☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » "דעת הקהל" אויף קול מבשר

"דעת הקהל" אויף קול מבשר

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9782

גר ותושב » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 1:01 pm

· #307836
"דעת הקהל" אויף קול מבשר
קול מבשר האט געפענט א נייע אפטיילונג מיטן נאמען דעת הקהל ווי איעדער שמויגער קען אריין רופן און איבער לאזן א מעסעדז און עס ווערט ארויף געלייגט אויף נאמבער 3-3 ווי מען קען דאס הערן כדי צו לאזן א מעסעדז דארף מען אריין זאגן די נאמען אבער עס ווערט אויסגעמעקט בשעת עס ווערט ארויף געלייגט אויפן סיסטעם עס איז מיר זייער אינטערסאנט צו וויסען וואס עס וועט צענזירט ווערן און וואס נישט הערטס אויס עס איז שוין דא אפאר לשם שמים מעסעדזעס און גראדע איין גיטע איינפאל אויך אין אויך איינער וואס קוקט אויס ווי א לץ שבלצים וואס קוקט אויס האט געוואלט לאזן הערן זיין קול און נישט האבןדיג וואס צו זאגן געט ער א שכח פאר א ארגענעזעישן איך מיין מיר זאלן מאכן אן עקספערימענט זעין ווי ווייט די צענזור ארבעט און וועלכע שטותים מען קען אלס ארויף לייגען איך גלייב אז די כת המוחאים מוויליאמסבורג וועלן האבן דא אסאך פאן.

רימון » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 2:18 pm

· #307857
Re: "דעת הקהל" אויף קול מבשר
.

גנדי » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 2:57 pm

· #307864
איז דאס א כשר'ע "וואטס-עפפ וואויס נאוט" סיסטעם פאר די קליין הייפעלע פך השמן אשר לא כרעו לבעל האינטערנעט?

חכם עתיק » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 2:14 pm

· #309116
דאכט זיך אסאך רעדערס דארט טוען עס לשם ליצנות, עס קומט פאר ווי די בריוון פון א געוויסע צייטונג.

שש, איך בין זיכער אז פראדאקטיוו האט א גרויסן יד דא.

רויטע וואנצעס » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 3:03 pm

· #309130
די זיסע שעפעלעך דארט... אה מי יתן כ'זאל זיי קענען געבן א קניפ אין בעקל און א צו די ציגעלע בארד. דאך אזוי קיוט קייניינע הרא. פון די וויכטיגע נקודות כ'האב דארט אויפגעכאפט: 1) כ'וויל מעורר זיין. 2) ס'איז ממש א סכנה. 3) דער עולם כאפט נישט ווי וויכטיג ס'איז. 4) ייש"כ פאר די מערכת. אויך האב איך צווישן די שורות אויפגעכאפט, אז די באס רבי המעורר האט גאר א שטארקע פארקילעכטס, די נאז זיינע איז פארשטאפט ביאנד ריפעיר.

גר ותושב » דאנערשטאג מאי 26, 2016 12:13 am

· #334639
Re: "דעת הקהל" אויף קול מבשר
איך הער אז אויף דעת הקהל איז דא א נייע דעבאטע אפטיילונג איינער מיט מער פרטים?
ווי איז אונזער עקספערימענטער אפשר קען ער עפעס מסדר זיין דארט להנות בהן בני אדם.

טאמבל סאס » דאנערשטאג מאי 26, 2016 11:47 am

· #334682
Re: "דעת הקהל" אויף קול מבשר
די 'על דא ועל הא' שמועסן איז אינטרעסאנט צוצוהערן.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

גר ותושב » מאנטאג מאי 30, 2016 10:47 pm

· #335434
Re: "דעת הקהל" אויף קול מבשר
די פאריגע וואך דיבאטע איז געוועין בנוגע די נייע געזעץ אז אין שטאט דארף מען צאלן פינעף צענט פאר פלעסטיק בעגס.
די תגובות אויף די דיבאטע איז גאנץ כמעשה איין תגובה האב איך הנאה געהאט א לאנדענער באקלאגט זיך אז די ניו יארקער זענען פוילע חברה.
די דעבאטע פון די וואך איז ..... געב אבאכט נעם א בענקל שטאפ צו די אויער די דעבאטע איז בנוגע צו מוזיק ביי חתנות זענען צו הויעך אדער נישט איך קען קוים ווארט ביז די תגובות גייען ווערן ארויף געלייגט און איך האף אז די בחורים וועלן זיך צוכאפן צו די נושא.

אברך משי » דאנערשטאג יוני 2, 2016 6:29 pm

· #336079
It seems like most people talking to Daas hakuhel come from Monsey or Upstate
Any reason why? Can anyone think

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יוני 2, 2016 7:38 pm

· #336087
די וואס וואוינען אין שטאט האבן מער דאגות.

קאמענטירער » זונטאג אוגוסט 28, 2016 5:51 pm

· #347534
איך האלט בשיטה אז די מענטשען וואס רעדן אויף די אפטיילונג זענען הוילע שפילערס, געדונגען דורך די מערכת אונטערצוהאלטען די צוהערערס,

קודם ווייל אויב הערט מען עס מער ווי דריי וואכען אין א צו דערקענט מען געוויסע רעדנערס וואס האבן חזקה, און שנית ווייל איך וויל נישט גלייבען אז אויף די וועלט דרייען זיך נאך אזעלעכע מענטשען וואס טראגען דאגות ווי '' אז מזאל אבאכט געבן נישט צו אנשפריצען מענטשען מיט די קאר'' ''צו מען מעג זאגען אז סאיז חסידות נישט צו דיין אין שויער בעפאר די מקווה'' און אזוי ווייטער

ירח בן יומו » זונטאג אוגוסט 28, 2016 7:46 pm

· #347546
איך וואלט געזאגט אז די וואס הערן עס אויס זענען געדינגן.

קאמענטירער » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 10:22 am

· #347592
ירח בן יומו
איך וואלט געזאגט אז די וואס הערן עס אויס זענען געדינגן.

אחוץ אז דו האסט פורבירט צוזאגען א גוט ווערטעל פארשטיי איך נישט די קאָלקייט און די סטייל דא אין שטיבעל פון קענען מאכען א דעלעקראציע און א אויפטו אז מהערט נישט קולמע, סך הכל איך עס א גוטע צייט פאברענגער און ווען מען וויל איינשלאפען קומט עס גוט צוניץ מקען זיך אנהאנדלען ידיעות אינדערזייט, און פאר די וואס ווילען זיך שפירען גוט כאילו זיי באלאנגען צו די הכערע שטייסעל און זיי לאזען זיך נישט אראפ צו הערן די פאני כּל מְבַסֵר זאלען זיי געזונטערהייט גיין הערן די עדס אויף די רעדיא