☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » ווייסן מיר דען?!

ווייסן מיר דען?!

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9818

געוואלדיג » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 3:54 pm

· #309276
ווייסן מיר דען?!
ווייסן מיר דען?!

הקב"ה האט אונז באשאפן מיט 5 חושים, זעהן, הערן, שמעקן, טאפן, און טעיסטן, מיט די 5 חושים קענען אונז באגרייפן די וועלט און אירע וואונדער, איהר טיפקייט און איהר מהות,

ווען איך זאג אויף עפעס "איך ווייס" מיין איך צו זאגן, איך בין דאס משיג מיט איינע פון די חושים, איך האב געהערט די ווערטער, איך האב געזעהן די געשעהניש, איך האב געשמעקט די פייער, איך האב געטאפט די אָביעקט, און איך האב געטעיסט די מאכל, עס מוז נישט מיינען מיט אלע פון די חושים נאר אפילו אויב האב איך דאס משיג געווען מיט איינע פון די חושים קען דאס שוין ווערן אנגערופן ידיעה,

אונז ווייסן גארנישט!!!

לאמיר אבער נעמען די הנחה און דאס צו ווארפן דורך אפאר פשוט'ע עקסערסייזעס,
זענען די חושים טאקע קראנט? קענען אונז זיך טאקע פארלאזן אויף זיי? אויב האב איך עפעס משיג געווען דורך זיי, מיינט דאס אז עס איז עכט? לאמיר צוזאמען בודק זיין און זיך איבערצייגן.

זעהן

אויב זעה איך יעצט די סקרין איז מעגליך אז עס איז נישטא? איך קוק אויף די טיש און איך זעה א טעלעפאון, אפאר ספרים, א קאפ, און א באטל, קען דען איינער קומען און מיר זאגן אז עס איז נישטא אויף די טיש די אלע זאכן?

די ענטפער איז אויסדריקלעך, יא! עס קען זיין אז עס איז נישטא דארט גארנישט, פאר דו ווערסט ברוגז אויף מיר פארן דיר מאכן פארברענגען די צייט מיט אזעלעכע שטותים, שטעל זיך אויף און גיי צו צום שפיגל וואס זעהסטו דארט? דיר אליין איז נישט מעגליך ווייל דו ביסט נישט דארט, דו ביסט דא, נאר דו זעהסט דארט עפעס וואס איז עכט נישט דארט נאר דא, ריכטיג פיין האלטן מיר שוין ערגעץ,
יעצט האסטו שוים אמאל געזעהן די קאליר גרין? איך בין זיכער אז די ענטפער איז פאזעטיוו, איז לאמיר דיר פארציילן, עס איז נישטא אזא קאליר גרין!! עס איז א אילוזיע, א דמיון וואס די אויג זעהט ווען מען מישט אויס די קאליר געל מיט בלוי, אקעי סא עס זענען דא זאכן וואס זענען נישט עכט אבער פארט זעהסטו זיי,

לאמיר גיין א טריט ווייטער, טראכט פון א באקאנטן דיינעם וואס איז קאליר בלינד און ווייז איהם א רויטע זאך, ער וועט דאס נישט זעהן רויט (ווענד זיך כמובן ווי שטארק ער האט דאס) נו וועט ער שרייען חי ויקם אז עס איז נישט, אבער דו ווייסט אז עס איז יא ווייל דו זעהסט דאס יא, נו איז דאך מעגליך נישט צו זעהן עפעס וואס איז יא דא, און אזוי אויך איך און דו זעהן נישט די אלע קאלירן וואס אסאך חיות זעהן יא, לאמיר געבן נאך א דוגמא, דו האסט כח? אוודאי יא, נו אפשר ווייזטו מיר דיין כח, אבער פאר דו לויפסט אויפהייבן שווערע זאכן צו דעמאנסטרירן דיין כח, וויל איך דיר נאר זאגן אז אויפהייבן זאכן איז נאר א תוצאה פון דיין כח אבער נישט דיין עצם כח, נאר וואס? דו האסט כח, אבער איך קען דאס נישט זעהן,

ווייסן אונז שוין אז די חוש הראיה איז נישט מוחלט, אונז קענען זעהן זאכן וואס זענען נישט עכט, און נישט זעהן זאכן וואס זענען יא דא, און איין מינוט פאר אונז פארגעסן, די לופט וואס אונז אטעמען זעהן אונז אויך נישט.

