבלייבט, פארוואס ווילן די אלע אראבישע לענדער זיך נישט דערבארעמען אויף זייער ברודער וועלכע זענען פאריאגט און פארפלאגט? דער קוראן באפעלט נישט צו העלפן א פעלאו מוזלים?

ביי מלחמת עולם השני' הלואי וואלטן מיר געהאט אזויפיל אפציעס ווי די סיריע פליטים האבן (לייען: וואלטן געקענט האבן). עס איז ממש מרפסין איגרא. ווי אזוי פארלאנגט מען פון אמעריקע א זאך וואס זיי אליין צווישן זיך טוען נישט.

נישט "די אלע אראבישע לענדער". לבנון, ירדן און עגיפטן האבן גרויסע-אסטראנאמישע ציפערן פליטים.
לבנון האט אן אסטראנאמישע 1.3 מיליאן, איבער 25% פון די ארטיגע באפעלקערונג. 6-700,000 אין ירדן און קרוב צו 200,000 אין עגיפטן. טערקיי האט היפש איבער צוויי מיליאן.

איבער סאודי אראביע און די גאלף לענדער ביזטו כשר גערעכט. נאכמער, סאודי אראביע, קאטאר און די עמיראטן זענען די וואס האבן באוואפנט און אויסגעברייטערט די אנטי אסאד אויפשטאנד אין 2011 מיטן ציל אונטערצומינעווען די שיא בלאק (איראן, איראק, סיריע און לבנון.) און עס איז זייער, בעיקר סאודי אראביע'ס, סעקטארישע, אנטי שיא רעטאריק וואס זייעט אן די סוני-שיא אנגעצויגנקייט אין איראק און האט ערמעגליכט די אטמאספערע פון סוני disenfranchizment אין וועלכע אייסיס קען עקזיסטירן.

@שש, אויב נעמט מען אין באטראכט די ציפערן פון טעראר פאטאליטעטן אין אמעריקע זינט סעפטעמבער 11 איז די גאנצע אנטי-פליטים, אנטי-ליבעראלן אויסברוך דיינע צעבלאזן.
(דא האט איר פון די שטרענג-רעכטע קאַטאָ אינסטוציע איבער די טעראר געפאר פון די מוסלעמענער אימיגראנטן געמיינדע אין אמעריקע
Of the 859,629 refugees admitted from 2001 onwards, only three have been convicted of planning terrorist attacks on targets outside of the United States, and none was successfully carried out. That is one terrorism-planning conviction for every 286,543 refugees that have been admitted. To put that in perspective, about 1 in every 22,541 Americans committed murder in 2014. The terrorist threat from Syrian refugees in the United States is hyperbolically over-exaggerated and we have very little to fear from them because the refugee vetting system is so thorough. .

<a class="postlink" href="http://www.cato.org/blog/syrian-refugees-dont-pose-serious-security-threat?utm_content=buffer09261&utm_medium=social&utm_source=facebook.com&utm_campaign=buffer">http://www.cato.org/blog/syrian-refugee ... ign=buffer</a> )

וואס בלייבט איבער איז ריין זינאפאביק היסטעריע (זיי זענען א טויט געפאר) און איסלאמאפאביע און רעליגיעזע ביגאטרי ( זיי געהערן דא אין אמעריקע? נישט זייער קולטור שטימט מיט אמעריקע, נישט זייער רעליגיע שטימט מיט אמעריקע)

(די אלע גאווערנארס וואס האבן אויסגענוצט די זינאפאבישע און איסלאמאפאבישע סענטימענטן אין זייערע סטעיטס צו שלאגן פאליטישע קאפיטאל (חוץ דעם וואס זיי האבן נישט קיין ווארט איבער וואו די פעדעראלע רעגירונג זידלט איבער די פליטים ווען זיי קומען ערשט אריין אין אמעריקע) ווייסן זיי גאנץ גוט אז איינמאל א רעפיודזשי פאמיליע איז אין אמעריקע קענען זיי זיך אריבערציען סיי ווי איבער אמעריקע עס שמעקט זיי איינמאל זיי זענען דא. און אויב איז א פליט אינטערעסירט קען ער אויפרייסן די קארן פעלד אין אייאווע, די הילבילי דערפל אין וועסט-ווירדזשיניע אדער די שטאלצער ווייסע געמיינדע אין טעקסאס. אפילו אויב ער וואוינט ביז היינט אין מינעסאוטע, מערילענד אדער לואיזיענע).

