C/P די וואך דינסטאג, דעצמבער דעם ערשטן למספרם קומט פאר די גאר וויכטיגע "פאבליק קאנסאלטעישן" בנוגע די נייע זאונינג טויש וואס די סיטי וויל מאכן וואס וועט פארבאטן צו בויען נייע שולן אויף בערנארד און לאריער , עס איז גאר וויכטיג פאר יעדעם איינעם, אנשים נשים וטף זיך צו באטייליגן ביי דעם גאר וויכטיגן מיטינג, און שיינערהייט אויסדרוקן אייער קעגנערשאפט צו די זאונינג טשעינדזש, אפילו אויב איר פילט אז איר זענט נישט קיין רעדנער קען מען פשוט זאגן בזה הלשון "I oppose this zoning change".
אויב קענט איר זיך נישט באטייליגן בשום אופן, אדער אויב קומט איר אבער פלאנט נישט אויפצוטרעטן שיקט אריין א קורצע אימעיל צו <!-- e --><a href="mailto:conseil.outremont@ville.montreal.qc.ca">conseil.outremont@ville.montreal.qc.ca</a><!-- e --> שרייבט אין די סאבדזשעקט אז איר זענט קעגן די זאונינג טויש.
די מיטינג קומט פאר דינסטאג וישב, אום 7:00 אוונט אין די קאמיוניטי צענטער 999 MacEachran , אויפצוטרעטן מוז מען זיך איינשרייבן בעפאר 6:30.
עס איז גאר וויכטיג זיך צו האלטן רואיג און איינגעהאלטן, נישט אטאקירן, און אוודאי נישט זאגן לופטיגע סטעיטמענטס פאר קיינעם ובפרט פאר די מידיע.
פרייד אייך תושבי מאנאטרעאל אז דער סיטי האלט קאנטראל אביסל אויף די אידעלעך. צו דארף איר דען פליק צעטלעך אויף די גאסן? דארפט איר מוחאות בחוצות העיר? בסך הכל וויל דער סיטי אז אוטרעמאנט זאל נישט אויסזען ווי א חזיר שטאל. פאקטיש איז אוטרעמאנט א באצויבערנדער געגנט, און אז מען וועט לאזן די חסידים צופיל פרייהייט צו קאמאנדעווען וועט עס פארלירן איר צויבער. איך גלייב אז די ריכטיגע מאנטרערלע אידן זענען שטעלערהייט צופרידן מיט די איינצוימונגען, ווייל זיי דארפן נישט קיין בארא פארק.
פרייד אייך תושבי מאנאטרעאל אז דער סיטי האלט קאנטראל אביסל אויף די אידעלעך. צו דארף איר דען פליק צעטלעך אויף די גאסן? דארפט איר מוחאות בחוצות העיר? בסך הכל וויל דער סיטי אז אוטרעמאנט זאל נישט אויסזען ווי א חזיר שטאל. פאקטיש איז אוטרעמאנט א באצויבערנדער געגנט, און אז מען וועט לאזן די חסידים צופיל פרייהייט צו קאמאנדעווען וועט עס פארלירן איר צויבער. איך גלייב אז די ריכטיגע מאנטרערלע אידן זענען שטעלערהייט צופרידן מיט די איינצוימונגען, ווייל זיי דארפן נישט קיין בארא פארק.
נעם אין באטראכט די צוויי פאקטן
1 אין די לעצטע 26 יאר איז אריינגעגעבן געווארן 2 פערמיט ריקוועסטס פאר נייע שולן
2 ביז 26 יאר צוריק האט מען געמעגט בויען שולן אויף די דריי קאמערציאלע גאסן אין שטאט
ווען די ערשטע שול פון די צוויי האט געבעטן א פערמיט אין 1999 האט מען גלייך אראפגענומען יענע גאס פון די שול זאונינג, און איצטערט ווען די צווייטע שול האט געבעטן א פערמיט נעמען זיי אראפ די איבעריגע צוויי
מושב זקנים: ביטע זיי נישט אזוי שטארק מלמד זכות אויף די פארשאלעטענע, אנטיסעמיטישע פראנצויזישע גויים. זיי מיינען דא קיינעם'ס טובה נישט, נאר פשוט ענג צו מאכן פאר די אידעלעך. ביי א יעדע געלעגנהייט וואו זיי קענען נאר פארטשעפענען זיי זיך מיט די אידן, ואי אפשר לפורטם כי רבים הם.
