☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » שקר לכתחילה פירט צו לעבן בדיעבד

שקר לכתחילה פירט צו לעבן בדיעבד

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9817

קלינג » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 5:58 pm

· #309147
שקר לכתחילה פירט צו לעבן בדיעבד
שלום עליכם. דאס איז מיין ערשטע תגובה אויף קאווע שטיבל, אבער באמת האב איך עס שוין אפגעשריבן א שטיק צייט צוריק. אימת הציבור האט מיך צוריקגעהאלטן פון שרייבן, אבער כ'האב עס ענדליך דורכגעבראכן...

איך באצי זיך צו דעם תגובה וואס איז זייער גוט געשריבן מיט זייער אסאך גוטע נקודות, אבער במחילת כבודו פון הרב "בר כוכבא" מיין איך אז ער האט אביסל פאלש אפגעלערנט דעם פראבלעם.

איך האב דעמאלט אפגעשריבן דעם מאמר פאר זיך אליין, ווייל דער ארטיקל פון בר כוכבא האט מיר זייער געכאפט און איך האב שוין א שטיק צייט זיך ארומגעדרייט מיט אזעלכע מחשבות.

אבער לאמיר צוקומען צום ענין. "בר כוכבא" לייגט אן אונזער פראבלעמאטישן סדר החיים אויף דעם וואס אונזער גאנצער לעבן איז אוועקגעשטעלט אויף א יסוד פון לכתחילה בדיעבד. ס'איז אבער נישט אינגאנצן אזוי. מיר זענען מסתמא נישט די איינציגע וואס פירן לכתילה א לעבן בדיעבד. עס זענען זיכער פאראן א סך מענטשן אינדרויסן פון אונזער מחנה וועמענס לעבן לויפט אויך אויף די זעלבע בדיעבד שינעס. ביי אונז אליין זענען פאראן גענוג און נאך יונגעלייט וואס זענען מסודר מיט דעם לעבנסשטייגער און קוקן עס אן און באטראכטן זייער לעבן ווי א לכתחילה, צי ווייל ביי זיי איז די שפיל געלונגען, אדער ווייל זיי תמימים וואס לאזן זיך פירן פונעם גורל.

די צרה ביי אונז ליגט אבער אין דעם שקר, די שקרים, אויף וואס רוב אספעקטן פון אונזער סדר החיים איז אוועקגעשטעלט. ס'איז נישט קיין חסרון זיך צו מוטשען אויסצוקומען מיטן לעבן, ווען די סיבה פארן נויט איז א געוויסער אידעאל. ביי אונז לעבט מכלומרשט מיט דעם מהלך אז דער עיקר איז צו לעבן גוט און וואויל ווי איד, און דער עיקר איז יענע וועלט. מיט דעם גאנג מאכט מען אוועק רוב מאטעריאליסטישע פראבלעמען.

דאס איז אבער א שקר. כמעט קיינער לעבט נישט מיט דעם רעיון. רוב רובם פון אונז, אפילו די גוטע, ווילן האבן לייטישע דירות, באקוועמע קארס, וואקאציעס, און פראוון בעל בתי'שע שמחות. די משנה באצייכנט טאקע אונזער וועלט ווי א פאר-צימער צו יענער וועלט, אבער יעדער פון אונז שטרעבט צו האבן א זייער באקוועמען פרוזדור, אויסגעשטאט מיט יעדן לוקסוס פונעם טרקלין.

ס'איז נישט וויכטיג צי ס'דארף אזוי זיין, צי נישט. וויכטיג איז נאר אז אזוי איז דאס מציאות. עשירות און באקוועמליכקייטן זענען אנגעלייגטע געסט אין די שענסטע, פרומסטע שטיבער און אויך ביי רבי'נס טיש פארנעמען די נגידים א חשוב'ן פלאץ. וואס דרייסטו א קאפ מיט "דער עיקר איז דאך צו האבן א דאך איבערן קאפ און קענען מגדל זיין די קינדער על דרך הסלילה"? קיינער – קיינער! אין גם אחד – לעבט נישט אזוי. נישטא קיין איין איינציגער חרדי'שער איד וואס איז אויף דעם ארויף מסכים אפילו צו וואוינען אינדרויסן פון געגנט, אין א דירה וואס דער "לעיאוט" איז אנדערש ווי אנגענומען, אדער אפילו נאר דאס אז די ווענט זענען געפארבט מיט א גרינעם קאליר.

דעם שרעקליכן, דורכאויסיגן עם הארצות מיט וואס די נייע דורות וואקסן אויף וואלט מען געקענט פארענטפערן ווען יעדער פון אונז וואלט געלעבט אויסשליסליך מיט און פאר לימוד התורה אויפן נוסח פון "פת במלח תאכל". דעמאלט קען מען נאך פארענטפערן די שרעקליכע אפוועזנהייט פון יסודות'דיגע לימודים און לעבנס פראקטיק פון אונזערע בתי חינוך. במציאות גייט כמעט יעדער ארויס אויף דער וועלט. מיט געציילטע אויסנאמען גייט יעדער ארבעטן און פלאנען נישט צו בלייבן זיצן בין כותלי הביהמ"ד.

דער סיסטעם לויפט ווי גלייך מ'איז דא מחנך רבנים און פרושים, ווען למעשה האדעווען זיך אין די בתי חינוך דורכשניטליכע אידן, בעלי בתים, וואס וועלן זיין אין דער וועלט און דארפן קענען כאטש די עלעמענטארע יסודות פון לעבן און עקזיסטירן. מ'רעדט דאך נישט פון ווער ווייסט וואספארא הויכע מדריגה פון לימודים – די פשוט'סטע יסודות פון מענטש און וועלט דערציילט מען זיי דאך נישט. די עלטערן געטרויט מען נישט מיטן חינוך פון די קינדער, אבער די מוסדות שטעלן במקומם צו גארנישט מער ווי א ריזיגן בלויז.