עטליכע פונקטן צו נעמען אין באטראכט.

די שיא און יאזידי געמיינדעס אונטער אייסיס קאנטראל זענען אין א פילפאכיג ערגערע צושטאנד ווי די ארטיגע קריסטן. א קריסט האט א פלאץ אין די כאליפאט, כאטש א צווייטראנגיגער סטאטוס. א שיא און א יאזידי גלויביגער האט נישט, די דזשיזיא איז דווקא לגבי קריסטן.
(אגב שיא רעליגיע-באזירטע טעראר איז אומעקזיסטירנד אין די מערב וועלט).

די אונטערשייד צווישן די רעפיודזשי געמייידעס אין אייראפע און די רעפיודזשי געמיינדע אין די פאראייניגטע שטאטן אין ווייט כרחוק מזרח למערב. אין אייראפע רעדט מען פון איבער א מיליאן מענער פרויען און קינדער וואס זענען אריינגעקומען אינעם קאנטינענט אויף שיפלעך פון טערקיי אדער סיריע אדער דורך שווערצן די טערקיי-גריכנלאנד לאנד-גרעניץ אן קיין שום סקרינינג פראסעס בכלל און מיט די אפענע גרעניצן אין אייראפע איז גאר גרינג אנצוקומען סיי וואו אין אייראפע. בשעת די רעפיודזשי געמיינדע אין די פאראייניגטע שטאטן איז אויסשלוסליך אזעלכע וואס זענען אריבער די שטרענגע וועטינג פראסעס פון די אמעריקאנער אגענטורן אין א פראצעס וואס נעמט צווישן אכצן און פיר און צוואנציג חדשים.

די יו.ען. אגענטור פאר פליטים האט איבער פיר מיליאן נפשות דעזיגנירט אלס פליטים פון סיריע. פון דעם זענען אומגעפער צוויי טויזנט שוין באזעצט אין די פאראייניגטע שטאטן 2012-2015. דאס מיינט אז פון דעם פיר מיליאן ציפער זענען בערך 0.05 אריינגעלאזט געווארן קיין אמעריקע אין די לעצטע דריי יאר. נוצן די פליטים פראגראם פון די אמעריקאנער רעגירונג אריינצושמוגלען טעראריסטן קיין אמעריקע אויף אזא פיצעלע פראצענט אז זייער טעראריסט גייט ווערן אויסגעוועלט דורך אמעריקע (און דאס נאך פארן נעמען אין באטראכט די וועטינג פראצעדור וואס זיי וועלן דארפן אויסשפילן) און נאכדעם ווארטן נאך א מינימום פון אכצן חדשים איז שטוינענד נאריש.
עס זענען פאראן א טוץ וועגן וויאזוי זיי קענען זיך אריינבאקומען קיין אמעריקע גרינגער, שנעלער, ביליגער און פשוטער.

טראץ אלע שרעקעדיגע באריכטן איבער די פליטים געמיינדע אין אייראפע איז נאכנישט באשטעטיגט אז אפילו איין פון די ניין טעראריסטן שטאמען טאקע פון סיריע/איראק בשעת פינף זענען שוין באשטעטיגט אז זיי זענען פראנצויזיש און בעלגיע געבוירענע.

אפילו אויב שטעלט זיך ארויס אז עטליכע פון טעראריסטן זענען יא פון סיריע/איראק, איז וויכטיג צו געדענקען אז די קאפשטיק און אנפירער זענען אייראפעאיש געבוירענע און די וואפן און אויפרייס מאטעריאל זענען לאקאל אייראפעאיש. עס איז זייער נאאיוו צו טראכטן אז די אייראפעאישע טעראריסטן האבן געמוזט נוצן דווקא צוויי טעראריסטן וואס זענען אנגעקומען צוויי וואכן פריער פון סיריע און אן דעם ווארטן זיי געהאט א לאגיסטישע פראבלעם אויסצופירן די אטאקעס.


נאך עטליכע פונקטן איבער די אנדערע טיילן פון דעם ארטיקל.

פראנקרייכ'ס מוסלעמענער געמיינדע פון בערך פינף-זעקס מיליאן נפשות האט גאר ווייניג צו טון מיט א ליבעראלע אימיגראציע אינעם זין וואס דו פארשטייסט דאס, און אלעס צו טון מיט זייער היסטאריע פון קאלאניאליזם אין צפון אפריקע ביז די ניינצן זעכציגער יארן ווען מיליאנען אראבער פון מאראקא, אלדזשיריע און טוניזיע האבן ערהאלטן פראנצויזישע בירגערשאפט אלס אונטערטאנען פון די פראנצויזישע קאלאניעלע מאכט.
(און וואו פראנקרייך, אין א יארן-לאנגע מיליטערישע קאמפיין אנצוהאלטן איר צפון אפריקאנער קאלאניעס, האט אומגעברענגט ביז א מיליאן אלדזשיריער אראבער).

