טעמי המקרא און היראגליפישע שריפט
23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9801
טעמי המקרא און היראגליפישע שריפט
עס זענען א סך פון אונז באקאנט מיט די העלאגריפישער שריפט (בילדער שריפט), אדער ווי אנדערע רופן דאס, כתב החרטומים, מיט וואס די אור אלטע חכמים אין די גרויסע ציוויליזאציעס אין די וועלט האבן זיך באניצט אין די אור אלטע צייטן, בעת דער המון האט בכלל נישט געקענט ליינען און שרייבן.
אט דער היראגליפישער שריפט, איז דער פרימיטיווער פארגייער פון די סעמיטישער און הינדו-אייראפעיאישער אותיות. היראגליפישע אותיות האבן באדייט גאנצע ווערטער אדער גאר זאצן, בעת די "מאדערנע" אותיות באשטייען פון בלויז קלאנגען.
עס איז קלאר אז אין א געוויסער זין איז דער אלטער טעכניק פון אותיות געווען פיל מער פראקטיש, ווייל אז מיט יעדער אות האט מען געשריבן א גאנצער ווארט אדער זאץ איז מען דאך א סך שנעלער אנגעקומען ארויס צוברענגען דאס וואס מען וויל, אבער, צו דער זעלבער צייט איז דער שרייבער מער מוגבל פון ארויסצוברענגען זיינע אייגענע ווערטער. דערפאר זענען די "דידזשיטל" אותיות פיל בויגזאמער און פרייער אויף ארויס צוברענגען וואס מען וויל. (כאטש וואס קיין נייע אייגן געשאפענע ווערטער וועט מען דערמיט נישט מאכן כדלקמן).
מיט נגינה איז געווען די זעלבע זאך. די אמאליגע מוזיק אותיות (נאטן), וואס דאס זענען דאך די באקאנטע טעמי המקרא, באשטייען פון תנועות, ד.ה. א קורצער שטיקל ניגון, בעת די "מאדערנע" מוזיק אותיות (נאטן) באשטייען פון איינצעלנע טענער מיט וואס מען קען שאפן גענצליך נייע תנועות.
אבער, עס איז פארט פארהאן א חילוק צווישן די מאדערנע נאטן און די מאדערנע אותיות. ווייל בעת מיט די מאדערנע נאטן ערלויבט מען זיך צו שאפן פולקאם נייע תנועות, ערלויבט מען זיך נישט מיט די מאדערנע אותיות צו שאפן פולקאם נייע ווערטער (כאטש וואס דער דידזשיטל אותיות טעכניק ערלויבט עס).
לכאורה קען מען זאגן אז די סיבה איז פשוט, נעמליך, נגינה איז דברים שבלב וואס מ'זינגט אז די הערצער זאלן זיך פארשטיין, ממילא קען מען זיך דערמיט ארום שפילן מה שלבו חפץ, מה שאין כן דיבור וואס איז דברים של השכל ודעת מיט וואס מען דארף זיך קאמיוניקירן, און דער מעכאנישער מוח דארף עס פארשטיין, וואס פאר א פנים וועט האבן אז מען וועט צוזאמען שטעלן אותיות לויט ווי דאס הארץ גלוסט, ווי צ.בש. חכהחכהחטמבה לאלאסאגאסאלא פוסופוסו....
אבער דער אמת איז אז עס איז נישט קיין חילוק צווישן די צוויי, און דין נגינה כדין מימרא.
מהיכי תיתי?
אז מיר וועלן באטראכטן דעם ציל פון די אמאליגע "טראפן", וועלן מיר באמערקן, אז דאס איז פשוט א חלק פונעם דיבור, אדער ווי עס ווערט טאקע אנגערופן "הטעמה", ד.ה. עס האט פשוט צוגעהאלפן צום הסבר הדברים, אזוי ווי קערפער שפראך טוט צו העלפן צום פארשטאנד (וויבאלד ווערטערליכער אויסדרוקן זענען גאר ארים אחד מני אלף פון וואס דער הארץ וויל באמת אויסדרוקן), כאטש עס האט גלייכצייטיג געטון באשיינען דעם קריאה.