פארוואס ווייסן נישט אונזערע קינדער וואס דאס מיינט זיין א פשוט'ער נארמאלער מענטש? פארוואס קענען זיי נישט די יסודות שביסודות פון מידות, נארמאלקייט, מענטשליכקייט? פארוואס קענען זיי נישט זיך אליין? פארוואס לערנט מען זיי נישט צו פארשטיין די אייגענע געפילן? פארוואס לעבט יעדער צווייטער מענטש אין קלעם, מיט א פארשלאסן הארץ, און פירט זיך טעכניש און פארמאל אפילו ווען צווישן די אייגענע, צווישן ווייב און קינדער, צווישן עלטערן און געשוויסטער און גוטע פריינט?

פארוואס קענען זיי נישט קיין מילה אחת ענגליש, רעכענען, און די יסודות פון לעבן מיט א חשבון? פארוואס ווייסן נישט פון רעכטס ביז לינקס און קומען אריין אינעם לעבן מיט צוויי לינקע פיס? פארוואס ווייסן זיי נישט וועגן די געזעצן וואס וועלן זיי אלע – יעדן איינציגן פון זיי – זיין נוגע א טאג נאך די שבע ברכות?

פארוואס, מרא דעלמא, ווייסן זיי גארנישט פון אידישקייט צו זאגן? פארוואס קענען זיי נישט כאטש די יסודות פון זייער דת און מסורה, די זעלבע צוליב וועמען מיר זענען מכלומרשט מקריב דעם גאנצן איבעריגן לעבן? וויפיל פון אונזערע בחורים און יונגעלייט קענען לייטיש כאטש איין מסכת? גמרא לערנט מען דאך יא, ניין? ניינציג פראצענט פון די קינדערישע און בחורישע יארן גייט אוועק אויף שיעור עיון, שיעור פשוט און סוגיא. פארוואס קענען זיי כאטש דאס נישט?

דאס זעלבע מיט די שידוכים, וואס לויפט אויף דעם מהלך וואס עס לויפט ווייל (ריקט ארויס דעם אגודל און פאכעט דערמיט כנהוג) די גאאאאנצע סיבה פארוואס מ'האט חתונה איז דאך נאר אויפצושטעלן אידישע דורות, יא? און מיט אידישע דורות מיינט דאך דער רבי דורות וואס זאלן זיך פירן לויט אונזער מסורה על הדרך הסלולה לנו פון אדם הראשון. דארף מען דאך נישט מער ווי זיכער מאכן אז די צוויי, בחור און מיידל, היטן די זעלבע מסורה. אויב די משפחות שטימען, איז עס א פאסיגער שידוך און מזל טוב.

ווייסט דאך אבער יעדער אז דאס איז סתם דאמירן בעלמא. קיינער, קיין שום בחור און מיידל, האט נישט חתונה מיט דעם ציל. יא, ס'איז אמת אז מיר שטרעבן אויפצושטעלן ערליכע אידישע דורות, אבער נישט דאס איז דער ציל און נישט צוליב דעם האט מען חתונה. נישט דער בחור האט דאס פאר די אויגן, נישט דאס מיידל, און אפילו נישט די עלטערן.

איך גיי נישט יעצט אריין צי דער שידוכים סיסטעם איז גוט אדער שלעכט, צי ס'איז איז אזוי גוט אז אלע גוים זענען אונז מקנא דערויף אדער ס'איז ממש נגד הטבע וויאזוי מען שטעלט ביי אונז אויף שטיבער. ס'איז נישט די נקודה. די נקודה איז נאר אז דער יסוד וואס בארעכטיגט דעם הינקעדיגן מהלך איז דורכאויס שקר און עקזיסטירט בלויז אין די ווינטשערייען ביים שידוך שליסן און שפעטער ביי די חתונה.

יעדער וויל א גוט לעבן. דער בחור האט חתונה ווייל ער איז שוין אויסגעוואקסן די ימי הבחרות און איז גרייט צו גיין ווייטער מיטן פראגראם. די עלטערן דארפן אויך טאן דאס זייעריגע. אלעס פיין און וואויל. די צוויי דארפן דאך בלייבן אינאיינעם לאורך ימים ושנים טובים. פארוואס ווערן אזויפיל קריטיש וויכטיגע פרטים אוועקגעמאכט און אויסגע'בטל'ט? די קינדער וועלן זיך פריער צי שפעטער אויסטשוכן און באמת דארפן פירן א לעבן אינאיינעם. פארוואס לייגן מיר נישט אריין אין דעם עתיד און גליק פון אונזערע קינדער כאטש אזויפיל קאפ און מח ווי מיר לייגן אריין זיכער צו מאכן אז דער שידוך זאל שטימען "פאר די גאס"?

מיר האבן גרייטע תירוצים אויף די אלע הימל שרייענדע קשיות. די תירוצים זענען גאר גוט, אבער ליידן פון איין חסרון: זיי זענען שקר. זיי האבן נאך א חסרון אז יעדער ווייסט אז זיי זענען שקר. אבער מיר זענען ממשיך צו לעבן אויפן סמך פון די שאבלאנע אויסגעדראשענע פזמונות פון "יענע וועלט", "פרוזדור", "המשכת הדורות", הגם דאס מציאות איז אזוי ווייט פון דעם ווי אונזער סדר החיים איז פון מציאות.

דאס איז דער חורבן. מיר פארקויפן זיך אליין ליגנט, וואס מיר ווייסן איז ליגנט, אבער פירן דאס גאנצע לעבן כאילו לא היה.