אמעריקע, די וועלטמאכט וואס האט אינוואדירט איראק אין 2003 און אונטערגעברענגט די ארטיגע סעקולארע באאט רעזשים און אלס די וועלטמאכט וואס פירט אן מערב-וועלט פראנט קעגן די סעקולארע אסאד רעזשים אין סיריע זינט 2011, טראגט מער שולד ווי סיי וועלכע אנדערע מערב-וועלט לאנד אויף די איצטיגע צושטאנד אין די צוויי לענדער. זיך ארויסצודרייען פון העלפן די געליטענע פון די יעצטיגע קאנפליקט מיט פוילע, אומבאגרונדעטע תירוצים, בשעת טערקיי פלאגט זיך מיט צוויי מיליאן פליטים און לבנון ברעכט אונטער פון א פליטים באפערקערונג וואס שטייט העכער ווי 25% פון איר אייגענע באפעלקערונג, איז אן אומגלויבליכע חוצפה און רשעות.

צו זאגן אז די שרעק וואס די היינטיגע היסטערישע זינאפאבן און איסלאמאפאבן אין אמעריקע פארקויפן קעגן די סירישע פליטים איז מער רעאליסטיש אדער אויסגעהאלטן ווי די שרעק וואס היסטערישע זינאפאבן און אנטי-קאמוניסטן אין 1933-1934 האבן פארקויפט קעגן דייטש-אידישע פליטים און אידישע פליטים פון מזרח אייראפע איז ניטאמאל א געלעכטער. נאצי דייטשלאנד איז געווען וועלטסמאכט וואס האט איינגענומען פראנקרייך, האלאנד, פוילן אא"וו, געהאט רוב דרום אייראפע אונטער איר איינפלוס און געווען אליאירט מיט די יאפאנעזער וועלטמאכט. דאס זעלבע מיט קאמוניזם וואס האט געהאט שטיצע פון ריזיגע מינאריטעטן אין כמעט יעדע אנטוויקלטע לאנד און איז געווען ענדעמיש אין מזרח אייראפע איבערהויפט צווישן די אידישע אינטעליגיענציע.

אויב דיר שטערט נישט די אנטי מוסלעמענער האס, רעליגיעזע ביגאטרי און זינאפאביע וואס ווערט אפן פארשפרייט אין אמעריקע, ספעציעל דורך פאליטיקאנטן, איבערהויפט די רעפובליקאנער פרעזידענטליכע קאנדידאטן, קען איך דיר נישט העלפן. איינער וואס פאלגט נאך אין די נייעס וואס עס גייט פאר און האט א מענטשליך געפיל אין הארץ דארף ווערן אויפגעשוידערט, פארשעמט און אנטוישט.

איך האב זיך נישט באמוטשעט צוצוברענגען פרישע (און איבערלייגן אלטע) לינקס. ווער עס איז אינטערעסירט קען זיי גרינג טרעפן.

געוואלדיג » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 12:22 pm

· #309869
רבותי ביטע נישט אטאקירן פערזענליך, מען האט גענומען א שיינע אידעאלאדישע שמועס און דאס פארוואנדלט אין א קינדערישע דיבעיט.

שבת אחים » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 12:46 pm

· #309880
ליפא
שבת אחים
יעדער האט א רעכט צו שרייבן לינקס! --- ס'קוקט נישט אויס דערווייל לויט דיינע געשרייבאכץ ווי דו פארשטייסט בכלל צו 'וועלטליכע פאלטיק'!

יעדער האט טאקע א רעכט, אבער ווען איינער שרייבט לינקס לשם שרייבן לינקס קוקט מען אויס אזוי ווי דו קוקטס אויס... דו קומסט בכלל נישט אריבער ווי איינער וואס פארשטייט בכלל צו וועלטליכע פאליטיק. ניטאמאל פארשטייסטו וויאזוי צו אויסזען גאר אינטעליגענט און 'אנדערש', וואס דאס איז אייגענטליך דיין ציהל... דיינע מיינונגען וואס דו שרייבסט דא זענען ווייניגער מאסגעבנד פון א ווילדער ראש לימבא מאנאלאג אין א גרינעם דינסטאג. ער קען כאטש די אישוס, און אויך ווייסט ער אז מ'דארף אמאל קריטיקירן די רעפובליקאנער אויב וויל ער בלייבן רעלעוואנט און קאנווינסינג.

