☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אבאמא נעמט אויף פריים מיניסטער נתני'

אבאמא נעמט אויף פריים מיניסטער נתני'

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9791

shem-tov » זונטאג נאוועמבער 8, 2015 1:02 pm

· #308124
אבאמא נעמט אויף פריים מיניסטער נתני'
וואס האלט איר וויאזוי גייט זיך ביבי מארגן אויפירן אין ווייסן הויז. גאר אסאך האט פאסירט צווישן די צוויי פירער זייט זיי האבן זיך דאס לעצטע מאל געטראפן סקען גיין אין אסאך וועגן.
1.
עקטען כאלו לא היה. ניטאמאל אויפברענגן איראן בלויז בעטן געלט.
2.
יא אויפברענגן איראן, זיך מתחצף זיין ווי צו ווייזן איך בין דער זעלבער אלטער ביבי איך טויש מיך נישט.
3.
צו וועט ער אומדירעקט זיך איבערבעטן פאר די קאנגרעס דרשה און פאר זיך מישן אין די עלעקשאנס מיטן אינדארסן דעם ראמני.
4.
האבן א גאר גאר פריינטליכע אויפנאמע אז סוועט זיך ניטאמאל דערקענען אז די צוויי האבן עפעס קעגן דעם צווייטן כדרך הפאלעטישאנס

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 8, 2015 1:49 pm

· #308127
שם-טוב: איכ'ל דיך פרעגן א (תמימות'דיגע) קשיא.
פארוואס זענט עטץ, אין ביידע טיילן פון סאטמאר (איד,בלאט און צייטונג) ביזי מיט וואספארא שוטה און טיפש און משוגע'נער ביבי נתניהו איז. ס'איז דאך נמנו וגמרו אז די מדינה איז טמא ומטמא און טריפה. שוין. ערלעדיגט. יעצט וואספארא נפקא מינה איז צי דער הויפט פון די טמא'נע מדינה של גהינום איז א חכם אדער א טיפש. דאס וואלט נוגע געווען פאר די אידן אין ארץ ישראל וועלכע גייען צו די בחירות הטמאות. פאר זיי איז א נפקא מינה צו דער וועמען זיי האבן אויסגעוועלט אלץ זייער ראש הממשלה איז קלוג אדער נישט. אבער פאר אונז די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני, וואס איז די נפק"מ וואס ער איז. א שייגעץ איז ער זיכער. אין דעם איז לית מאן דפליג...! נו, וואס האטמען אזויפיל צו שרייבן און זיך דינגען אין זיין מהות. צי ער איז א טיפש אדער א חכם...! ביטע געב מיר צו פארשטיין...

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 8, 2015 1:51 pm

· #308128
[ציטאט אראפגענומען]

דער געוואגטער יונגל: ווייל ער איז נישט געפארן קיין מאנרא אדער ראסס סטריעט זיך איינטשעקן ביי די רבותיה"ק פאר ער איז געפארן קיין וואשינגטאן...!

shem-tov » זונטאג נאוועמבער 8, 2015 2:32 pm

· #308132
.

shem-tov » זונטאג נאוועמבער 8, 2015 2:39 pm

· #308133
berlbalaguleh
שם-טוב: איכ'ל דיך פרעגן א (תמימות'דיגע) קשיא.
פארוואס זענט עטץ, אין ביידע טיילן פון סאטמאר (איד,בלאט און צייטונג) ביזי מיט וואספארא שוטה און טיפש און משוגע'נער ביבי נתיניהו איז. ס'איז דאך נמנו וגמרו אז די מדינה איז טמא ומטמא און טריפה. שוין. ערלעדיגט. יעצט וואספארא נפקא מינה איז צי דער הויפט פון די טמא'נע מדינה של גהינום איז א חכם אדער א טיפש. דאס וואלט נוגע געווען פאר די אידן אין ארץ ישראל וועלכע גייען צו די בחירות הטמאות. פאר זיי איז א נפקא מינה צו דער וועמען זיי האבן אויסגעוועלט אלץ זייער ראש הממשלה איז קלוג אדער נישט. אבער פאר אונז די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני, וואס איז די נפק"מ וואס ער איז. א שייגעץ איז ער זיכער. אין דעם איז לית מאן דפליג...! נו, וואס האטמען אזויפיל צו שרייבן און זיך דינגען אין זיין מהות. צי ער איז א טיפש אדער א חכם...! ביטע געב מיר צו פארשטיין...



דו פרעגסט מיך? די אליינס האסט דאך געזאגט אין א צווייטן אשכול אז ביים גוי זענען מיר אלע דער זעלבער יוד ממילא אוודאי זענען מיר ערליכע יודן כסדר באזארגט וואס דער ציוני טוט. וואס האט דער פורק עול ווייטער געטאן בשם כלל ישראל. פארשטייסט

קפה נמס » זונטאג נאוועמבער 8, 2015 6:40 pm

· #308152
Re: אבאמא נעמט אויף פריים מיניסטער נתני'
ס'איז צום האפן אז נטרונא וועט זיכער אפשרייען די פאראויסגעשאצטע חרון אף פון די אוה"ע וואס דער ראש ממשלת הכופרים וועט זיכער אנדרייען..

diff » זונטאג נאוועמבער 8, 2015 8:33 pm

· #308173
Re: אבאמא נעמט אויף פריים מיניסטער נתני'
ענדערש פרעג ויאזוי גייט זיך אבַּהמָה אויפפירן

