דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #9813
9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9813
די סוקסעפולסטע? דהיינו? וואס איז זיין סוקסעס איבער אנדערע אין דעם הינזיכט?
אן אינטערסאנטע שריפט האט ער
הערליך שש, זיייר באטעמט צו ליינען ווי אזוי די צונעמסט א נושא.
גם אני מצטרף. שש דו האסט א זעלטענעם פעדער. אויסער טינט, רינט אויך ארויס זאפט.. עס לייענט זיך זייער געשמאק.
לגבי די עצם באשרייבונג, נתת שמחה בלבי. ווען אימער איך לייען ביאגראפיעס פון אזעלכע דאון-טו-ערטה משפיעים, וואקסט מיין הארץ פון פרייד. דאס איז א שטראל פון האפענונג צווישן אזויפיל נעגאטיווע אשכולות מלא טענות אויף די מנהיגי הדור. כיתרון האור מן החושך. זאלן מיר טאקע זוכה זיין אז ירבו כמותו בישראל. נישט נאר אין בארא פארק נאר טאקע אויך אין מאה שערים דאמעריקע, בתוככי וויליאמסבורג. מיר זאלן אלע קענען נהנה זיין דערפון און שפירן א טעם אין אידישקייט, אין א דאווענען, שיינע שיעורים.

אהרןהערליך שש, זייער בא'טעמ'ט צו ליינען וויאזוי דו צונעמסט א נושא.
איך קען איהם נישט, ר' שש, ולך איפא מה אעשה?
נאך וואס ר׳ שש האט אים אזוי לעבעדיג פארגעשטעלט קענסטו אים נאכנישט?!
אנאנים: אויף דיין קפיטל ב' פון מגילת בנימין ידיד ה' האביך א קליינע הערה'לע. די גאנצע באשרייבונג איבער ר' בנימין אייזנבערגער שליט"א איז וואונדערליך אראפגעשריבן און ס'ווארעמט דאס הארץ אז ס'דרייען זיך אזעלכע גדולי ישראל צווישן אונז. איך קען זיין טאטע, און איך האב אמאל געטון ביזנעס מיט איהם. נאר איבער די לעצטע פאר שורות פון דעם פאראגראף האביך א זייטיגע באמערקונג. אז דער יונגערמאן וועלכער איז געווארן א בעל תשובה אדאנק די השתדלות פון הרב ר' בנימין שליט"א איז היינט א באלאנסירטער מענטש. ווייל איך האב דעם היינטיקן שבת אין ביהמ"ד איינגעזעהן אז א געבוירענער אדער געווארענער פרומאק איז נאך אלס מער באלאנסירט ווי אן אפיציעלער בעל תשובה. ווייל דער רב הצעיר אין מיין ביהמ"ד איז א ..."פרומער"...און ס'דאוונט אויך דארט אן אפיציעלער .."בעל תשובה"... דער רה"צ לאזט נישט רעדן ביים דאווענען. ער איז א הויכער איד (בגשמיות וברוחניות) און ער זעהט איבער'ן גאנצן ביהמ"ד ווער ס'שמועסט. נעכטן האביך א ביסל גערעדט א פאר ווערטער מיט אן עלטערן איד, איהם א ביסל מחזק צו זיין. און דער רה"צ שליט"א איז דארט אדורכגעגאנגען. ער האט נישט געזאגט קיין ווארט. ווייל ער האט פארשטאנען די מטרה פונ'ם שמועס. משא"כ דער חשוב'ער חוז"ב, אויב איינער זאגט נאר ארויס א ווארט אין זיינע ד' אמות, נעמט ער זיך קלאפן מיט די הענט אויפ'ן טיש. און מיט די פיס אויף די פאדלאגע. (פלאהר, בלע"ז(...!