און ניין, איך האב נישט קיין לעזונג. כ'גלייב נישט אז ס'איז פאראן א לעזונג, אויסער א גאולת עולם פון דעם שרעקליכן גלות הדעת אין וואס מיר זינקען שוין די לעצטע זיבעציג יאר.

קלינג » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 6:05 pm

· #309150
.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 6:50 pm

· #309159
Re: שקר לכתחילה פירט צו לעבן בדיעבד
ארי עלה מבבל, ס'שיינט א נייע זון אויף די כדור העולם, ס'האט זיך גע'עפענט א נייע פראכטפולע געשעפט, יצא ממכבש הדפוס הספר המבוקש, די וואסער אין קעסל האט זיך שוין געקאכט, דער רבי זז''ג איז אריין צום טיש.
זאלען די גלאקען קלינגען און די פייפער'ס טרומפייטען -
'ברוך הבא'

ירא שמים » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 7:44 pm

· #309164
פארוואס ווייסן נישט אונזערע קינדער וואס דאס מיינט זיין א פשוט'ער נארמאלער מענטש? פארוואס קענען זיי נישט די יסודות שביסודות פון מידות, נארמאלקייט, מענטשליכקייט? פארוואס קענען זיי נישט זיך אליין? פארוואס לערנט מען זיי נישט צו פארשטיין די אייגענע געפילן? פארוואס לעבט יעדער צווייטער מענטש אין קלעם, מיט א פארשלאסן הארץ, און פירט זיך טעכניש און פארמאל אפילו ווען צווישן די אייגענע, צווישן ווייב און קינדער, צווישן עלטערן און געשוויסטער און גוטע פריינט?

סתם נייגעריג, אין די פובליק שולן לערנט מען אויס די אלע גוטע זאכן?

moshav zekeinim » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 7:48 pm

· #309165
טייערע הרב קלינג, דו פרעגסט "פארוואס"?

מיין תירוץ איז חד וחלק, פשוט ווייל די וואס אינפורסירן דעם שקר באצאלן נישט קיין פרייז דערפאר!

עס איז איינפאך נישטא קיין מורא של מלכות.

הער זיך איין: ווילאנג מען וועט נישט נעמען די זאך מיט "כח" וועט זיך גארנישט טוישן.

moshav zekeinim » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 8:00 pm

· #309167
ירא, הרב קלינג האט ריכטוג אנגערופן דעם פראבלעם, "שקר", און איך וועל עס אנרופן "סתירות".

עס איז קיין אמת אין ערגעץ נישטא, אבער כאטש דער שקר זאל זיין מיט אן אמת. זאל מען אפילו לעבן ווי לב טהור'ניקעס, אבער עס זאל נישט זיין קיין סתירה'דיגער דרך חיים. אונזער סיסטעם כיום איז אוועק געשטעלט מיט קאנפליקטן און דאס איז דער פראבלעם.

קאצקע ציקער » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 8:08 pm

· #309168
דער "קלינגט" מיט אזא מין רעש

mevakesh » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 8:57 pm

· #309175
Re: שקר לכתחילה פירט צו לעבן בדיעבד
moshav zekeinim
טייערע הרב קלינג, דו פרעגסט "פארוואס"?

מיין תירוץ איז חד וחלק, פשוט ווייל די וואס אינפורסירן דעם שקר באצאלן נישט קיין פרייז דערפאר!

עס איז איינפאך נישטא קיין מורא של מלכות.

הער זיך איין: ווילאנג מען וועט נישט נעמען די זאך מיט "כח" וועט זיך גארנישט טוישן.

מורא של מלכות איז שייך ביי איין זאך די סעקולער עדיוקעשאן משא''כ די שקרים אונזערע איז א לאנגע ליסטע וואס איז נישט דא קיין געהעריגע עצה ווילאנג דער וואס ציהט אויף רעכט דארף ווייניגער קוראזש פון דער וואס ציהט אויף לינק

mevakesh » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 9:04 pm

· #309177
דער @קלינג האט אפגעקלינגען און אונז פארלאזט מיט אויסגעשטרעקטע צינגען...

רויטע וואנצעס » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 9:27 pm

· #309181
חם ליבי בקרבי בהגיגי דברי אש.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 10:20 pm

· #309183
Re: שקר לכתחילה פירט צו לעבן בדיעבד
זוכט אויפ'ן גוגל הדור פאר די ווערטער cognitive dissonance

ירא שמים » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 10:28 pm

· #309184
Re: שקר לכתחילה פירט צו לעבן בדיעבד
דאס מחנך זיין מיט א אידעאל אז די עיקר איז נישט די וועלט וכו׳ איז לדעתי א חינוך אפי׳ מלעבט נישט מיט דעם באמת לאמיתו, סגעבט אריין אין קאפ צו וואס מדארף שטרעבן, פונקט אזוי ווי מלערנט אויס מדות טובות, נישט צו זיין א בעל גאוה א כעסן וכו׳ אפי׳ רוב מענטשן זענען יא בעלי גאוה און בעלי כעס, און א געוויסע אמת איז יא דא ביי יעדן לפום דרגא דילי׳, אבער כזעע נישט פארוואס דאס זאל זיין א סתירה מיט אנגרייטן קינדער צום לעבן אויף די וועלט, און זיי לערנען וואס זיי דארפן וויסן אויף פרנסה וכדו׳.

פרייוויליג » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 10:52 pm

· #309187
שפתיים ינשק!

