☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » וואס איז דער מענטש בעצם???

וואס איז דער מענטש בעצם???

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9789

ישראלי » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 6:19 am

· #307967
וואס איז דער מענטש בעצם???
וואס איז דער מענטש בעצם???

נישט די ארומיגע/משפחה/וואוינארט וואס מאכן אים זיין אים,
כ'וועל געבן צו פארשטיין וואס איך פרעג, למשל, דער געבוירענער חסיד/ליטוואק/סאטמארער/בעלזער/סקווערער/מזרחיסט/ציוניסט/אגודיסט/ברסלבער/חבדסקער/קרליבך,
זיין גאנצע שיטה, אידילאגיע, געפיל, מיינונג, נעמט זיך נאר פון זיין געבורט ארט משפחה און סביבה, דאס איז אבער נישט דער מענטש בעצם.

ווידעראום דער וואס איז יא אנדערש פון זיין שטוב און קהילה וואס ער איז געבוירן קומט עס אויך נאר ווייל זיינע עלטערן און ארומיגע האבן אים נישט ריכטיג מחנך געווען און יעצט געבט ער זיך אויס אויף אן אנדערן [געווענליך פארקערטן] ריכטונג, ווייטער נישט דער מענטש בעצם.

ס'איז נישט ממש נאר אזוי ווייל יעדע זאך וואס דער מענטש זעהט/הערט/ליינט דורכאויס זיין לעבן אפילו אגב'דיג גייט אריין אינעם מענטש און פון דעם בויעט זיך אויף דער גאנצע מהלך המחשבה פונעם מענטש.

למשל ווען הרב פלוני קומט דיר איבער רעדן צו א געוויסע מיינונג וכדו' איז עס בכלל נישט הרב פלוני וואס רעדט צו דיר ס'איז בסה''כ א געוויסע צוזאמשטעל פון משפחת ווייס, וומ''ס, ת''ת קראסנא, ביהמ''ד קיוויאשד, ישיבת אלכסנדר, b&h, געווען אמאל אין שווייץ, רוסלאנד, ארץ ישראל, וכו'.. וכו'... טויזנטער זאכן וואס האבן זיך אלס אפגעשפילט אין זיין לעבן און דאס רעדט יעצט צו דיר.
איז פארוואס נתפעל ווערן? ווען א געוויסע חלק אין זיין פאזל וואלט געווען אנדערש וואלט ער דאך אנדערש געהאלטן נו זאגט ער נ'איז וואס? מיין פאזל זאגט אנדערש.

וואס בלייבט איז, אז דער מענטש איז בסה''כ א ליידיגע כלי וואס דרייט זיך ארום און איז מקבל און ס'ווערט א שיינער בילד,
נאכדעם קומט ער אריין אין קאווע שטיבל און שרייט ''איך האלט''

ווער ביסטו בכלל?

וואס ביסטו?

וכדומה.. » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 8:53 am

· #307972
איך מיין דעי ארטיקעל פון נהורא קען דיר זיין אינטערסאנט,
לא די אז די ארומיגע אפעקטירט דער מענטש, דער מענטש האט ניטאמאל א ברירה אליינס, ווייל אלעס וואס פאסירט מיט אים איז א הונדערט פראצענטיגע תוצאה פון זיין ארום. און ווען א מענטש ווערט געבוירן איז שוין הונדערט פראצענט pre scheduled וואס ער גייט טוהן לויט וואס ס'פאסירט מיט אים.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/162771">viewtopic.php?p=162771#p162771</a><!-- l -->

וכדומה.. » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 9:24 am

· #307974
פארשטייט זיך ס'האט מיט וויזוי זיין מח פראסעסט די אינפארמאציע, און וואס ס'זאגט אים וואס צו טוהן לויט וואס ער זעהט און הערט פון ארום, איז אבער אלעס א תוצאה פון די סביבה.

ירא שמים » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 10:56 am

· #307991
Re: וואס איז דער מענטש בעצם???
אינטערעסאנטע מאמר פון הרב אשלג ז״ל בענין זה
<a class="postlink" href="http://www.ashlagbaroch.org/bhMore/herut.pdf">http://www.ashlagbaroch.org/bhMore/herut.pdf</a>

ישראלי » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 11:08 am

· #307996
Re: וואס איז דער מענטש בעצם???
איך זיך שוין די מאמר א לאנגע צייט יישר כח!