אבער דו, מיט דיין ציל צו זיין אנדערש און ווייזן פאר יעדן אז ביזט טיפער ווי דער טיפיקעל נארישער חסידישער רעפובליקאנער גייסטו (גייסט? ניין, דו מאכסט זיך ווי דו גייסט) מיט'ן קאפ אין וואנט, ווייסט נישט ווי אפצוטיילן, ווייל דו ביזט נישט 'עכט'.

אסאך לינקע פאליטישאנס האבן געסיינט דעם רעפובליקאנער ביל די וואך צו פארשטערקערן אונטערזוכן סיריע רעפיודיזשיס, זיי זענען די עכטע לינקע.
כל זה כתבתי בכל הכבוד

די לינקע פאלטיאשאנס וואס זענען קעגן די בילל מעגן זיך טאקע שעמען אין זייער פנים אריין בעיקר דער סטיווען איזרעיאל א איד! זאל ער ווערן פארשריבן לחרפה לעולם ועד, איך פלאן אים צו שיקן אפאר נעסטי אימעילעס איך בין דאך דער לינקער ראוש לימבאו לשיטתך 😉, פוי איך גרויל מיך פון דעם איזריעאל ימ״ש ער האט פארשעמט די אידן און די דעמעקראטן!

געוואלדיג » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:27 pm

· #309884
[ציטאט אראפגענומען]


און מיט די שטערקערע זיכערהייט איז יעצט דא ארום 1000 אקטיווע אויספארשונגען אויף פאטענציאנאלע טעראריסטן נאך פאר אריין נעמען די אלע פליטים, איך ציטער צו טראכטן וואס וועט זיין נאכדעם.

ישראל קאפקע » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 2:25 pm

· #309887
[ציטאט אראפגענומען]

אינטערעסאנט ווער עס האט דיר געצווינגען אריינצושטעלן דיין העלמת עין? דאכט זיך אז דיין איגנארירן וואלט געווען פיל מער עפעקטיוו און אויפריכטיג אן דיין אויספויקן דיין העראאישען העלמת עין.
😈
(דיינע אנדערע קרבנות קענען זיך אליין פארטיידיגן).

אויך איז אינטערעסאנט אז דו גייסט ארויס מיטן גאנצן שארפקייט קעגן @שבת'נס באשולדיגן דיר אין האסן אראבער און מוסלעמענער, צוויי טעג נאכן מיר באשולדיגן מיט די אויבציטירטע 'פאקטן'.

איבער דיין 'באשולדיגן' מיר אין זיין א ליבעראל. איך נעם דאס אן און איך בין שטאלץ דערמיט. איך האף מיטן גאנצן הארץ אז אין 1940 וואלט איך געווען פון די גאר קליינע מינדערהייט אין אמעריקע וואס איז געווען אין שטיצע פון אריינלאזן די פליטים וואס זענען אנטלאפן פונעם פייער אין אייראפע.

איך בין שטאלץ מיטן זיין איינשטימיג מיט 'יעדע' מעינסטרים שרעמונג אין יעדע רעליגיע אין אמעריקע וואס זענען ארויסגעקומען אן רעקארד אין שטיצע פון אריינלאזן סירישע פליטים אין אמעריקע.

אויך איז וויכטיג אנצוצייגן און באגריסן די קילע, לאגישע, פאקטן-באזירטע שטאנדפונקט פון די ליבערטעריען פליגל פון די קאנסערוואטיווע לאגער איבער די סירישע פליטים קריזיס, אן די אלע פאקטן-לאזע, שרעק-באזירטע רעטאריק וואס טראמפ, קארסאן און קרוז האבן אריינגעגאסן אין די רעפובליקאנער מעינסטרים. די ריכטיגע קאנסערוואטיוון וואס ביג גאווערנמענט און דעפיציטן איז באמת וויכטיג צו זיי, קומען צו צו גאנץ אנדערע מסקנות ווי די 31 שוואכלינגען גאווערנארס.