קפה נמס » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 2:42 am

· #309203
Re: שקר לכתחילה פירט צו לעבן בדיעבד
א שארפע גריצעלנדע קלינג האט אפגעהילכט אין שטיבל, ווערנדיג נאכגעפאלגט פון א ווייטאגליכע ווידער-קול...
אבער מיין טייערער, ס'איז יא פאראן א לעזונג. ניין.. נישט קיין תיקון עולם. נישט קיין ענדגילטיגער לעזונג פאר'ן כלל, און נישט קיין היילונג פאר'ן שקר. אבער א רעטונג פאר'ן פרט, אן הצלה פורתא פאר'ן יחיד.

פארוואס זאלן דיינע קינדער נישט הערן פון דיר די פשוט'סטע יסודות פון מענטש און וועלט. פארוואס געטרויעסטו זיך נישט אליין מיט חינוך הבנים.. זאלן זיי זען ביי זייער טאטן וואס מיינט א פשוט'ער נארמאלער מענטש. זאלן זיי פון דיר לערנען די יסודות שביסודות פון מדות, נארמאלקייט, מענטשליכקייט.
מאך זיכער אז זיי נעמען ערנסט די לימודים פון ענגליש און רעכענען, און געב זיי א מוסטער פון לעבן מיט א חשבון. פול זיי אן מיט אלגעמיינע ידיעות און וויסנשאפט. לאז זיי צוזעהן ביי דיר די חשיבות פון יושר און געזעץ.

גיב זיי א טעם אין אויטענטישע אידישקייט. לערן מיט זיי יסודות הדת ואמונה, ווער איבערגענומען ווען דו רעדסט פון די איינציגקייט פון אונזער ליבער גאט, פון בריאת העולם און יציאת מצרים, און שטאלציר מיט די גלאררייכע היסטאריע און נצחיות פון אונזער פאלק ישראל. פארוואס זאלסטו אוועקגעבן דיין חוב און זכות פון חינוך הבנים צו איסטיטוציעס (מוסדות) וואס זענען דא אין בעסטן פאל צו דינען די אינטערעסן פונעם מייסד ?

און וועגן שידוכים? קוקסט מיר אויס צו זיין א בעל שכל וואס פארשטייט די נפש פון זיין קינד. פרוביר דאס בעסטע צו טרעפן א בן/בת זוג וואס וועט אים/איר מאכן גליקליך אין לעבן.

אונז גיי מיר נישט פאררעכטן די כלל, אבער יעדער יחיד פאר זיך האט די ברירה צו לעבן אין ביטערקייט און זיך מתמרמר זיין אויפ'ן "סיסטעם", אדער צו טון וואס מ'דארף מיט א רואיגקייט און צופרידנהייט....

moshav zekeinim » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 9:26 am

· #309211
קפה, איך ווייס נישט צו דו ווייסט, אבער א סך טאטעס פראבירן דאס ולא עלתה בידם. נישט יעדער האט צייט און כח זיך צו פארמעסטן קעגן דעם שטראם (ס'איז טאקע דא וואס יא, אבער זייער א סך נישט). א סך מאל דארף מען זיך קריגן מיט די ווייב דערפאר, און כמה טאטעס וואס האבן פראבירט צו טון דאס וואס דו האסט געזאגט האבן מיס אפגעשניטן, די משפחה ארום האט גענומען העצן דעם ווייבל און עס האט זיך נישט גוט געענדיגט.

איך זאז נישט אז מען קען בשום אופן נישט, אבער עס איז בערך אזוי ווי אונטער א קאמאניסיטישער רעדזשים וואו מען קען אויך אבער מען דארף זיין זייער פארזיטיג, וכולא האי ואולי.

אראפ מיטן פארדארבענער רעדזשים, אראפ. גענוג געוויינט גענוג געקרעכצט. שוין צייט צו טון למעשה אבער מיט מסירת נפש, לאמיר פארשפרייטן פליק צעטלעך לאמיר נישט מורא האבן צו מסר'ן און אפילו טיילן קלעפ און אנדערע טעראר שטיקעס טאמער עס פעלט אויס אויף די פינסטערע אונטערדרוקער, דער עיקר להעביר גילולים מן הארץ.

לית דין בר נש » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 11:12 am

· #309221
זייער זייער שטארק אבער מיט דער נקודה דינג איך זיך
קלינג
וואס דרייסטו א קאפ מיט "דער עיקר איז דאך צו האבן א דאך איבערן קאפ און קענען מגדל זיין די קינדער על דרך הסלילה"? קיינער – קיינער! אין גם אחד – לעבט נישט אזוי. נישטא קיין איין איינציגער חרדי'שער איד וואס איז אויף דעם ארויף מסכים אפילו צו וואוינען אינדרויסן פון געגנט, אין א דירה וואס דער "לעיאוט" איז אנדערש ווי אנגענומען, אדער אפילו נאר דאס אז די ווענט זענען געפארבט מיט א גרינעם קאליר.

איך וואלט נישט געזאגט אין גם אחד
איך וואלט געזאגט אז עס איז נישט דא אפי' איין פראצענט פון כלל ישראל און אפי' נישט א האלבע פראצענט און אפי' נישט א הונדערטסטיל פראצענט, אבער אין גם אחד בין איך נישט מסכים.

געוואלדיג » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 2:02 pm

· #309245
@קלינג האט זייער גוט מעורר געווען און די פראבלען איז אז אונז זאגן ניטאמאל אז אונז זענען נישט אויף די מדרגה אבער אונז שטרעבן אהין, זאגן זאגט מען אזוי און טוהן טוהט מען פונקט פארקערט, @קפה נמס האט אבער זייער גוט געגעבן א שטיקל לעזונג, יעדער טאטע קען אין שטוב מחנך זיין ריכטיג, אונז קוקן אן די מלמדים ווי אונזערע שלוחים וואס דארפן צו טוהן אונזער ארבעט, עס איז א טעות! די מחנכים זענען אויפן בעסטן פאל שלוחי דרחמנא, אונז דארפן נאך אלס טוהן אונזער ארבעט און די זאכן דארפן נישט ערוועקן קין התנגדות פון די ווייב אדער משפחה, אז מען רעדט צו די קינדער וועגן אמונה, מענטשליכקייט, געזעץ, ווער האט א פראבלעם?

