☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » קרית יואל: האק מיר אפ א פינגער און פאר מיין שונא צוויי

קרית יואל: האק מיר אפ א פינגער און פאר מיין שונא צוויי

80 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9777
בלאט: 1 2

אניהקטן » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 11:21 am

· #307654
קרית יואל: האק מיר אפ א פינגער און פאר מיין שונא צוויי
קען מיר איינער מסביר זיין די מענטאליטעט פון די זאליס אין מאנרא?

דער נאצי-ווילעדזש מיט די בלוטיגע מעסערס פארברענט און הרג'עט אידן אויפ'ן אויטא דא פע.

גרענטעד.

אבער וויאזוי נעמט עטס נקמה?

דורכ'ן עלעקטן מענטשן וואס האבן דיר פיינט, נישט ווייל גדלי' סעגעדין איז אדמיניסטראטאר פון קרית יואל נאר ווייל דו נעמסט מעדיקעיד, סעקשאן 8, פוד סטעמפס, און ווייל דו האסט מער ווי צוויי קינדער און דו וואקסט צו שנעל, און ביסט א גרויסער בורדען אויף די טעקספעיערס.

מיר זענען קעגן אבאמאקעיר, לאמיר עלעקטן אסאמא בין לאדין פאר פרעזידענט. ער וועט אונטערגראבן גאנץ אמעריקע און אבאמאקעיר וועט שוין מיטגיין אינאיינעם.

כ'מיין, העלא!

און ס'ווערט נאך בעסער פון דעם: די מענטשן וואס עטס האטס ארויסגעוואוט זענען די זעלבע מענטשן וועלכע האבן געווינען ווייל עטס האטס זיי אריינגעוואוט!!! איינעם פון זיי האט עטס עלעקטעד מיט א נישטיגע צוויי יאר צוריק. די ווילידזש רוצחים האבן געוואוט קעגן ביידן פון זיי!

די איינציגסטע סיבה פארוואס עטס האטס געוואוט קעגן ענקערע גוטע פריינד, וואס האבן ענק אלעס דעליווערט אויף א גאלדענעם טאץ, איז וויבאלד עטס האטס געזוכט א געווינס מיט ליכט צו געבן אביסל חיזוק פאר ענקערע נאכפאלגערס, און דער איינציגסטער וועג וויאזוי עטס האטס געקענט באווייזן צו האבן עפעס א וויקטארי איז דורך ארויסקאפען עמיצן, נישט קיין חילוק ווער ער איז. דער עיקר מען זאל קענען שרייען, קעי דזשעי אלייענס האט אפגעהאלטן א מעכטיגע זיג!!! בראווא!

פיין, כ'נעם אן דעם תירוץ.

יעצט אבער קומט דער ויהי ממחרת. מען וועקט זיך אויף און מען טרעפט זיך מיט א טאון גאווערמענט וואס איז נאך אלץ קעגן ענק. די יונייטעד מאנרא קאנדידאטן זענען נאר צוויי פון פינף. די אנדערע דריי טאון באאמטע האבן געזען אז עטס זענטס ביליגע אפארטוניסטס וואס וואוטן פאר קאנדידאטן נאר פאר איין סיבה, כדי צו קענען דערקלערן זיג, נישט קיין חילוק וואספארא זיג ס'זאל נאר זיין. זיי גייען ענק גארנישט געבן די קומענדיגע צוויי יאר ווייל פארוואס יא? עטס גייטס זיי סייווי ווארפן צו די הונט אין צוויי יאר ארום כדי צו קענען נאכאמאל ווייזן ענקערע נאכפאלגער, קוקטס נאר ווי מיר געווינען!

און יא, פאר איך פארגעס, דער ווילידזש האט שוין באקומען פונעם טאון אלעס וואס זיי האבן געדארפט, די קליינע אנעקסעישאן איז דורך. איבער דער גרעסערער אנעקסעישאן וועט א שופט מחליט זיין. עטס האטס נקמה גענומען אין נאצי-דייטשלאנד דורכ'ן אריינוואוטן אנטי-נאצי קאנדידאטן אין פראנקרייך. פיין!