וואס זאל איך זאגן, דער קאנצעפט פון "אמעריקען עקסעפשנאליזם" האט לאנג נישט געכאפט אזא פליק ביי מיר, און אויף דער מינוט איז עס נישט מער ווי א חוכה וטלולה.
____

דיין פונקט איבער די שלעכטע אראבישע רעזשימען איז נישט פלאץ אין אונזער דעבאטע. עס פארענטפערט נישט אונזער גלייכגילטיגקייט און זיכער נעמט עס נישט אראפ אמעריקעס שולד פארן אינוואדירן איראק. די "חוצפה" צו וועלכע דו באציעסט זיך איז נישט נאר נישט אומדערהערבאר, עס איז נישט מער ווי א לאזונג און איז גענצליך אומלאגיש.
די פונקט איבער די רעזשימען האב איך נאר בארירט צו ענטפערן @שמעקעדיג'ס קאמענטאר.
(אויך איז דיין טענה איבער הונגער אין אפריקע נישט אין פלאץ. איך וויל נישט אריין גיין אין דעם יעצט).

דיין פארדאמונג קעגן ערדואן איבער שטיצן די אויפשטאנד און ארייננעמען פליטים איז נישט אינגאנצן ריכטיג. די געאפאליטיק איז פיל מער nuanced ווי די לייגסט עס אראפ. אבער איך גיי נישט אריינגיין דערין ווייל עס איז א ברייטערע שמועס איך האב נישט קיין נערוון צו פארטיידיגן דעם אנטשלאסענעם טערק.
אז
ער האט גע'חלומ'ט פון זיין גרויסן וועלטס מאכט וואס ער גייט האבן, פארשפרייטנדיג איינפלוס אין מיטל מזרח איבערנעמענדיג מצרים און איראן.
איז נאנסענס און איז נישט מער ווי די קינדערישע לאקשן וואס סאודי אראביע, מדנ"י און די אמעריקאנער נעאקאנסערוואטיוון בלעבלען איבער איראנ'ס אימפעריאליסטישע חלומות.

(פאלעסטיניען פליטים אין לבנון? איך ווייס נישט וואס פונקטליך דו ווילסט. איך נעם אן אז דיין 'חוצפה'מעטער' איז עטוואס שטומפיג היינט.)

עס איז קיין צווייפל אז די יאזידיס און שיא זענען אין א פיל ערגערע צושטאנג ווי די ארטיגע קריסטן. א קריסט קען לעבן אפן אונטער דאע"ש אויב צאלט ער אן עקסטערע שטייער. א שיא און א יאזידי האט נישט קיין שום ארט אונטער דאע"ש. (פארגאנגענע סוף וואך האט מען געפונען עטליכע יאזידי מאסן קברים פון הונדערטער קרבנות).

אפיציעל איז איינע פון די פראנצויזישע טעראריסטן יא א סירישער. אבער אפילו אז נישט, האט מען שוין מעיר געווען במקו"א, אז היא הנותנת. יארן וואס מ'נעמט זיי אריין, און צום סוף בריט מען זיך אפ. דאס מיינט, אז עווענטועל וועט מען ליידן פון זיי אזויווי אין פראנקרייך.

דאכט זיך אז איך האב דיר שוין אנגעוויזן אז די אראבישע פאפולאציע אין פראנקרייך האט מען נישט "'אריינגענומען' פאר יארן לאנג" נאר זיי האבן זיך אריבערגעצויגן קיין פראנקרייך אלס אונטערטאנען פון פראנצויזישע אימפעריאליזם, לעבן אין ארעמקייט אין די פאריזער (און אנדערע שטעט) סלאמס, און זענען בכלל נישט גלייך צו 'רעפיודזשיס' אין אמעריקע וואס האבן אן אומגלויבליך שיינענדע רעקארד, ווי אנגעצייגט, און זענען א הערליכע סוקסעס סטארי.

(אויך איז אינטערעסאנט אנצוצייגן אז פראנקרייך שטארט ארויס אין מערב אייראפע מיט זיין, פילייכט, די ווייניגסטע 'פאליטיש קארעקט' צו מוסלעמענער (אפשר מיטן אויסנאם פון דענמארק). די טשארלי העבדא קאנטראווערסיע, די פארבאט אויף געוויסע מוסלעמענער קאפ-פאטשיילעס, זיך נישט צושטעלן מוסלעמענער האלאל רעגולאציעס פאר מוסלעמענער סטודענטן אין די אלגעמיינע שולעס און די שטארקקייט פון די עקסטרעם רעכטע פארטייען אין לאנד בכלליות).