בנימין » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 2:09 pm

· #309251
קלינג לייגט גוט אראפ דעם פראבלעם, אבער בלייבט אן קיין לעזונג. קפה נמס און געוואלדיג טענה'ן אז די עלטערן דארפן דאס אליינס לערנען מיט די קינדער. און איך זאג אז עס איז שווער צו לערנען אן אלטן בער צו טאנצן.
ווען דער טאטע וויל שוין יא לערנען זיין זון די ריכטיגע וועג, דארף ער קודם אליין זיין באהאוונט דערין. און אזוי ווי מען האט אים דאס נישט געלערנט אין זיין יוגנט, דארף עס יעצט אנהויבן לערנען, און יעצט האט ער שוין נישט די געדולד, כח, און צייט דערצו.
ער האט נישט קיין ביישפיל וועמען נאכצומאכן. ער וויל נישט מחנך זיין זיינע קינדער אזוי ווי מען האט אים מחנך געווען, ער ווייסט אבער אויך נישט ווי אזוי יא מחנך צו זיין.
אנשטאט אבער צו הויבן הענט און גארנישט טון דערוועגן, דארפן די עלטערן כאטש לערנען מיט די קינדער דאס ביסל וואס זיי ווייסן יא בעסער, אז דער קינד זאל כאטש וויסן און האבן די מעגליכקייט עס צו נעמען נאך א טריט ווייטער.

moshav zekeinim » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 3:53 pm

· #309275
א באנדע פחדנים און פוילע שטריקעס וואס מיר זענען. אנשטאט ארויס צו גיין אחת ולתמיד מיט א מעכטיגע רעוואלוציע, זיכט מען מהלכים וויאזוי ווייטער אפצופוילעצן אונזערע דורות אינעם באבל.

איך מיין פאר דער געלט קענט איר שוין גיין צום כותל, אדער הערן שלמה קארלבאך און זיך פילן גוט אז איר זענט א פרייער מענטש.

קפה נמס » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 4:11 pm

· #309282
moshav zekeinim
א באנדע פחדנים און פוילע שטריקעס וואס מיר זענען. אנשטאט ארויס צו גיין אחת ולתמיד מיט א מעכטיגע רעוואלוציע, זיכט מען מהלכים וויאזוי ווייטער אפצופוילעצן אונזערע דורות אינעם באבל.

איך מיין פאר דער געלט קענט איר שוין גיין צום כותל, אדער הערן שלמה קארלבאך און זיך פילן גוט אז איר זענט א פרייער מענטש.

מושב'ל,
מ'האט שוין אויבן @געוואלדיג געענטפערט. ס'איז דא וואס פארשווענדן זייער לעבן צו אינפארסירן א "סיסטעם" וואס האט א קנאפע שייכות מיט יהדות, און ס'איז דא וואס פארשווענדן זייער צייט, כח, און לעבנס-לוסט צו פייטן די סיסטעם. ביידע קאטעגאריעס זענען אייניגע רחמנות'ן.

קלינג » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 4:49 pm

· #309292
wow!

אויף אזא ווארעמע ברוך הבא האב איך זיך נישט גערישט! און אויך נישט אז מיין תגובה וועט ארויסרופן אזא אינטערעס און אזויפיל רעאקציעס.
כ'קען זאגן אז איך בין קלוגער געווארן פון די די תגובות אין דעם אשכול.

@קפה נמס ביזט גערעכט, אבער ס'איז נישט אזוי פשוט און ווי @בנימין און @געוואלדיג האבן עס ארויסגעברענגט. בכל אופן איז זיכער אז מען דארף פרובירן דאס בעסטע און טאן וואס מען קען יא טאן, לערנען מיט די קינדער וואס מען קען און ווייסט יא, און אליין ווייזן א מוסטער אויף ווי ווייט ס'איז מעגליך אז ווען די קינדער וועלן אונטערוואקסן וועלן זיי פארשטיין וואס זייערע עלטערן וואלטן באמת געוואלט זיי זאלן טאן.

איך רעד צו די זאך?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 5:11 pm

· #309294
דאס וואס @moshav zekeinim שרייבט איז נאר ריכטיג אין געוויסע אומשטענדען. יא, מ'קען נישט אנפייפען די סביבה און די עלטער'ן, משפחה און באקאנטע אין פנים און נישט ווערען געשעדיגט. אבער די יסודות פון וואס ס'פעלט אויס צו לעבען אן אמת'ער לעבען קען מען יא איינקריצען אין די קינדער.

אונז האלטען מיר אין א מצב אז וויבאלד מ'האלט אין איין לעבען א לעבען פון שקר, דעריבער ווייסט מען שוין נישט וואס איז די אמת. ווען א מענטש רעדט אז ער זוכט א שידוך 'אויפצושטעלען דורות', ווייסט ער נאך נישט וואס ס'גלוסט זיך איהם, ער ווייסט נישט וואס ער דארף אין א ווייב, ווייל ער רעדט אלס פון נערישקייטען ווי 'אויפשטעלען דורות'. דער זעלבע איז אין א סאך פונקטען אין לעבן.

