☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » שבת אינדערפרי פריע מנינים בארא פארק

שבת אינדערפרי פריע מנינים בארא פארק

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9807

רושם » פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 10:46 am

· #308697
שבת אינדערפרי פריע מנינים בארא פארק
דיע קורצע שבת טעג איז א טאטאלע דיזעסטער פאר מיר,איך געב מיך נישט קיין עצה מיט די סדר היום.
לאור זאת וויל איך פרובירען דאווענען זיבען דרייסיג אכט אזייגער,אזוי האב איך נאך עפעס צייט צו אטעמען אוכט.
אויב איינער וויל זיין לאחיעזר,ביטע ציוויסען טוהן ווי מקען טרעפן א פריע מנין שבת אינדערפרי און בארא פארק.
יא איך ווייס פון שומר שבת בעיסמענט 8 אזייגער מנין,ווי סדאווענען א צאהל קערעקטערס פון שטאט,איך זיך עפעס בעסערע אפציעס.

ירא שמים » פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 11:07 am

· #308704
Re: שבת אינדערפרי פריע מנינים בארא פארק
סטאלין

רושם » פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 11:15 am

· #308705
צייט ?

הירשל ציג » פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 11:22 am

· #308707
כמדומני אז זיי דאווענען אן ערך 8 אזייגער (לעולם)

ליפא » פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 11:24 am

· #308708
אין אלע ברסלב שולן דאווענט מען פרי

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 11:45 am

· #308712
סתם נייגעריג, פארוואס גיבסטו זיך נישט קיין עצה מיטן סדר היום? וואס נאך טוט מען פון צופרי, אויסער דאווענען, סעודה, און א דרימל?
אויב עפעס, קען מען זומער צעפלאצט ווערן פון אזויפיל צייט אין די לאאאאנגע נאכמיטאג'ס. אויב לערנט מען נישט, איז די צייט זייער לאנגווייליג.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 11:54 am

· #308714
לעיקוואוד מנין האט א פריער מנין. אין ישיבת שערי ישר פלעגט זיין א נוסח אשכנז מנין אום שבת, איך ווייס נישט צו ס'גייט נאך אן. אין קהלת 'וצבי הערש' לעבען אמונת ישראל דאווענט מען יעדען טאג כוותיקין. די אלע דאווענען נוסח אשכנז, און די לעצטע איז גאר כמנהג הגר''א.

mevakesh » פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 12:25 pm

· #308719
Re: שבת אינדערפרי פריע מנינים בארא פארק
אינטערעסאנט איך זיך א מנין 11 אזייגער 9 איז צו פרי ..

גר ותושב » פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 12:26 pm

· #308720
Re: שבת אינדערפרי פריע מנינים בארא פארק
mevakesh
אינטערעסאנט איך זיך א מנין 11 אזייגער 9 איז צו פרי ..

א צוועלעווער איז נישט גענוג? וויפיל איז די שיעור צו שלאפן?

mevakesh » פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 12:29 pm

· #308722
Re: שבת אינדערפרי פריע מנינים בארא פארק
קיינמאל נישט גענוג שינה בשבת תענוג

ירא שמים » פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 12:38 pm

· #308725
Re: שבת אינדערפרי פריע מנינים בארא פארק
ער וויל לערנען, קענישט זיין?

גר ותושב » פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:01 pm

· #308729
Re: שבת אינדערפרי פריע מנינים בארא פארק
ירא שמים
ער וויל לערנען, קענישט זיין?

קען ער דאווענען פרי און לערנען נאכמיטאג חוץ טאמער ער וויל דוקא לערנען פארן דאווענען קען ער אויך אויפשטיין פרי דאווענען און זיך צולייגן נאכמיטאג

רושם » פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:01 pm

· #308730
שמעקעדיג
סתם נייגעריג, פארוואס גיבסטו זיך נישט קיין עצה מיטן סדר היום? וואס נאך טוט מען פון צופרי, אויסער דאווענען, סעודה, און א דרימל?
אויב עפעס, קען מען זומער צעפלאצט ווערן פון אזויפיל צייט אין די לאאאאנגע נאכמיטאג'ס. אויב לערנט מען נישט, איז די צייט זייער לאנגווייליג.

איך דארף אייגענע צייט א יעדן טאג און בפרט שבת
דאווענען,דרימעל,סעודה, איז נישט קיין אייגענע צייט.
וואס איך טוה ווען איך האב אייגענע צייט ?
אמאל לערנען,אמאל ליין איך א בוך,אמאל טראכט איך עפעס אדורך,און אמאל קלאץ איך מיט א געשמאק,און אמאל פארווייל איך מיט די ווייב צו מיט די קינדער,צומאל טשיל איך מיט א שכן.