פאר די שאף האט מען די תנועות איבערגעשפילט מיטן פייפער נאכאמאל און נאכאמאל. און אט די פאסטוכער אזוי ווי תיבל אבי כל תופס כינור און דוד נעים זמירות ישראל, מיט זייערע ספירוטואלע געפילן זענען געווען די וואס האבן אנטדעקט אין נגינה וואס איז געווען ביז דאן א געצייג פארן דיבור, עפעס וואס קען דערהייבן דעם נפש, והיה כנגן המנגן ותהי עליו רוח ד'.
אבער פון דארט ביזן זיך ערלויבן צו באפעפערן די תנועות עס צו געבן מער נשמה'דיגע געשמאק און ווער רעדט נאך פון שאפן גענצליך נייע תנועות, בלויז פארן זעהליגן געברויך, איז נאך געווען א לאנגער וועג.
אבער, עס איז צוביסלעך געשען, תנועות זענען באפוצט געווארן, און אפילו פאבריצירט געווארן, וואס דערמיט איז דורך געבראכן געווארן דער אלטע געזעץ פון תנועות הנגינה.
אויב אזוי שטעלט זיך די פראגע:
אויב פון פראקטישע ווערטליכע תנועות נגינה איז פארוואנדלט געווארן זינגבארע נשמה'דיגע תנועות, דאן פארוואס קען די זעלבע זאך נישט געשען מיט ווערטער? פאעטישע סטיל ווערטער זענען טאקע פארהאן, וואס דאס קען מען צוגלייכן צו די אור-אלטע באפוצטע תנועות, אבער פארוואס קען מען לצורך נגינה נישט שאפן גענצליך נייע ווערטער, אזוי ווי עס האט אנגעהויבן געשאפן צו ווערן גענצליך נייע תנועות?
ווייזט זיך אויס אז מיר זענען נאך צוריקגעבליבן!!!
Re: טעמי המקרא און היראגליפישע שריפט
ס׳שוין דא, בום בום, אה אהא וכדו׳
טייערע הבחנות.
---------
פונקט לעצטנס האב איך באוואונדערט די דריי און א האלב טויזנט יעריגע Obelisk of Theodosius מיט די שריפטן איבער פרעה'ס נצחונות וועלכע שטייט נאך היינט מיט די גאנצע פרישקייט אין איסטאנבול.
📎 800px-Hippodrome_Constantinople_2007_007.jpg
ירא שמים, גערעכט, זאגסט ריכטוג. און יעצט טראכט איך אז באמת זענען טאקע די אמאליגע מעלאדישע ריטמישע ניגונים בלויז באשטאנען פון ליי ליי בום בום טיראראמפאם יאבאבאבאבאם, טידידיידיי וכו' (די אמאליגע חסידישע ניגונים צ.ב.ש פלעגן געזינגען ווערן אן ווערטער, און שפעטעריגע חזנים האבן זיי צוגעפאסט צו ווערטער. דער סקולענער רבי איז געווען פון די ערשטע חסידישע מחברי נגינה וואס דער ניגון איז פארפאסט געווארן אויף די ווערטער).
נגינה מיט טעקסט איז שטענדיג בלויז געווען אויף קריאה אדער תפילה, וואס ווי געזאגט איז עס געווען מער הטעמה ווי נגינה. און פארשטייט זיך, אז ווי "זינגעדיגער" דער טעקסט איז געווען (ווי למשל שירה ופיוט אדער תפילה און קלאג) אלס "זינגעדיגער" איז דער הטעמה געווען.
ירא, ביסט גערעכט, אויך ווערטער זענען באשאפן געווארן פונדאסטניי לצורך זימרה פונקט ווי תנועות הנגינה זענען באשאפן באשאפן געווארן לצורך זימרה.
ירא, דו ביסט גוט.
moshav zekeinimעס איז קלאר אז אין א געוויסער זין איז דער אלטער טעכניק פון אותיות געווען פיל מער פראקטיש, ווייל אז מיט יעדער אות האט מען געשריבן א גאנצער ווארט אדער זאץ איז מען דאך א סך שנעלער אנגעקומען ארויס צוברענגען דאס וואס מען וויל
לויט ווי איך געדענק, דוכט זיך אז טשייניז אדער יאפאנעזישע שפראך איז אויך אויף דעם אופן.