ווען מ'האלט אין איין זיך באציען צו די קינד אין אן אופן אז ער זאל וויסען וואס טוט זיך, וואס ער וויל און וואס ער זוכט, האסטו אונטערגעשטעלט די פרבלעם פון פאר ס'הייבט זיך אן. ווען ער וויל נישט עסן עפעס א מאכל, צווינג איהם נישט, פרעג איהם פארוואס און לערן איהם אויס צו וויסען וואס ער וויל, און פארוואס. אזוי וועט ער זיך אנטוויקלען אלס א מענטש (דרך אגב, אסאך מאל ווען א קינד ווייסט נישט וואס ער\זי וויל, איז לייכט איהם צו פארדרייען א קאפ, און ער קען זיין א קרבן פאר מאלעסטער'ס, ווייל זיי ווערען איינגערעדט אז זיי האבען א חבר און די אומאיינגענעמ'ער געפיהלען ווערן באגראבען, ווייל זיי זענען נישט אנערקענט ביים וויקטים).

נאך א לעזונג וואס שטערט נישט די ארום און ארום. ס'איז כמעט אוממעגליך צו בלייבען אינ'ם געזעלשאפט און אויסלערנען דער קינד געהעריג לימודי חול, רעדען ענגליש, בילדונג ועוד. אבער איין זאך קען מען יא טוהן, וכבר כתבתי בזה במקו"א. מ'קען ערוועקען די נייגער פון א קינד אויף יעדער זאך, מ'קען איהם אויסלערנען נישט צו זיין א בהמה מיט קעלבענע אויגען וואס זעט נישט וואס איז ארום איהם. ווען איינער פיהרט זיך אויף אז אויף יעדער זאך וואס מ'זעהט קלערט ער און פרעגט ער וואס און פארוואס, און ער זוכט וואס ליגט אונטער יעדער געשע'עניש, אזוי וועט די קינד ממילא זיין נייגעריק ארויסצוקוקען פון זיין ד' אמות און אזוי וועט ער נישט בלייבען מיט דער קטנות'דיגע בליק פון אן איינגעצוימטע כ'ניאק.

און אזוי אויך מיט וויסענשאפטען פון אבסטראקט. ווען מ'רעדט אויף אן אופן וואס שעצט יעדער מיינונג, יעדער דבר חכמה, אפגעוועזען צו מ'האלט אזוי פערזענליך צו נישט, שטויסט מען זיך נישט אן אין אנדערע, אבער מ'ברענגט אריין א גייסט פון מחשבה, שכל און טאלעראנץ. ווען אזא אינגעל צו מיידעל דארף לערנען ענגליש אדער רעכענען אדער ער דארף זוכען ארבעט אינדערויסען פון די שמאלער געזעלשאפט, האט ער\זי די כלים אריינצונעמען עפעס אינדערויסען פון זיך. מ'שרעקט זיך נישט פון נייע זאכען און מ'קען זיך ספראווען מיט פרישע ערפינדונגען.

טאמער די זאכען קומען צוזאמען מיט אידישע קענשאפטען און השקפה, מיט גרונטליך קענען די יסודי הדת, און א פרייליכער אידישער אויפיהרונג, נישט נאר אז ס'וועט נישט קיילע מאכען דער אידישקייט, נאר צוגעבען און אויפבויען. די מהלך המחשבה וועט איהם טיפער מסביר זיין תורה, בעסער מקיים זיין מצוות ווען ער פארשטייט אן עומק אין יעדער זאך, און לייכטער קענען בוחר זיין בטוב אפילו ווען אלע ארום איהם זענען בוחר ברע. אזא איינער ווייסט אז ער איז אויך א מענטש און זיין מיינונג און נאר זיין מיינונג איז איהם מחייב, נישט דער אונטעשטער שורה פון די מענטשהייט וואס פיהרט די אומגעוואשענע מאסען.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 5:14 pm

· #309297
און נאך א זאך פאר ר' מושב, די רעוואלוציע וואס דו רעדסט וועט גארנישט לעזען. א רעוואלוציע אן א קלארער סיסטעם און ציל, וועט עפ"י רוב זיין ערגער ווי וואס איז געווען פאר דעם, עיין ערך קאמיוניזם ועוד. טאמער מ'נוצט די שכל אויפצובויען, דארף מען נישט קיין מעכטיגע רעוואלוציע, מ'קען שטילעהייט טוהן וואס מ'דארף, און דער וואס וויל געניסען דערפון וועט מצליח זיין. דאס איז א חלק פון די אויפטו פון פלעצער ווי ק"ש, אז מ'קען אויסלופטער'ן די פרטים פון די רעוואלוציע און אזוי ארום נישט זיך אנשטויסען מיט די זעלבע צו ערגער פראבלעמען ווי ס'איז געווען אין די אלטע.

moshav zekeinim » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 5:17 pm

· #309298
@קלינג, דו זאגסט דאס וואס געוואלדיג זאגט, נאר ביסט מוסיף אז די קינדער וועלן כאפן דעם רמז שפעטער. דאס איז ווי מען זאגט "אדער אדער נישט".

מיין צוגאנג איז דוקא פייטן מיט די סיסטעם, און אזוי ווי קפה רופט עס אן "פארשווענדן" צייט, אבער מיין עצה איז טאקע צו פארשווענדן צייט דערפאר און נישט סתם דא און דארט שרייבן און קלאגן אויפן אינטערנעט, מען דארף טון צו דער זאך מיטן גאנצן קראפט און אפילו אגרעסיע.

לכאורה איז אלו ואלו דברי... געוואנדן לויט יעדן'ס נאטור און מצב.

עס זענען פארהאן אזעלעכע וועלעכע זענען בטבע משלים מיט א אורח חיים השולטת אפילו עס איז פראבלעמאטיש.