נאר א קליינע סעמפל פון די זאכן אויף וואס זיי האבן זיך אנגעטשעפעט: דער אידישער באס וועלכער פארט פון ניו יארק קיין מאנטריאל. אויף דעם האבן זיי זיך אויך אנגעטשעפעט, אז ס'איז נישט לעגאל אז ער זאל סטאפן אינמיטן די גאס און ס'שטערט טראפיק. און ווען די אידן פארברענען דעם חמץ ערב פסח מאכן זיי אויך צרות. און אייביג דעקן זיי זיך מיט'ן געזעץ. די באוואוסטע מרשעת, סעילין פארזשעי ימ"ש, וועלכע איז אין סיטי קאונסיל, פארטשעפעט זיך אייביג מיט די אידן וועלכע פארן ארום טראגן משלוח מנות אום פורים בייטאג, און זי רופט אייביג די פאליס אויף די אידן. דאס לעצטע מאל האט איר די פאליס אוועקגעפיהרט (נישט ארעסטירט) אז זי זאל זיך נישט ווייטער פארטשעפען מיט די אידן...!
אויך ווען באבוב האט געוואלט פארגרעסערן דעם ביהמ"ד און ארויסבויען אין זייער אייגענעם הויף, האטציך אן אנדער אנטיסעמיטישער גוי פארטשעפעט און ער האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע אז די שטאט זאלל צוריקציען איהר פערמיט.
שושן פורים: ייש"כ פאר ברענגען די פאוסטערס און האלטן דעם עולם אינפארמירט. ס'איז לא יאומן כי יסופר. ממש אומגלויבליך אז אין יאר 2015, אין א לאנד וועלכעס האט א דעמאקראטישע רעגירונג וועלכע וויל בדרך כלל נאכקומען אלע פארלאנגען פון זיין פאלטיקלי קארעקט, זאללן קענען קומען א פאר אנטיסעמיטן , הויפטזעכליך פרומע קאטאליקן, מיט די שטילע שטיצע און גוטהייסונג פון זייערע גלחים, און פרובירן אויף אלע מעגליכע אופנים ענג צו מאכן פאר די אידישע איינוואוינערס פון אזא גרויסע און בליענדע שטאט ווי מאנטריאל. מ'רעדט דא נישט פון אן איינצעלנעם פאל וואו עפעס א צודרייטער גוי'אישער אנטיסעמיט האטציך פארגלוסט צו אויסדרוקן זיין האס פאר די אידישע איינוואוינערס פון די שטאט און זיי פרובירן צו אונטערדרוקן. ווייל ס'איז דא נישט דער שמועס נאר פון די צודרייטע, איינזאמע שיקסע סעילין פארזשעט. אדער פון דעם האלב-צודרייטן ליידיגגייער, און אויבער חכם, פיער לא-סערט, ימ"ש. וועלכע האבן נישט עפעס בעסערס צו טון מיט זייער לעבן ווי נאכקוקן די אידן און זיי פארשעמען און דערקוטשען. זיי זענען נאר די שלוחים. מ'זעהט קלאר, אז אפילו די פארזיצערין פון די סיטי קאונסיל, וויאזוי זי האט געענטפערט פאר מר. מאיר פייג, און פאר מר. מענדי שטערנפעלד. מיט וויפיל צינישקייט און רשעות. און זי האט נאך געמאכט דעם שיינעם פנים אז אלעס איז נאר צו איינהאלטן די געזעץ...! מ'קען פארגלייכן דעם מצב פון די אידן אין מאנטריאל היינט צו טאג צו דעם מצב אין וואס די אידישע באפעלקערונג אין פוילן האט זיך געפונען אין די 30'ער יארן. ווען די אזוי-גערופענע דעמאקראטישע רעגירונג איז ארויסגעקומען א יעדן טאג מיט נייע גזירות און באגרעניצונגען אויף די ארטיגע אידן. און אין יאר 1937 האבן זיי אויסגערופן א פולן באיקאט אויף די אידישע סוחרים...דאס אנטיסעמיטיזם וועלכעס איז טיעף איינגעזאפט ביי די פרומע קאטאליקן (פון וואס 90% פון די פראנצויזישע באפעלקערונג באשטייט.) קומט יעצט צום אויבערפלאך. פארשטייצעך מיט א דעמאקראטישן פנים. אבער זייער ציעל איז די אונטערדריקונג פון די אידישע באפעלקערונג...!