Re: טעמי המקרא און היראגליפישע שריפט
יישר כח פאר די גרויסע דאוז קאפלימענט, כמיין סאיז צופיל פאר איין נאכט[emoji1]
שמעקעדיגmoshav zekeinimעס איז קלאר אז אין א געוויסער זין איז דער אלטער טעכניק פון אותיות געווען פיל מער פראקטיש, ווייל אז מיט יעדער אות האט מען געשריבן א גאנצער ווארט אדער זאץ איז מען דאך א סך שנעלער אנגעקומען ארויס צוברענגען דאס וואס מען וויל
לויט ווי איך געדענק, דוכט זיך אז טשייניז אדער יאפאנעזישע שפראך איז אויך אויף דעם אופן.
כינעזיש איז טאקע "לאגאראפיש" (א אות פאר א גאנצער ווארט), אבער יאפאנעזיש איז בעיקר "סילעבעריש" (יעדער אות אנטהאלט א הברה, ד.ה. א קלאנג אדער צוויי אונטער איין תנועה וו.צ.ב. די זוי וויי זעך שאק).
דער סיליבערישער אות איז בעצם דער בריק צווישן דער אלטער לאגאראפישער אות (דער אות וואס אנטהאלט א גאנצער ווארט אדער זאץ) און דער פענאמישער אות (אונזער אות וואס אנטהאלט נישט מער ווי איין קלאנג אן קיין תנועה). דער סיליבערישער אות פלעגט אין די אור אלטע צייטן געשריבן ווערן מיט נאגל (קעיל) שריפט, וואס איז באקאנט מיט נאמען "כתב היתדות".
[ציטאט אראפגענומען]
אפשר וואוינט ונבנתה אין טערקיי?!
די מאנומענטן זענען געשריבן אין העראגליפיש, וואס איז א געמיש פון לעגאגראפיש און פענאמיש.
בעצם זענען די היינטיגע מאדערנע מערב שפראכן אויך געמעשט פון ביידע, נאר דא זענען די לעגאגראפישע אותיות ניי ערפינדענע אותיות. צ.ב.ש. & ₪ % + $ = @ דאס זענען אלע לעגאגראפישע אותיות וועלעכע אנטהאלטן א גאנצער ווארט אדער צוויי.
גיימיר קוקן יאיר כלב'ן.
פארט איז מעלאדיע מיט א טריט פאראויס ווי ווערטער, ווייל עס איז יתכן א ניי געשאפענער תנועת נגינה אן ווערטער, אבער עס איז דערווייל נישט יתכן ניי געשאפענע ווערטער אן נגינה. מעלאדיע איז פארט איידעלער, אז עס זאל זיך דערהערן א נייע תנועה אן ווערטער, ווי ווערטער וואס א נייער ווארט פאר זיך דערהערט זיך נישט סיידן מיט געזאנג.
ביסט גערעכט אז נאך רבי'ס בימי סקולענער רבי אדער א דור צוויי פריער האבן שוין געשאפן ניגונים אויף ווערטער, אבער ע"פ רוב זענען זיי געווען אויף די חזנישער סטיל, ד.ה. לאנגע געדרייטע ניגונים. אדער אויף די זמירות שבת. און נישט קליינע צוויי דריי פעלער ניגונים אויף פסוקים וכדו'.
דער בעל התניא האט געמאכט די ניגונים אויף די ווערטער, אדער האט מען שפעטער ארויף געלייגט די ווערטער אויף זיינע ניגונים?
<a class="postlink" href="http://cafe.themarker.com/media/t/769/896/file_0_big.jpg?1229186082">http://cafe.themarker.com/media/t/769/8 ... 1229186082</a>
לאגאגראפישע מוזיק נאטן (טעמי המקרא).
אין חב"ד איז עס זייער בולט. אך ניי, אך טי דו, העי, דירי יאמא, טשיריביריביריבאם (האפ קאזאק). אבער עס איז באמת נישט מער ווי ערגעץ אנדערש, ביי זיי איז נישטא דער מאראמאראשער "טראראריראם", אדער דער פוילישער "פים באם", אדער ירושלים'ער "טיגידיגי".
אגב, דער יאיר כלב זינגט זייער געשמאק מיט זיין באסאווער שטימע. שקויעך שש פארן אים באקאנט מאכן פאר מיר.
Re: טעמי המקרא און היראגליפישע שריפט
📎 ImageUploadedByTapatalk1447345115.221776.jpg דאס איז פון אונזערע מקורות?