און פארהאן אזעלעכע וואס וועלן בשום אופן נישט משלים זיין דערמיט און וועלן עס פייטן, טייל אויף סטארטעגישע אופנים און טייל סתם און די וועלט אריין. טייל וועלן נישט צופיל איינשטעלן און אנדערע וועלן גיין ביז מסירת נפש, בכל נפשך ובכל מאודך, און פון די סארט מענטשן האט זיך די וועלט געטוישט, פון די מענטשן וואס האבן נישט געזיכט קיין עצות וויאזוי צו משלים זיין מיטן סיסטעם. יא, עס קאסט א פרייז, טייל מאל א גאר טייערער פרייז, אבער דאס איז וואס מען דארף טון ווען מען וויל א טויש, און די מענטשן וועלן פארשריבן ווערן מיט גאלדענע אותיות אין די היסטאריע. אלעס וואס מען דארף איז, גלויבן אין א רעוועלוציע, און ממאס זיין מיטן גאנצן הארצן די היינטיגע דרך החיים פונעם היימישן סיסטעם, שקץ תשקצנו.

קפה נמס » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 5:23 pm

· #309301
Re: שקר לכתחילה פירט צו לעבן בדיעבד
@ליטוואק
צו טון די אויבנדערמאנטע עצות, דארף מען נישט פייפן אויף די סביבה און די עלטערן. און די וואס טוען עס אויף א אופן וואס ברענגט קאנפראנטאציע מיט די ארומיגע, איז געווענליך די מערכה די ציל, נישט די מיטל...

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 5:24 pm

· #309302
א רעוואלוציע קען זיין פאזיטיוו און ס'קען זיין נעגאטיוו. דער קאמיוניסטישע רעוואלוציע האט בכל לב ולב ממאס געווען אינ'ם צאר, און ס'איז ארויס די קאמיוניסטען מיט זייער'ס. די אמעריקאנער האבען געטראכט און געקלערט וויאזוי צו פארמיידען און נישט אנצוקומען צו די זעלבע שטאפל ווי די ענגלאנדער רעגירונג, און זייער רעוואלוציע איז געלונגען.
דאס פייטען מיט די סיסטעם איז נישט די איינציגסטע אויסדרוק פון מיאוס דערפון.
און דער וואס טוט שטילעהייט איז נישט 'משלים מיט די סיסטעם', פונקט ווי דער וואס גייט אין כנסת איז נישט קיין 'מודה בעבו"ז הציונית'. אזוי שלאגט ער זיך און אזוי האלט ער זיי צוריק פון איהם קיילע מאכען. דורכ'ן נישט זיך אראפ לאזען צו זייערע נידריגקייט און דורך פארשטייען וויאזוי זיי זענען ביז דארט געפאלען און זיך ראטעווען דערפון.

@קפה נמס האקט, נאר דוכט זיך ער זאגט ווי מיר. איך רעד פון זיך אויסדרייען אן צו פייטען.

moshav zekeinim » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 5:27 pm

· #309303
ליטוואק, די שאלה איז וואס מיינט אויפטון? עס זענען פארהאן אזעלעכע וואס כל מגמתם איז איין זאך און דאס איז בטל מאכן דעם אייזענעם פויסט פונעם סיסטעם, אראפ רייסן די אייזענע פארהאנג. איי עס עס קען ווערן כאאס? על מנת כן! דער שטייפער היימישע רעדזשים מוז צוברעקלט ווערן, און אז דאס וועט געלונגען וועט עס הייסן אויפגעטון.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 5:31 pm

· #309304
And this is where I get off
ווען די גאנצע ציל איז צוברעכען יענעמ'ס פויסט, איז דאס סתירה נישט בנין, און דאס איז ווי איינער קוקט נאר אויפ'ן משל און נישט אויף די נמשל, ער אנטלויפט פון סקווער קיין גר, ברח מהדוב ופגע את הארי, פון ווערען דערדרוקט ביז צו דערדרוקען אנדערע.

moshav zekeinim » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 5:56 pm

· #309307
אט טאקע דאס מיינט רעוועלוציע, ווען מענטשן ווערן מיד פון א געוויסער סיסטעם וויל מען מער פון גארנישט וויסן אויסער יענעם'ס פויסט צוצוברעכן, דאס איז א ציל פאר זיך, און הכל רוח וויפיל מער מען וועט פארדינען דערפון, דער גרעסטער פארדינסט איז סייווי אז דער פעלזנפעסטער אומבויגזאמער רעדזשים איז געפאלן.
און אין די כמות פון די איבריגע פראקטישע פארדינסטן קען מען נישט זאגן קיין כלל, עס ווענד זיך פון וואס א רעוועלוציאנערן מען רעדט, צו זיי זענען מיושבים און עס ווענד זיך מיט וועמען מען שלאגט זיך.

דו האסט געברענגט א משל פון ענגלאנד מיט רוסלאנד. טאקי הוא הנותנת. די ענגלענדער, ווי כיטערע און דיקטאטוריש זיי זאלן נישט זיין, האבן זיי אין זיך געהאט איינגעזאפט מענטשליכע ווירדן כאטש אויסערליך, לפחות צו זייערס גלייכן, דערפאר זענען די רעוועלוציאנערן (וועלעכע זענען לרוב געווען ענגלישע) געווען סוקסעספול, ווייל זיי האבן געצילט צו א שיינע לעבן. און די ענגלישע רעגירונג, טראץ זייער שטייפער האנט האבן ביי א געוויסער פונקט אויפגעגעבן. (הגם אז די אמעריקאנער ברודער קריג ווייזט אז לאו דוקא, קשיה).

ווידער די רוסן, וועלעכע זענען אפעציעל געווען האלבע בארבארן און שווינדלער, האבן ביידע זייטן, די רעגירונג און די רעוועלוציאנערן, ארויס געוויזן זייער גייסט.