דער פראבלעם איז אז ענקערע מוסדות געפינען זיך אין פראנקרייך, און נישט די אהרונישע מוסדות, און עטס זענטס יעצט סטאק מיט א גאווערמענט וואס האט ענק נישט ליב. די מעדזשאריטי האט ענק נישט ליב ווייל עטס האטס זיי געסקרוט אין באבנ'ס באבן אריין. די מינאריטי האט ענק נישט ליב פאר די זעלבע סיבה וואס זיי האבן אונז נישט ליב, דאס לעצטע מאל וואס כ'האב געטשעקט זענען מיר געגאנגען מיט די זעלבע פלאטשיגע היטן און שטאפענע היטן, און מיט די זעלבע בערד און פיאות. כ'דענק נישט אז ווען עטס זענטס אריינגעגאנגען איינקויפן אין וואלמארט האבן זיך אלע גוים פארנויגט פאר ענק מיט רעספעקט, הו אה, דא קומט אן אלייענס איד. מען קען זען אז ער איז א בעסערער איד. נישט קיין עקלדיגער ווילידזש רוצח מיט א בליטעדיגע מעסער.

און אויב ס'וועט זיך מאכן די קליינע טשענס אז די יונייטעד מאנרא וועט באשליסן צו גיין מיט'ן ווילידזש, אזוי ווי ענקערע פריינד וועמען עטס האטס נעכטן ארויסגעקאפעט האבן געטון (נישט אז איינער גלייבט אז דאס וועט געשען. דאסמאל האט עטס אריינגעוואוט די עכטע הארדקאור אנטיסעמיטן) וועט עטס דאך זיי ארויסוואוטן אין פיר יאר ארום! יעצט גיי זיי מיר מסביר פארוואס זאל עני נארמאלער פאליטישאן וועלן אפילו זיך זעצן מיט ענק צום טיש.

אבער באמת איז דאס אלעס נארישקייטן. עטס האטס געווינען אין די וואלן, פונקט אזוי ווי עטס האטס געווינען מיט צוויי יאר צוריק און מיט פיר יאר צוריק. צוויי יאר צוריק האט עטס געשריגן אז אויב דעניס מעקוואטערס געווינט איז די נאצי ווילידזש אויס. יעצט האטס עטס געשריגן אז אויב דעניס מעקוואטערס פארלירט איז די נאצי ווילידזש אויס. וועלן מיר אלע ווארטן רואיג צו זען וויאזוי עטס שרייטס נאכאמאל אין פיר יאר ארום אז דורכ'ן ארויסקאפען די צוויי יעצטיגע יונייטעד מאנרא פאליטישאנס איז די נאצי ווילידזש אויס.

Ben-Shishim » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 3:00 pm

· #307697
דורך אניהקטן » מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 11:21 am
👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍
Well done, Thank You

גאנצל » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 3:42 pm

· #307701
וואס איז טאקע פשט ? זיי טראכטן נישט וואס זיי טוען ?

גאנצל » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 3:46 pm

· #307702
ס'איז נאך מער נעכטן האבן זיי סתם געגעסן פארשטינקענע פיש און פון שטאט ארויסגעווארפן ווייל אנשטאט פרובירן צו ווייזן פאר די וויליזש אז מ'קען אונז נישט דיסקאמענירן האט די וויליזש זיי געויזען אז איך דארף בכלל נישט קוקן אויף דיין זייט

דעמאקראטיע » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 3:59 pm

· #307703
ווען האט יונייטעד מאנרא פארברענט א שוהל
ווען האט יוניייטעד מאנרא פארשפארט א שוהל
ווען האט יונייטעד מאנרא נישט געלאזט באגראבן אין ביה"ח
ווען האט יונייטעד.מאנרא. נאכגעשריגן פריש חתונה געהאטע קאפלס
ווען האט יונייטעד מאנרא געפייט אקעגן די נייע זאלי שוהלן
ווען האט יונייטעד מאנרא פארפירט אקעגן געבן פערמיטס פאר די סקול, מקוה,