Re: טעמי המקרא און היראגליפישע שריפט
[ציטאט אראפגענומען]
איך בין א שטארקע חסיד פון יאיר כלב טאקע דערפאר. וןען ניגונים זענען באגרעניצט צו 'אוי יוי יוי' און 'טיריראראם' אדער 'יאדידיי' איז שווער צו אריינגיין אינעם תנועה, צו ווערן איינס דערמיט. משא"כ ער גיבט א אחוזה און א ממשות אויף די ניגון (פארשטייט זיך נאר מיט א חבדסקער ניגון קען מען דאס ריכטיג דערשפירן).
טימיאנימייי יאמאמיי אמיאנימאמיאנימאוודיי אייאם....
אוי מאנוי, רימייי יאריווידיי.....
אין דיקדוק לשה"ק ווערן ווערטער קאטעגארעזירט אין 7 חלקים. איינע פון די קאטעגאריעס איז "מילות קריאה". דאס הייסט ווערטער אויף וועלעכן עס איז קענטיג אז עס קומט ארויס פון נאטורליכע הרגישים, ווי פון שמחה, כעס, ווייטוג, הנאה, אפשיי, מלחמה א.א.וו. צ.ב.ש. אוי, וי, אבוי, סלה, אה, איה, א.א.וו.
הגם מען קען זאגן אז רוב יסודות'דיגע ווערטער קומען פון נאטורליכע אויסדרוקן וואס די ערשטע ברואים האבן געגעבן, זענען זיי שוין אבער איבערגעארבעט געווארן צו טעכנישע ווערטער מיט כללי הדיקדוק (גראדע אין די כינעזישע שפראכן נישט אזוי), אזוי אז זיי זענען מער נישט קיין נאטורליכע אויסדרוקן. מה שאין כן מילות קריאה זענען געבליבן כמעט אזוי ווי זיי זענען געבוירן געווארן.
איך שפעקאליר צו די "ווערטער" בנידן דידן גייען אריין אין דער קאטעגאריע פון מילות קריאה אדער איז עס א אומאפעציעלער קאטעגאריע פאר זיך. איך וואלט זיי יא אריין געלייגט אינעם קאטעגאריע פון מילות קריאה אזוי ווי האפ (פרייליך), באם (מלחמה), אוי יוי (בקשה), העי (מחאה). דידידיי (רקידה) וואס די ריטעם פון די ערשטע אזעלעכע סארט ניגונים האבן זיך ווארשיינליך טאקע געבויט צוזאמען מיט די ווערטער. כאטש וואס זיי קוקן מער אויס ווי פראקטישע אויסדרוקן (א ספרדישע ניגון וואס פארמאגט ווייניג ווערטערליכע אויסדרוקן וועט דורך א חסיד געזינגען ווערן פון געוואוינהייט מיט כל מיני אקצענטן אזוי ווי ער איז געוואוינט צו זינגען זיינע סארט ניגונים. פראביר צו זינגען א שנעלער ניגון בלויז מיט דעם קלאנג פון אות ה"א... עס גייט פשוט נישט).
אגב, עס איז נהוג ביי טייל כוהנים, אז ביים זינגען פון דוכענען זינגען זיי נאר "אהא אהאהא". עס איז משמע אז עס איז אנגענומען געווען אז די געווענליכע זינג אויסדרוקן זענען פאררעכנט אלס ריכטיגע ווערטער וואס איז מפסיק (דאכט זיך אז דער ליקוטי מהרי"ח איז אויך מוחה קעגן דאס זאגן "נו" ביי די מקומות שאסור להפסיק). קען זיין אז די אמאליגע דורות האבן געוואוסט פון וואו די אויסדרוקן נעמען זיך און אז זיי האבן אמת'ע באדייטן מער פון סתם פראקטישע אויסדרוקן אדער אפילו מילות קריאות (עס קען דאך גאר זיין אז די ערשטע אזעלעכע ניגונים זענען געווען לכתחילה געבויט אויף די סארט ווערטער און דערפאר זענען זיי ווי געגאסן צום ניגון און נישט פארקערט). אבער בפשטות האבן זיי געהאלטן אז יעדער בולט'דיגער אויסדרוק ווערט פאררעכנט אלס ווארט כאטש עס האט נישט קיין באדייט.
לאמיר גיין א שטאפל ווייטער.
זענען די אלע אויסדרוקן "אוי יוי" "דידידיי" "באם באם" "יאמא העי" וכו' גענצליך "נייע" ווערטער? אודאי נישט! והא ראיה, אז יעדער ניצט שוין יארן די זעלבע ווערטער (אפשר געציילטע נישט ויאיר כלב בתוכם. אולי).