און ווידער מיט דיין "חוצפה" באשולדיגונג. ווילסט מיר זאגן אז א טעראר אטאקע אין פראנקרייך איז מער שרעקעדיג ווי א דאע"ש כאליפאט אין פראנקרייך? (און אין בעלגיע, האלאנד, איטאליע, דענמארק, שוועדן, פוילן, ...) און ווי א קאמוניסטישע וועלטמאכט אין רוסלאנד, מזרח אייראפע און צענטראל אזיע...?
_____

זיך צו פארענטפערן פארוואס עס האט מיר גענומען ביז יעצט צו רעאגירן, דארף איך נישט מער ווי אנצייגן אז איך בין ווייט נישט אזא פליסיגע און prolific שרייבער ווי דיר. (אויך איז געווען א צייט אפשניט פון בערך 25-30 שעה, צווישן דאס ארויסשטעלן דיין ארטיקל און מיין רעאקציע, וואס איך האב נישט געקענט טייפן... 😛 ).

מאטי » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 3:20 pm

· #309893
Wow קאפקע אן סטיערוידס קיפ איט אפ...

ארי נוהם » דינסטאג אוגוסט 1, 2017 11:07 pm

· #381035
צומאל קענען ליבעראלען זיין אזוי צודרייט, אז עס בלייבט נאר איבער פאר אונז צו שטיין און שטוינען.

ליינט וואו ווייט ליבעראלזם קען פארקריכן!

<a class="postlink" href="http://nypost.com/2016/10/24/migrants-rape-sentence-overturned-after-court-cant-prove-victim-said-no/">http://nypost.com/2016/10/24/migrants-r ... m-said-no/</a>

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 1, 2017 11:54 pm

· #381043
איך ווייס נאכנישט וואס די אינצידענט האט מיט ליבעראליזם צו טוהן? אפשר ווייל ס'איז געשעהן אין עסטרייך? און זיי זענען ליבעראל.
אבער שרייבסט "צומאל קענען ליבעראלן זיין אזוי צודרייט" - מסכים..!

אבער קאנסערוואטיוון זענען אלעמאל צודרייט!

קוק אין זייערע תפיסות אין זייערע סטיעטס. מענטשן באקומען "לייף" אין דזשעיל פארן פארקויפן מאריוואנע (א דראג אביסל שטערקער ווי קאווע..!) דאס קען נאר געשעהן אין רעכטע סטעיטס...

האסט גוט געהערט! ס'איז דא מענטשן וואס זיצן איבער צוואנציג יאהר אין תפיסה פאר גארנישט און פאר נישט.

ליבעראליזם איז משוגע? ווידער קאנסערוועטיזם - לייקענען סייענס און פאקטן, געבן פאר יעדער חדר אינגל א רעוואלווער, און לעבן ווי דריי טויזנט יאהר צוריק איז מורא'דיג נארמאל...!

שמערל » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2017 7:13 pm

· #381287
ארי נוהם
צומאל קענען ליבעראלען זיין אזוי צודרייט, אז עס בלייבט נאר איבער פאר אונז צו שטיין און שטוינען.

ליינט וואו ווייט ליבעראלזם קען פארקריכן!

<a class="postlink" href="http://nypost.com/2016/10/24/migrants-rape-sentence-overturned-after-court-cant-prove-victim-said-no/">http://nypost.com/2016/10/24/migrants-r ... m-said-no/</a>



צומאל זענען מענטשן אזוי צודרייט, אז עס בלייבט נאר איבער פאר אונז צו שטיין און שטוינען!

לייענט שטייטעלעך וואס שטייט אין ארטיקל!

Supreme Court President Thomas Philipp said that while the verdict was “watertight” with regard to the serious sexual abuse of a juvenile, the written verdict on the second indictment, rape, cannot be sufficiently proved.


אין אידיש: דער סופרים ריכטער האט געזאגט, אז כאטש די פסק איז "פארזיגלט" בנוגע די ערנסטע קלאגע פון באלעסטיגן א מינדעריעריגען, קען די "געשריבענע" פסק נישט ווערן געהעריג געפרואווט.

אין אנדערע ווערטער די ערשטע פסק דין, אנטהאלט א טעקניקל טעות. ווייל דער שופט איז אים דן אויף רעיפ וואס איז שווערער צו איבער צייגן, ווי סתם מאלעיסטעישאן, אנשטאט וועט אים יעצט דער שופט ברויכן דן זיין אויף מאלעיסטעישאן ושלום על ישראל.

מה קול הרעש?

בד"וו די פאסט ארטיקל איז כמעט א יאר אלט.