איך ערווארט נישט אז דו וועסט פארשטיין וואס איך האב דא געשריבן ווייל פונקט ווי א חלה דעקל פארשטייט נישט אפילו זאלסט אים אויפווייזן אויף הונדערט וועגן וועט ער נישט פארשטיין ווייל ער איז א חלה דעקל

דעמאקראטיע » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 4:01 pm

· #307704
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/9121">viewtopic.php?f=33&t=9121</a><!-- l -->

גאנצל » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 4:30 pm

· #307705
דעמאקראטיע
ווען האט יונייטעד מאנרא פארברענט א שוהל
ווען האט יוניייטעד מאנרא פארשפארט א שוהל
ווען האט יונייטעד מאנרא נישט געלאזט באגראבן אין ביה"ח
ווען האט יונייטעד.מאנרא. נאכגעשריגן פריש חתונה געהאטע קאפלס
ווען האט יונייטעד מאנרא געפייט אקעגן די נייע זאלי שוהלן
ווען האט יונייטעד מאנרא פארפירט אקעגן געבן פערמיטס פאר די סקול, מקוה,

איך ערווארט נישט אז דו וועסט פארשטיין וואס איך האב דא געשריבן ווייל פונקט ווי א חלה דעקל פארשטייט נישט אפילו זאלסט אים אויפווייזן אויף הונדערט וועגן וועט ער נישט פארשטיין ווייל ער איז א חלה דעקל


ביי די וועי פון אזעלכע ווי דו ערווארט מען נישט קיין תירוץ די וואונדער איז אויף די נארמאלע ?

נ.ב. גראדע בין איך שוין לאנג נישט געווען אין קר"י סאו האב איך נישט געהערט נאכשרייען קיין קאפלס אבער איך בין אין וויליאמסבורג יעדע שבת דארט הער איך יא עפעס שרייען שבת

שושן פורים » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 4:57 pm

· #307707
#צימעס #צימעס#צימעס#צימעס#צימעס

דעמאקראטיע » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 5:24 pm

· #307711
עס איז איראניש ווי די ארונים זאגן פאר די זאליס ווער זייערע שונאים זענען
ווער סע פארשטייט פארשטייט

shem-tov » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 6:09 pm

· #307725
א חבר פרעגט מיר היינט, איך פארשטיי נישט. וואס איז געשעהן מיט טעראזירן מענטשן. פארוואס קענען נישט די ארונים סטראשענען למשל אז ווער סוועט זיך נאר דערוואגן צו וואוטן פאר די מתנגדישע קאנדידאטן וועט מען ארויסווארפן פון ביהמ"ד. פארשעמען. שלאגן רצח'נען. פייניגן פארשעמן. פונקט ווי מפלעגט טון אין די גוטע צייטן און סהאט טאקע פיין געארבעט. לויט ווי איך ליין בפירוש אין בלאט פון רבי דוד עקשטיין שליט"א האט זיך עס זייער גוט אויסגעארבעט אין שטעטל און יעדער זעהט שוין היינט אז זיי זענען געווען גערעכט די אלע יארן און סאיז דא בלויז איין מלוכה און יעדער האט זיך ב"ה אונטערגעווארפן תחת הממשלה. איי די נישטיגע 25 קינדערלעך פון ויואל משה און בני יואל די אזויגערופענע ווערעמיגע קינדער פון זיי איז נישטא וואס מורא האבן. מען וועט שרייען פוי און שוין. אויב איינער קען אפשר אויפקלערן וואסע גייט פאר דארטן פון ווי איז נולד געווארן אפאר טויזענט קעגנערישע שטימען איבער נאכט בשעת רבי דוד שרייט חי וקים מען האט פארמאכט די צוויי שולהן און מיר האבן געווינען די מאכט. איך בין באמת צומישט איך גלייב נישט אז רבי דוד איז א פשוטער פאנטאזירער. ע"כ וואס מיין חבר האט מיר היינט געפרעגט