אבער, אז מיר וועלן באטראכטן רוב אידישע ניגונים, אפילו די היינטיגע, וועלן מיר באמערקן אז זיי זענען אויך כמעט נישט מחדש קיין תנועות, נאר שטעלן צוזאם אלטע תנועות תחת קורת גג אחד, פאזל נאך פאזל, און וואו מער מומחה דער מחבר איז אלס מייסטערהאפטיגער שטעלט ער צוזאם די תנועות. כמעט וואס מען באשאפט נישט קיין ניגון מיט נייע תנועות (מען דארף נאר מרחיב זיין וואס עס גייט אריין בגדר נייע תנועה). מען קען זיך עס איבערצייגן מיטן נעמען א קורצער תנועה פון סיי וועלעכע ניגון באזונדער און באטראכטן וויפיל חידוש עס ליגט אין דעם.
שפשפלינו זכר לנו פון האדמו"ר הבעל מנגן ומלחין בחסד ר' יענקעלע ספינקער ז"ל, איז זייער אייגנארטיג, דערווייל קען איך נישט עפעס אן אנדער ניגון בדומה לו. דער געדאנק פון אויספירן מיט די זעלבע ווארט נאך יעדער זאץ איז נישט קיין חידוש, דאס איז דאך דער יסוד הפיוט, און כי לעולם חסדו טוט טאקע אט דאס, אבער דאס ארויס נעמען דעם כי לעולם חסדו און עס ערזעצן מיט א אהא, דאס דארף איינפאלן. דער רעיון פון אהא איז גראדע פשוט, דאס מיינט אז דער כאר דארף אויספירן, און איז נפוץ ביי חזנות.
א דאנק אייך ריכטיג פארן דערמאנען די נסחאות התפילה וואס ווערט טאקע אויך געזינגען "אהא", ווארשיינליך פאר די זעלבע סיבה פון נישט מפסיק זיין. ממקור קומט דאך די אהא פון תפילה פונעם אביסל אויסציען די קלאנגען (פארוואס זאל מען ביי א קליינעק ציעכטץ אינמיטן זאגן "ובמקה'וואוואווא'לות ר'יוועוויווע'בות?!...) וואס האט זיך בלויז פארלענגערט און צוגעלייגט געווארן מיט די צייט דורך חזנים במשך הדורות.
איך קלער א סברא, אז ביי די אראבערס, ביי וועמען נגינה עס איז בלויז באשטאנען פון הטעמה אויף ווערטער, און זענען דעריבער געווען געבינדן צום טעקסט, און נישט אזוי ווי עס איז געווען מצוי ביי די אייראפעיער וועלעכע האבן געקענט זינגען נאקעטע ניגונים אן זיין געבינדן צום טעקסט, האבן דערפאר אטאמאטיש אנטוויקלט דעם שטענדיגן קאלאראטור, אפילו ביי שנעלע ניגונים. (דער אייראפעיאישער גוי, אפילו ער האט געהאט ניגונים מיט ווערטער האט ער אבער נישט געהאט קיין קנייטשן צוצולייגן, אבער דער אייראפעיאישער איד וועלעכער האט דאך געהאט דעם אידישן קנייטש, האט ביי די נאקעטע ניגונים באשאפן דעם טידידיי וכו').
Re: טעמי המקרא און היראגליפישע שריפט
ביי די אלגעמיינע נגינה איז יא פארהאן נייע תנועות?
די שאלה איז וואס מען קען רופן א גענצליך נייע תנועה. דער מוח איז א גנב און אפילו מען מיינט אז דער תנועה איז גענצליך ניי קען זיך אמאל ארויס ווייזן אז עס נעמט זיך פון ערגעץ וואו.
דזשעז דארף צו זיין ניי, אבער נאר פאר די אייראפעיער, פאר די שווארצע לועזיאנער איז עס נישט אזוי ניי.
כדי צו פארשטיין בדיוק וואס א מוזיקאלישער תנועה איז, לאמיר ניצן די קולות פון תקיעת שופר פאר א ביישפיל.
תקיעה שברים תרועה, באשטייט פון צוויי עיקר חלקים, איינס, די צייט אפשניט, טאאאאאאא, טאא טאא טאא, טטטטטטטטט. צוויי, די טענער אונטערשייד (רעינדזש-מנעד). טא,אאאאאאאא (טא, איז נידריג, און אאאאאאא, איז הויעך), און דאס זעלבע ביי שברים, טא,אא- טא,אא - טא,אא (עס זענען פארהאן פארשידענע שיטות אין די קלאנגען אבער איך שטעל פאר די באקאנטער שיטה).