רושם » פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:06 pm

· #308731
ליטוואק פון בודאפעסט
לעיקוואוד מנין האט א פריער מנין. אין ישיבת שערי ישר פלעגט זיין א נוסח אשכנז מנין אום שבת, איך ווייס נישט צו ס'גייט נאך אן. אין קהלת 'וצבי הערש' לעבען אמונת ישראל דאווענט מען יעדען טאג כוותיקין. די אלע דאווענען נוסח אשכנז, און די לעצטע איז גאר כמנהג הגר''א.

איך האב גארנישט קעגן נוסח אשכנז,אדער נוסח גר״א,איך זיך אבער צו דאווענען מיט לייכטערע מענטשען.

Kool man » פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:07 pm

· #308732
ברסלב 16, ותיקין אויף 51

ירח בן יומו » פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:23 pm

· #308735
אין די ספרדישע שול איז דא א 6:30 מנין
אין גער דאווענען זיי אויך פרי. איך מיין 7:30 אלעמאל.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:42 pm

· #308744
Re: שבת אינדערפרי פריע מנינים בארא פארק
לעיקוואוד מנין איז מסתמא שווערע מענטשען, וותיקין איז דאך וותיקין (וכידוע מפרק שירה - משוגעים אומרים: ייראוך עם שמש). אבער שערי ישר איז דוכט זיך א גרויסע ליידיגער צימער. איך האב איין מאל אין לעבן געוויילט שבת אין ב.פ. אין תשס''א, אבער אזוי געדענק איך.

שמעון וואלף » פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 3:37 pm

· #308763
שומרי אמונה אויף 14 און בני יהודה אויף זעכצן פלעגן האבן א זיבענער מנין. דאס ווייס איך פון אפאר יאר צוריק איך בין נישט זיכער אויב עס גייט נאך אן

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 4:14 pm

· #308766
Kool man
ברסלב 16, ותיקין אויף 51

וותיקין: זאלל דער אייבישטער אפהיטן. כ'האב אמאל געדארפט גיין צו א שבת'דיגן ברית אין צווייטן עק שטאט (עוו. זי...) האביך געדאוונט וותיקין. 3שעה מיט 15 מינוט. מ'קען צופלאצט ווערן. ספעציעל ווען מ'איילט זיך...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש נאוועמבער 14, 2015 8:08 pm

· #308797
Re: שבת אינדערפרי פריע מנינים בארא פארק
געווענדליך שלעפט מען נישט ביי וותיקין מניינים. ס'איז געמאכט פון אנגעזעצטע מענטשען, עלטערע בחורים אדער מענטשען וואס פארגעטערען דער סעקונדע פון וותיקין. אלע אנדערע זאכען זענען טפלים. אפשר האסטו זיך אנגעשטויסען אין א קבוצה עובדים וואס פראבירען אריינצולייגען וותיקין אינ'ם קארב פון עבודות. איך הער אז אין 'וצבי הערש' ענדיגט מען ר''ה ארום עלעף אזייגער, אנהייבענדיג ארום פערטעל פאר זעקס.

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 14, 2015 11:08 pm

· #308823
ליטוואק פון בודאפעסט
געווענדליך שלעפט מען נישט ביי וותיקין מניינים. ס'איז געמאכט פון אנגעזעצטע מענטשען, עלטערע בחורים אדער מענטשען וואס פארגעטערען דער סעקונדע פון וותיקין. אלע אנדערע זאכען זענען טפלים. אפשר האסטו זיך אנגעשטויסען אין א קבוצה עובדים וואס פראבירען אריינצולייגען וותיקין אינ'ם קארב פון עבודות. איך הער אז אין 'וצבי הערש' ענדיגט מען ר''ה ארום עלעף אזייגער, אנהייבענדיג ארום פערטעל פאר זעקס.

ליטוואק פון בודאפעסט: דער הרב געווירץ שליט"א פון מנין וותיקין איז א ספעציעל געהויבענער איד, אן עובד ה'. ס'איז טאקע זייער שיין אז מ'דאוונט במתינות, וואס איך האב געוויינליך זייער שטארק ליעב. אבער ווען כ'האב מיך געאיילט צו ענדיגן דאווענען און עסן די סעודה פאר איך לאז מיך ארויס אויף א לאנגן וועג, ביניך צופלאצט געווארן פון דעם שטאאטן דאווענען און קריאת התורה...!