(המשך יבוא אי"ה)

שלום על ישראל » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 4:00 pm

· #309278
בקוצר, מיר לעבן אין אן עולם הדמיון. מסכם. קען איך נישט לייק'ן אן ארטיקל וואס איז קיינמאל געשריבן געווארן...

געוואלדיג » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 4:02 pm

· #309279
איך האב קיין לייקס נישט געבעטן, אבער דו שפרינגסט צו שנעל צו א מסקנא איך וויל ערגעץ אנקומען אבער פאוואליע.

בנימין » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 4:06 pm

· #309281
שיינע געדאנקען.
לעצטנס האב איך אסאך גענישטערט אין די אלטע אשכולות אין שטיבל. ענליכע געדאנקען האב איך געליינט דא.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/112824">viewtopic.php?f=13&p=112824#p112824</a><!-- l -->

געוואלדיג » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 4:11 pm

· #309283
יישר כח @בנימין פאר די לינק, איך וועל אי"ה נאשן פון דארט אויך.

גר ותושב » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 8:24 pm

· #309316
Re: ווייסן מיר דען?!
איז דען דא א זאך וואס די קענסט זעין א יש מאין? איך וועל בעסער מסביר זיין גערעכט און א שפיגעל זעסטו זיך און די ביסט נישט יענע זייט אבער ערגעץ ביסטו! די זעלבע די קאליר גרין איז סוף כל סוף א געמישאכטס וואס מאכט עס אויס קוקן אזוי אבער צו זעין א זאך וואס איז בכלל נישט דא איז נישט מעיגליך חוץ טאמער איך בין נישט גענוג אפדעיטעט.

געוואלדיג » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 10:50 pm

· #309329
במושכל ראשון איז דא אזא זאך, ווען די זעהסט א 3d געמאלן בילד וואס מאכט אויסזעהן ווי עכט.

גר ותושב » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 10:54 pm

· #309331
Re: ווייסן מיר דען?!
איז אויך דא א יש נאר עס מאכט עס אויסקוקן מער אמתדיג ווי עס איז באמת

שלום על ישראל » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 11:03 pm

· #309333
גר ותושב
איז אויך דא א יש נאר עס מאכט עס אויסקוקן מער אמתדיג ווי עס איז באמת

עפעס א יש מוז דאך זיין, כדי צו ממציא זיין דען אילוזיע, א שטייגער ווי דו מוזט כאטש האבן א סקרין צו זעהן א פאלטשע מאווי רח"ל.

קל וחומר » דינסטאג דעצעמבער 8, 2015 12:19 pm

· #311699
Re: ווייסן מיר דען?!
ביים שפיגל זעהסטו א מציאות פון אן אפגעשפיגעלטע זאך.

גרין איז א קאליר במציאות, ס'איז פשוט מורכב פון צוויי קאלירן, בלוי איז בעצם אויך מורכב פון שווארץ און ווייס (קאנטרעס"ט בלע"ז)

דער וואס איז קאליר בליינד איז פשוט לקוי אינעם חוש הראייה זיינעם, זיין אויג כאפט נישט אויף קאלירן וואס זענען דא במציאות.


כ'האב געהערט אמאל אז א חוקר א בעל תשובה האט געפרעגט דעם חב"דסקער מהיכי תיתי אז ס'יז דא א וועלט וואס איז קיים? אפשר איז אלס אן אילוזיע צוגעפאסט צו די חושים, דהיינו דער בוים קוקט אויס ווי א בוים און פיעלט ווי א בוים כלפי דיינע חושים, אבער בעצם אין ריאליטעט איז עס אפשר בכלל נישט קיין מציאות?

האט ער געענטפערט 'בראשית ברא אלוקים את השמים ואת הארץ' זעה מיר אז ס'איז דא אזא מציאות.

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

moshav zekeinim » דינסטאג דעצעמבער 8, 2015 12:31 pm

· #311700
ממילא מוז טאקע זיין אז אלעס איז א מציאות...

גר ותושב » דינסטאג דעצעמבער 8, 2015 3:10 pm

· #311708
Re: ווייסן מיר דען?!
געוואלדיג
איך האב קיין לייקס נישט געבעטן, אבער דו שפרינגסט צו שנעל צו א מסקנא איך וויל ערגעץ אנקומען אבער פאוואליע.

מיר ווארטן אויפן המשך

קל וחומר » דינסטאג דעצעמבער 8, 2015 3:29 pm

· #311710
moshav zekeinim
ממילא מוז טאקע זיין אז אלעס איז א מציאות...

