☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אשכול אן א טיטל #9788

אשכול אן א טיטל #9788

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9788

— » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 1:08 am

· #307958

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

שושן פורים » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 7:28 am

· #307970
א געפערליכע פירצה טאקע!! און אלע חסיד'ישע מוסדות טרעטן דערויף בשאט נפש, עס איז טאקע ווערט צו באגריסן די נייע תקנה וואס מיין זונ'ס מוסד האט איינגעפירט אז אנשטאטס דעם איז דא יעדע וואך צוויי שבת טאטעס, א ספעציעלע שמחה האט זיך דערקענט אויף די טייערע קינדערלעך נאך די באקאנטע סופרים קארט אורטייל ווען מען האט געקענט ארויספירן די שבת פארטי אין די עפענטליכקייט נאכדעם וואס ביז דאן איז עס פארגעקומען אין די טוי קלאזעט אין זיין קלאסרום, און ווי מיין אינגעלע האט זיך אויסגעדרוקט יענעם פרייטאג, "טאטי! היינט זענען מיר אלע ארויס פון די קלאזעט!" א וואך נאכדעם האב איך מיטגעשיקט קאלערפאל מארשמעלויס צו סימבאליזירן די געוואלדיגע דורכברוך.

פליקער » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 8:31 am

· #307971
עס איז שוין מער נישט קיין פראבלעים, ווי די וואך אין די נייעס אז אידן האבן זיך ציזאמען גענימען און געמאכט א נייע פראקלעמאציע לטובת די טראנזדזענדער'ס

medic » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 12:35 pm

· #308011
אויב דו מיינסט אז דאס איז די ערגסטע פראבלעם, הער נאר וואסארא צעטל איך האב באקומען, " אזוי ווי דיין טאכטער גייט זיין די וואל שבת טאטע, ביטע שיקן א קליינע גרעיפ דזשוס, א קאפל, און א בעקישע אדער כאלאטל...." איך קען אפילו נישט אויספירן ווייטער, שטעל דיך יעצט פאר ווען די שבת טאטע און שבת מאמע טרעפן זיך צוזאמען, די האר פון קאפ.....