אט דער צוזאמענשטעל פון די צוויי, איז דער יסוד פון א תנועה, פארהאן מער "יעקישע" אזעלעכע תנועות וואס זענען ממש ווי געשניטן מיט א מעסטער, און פארהאן אזעלעכע תנועות וואס זענען נישט ממש פונקטליך נאר בערך'דיג.
ווען די עולם הנגינה איז געווארן מער פארגעשריטן זענען צוגעקומען צו א תנועה נאך צוויי סובסטאנסן, איינס, א פונקטליכער ריטעם אין וואס דער תנועה זאל אריין פאסן (וואס איז ביי קריאה וחזנות נישט שייך), צוויי, "דער פארב" פונעם תנועה, וואס א גוטער ביישפיל דערצו איז דער חילוק צווישן די נגינה פון קריאת התורה, איכה, נביא, מגילת אסתר, וואס כאטש אלע פארמאגן די זעלבע תנועות (טראפן) פארמאגן זיי אבער אן אנדער "פארב", וואס אין היינטיגע נגינה לשון ווערט עס אנגערופן א "מאדוס" אדער סקעיל, ווי מינאר און מאזשאר. וואס ווערט געשאפן דורך דקות'דיגע טוישונגען אין די טענער.
אז א תנועה זאל זיין ניי מיט אלע פיר סובסטאנסן, טענער קאנטראסטן, לענג פון די קולות, פארב, און ריטעם, איז כמעט אוממעגליך, אבער בדרך כלל קען מען זאגן, אז ווי פרעמדער און אומפארשטענדליכער דער תנועה הערט זיך צום אויער, אלץ מער חידוש איז עס, און פארהאן היינט מוזיק שרייבער וואס זייער גאנצער ציל איז טאקע צו שאפן גענצליך נייע תנועות אין אלע אספעקטן אשר לא שמע אוזן מעולם. אבער, עס האט נישט קיין טעם און קיין ריח. פארוואס?
"טעם" אנטוויקלט א מענטש דורך לאנגע אדער איינדרוקספילע איבערלעבענישן, וואס דורכאויס דער איבערלעבענישט האט זיך זיין גוף מער אנטוויקלט. מערסטנס טייל באקומט מען דאס דורך די שטוב וואו מען איז אויפגעוואקסן, ווייל דארטן אנטוויקלט זיך דער קערפער די מערסטע. די אלע עסן, ניגונים, און פראקטיק וואס מען האט איינגעזאפט אין זיך דורך אויס די תקופה, ווערן ווי די א"ב פון טעם אינעם מענטשנס לעבן. א מאמעס קוגל אדער שרימפ, א טאטעס כל מקדש אדער ירח, זענען דעם קינדס אבני היסוד פון טעם אין לעבן.
בעצם איז יתכן אז א מענטש זאל זיין צופרידן מיט די זעלבע צעהן ניגונים מיט וואס ער איז אויפגעוואקסן און בלויז דאס זינגען א גאנץ לעבן, פונקט ווי רובא דאינשי זענען צופרידן צו עסן די זעלבע טשיקן אדער ביף נאכאמאל און נאכאמאל, (מען זעהט דאך אז די ראש השנה ניגונים ונוסחאות ווערן דאך כמעט קיינעם נישט נמאס כאטש מען האט עס שוין געהערט הונדעטער מאל).
אנדערש איז אבער ווען מען ערוועקט אינעם מענטש אן ערווארטונג פאר א חידוש, דאן איז ער פלוצלינג נישט צופרידן מיט די אלטע. ווען דער וועטערער סערווירט ביף אדער טשיקן, זאגט כמעט קיינער נישט, אך, נאכאמאל די זעלבע! ווען די מוזיק הייבט אן דער אלטער עוד ישמע מיט ישיש עליך זאגט קיינער נישט, אוי שוין ווייטער די אויסגעדראשענע ניגונים?! אבער טאמער איז עק ממשיך אשריכם וואס איז נתפרסם געווארן מיט נישט מער וטי צעהן יאר צוריק, דאן וועט זיך שוין הערן קריטיג. פארוואס? ווייל דא ערווארטעט מען שוין עפעס ניי. און וואו ערווארטעט מען מער ניי וואו אויף א סידי.