פארשטייט זיך אז די מענה איז געווען נאכן הנחה אז מ'גלייבט אין די תורה, יענער האט געפרעגט פון א תורה'דיקן שטאנדפונקט.

נולד מאוחר » דינסטאג דעצעמבער 8, 2015 6:35 pm

· #311720
Re: ווייסן מיר דען?!
ווי אזוי קען זיין אן הנחה אויף עניטינג ביפאר מבאשטעטיג א מציאות?

קל וחומר » דינסטאג דעצעמבער 8, 2015 7:32 pm

· #311728
נולד מאוחר
ווי אזוי קען זיין אן הנחה אויף עניטינג ביפאר מבאשטעטיג א מציאות?

דאס איז אמאל זיכער אז ס'זענען פארהאן דעות שונות דהיינו יעדער מענטש האט זיין אייגענעם אילוזיע אויף דער וועלט און אויך אז ס'איז דא גורמים וואס מאכן יעדע זאך אויסקוקן, שמעקן, פיעלן, וכו' אנדערש ווי די אנדערע זאכן, אין אנדערע ווערטער א יצירה איז זיכער פארהאן, די שאלה איז אויפן בריאה, יעצט אז מ'נעמט אהן אידישקייט מתוך אמונה פשוטה, חקירה, גלייבט מען אז ס'יז פארהאן א גאט און האט אונז געשריבן די תורה וכו', און אז דארט שטייט אז ס'איז דא א 'בריאה' איז אלס פשוט.

נולד מאוחר » דינסטאג דעצעמבער 8, 2015 8:37 pm

· #311735
Re: ווייסן מיר דען?!
וואס א נפקמ אויב די בוים איז עכט אדער אן דימיון?

קל וחומר » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 12:09 am

· #311749
הלכה למעשה איז נישטא קיין נ"מ (חוץ אויב איינער איז מקדש ע"מ איינע פון די מהלכים איז די ריכטיגע), ס'איז סתם פילאזאפישע חקירות.

אגב אין שער היחוד והאמונה פ"ג שרייבט דער אלטער רבי וז"ל 'כך כל הברואים אין נופל עליהם שם יש כלל אלא לעיני בשר שלנו כו' יעו"ש.

הקטן » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 5:24 pm

· #311842
נולד מאוחר
ווי אזוי קען זיין אן הנחה אויף עניטינג ביפאר מבאשטעטיג א מציאות?

א יעדע באשטעטיגטע מציאות איז געבויט אויף פריערדיגער הנחות - וואס זענען נישט אייביק באשטעטיגט.

נולד מאוחר » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 8:13 pm

· #311851
Re: ווייסן מיר דען?!
למשל?

הקטן » דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 8:41 am

· #311879
געב מיר א פאר משלים וואס דו ריפסט א באשטעטיגטע מציאות

נולד מאוחר » דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 9:51 am

· #311882
Re: ווייסן מיר דען?!
לאמיר רעדן דו נמשל וואס מרעדט דא.
דו שאלה וואס מהאט געפרעגט די חבדסקר, ווער זאגט אז דו וועלט איז אן מציאות אפשר איז דאס אן אילוזען?

דרך אגב איך בעצם פארשטיי נישט די שאלה

הקטן » דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 10:02 am

· #311883
איך זיך עפעס וואס ביי דיר איז קלאר א באשטעטיגטע מציאות.
די שאלה וואס מהאט געפרעגט די חבדסקר איז דאך יעצט אינטער א פראגע צייכען.

געוואלדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 1:02 pm

· #311907
מיין הקדמה איז געווען אלע 5 חושים, מיט מער צייט, וועל איך אנקומען צו אלע.

גר ותושב » דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 2:19 pm

· #311924
Re: ווייסן מיר דען?!
געוואלדיג
מיין הקדמה איז געווען אלע 5 חושים, מיט מער צייט, וועל איך אנקומען צו אלע.

Cant wait

געוואלדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 2:20 pm

· #311926
געוואלדיג
מיט מער צייט, וועל איך אנקומען צו אלע.


זייער ביזי ב"ה, אי"ה.

נולד מאוחר » פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 12:03 am

· #311993
Re: ווייסן מיר דען?!
הקטן
איך זיך עפעס וואס ביי דיר איז קלאר א באשטעטיגטע מציאות.
די שאלה וואס מהאט געפרעגט די חבדסקר איז דאך יעצט אינטער א פראגע צייכען.