signout » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 6:11 pm

· #307726
קוקט אויס די פאליטיק איז נאר אין קרית יואל אין וומ''ס איז שלום ושלוה, דארט העלפט גאר צד מהרז''ל צו בויען די שוהלען אין מוסדות, די אלע מסירות אין טעראר קומט פין פאפא אין קרעטשניף סיגעט

signout » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 6:14 pm

· #307727
shem-tov
א חבר פרעגט מיר היינט, איך פארשטיי נישט. וואס איז געשעהן מיט טעראזירן מענטשן. פארוואס קענען נישט די ארונים סטראשענען למשל אז ווער סוועט זיך נאר דערוואגן צו וואוטן פאר די מתנגדישע קאנדידאטן וועט מען ארויסווארפן פון ביהמ"ד. פארשעמען. שלאגן רצח'נען. פייניגן פארשעמן. פונקט ווי מפלעגט טון אין די גוטע צייטן און סהאט טאקע פיין געארבעט. לויט ווי איך ליין בפירוש אין בלאט פון רבי דוד עקשטיין שליט"א האט זיך עס זייער גוט אויסגעארבעט אין שטעטל און יעדער זעהט שוין היינט אז זיי זענען געווען גערעכט די אלע יארן און סאיז דא בלויז איין מלוכה און יעדער האט זיך ב"ה אונטערגעווארפן תחת הממשלה. איי די נישטיגע 25 קינדערלעך פון ויואל משה און בני יואל די אזויגערופענע ווערעמיגע קינדער פון זיי איז נישטא וואס מורא האבן. מען וועט שרייען פוי און שוין. אויב איינער קען אפשר אויפקלערן וואסע גייט פאר דארטן פון ווי איז נולד געווארן אפאר טויזענט קעגנערישע שטימען איבער נאכט בשעת רבי דוד שרייט חי וקים מען האט פארמאכט די צוויי שולהן און מיר האבן געווינען די מאכט. איך בין באמת צומישט איך גלייב נישט אז רבי דוד איז א פשוטער פאנטאזירער. ע"כ וואס מיין חבר האט מיר היינט געפרעגט


shem-tov
און איך בין טאקע א סאטמארער אבער ווי אלע ווייסן דא בין איך זייער אומפארטייאיש.


העי העי האסט פארגעסן עכט ביזטו נוטראל, א שקרן מוז האבען א גיטע זכרון, אה ס'דיין חבר סארי

signout » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 6:18 pm

· #307729
משוגע איז צד מהר''א אז זיי מיינען נעבעך יונייטעד מאנרוי זענען שונאי ישראל, זיי זענען עכט געוואלדיגע ליבהאבער פין אידן זיי מיינען פשוט די טובה, א שאד אז דער עולם מאנסי, בלומינבורג, טאמפסאן וכו' ווייסט נישט אז פרעזערוו רעמעפא אין אלע אנדערע גרופעס וואס פייטן אינז האב אינז עכט ליעב