גר ותושב » זונטאג נאוועמבער 8, 2015 9:10 pm

· #308174
Re: אבאמא נעמט אויף פריים מיניסטער נתני'
איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט און די פאליטיק אבער איך מיין אז אבאמא האט איין געזעין אז די איראן אפמאך האט זיך עים נישט געלוינט ער האט געהאפט אז אמעריקע מיט איראן גייען מאכן א יד אחת און איינשעלן שלום דורך דעים און מידל איסט (על כל פנים אזוי לייגט עס די איזראעילי מידיע אראפ) ביז דערווייל האט אבער איראן געמאכט א יד אחת מיט רוסלאנד און דאס געפעלט זייער ווייניג פאר אבאמא און ספעציעל ווען רוסלאנד האט זיך אריין געמישט און סוריה האט עס עים געמאכט אויסקוקן ווי א לאוזער בעיני העולם אז ער טאנצט מיט פון איין זייט מיט זיי ער מיז זיי זאגן פינקטליך ווען און ווי זיינע פליגערס גייען אטאקירן ווייל רוסלאנד פירט אן די גאנצע אירספעיס פון סוריה און פון די אנדערע זייט הייבט ער אן אריין שיקן סאלדאטען קיין סוריה צו זיין א קעיגנער אקעיגן רוסלאנד און צו ווייזן אז טוט אויך עפעס אויף און פאר ארץ ישראל געפעלט זיכער נישט די גאנצע מעשה ווייל זיי האבן שוין אויך אביסל פאלוירן די איר ספעיס קאנטראל העכער סוריה וואס ביז יעצט האבן זיי געקענט טוהן וואס זיי האבן געוואלט אבער זיי ווערן מער און מער איינגעצוימט דורך רוסלאנד למעשה קוקט מיר אביסל אויס אז ארץ ישראל מיט אמעריקע גייען מאכן יעצט א יד אחת מיט די כורדן און זיי שטיצען און אויפשטעלן אלס פאוער אקעיגן סוריה-רוסלאנד-איראן עס גייט זיין א בחינה פון עמון און מואב האבן שלום געמאכט אזוי אויך אבאמא פאר זיין כבוד און נתניהו פאר די בטחון פון ישראל גייען שלום מאכן אויף עפעס אן אויפן און פארגעסן פון די דיעל מיט איראן אפילו דאס האט עס לכאורה צוגעבריענגט איז מגייט לכאורה נישט הערן פון קיין אמפערייען וכדאומה עס גייט זיין א שווערע ארבעטס מיטינג.

shem-tov » מאנטאג נאוועמבער 9, 2015 10:39 am

· #308194
די חברה פארפאסן נישט קיין געלעגנהייט
1447083422146.jpg

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 9, 2015 11:24 am

· #308197
shem-tov
berlbalaguleh
שם-טוב: איכ'ל דיך פרעגן א (תמימות'דיגע) קשיא.
פארוואס זענט עטץ, אין ביידע טיילן פון סאטמאר (איד,בלאט און צייטונג) ביזי מיט וואספארא שוטה און טיפש און משוגע'נער ביבי נתיניהו איז. ס'איז דאך נמנו וגמרו אז די מדינה איז טמא ומטמא און טריפה. שוין. ערלעדיגט. יעצט וואספארא נפקא מינה איז צי דער הויפט פון די טמא'נע מדינה של גהינום איז א חכם אדער א טיפש. דאס וואלט נוגע געווען פאר די אידן אין ארץ ישראל וועלכע גייען צו די בחירות הטמאות. פאר זיי איז א נפקא מינה צו דער וועמען זיי האבן אויסגעוועלט אלץ זייער ראש הממשלה איז קלוג אדער נישט. אבער פאר אונז די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני, וואס איז די נפק"מ וואס ער איז. א שייגעץ איז ער זיכער. אין דעם איז לית מאן דפליג...! נו, וואס האטמען אזויפיל צו שרייבן און זיך דינגען אין זיין מהות. צי ער איז א טיפש אדער א חכם...! ביטע געב מיר צו פארשטיין...



דו פרעגסט מיך? די אליינס האסט דאך געזאגט אין א צווייטן אשכול אז ביים גוי זענען מיר אלע דער זעלבער יוד ממילא אוודאי זענען מיר ערליכע יודן כסדר באזארגט וואס דער ציוני טוט. וואס האט דער פורק עול ווייטער געטאן בשם כלל ישראל. פארשטייסט

שם טוב: ניין. איך פארשטיי נישט. דו און גאנץ סאטמאר, רעדטץ דא צום גוי אדער צו די אידן. די ליינערס פון קאווע שטיבל, און פון ..."איד" און ..."בלאט" און..."די צייטונג"...זענען אידן, אדער גויים...?! (שוין איינמאל א רעטארישע שאלה... 😂

סאשי פיש » מאנטאג נאוועמבער 9, 2015 12:22 pm

· #308203
Re: אבאמא נעמט אויף פריים מיניסטער נתני'
מיט א שמייכעל!ImageUploadedByTapatalk1447089735.518312.jpg

געוואלדיג » מאנטאג נאוועמבער 9, 2015 12:34 pm

· #308206
shem-tov
די חברה פארפאסן נישט קיין געלעגנהייט


נתניהו איז ארויס געקומען און געזעהן די סיינס, שטעלט ער זיך אפ און פרעגט זיי אקעי איך גיי אהיים, אבער וואו אהין?

באשטעטיגט » מאנטאג נאוועמבער 9, 2015 2:13 pm

· #308213

פליקער » מאנטאג נאוועמבער 9, 2015 4:44 pm

· #308223
איין שטיק ציונות