אין די קאנטעקסט פון די שמועס איז ביי מיר קיין שום מציאות באשטעטיגט.
אפשר איי טינג דערפאר איי עם איז וואס מקען באשטעטיגן. אבער נישט מיט די גאנצע איי וואס דאכט זוך מיר אז ס'עקזיסט.

הקטן » פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 11:30 am

· #312013
נולד מאוחר
הקטן
איך זיך עפעס וואס ביי דיר איז קלאר א באשטעטיגטע מציאות.
די שאלה וואס מהאט געפרעגט די חבדסקר איז דאך יעצט אינטער א פראגע צייכען.

אין די קאנטעקסט פון די שמועס איז ביי מיר קיין שום מציאות באשטעטיגט.
אפשר איי טינג דערפאר איי עם איז וואס מקען באשטעטיגן. אבער נישט מיט די גאנצע איי וואס דאכט זוך מיר אז ס'עקזיסט.

גערעכט,
און דאס איז א חלק פין מיין פוינט (און די עקסטרים) -
נאר וואס? פאר סאם ריזען ווילסטו אננעמען געוויסע הנחות אלס פאקט - אנדערע ווילן נישט.

נעם למשל Occam's razor איז דאס א באשטעטיגטער פאקט אדער א הנחה וואס אנדערע הארטע פאקטען לאנען זיך אן, מיט טערטלעך ביז אראפ.

די laws of thought איז עפעס מער וואו א פראקטישע הנחה? - שטעל דיך פאר די קעץ נעמען זיך ציזאם און מאכן אפ אנדערע laws of thought וואס זייער שכל דיקטארטירט, ווער האט דיך געזאגט אז דער מענטש האט מער רעכט דערצו?
אין די עקסטרים איז Law of noncontradiction א פאקט? דו קענסט דאס באשטעטיגען אדער אפפרעגן אן ניצען די law זעלבסט?
דאס אז דו האסט נישט קיין בעסערע וועג צו שפילן די געם פין ניצען שכל מאכט דאס נאך נישט פאר קיין מציאות

הקטן » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 9:19 am

· #312132
.

נולד מאוחר » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 1:21 pm

· #312152
Re: ווייסן מיר דען?!
איך הער וואס די זאגסט, איך קען מסכים זיין מיט דיר אז די Laws of thought איז נישט קיין באשטעטיגטע מציאות און די קעץ האבן טאקט אנדרע געזעצן. און מקען טאקע גראנישט וויסן.
כפארשטיי נאך אלץ נישט וויאזוי איינער וואס פרעגט אויפן גאנצען מציאות קען ניצן בראשית ברא פאר אן ענטפער.

הקטן » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 1:59 pm

· #312160
איך האב זיך נישט באצויגן וואו אזוי ינער איז געקימען צו דעם מסקנה אז בראשית ברא איז א הארטע פאקט (העכער וועלט)

איך האב סך הכול עדרעסירט דיין ווינדער וואו אזוי ארבער דאס, לויט דיר אז בראשית זעלבסט איז אינטער א פראגע צייכן?
האב איך אויף דעם געשריבן, איט איז ביאינג דאן אלל דע טיים - אין א יעדער דיסיפלין פאנגט אן נאך געוויסע הנחות
און ווען דער חבד"סקר איז דן אויף "וועלט" מיט זיינער תלמידום און ברענגט א ראיה פין "בראשית ברא" און זין-לאז צי פרעגן, אין יענער קאנטעקאטס, און ווער זאגט דיר אז "בראשית ברא" איז נישט קיין דימון.

ווילסט, גיי צו צים רבין ווען ער געט א קירוב סעמענאר און פרעג.

עני וועי, איך זעה דו ווילסט ניצן דו Laws of thought צו פארשטיין.

נולד מאוחר » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 2:12 pm

· #312162
Re: ווייסן מיר דען?!
אה גערעכט, אבער דיין סטראשע אז איך וויל ניצען laws of logic איז אויך א logical סטראשע, היות איך קימער זוך נישט מיט לאקיג האב איך דיר אין ביודעם.[emoji1]
צי זיין מער אויפריכטיג וועל איך דיר נישט ענטפערן אויך יא ענטפערן. מיין נישט ענטפער איז עפרצעחרדהךע. און מיין ענטפער איז.