ישראלי » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 11:43 am

· #307998
Re: וואס איז דער מענטש בעצם???
[ציטאט אראפגענומען]

א) די איידיעס האבן זיך אנגעהויבן פון די נאטורליכע וועלט וואס דאס האט אויך א השפעה אויפן מענטש וויאזוי צו טראכטן כידוע
ב) אפילו א מענטש מיט גאר א גוטן לאגיק טוט אויך נאר פראסעסן אינפארמאציע לויט זיין עבר און ארום וואס טאמער דאס וואלט נאר געווען אביסעלע אנדערש וואלט ער אנדערש געהאלטן
טא פארוואס נתפעל ווערן?

ישראלי » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 12:00 pm

· #308002
Re: וואס איז דער מענטש בעצם???
ניין ווייל די שטארקייט פון דעם מח איז ביי יעדן אנדערש
אבער ווען איינשטיין וואלט אויפגעוואקסן ערגעץ אנדערש וואלט ער געקומען צו אנדערע מסקנות

טמיר » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 12:18 pm

· #308006
Re: וואס איז דער מענטש בעצם???
אזוי ווי אין יעדע הינזיכט איז יעדער מענטש אנדערש. ס'יז דא מענטשן וואס האבן כמעט נישט קיין אייגענע מיינונג נאר ווערן מיטגעשלעפט מיט די סביבה. ווייטער איז פאראן א קליינע פערסענט וואס זענען כמעט זעלבסטשטענדיג (חוזרים בתשובה/בשאלה וכדומה). ווייטער רוב מענטשן זענען א קאמבענאציע פון 50\50 אדער 30\73 וכדומה. פארדעם קען זיין צוויי ברודער וואס זענען געגאנגען אין די זעלבע קלאס האבן צוויי אנדערע מיינונגען. והוא פשוט מאד

הקטן » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 12:42 pm

· #308013
וכדומה..

לא די אז די ארומיגע אפעקטירט דער מענטש, דער מענטש האט ניטאמאל א ברירה אליינס, ווייל אלעס וואס פאסירט מיט אים איז א הונדערט פראצענטיגע תוצאה פון זיין ארום. און ווען א מענטש ווערט געבוירן איז שוין הונדערט פראצענט pre scheduled וואס ער גייט טוהן לויט וואס ס'פאסירט מיט אים.

ווער זאגט דיר דאס איז אמת?
דו זאגסט אז דער מיינאנג וואס דו זאגסט יעצט ביזטו סך הכול pre scheduled צו האלטן?

טמיר » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 12:50 pm

· #308016
Re: וואס איז דער מענטש בעצם???
הוילע דמיונות

ישראלי » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 1:41 pm

· #308022
Re: וואס איז דער מענטש בעצם???
אמת....
📎 uploadfromtaptalk1446835211805.png

טמיר » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 2:05 pm

· #308034
Re: וואס איז דער מענטש בעצם???
יא כ'אב אינזין געהאט ביידע פשטים...

שבת אחים » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 2:12 pm

· #308035
[ציטאט אראפגענומען]


לכאורה נישט ווייל איינשטיין האט געהאט א מוח מיט א פּראסעסער דרייסיג מאל ווי א געווענטליכע מענטש. מ׳האט געמאכט א אָטאַפּסי אויף זיין ברעין כיודיע.

איך פארשטיי דיין פוינט אבער איינשטיין איז נישט קיין גיטע משל ווייל זיין גרויסקייט איז נישט געוועהן זיין בעיקראונד וכודומה ווי איידער זיין אויסערגעווענטליכע מוח וואס ער האט געהאט

וכדומה.. » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 4:08 pm

· #308059
הקטן
וכדומה..

לא די אז די ארומיגע אפעקטירט דער מענטש, דער מענטש האט ניטאמאל א ברירה אליינס, ווייל אלעס וואס פאסירט מיט אים איז א הונדערט פראצענטיגע תוצאה פון זיין ארום. און ווען א מענטש ווערט געבוירן איז שוין הונדערט פראצענט pre scheduled וואס ער גייט טוהן לויט וואס ס'פאסירט מיט אים.

ווער זאגט דיר דאס איז אמת?
דו זאגסט אז דער מיינאנג וואס דו זאגסט יעצט ביזטו סך הכול pre scheduled צו האלטן?