וועט א קאמפאוזער מאכן עפעס גאר ניי, וועלן מענטשן זאגן אז "עס איז נישט אין מויל צונעמען". דער קונץ פונעם קאמפאוזער דארף זיין צו מאכן עפעס "וואס קוקט אויס ניי" און אונטער דעם באהאלטן די אלטע באקאנטע תנועות וועלעכע זאלן זיך קוים באמערקבאר ארויס שטעקן דא און דארט.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/63317">viewtopic.php?p=63317#p63317</a><!-- l -->
Re: טעמי המקרא און היראגליפישע שריפט
משיח, משיח, משיח, אוי יו, יו יו יו יו יאם. - מרדכי בן דוד
איך וויל דא געבן א לעבעדיגע דוגמא וואס א מוזיק "תנועה" איז. איך וועל קודם ווייזן א "תנועה גדולה" און דערנאך א "תנועה קטנה":
לאמיר נעמען פאר א דוגמא דעם באקאנטן ניגון הושיעה את עמך (פון הרב אברהם טווערסקי שליט"א).
יעדער שטיקל ניגון וואס הייבט זיך אן מיט א פרישער דגוש איז א אנהייב פון א תנועה (יעדער שירה איז א תנועה, און דער אויבערשטרעכל צייגט דעם דגוש):
הושי'עה את עמך....
וב'רך את נחלתך....
ור'אם וראם וראם
ור"אם ונשאם
וראם" ונשאם עד העולם
יעצט לאמיר אינעם זעלבן ניגון צייגן די תנועות קטנות, ד.ה. צושפרידלען די גרעסערע תנועות אין קלענערע תנועות וואס דערקענט זיך אויך אין א דגוש ביים אנהייב תנועה'לע, נאר א שוואכער דגוש:
הושיעה
את עמ
ך...
וברך
את נחל
תך
וראם
וראם וראם
וראם
ונשאם
וראם ונשאם
עד העו...
לם
דא זענען די תנועות בערך אזוי גרויס ווי די טעמי המקרא וואס זענען צוזאמענגעשטעלט פון א קלענערע צאל טענער אין פארשידענע לענג און הייעך.
לאמיר נאכאמאל נעמען דעם משל פון תקיעת שופר. א לאנגער קול, א קורצע קול (שברים) און א פוצינקע קול (תרועה) (איך נעץ נישט דא די מאדערנע מוזיק טאון צוטיילונגען פון האלב פערטל אכטל זעכצנסטל, טריפל, זעקס אכטלעך וכו' ווייל דאס איז בלויז דקות'דיק און האט נישט מיטן יסוד פון א תנועה). ווייטער איז פארהאן די הייעך פונעם קול (בערך'דיגער טאון. אויך דא באצי איך זיך דירעקט נישט צו די טעכנישע פונקטליכע טענער לייטער פון דא רע מי פא סאל לא סי אדער ווי מען ציילט עס אין די ענגליש און דייטש רעדנדע מדינות cdefgab ווייל דער פונקטליכער טאון האט נישט מיטן יסוד פון א תנועה, ווייל וטי געזאגט קען דער זעלבער תנועה ארויף גיין אויף דעם ניגון פון איכה און ניגון פון קריאת התורה טראץ וואס זיי זענען אנדערע ניגונים): די מיטלדיגער קולות, א שפרינג צו די העכערע קולות אדער צו סופער קוויטשעדיגער העכערער קול, און די נידריגער קולות און גאר נידריגער קולות. (אלעס צוזאמען איז פונעף דרגות).
די טויש ארום די הייעך פון די קולות קען געמאכט ווערן אויף פארשידענע וועגן, עס קען זיין זיג זאג, אדער שטאפל ווייז, אדער ביידע צוזאמען אויף פארשידענע אופנים, ווי צוויי שטאפלעך ארויף און איינס אראפ צוויי שטאפלעך העכער און איינס אראפ. א.ד.ג.
למשל, דער תנועה ביי "הו...שיעה" הייבט זיך אן מיט איין שברים אויף א נידריגער טאון, און צוויי תרועות אויף א מיטעלער טאון. "את עמ" איז א תרועה מיט צוויי שברים'ס, דער ערשטער מיט א שטערקערער דגוש און עטוואס העכערער שטאפל ווי דער צווייטער.