דאס זעלבע איז מיט די אראבישע מדינות, די רעגירונג וועט שחט'ן וויפיל עס לאזט זיך, און די רעוואלוציאנערן וועלן איינפירן א כאאס און מאפיאנעריש לעבן.

moshav zekeinim » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 6:17 pm

· #309310
לאור דאס וואס איך האב געשריבן קומט אויס אן אינטרעסאנטאר מציאות, נעמליך, אז דוקא דער ענגלישע מענטשליכקייט האט ערלויבט א סוקסעספולער רעוואלאציע, הייסט עס אז וואשינגטאן וגדידיו, האבן סוף סוף צו פארגאנקען ענגלאנד פארן סוקסעס, אפילו פארן געלעגנהייט אז זיי האבן זיך ערלויבט פיינט צו האבן ענגלאנד (אין רוסלאנד האט מען נישט געקענט פיינט האבן). דער כלל איז טאקע שפעטער באקאנט געווארן אין אמעריקא, אז, טאמער הערט מען שטארקע קריטיק אויף די רעגירונג איז משמע אז עס איז דא שטארקע פרידאם.

אונז אידן זענען סוף סוף גאנץ א פיין פאלק, נאר דער יצר הרע פארדרייט א סך מאל דעם קאפ און מנהיגים מיטן סיסטעם ווערן פארדארבן, דארף מען דעריבער געבן אפאר שנעלקעס אין די נאז, לא נבראו רעמים אלא לישר עקמימיות שבלב, און האפנטליך וועט זיך עס פיין אויסארבעטן, און מיר וועלן ארויס גיין מעבדות לחירות, מטיפשות לחכמה, ומלחץ לחופש, השתא בעגלא ובזמן קריב ונאמר אמן

אבער אידעלעך, צו די ארבעט

ירא שמים » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 7:28 pm

· #309313
Re: שקר לכתחילה פירט צו לעבן בדיעבד
נו, איך האב שוין צועגערייט מיינע שטעקענעס,(פאר א גאן האב איך נאכנישט קיין לייסענס…)
מושב דו בוסט מיט מיר, איא? ווער נאך? מי לה׳ אלי?
ביי וועלכע ישיבה הייבן מיר אהן?

moshav zekeinim » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 8:21 pm

· #309315
דער אמת איז אז איינע פון די גרעסטע כוחות איז דער פעדער. און אינטערגעציפטע רעוואלאציע קען אמאל זיין מער עפעקטיוו (כל זמן מען וויל עס באמת אונטערברענגען). עס פעלט באמת גוטע שרייבער אויף צו מאכן א ריכטיגער איבערקערעניש. פון א כאריזמאטישער פיגור וואס קען בויען און צוזאמענהאלטן איז אפגערעדט. קטליא קניא דער אויסגערופנסטער שרייבער פונעם כלומר'שטן ניא אידישיזם, זיצט ערגעץ אין א בונקער אין ניו סקווער-מאנסי אדער ניו יארק סיטי, און נאך אלע באמבאסטישע שפיציגע צינישע קולטור געבראקטע רעיונות, גייט ער אין מקוה, שערט זיך אויף זערא, קרעכטץ וועגן שידוכים, און דער פרייער פויגל וואס האט אויסגעשפרייט זיינע פליגל שישים אמה פליענדיג אין די הימלען פון פרייהייט מיט צינישע פאכערייען איבער די טינקעלע געטאוס, איז צוריק אריין געפאלן אינעם לאך, א צעקלאפטער הושענה, דער פינסטערער לאך פון וואו ער האט אלעמאל געוואלט אנטלויפן רייצט זיך מיט אים, און איז זיך מתעלל מיט אים מיט געלעכטער זאגנדיג "אה? ביסט געפלויגן אין די הימלען, געלאכט פון מיר, האסט געמיינט אז דו וועסט אין די נאקעטע הימלען טרעפן דיין מקום, אט ביסטו צוריק דא, די גאנצע געלעכטער איז געגאנגען לטמיון!".

הכלל, האבן מיר שוין יא א שרייבער געהאט, קוקט ווי עס האלט מיט אים ליידער.

מיר דארפן העראאישע שרייבער, טאקע אזעלעכע קטלא קניא'ס וואס שרייבן אן מורא, און דוקא אויף מאמע לשון. עס דארף נישט זיין קיין אפיקורסות, אבער ליבעלאריזם פונעם חרידישן ענגן דיקטאט. סיפורי מעשיות פון בעלי מסירת נפש וואס האבן מקיים געווען דעם לך לך מארצך כדי צו לעבן א נארמאל לעבן וכד' וואלט געווען א שטארקער זאך.

פליקער » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 9:02 pm

· #309321
Re: שקר לכתחילה פירט צו לעבן בדיעבד
@קלינג: ס'איז קלינגעדיגע פרישע ווארע וואס פליקט שטיקער

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 10:52 am

· #414176
ירא שמים
דאס מחנך זיין מיט א אידעאל אז די עיקר איז נישט די וועלט וכו׳ איז לדעתי א חינוך אפי׳ מלעבט נישט מיט דעם באמת לאמיתו, סגעבט אריין אין קאפ צו וואס מדארף שטרעבן.

הלואי וואלטן מענטשן טאקע געדענקט צו וואס מ'דארף טאקע שטרעבן, וואלטן זיי זיך כאטשיג נישט קעגנגעשטעלט ווען איינער נעמט עס יא ערנסט. די פאקט איז אבער אז גאנץ אידישקייט איז נאר אינטערעסאנט ווילאנג ס'איז נישט נוגע למעשה, איינמאל מ'האלט ביים טראכטן אויף למעשה זענען די אלע הייליגע ווירדן פונקט אזוי נוגע ווי יאשקע.

אישתישבי » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 2:03 pm

· #414204
וואס?