גאלד » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 6:47 pm

· #307736
די רעדע איז דא איבער א פארמעסט וואס די זאליס קלעימען גרויס זיג,
2 מאנרא טאון קאנסיל זיצן (2 פון 4),
ווי עס זענען געלאפן 1 אמטירנדער דעמאקראט, 1 אמטירענדע יונייטעד מאנרא, און 2 נייע "יונייטעד מאנרא" קאנדידאט,
די 2 נייע יונייטעד מאנרא קאנדידאטן זענען אויך געלאפן אויף די רעפאבליקאנער ליניע,
"יונייטעד מאנרא" איז א פארטיי געגרינדעט געווארן ספעציפיש צו פייטן די קרית יואל ענעקסעשן, און די א"ג קאראפציע פון די טאון באורד וואס איז פאני בראט מיט די ווילעדש,
די ווילעדש מיט די ארונים טענה'ן אז זיי זענען "אנטיסמיטן", וואס זוכן צו חרוב מאכן די שטעטל,
צו ס'איז ממש אזוי ווייסעך נישט, איך בין דערוויל נאך נישט קאנווינסט, אבער דאס איז פאר אן אנדערסמאל צו דעבאטירן,
די וואלן זענען בלויז פאר די טאון אוו מאנרא איינוואוינער, און דעם איז נכלל קרית יואל,
אין אלגעמיין זענען אביסל מער ווי האלב מאנראע וויילער חסידים, און די רעשט זענען גוים פון אינדרויסן פון שטעטל,
דאס מיינט כל זמן אלע חסידים וואוטען פאר איין קאנדידאט קענען זיך די שכנים אויפן קאפ שטעלן,
אבער דאס מיינט אויך אז באופן וואס אלע גוים שטימען פה אחד פאר א געוויסער קאנדידאט, קענען די זאליס זייער גרינג טוישן די אויסגאנג פון די וואלן למרות די ווילעדש,
ווייל ווען מ'פליפט א שטימע פון קאנדידאט 1 צו קאנדידאט 2 איז עס א טאפעלטע נעט געווינס, ואין לי כח להסביר, אבער דאס איז א אנגענומענע חשבון,
דאס מיינט מ'ברויך נישט קיין סאך צו קאליע מאכן,
די זאליס האבן טאקע אינדארסירט די 2 נייע יונייטעד מאנרא קאנדידאטן
די אלטע יונייטעד מאנרא קאנדידאט האבן וואס זיי האבן אריינגעוועלט לעצטע מאל האבן זיי געלאזט הענגן אויפן דראנג
פארוואס?
ווייל אז די זאגסט רויט זאג איך גרין כנהוג בחצר הזלונים, רודפי שלמונים, והדברים ידועים ואכמ"ל,
איי די אמטירענדע קאנדידאט האט דיך קיינמאל געטשעפעט,
דערווייל האבן זיי נאך אלעמאל געהאט א אפען טיר ואוזן קשבת ביי אלע טאון פאלעטישנס,
און זיי זענען עס מודה, זיי גרויסן זיך דערמיט רעגלמעסיג אין דער איד,
אבער דאס איז נישט גענוג מ'מוז למען השם אנלערנען אהרן טייטלבוים, דאס איז פריארעטי נומער 1,
טראץ וואס יונייטעד מאנרא אגענדע איז צו שטערן די וואוקס פון קרית יואל,
אין מ'האט נאך א זאק מיט תירוצים אויך,
קודם איז דער ערשטער קלאסישע תירוץ אז די ארונים זענען סאך ערגער ווייל זיי זענען טעראריסטן,
מ'ברענגט אפיר אלטע עקספייערט מעשיות, נאך מימי רביצין אלטא פיגא ע"ה ולמעלה,
וואס איך האלט איז א גרויס אחריות צו מעורר זיין שנאה ואיבה צווישן אידישע ברודער, פאר די אייגן בענעפיט,
בשלמא בשעת כעסו בשעת מעשה קען מען נאך מלמד זכות זיין,
אבער סתם אזוי אין א גרינעם מיטוואך, גיין בשאט נפש מחתא זיין בגחלים,
צוליב פארשטינקענע פאליטשע חשבונות,
און דאס זענען נאך מנהיגים דעה זאגער,
לפענ"ד שפילט מען זיך מיט פייער,
נאכאמאל איך וואלט געקענט אפשר אביסל פארשטיין זייער עצם שריט,
ווי נישט ווי זענען זיי אויסגעהינגערט פאר רעקעגנישן, און דא האבן זיי א היכי תמצא וואו מ'מוז רעדן פון זיי,
מסכים, אבער ווי איז דאס ביסל אחריות צו סתם העצן מענטשן,
נאר אז מ'האט נגיעות ונטיות, טרעפט מען זיך אלע סארט הסברים אין תירוצים,
פארשטייצעך און קרית יואל גופא האבן זיי שיין פארלוירן כרגיל,
4400=ארונים, 2400=זאלונים,
אויף דעם פייערן די זאליס זייער גרויסער זיג!