יא, סאיז שטארק מסתבר אזוי, מיט די יסוד פון determinism

וכדומה.. » מוצ"ש נאוועמבער 7, 2015 7:40 pm

· #308069
דער מוח דיקטירט דעם מענטש וואס צו האלטען, וואס צו זאגן, און וואס צו טוהן,

די מוח איז סך הכל א פליישיגע קאמפיוטער וואס פראסעסט די אינפארמעישן וואס ס'נעמט אריין אין זיך, און לויט דעם שיקט עס דיר באפעלן וואס צו טוהן. און דאס טוסטו..

אוטאמאטיש איז אלעס pre scheduled, ווייל דעי ספיציפישע קאמפיוטער, מיט דעי ספיציפשע אינפארמעישאן, וועט אייביג צוקומען צו די זעלבע מסקנה, און באפעלן די זעלבע באפעל.

געוואלדיג » מוצ"ש נאוועמבער 7, 2015 10:23 pm

· #308082
@ישראלי, זייער גוט ארויס געברענגט און צוליב דעם דארף א מענטש פארמען וואס מער תורה כדי ווען ער זאגט איך האלט זאל דאס פארמאגן וואס מער פראצענט תורה.







טאטע, מאמע, ת"ת, ישיבה, כולל, ווייב, שווער, שוויגער, חברים, וכדו' Sent from my

הקטן » זונטאג נאוועמבער 8, 2015 11:21 am

· #308114
וכדומה..
הקטן
וכדומה..

לא די אז די ארומיגע אפעקטירט דער מענטש, דער מענטש האט ניטאמאל א ברירה אליינס, ווייל אלעס וואס פאסירט מיט אים איז א הונדערט פראצענטיגע תוצאה פון זיין ארום. און ווען א מענטש ווערט געבוירן איז שוין הונדערט פראצענט pre scheduled וואס ער גייט טוהן לויט וואס ס'פאסירט מיט אים.

ווער זאגט דיר דאס איז אמת?
דו זאגסט אז דער מיינאנג וואס דו זאגסט יעצט ביזטו סך הכול pre scheduled צו האלטן?


יא, סאיז שטארק מסתבר אזוי, מיט די יסוד פון determinism


יעצט האסטו א בחירה
קענסט זיין אפען צו דער פאקט אז אפשר בין איך זיך טועה, און לאמיך זען וואס הרב אשלג ז״ל זאגט דערוועגן.
אדער קענסטו בוחר זיין נישט צי קיקען אין בלייבן (לדעתי) מיט דיין טעות.

וכדומה.. » זונטאג נאוועמבער 8, 2015 11:52 am

· #308117
אבסאלוט נישט, און וועלכע פון די צוויי אפציעס איך זאל נאר נישט אויסוועלן, צו גאר די דריטע אפציע פון גארנישט האלטען און בלייבן אומוויסענד, איז עס הונדערט פראצענט דיטערמינירט פון פאראויס וועלכע זייט מיין מוח וועט נייגן לויט די ידיעות וואס איך האב, און לויט די וועג ווי איך בין אויסגעשטעלט צו טראכטען.

און אפילו ס'זאל זיך הונדערט מאל איבערשפילען ביי מיר די זעלבע ספק, וועל איך אלץ ציען צו די זעלבע מסקנה, אזוי לאנג וואס אנדערע פאקטארן וועלן זיך נישט אריינמישן און גורם זיין א טויש מאיזה סיבה.

ס'איז סתירה'דיג צו רעדן פון מיינע אפציעס ווען פון מיינע רייד איז מוכיח אז איך האלט שוין נאכן אויסוועלן.. אבער לאמיר זאגן אז מיין גערעדאכץ דא איז נאר למען הטענה'ריי.. ודו"ק

הקטן » זונטאג נאוועמבער 8, 2015 12:34 pm

· #308122
ווער האט דיר געזאגט אז נאכדעם וואס דו האסט שוין אויסגעוועלט קענסטו נישט טוישן דיין מיינד? - וואס נעמט אוועק דיין בחירה יעצט צי קיקען יענער לינק?.. ודו"ק

וכדומה..
...און וועלכע פון די צוויי אפציעס איך זאל נאר נישט אויסוועלן, צו גאר די דריטע אפציע פון גארנישט האלטען און בלייבן אומוויסענד, איז עס הונדערט פראצענט דיטערמינירט פון פאראויס וועלכע זייט מיין מוח וועט נייגן לויט די ידיעות וואס איך האב, און לויט די וועג ווי איך בין אויסגעשטעלט צו טראכטען.

ווער זאגט דיר דאס? וואו אזוי ביזטו זיכער מיט וואס דו זאגסט