דעת תורה » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 7:20 pm

· #307739
Re: קרית יואל: האק מיר אפ א פינגער און פאר מיין שונא צוויי
כרגע נאר בקיצור, קלאר צו שטעלן די פאקטן. מק'וואטערס וואס ער האט באמת דעליווערט פאר די זאלי'ס, האט נישט געהאט קיין וועג צו געווינען, נאך וואס די וויליזש האט מחליט געווען - פאר נקמה אויף זיין אנעקסעישאן וואוט - אז זיי גייען אים נישט שטיצן, און ליבערשט זאל א יונייטעד מאנרא קאנדידאט אריין קומען. דאס איז טייטש אז איין פארשאלטענע אנטיסעמיט שונא אינוועסטיגעישאן וכו' וכו' האט דער וויליזש בידים אריין געברענגט. אפילו אלייענס זאל גענצליך נאכטאנצן די וויליזש דיקטאטן, געווינט נאך אלס איין יונייטעד קאנדידאט.

לגבי דען בוירק, די אלייענס האט געהאט מפרסם געווען בילדער ווי זיי זיצן מיט אים און דיסקוסירן זייערע געברויכן. למעשה האט ער נישט געקענט דעליווערן גארנישט פאר זיי, ווייל זיינע הענט זענען געבינדן דורכן וויליזש. דאס איז די קלארע פאקטן.

עס איז אלעמאל זייער קאמיש און אונטערהאלטנד צו זען ווי א טאג נאך די וואלן ווען די אלייענס ברענגט אריין זייערע קאנדידאטן קומען די וויליזש ספינערס מסביר זיין ווי שטארק עס לוינט זיך נישט פאר די אלייענס דער שריט, וויפיל זיי גייען דערלייגן. וכו' וכו'. גיי ווייס פארוואס זיי האבן נישט געקענט כאטש ווארענען בעפאר...

הרב_שלום » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 10:27 pm

· #307769
די קרית יואל ווילעדזש טוען זיך גארנישט רעכענען מיט די זאלי פארטיי, לאמיר נעמן א ביישפיל קומיונעטי רום א שיניע צאל זאלי'ס האבן געקויפט דירות אין ברך משה אנשטאט מען זאל זיך רעכענען מיט זיי אין געבן א שטיקעל קרקע פאר א ביהמ"ד (מען פארלאנגט נישט אזוי גרויס וואס שמעון זאב האט אבער עפעס) האבן זיי געמוזט קויפען 6 דירות און מאכן א ביהמ"ד, און די צייט וואס די זאליס האבן פונקט אזוי באצאלט, ‏
די איינציגסטע וואס רעכענען זיך מיט זיי זענען די טאון אפישעלס און כדי צובאקומען פערמיטען צו קענען בויען די מוסדות אדער בתי מדרשים מוז מען ווייזען פאר די אפישעלס אז מען איז א פארטיי און דאס קען מען בלויז מיטן וואוטען אנדעש וואס די ארונים הייסען ‏
א

ישראלי » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 10:34 pm

· #307772
Re: קרית יואל: האק מיר אפ א פינגער און פאר מיין שונא צוויי
ענדערש האק מיר אפ א פינגער און מיין שונא צוויי ווי איידער מיר אפהאקן א פינגער און מיין שונא לאזן גאנץ און מעכטיג!

signout » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 12:21 pm

· #307825
דעת תורה
כרגע נאר בקיצור, קלאר צו שטעלן די פאקטן. מק'וואטערס וואס ער האט באמת דעליווערט פאר די זאלי'ס, האט נישט געהאט קיין וועג צו געווינען, נאך וואס די וויליזש האט מחליט געווען - פאר נקמה אויף זיין אנעקסעישאן וואוט - אז זיי גייען אים נישט שטיצן, און ליבערשט זאל א יונייטעד מאנרא קאנדידאט אריין קומען. דאס איז טייטש אז איין פארשאלטענע אנטיסעמיט שונא אינוועסטיגעישאן וכו' וכו' האט דער וויליזש בידים אריין געברענגט. אפילו אלייענס זאל גענצליך נאכטאנצן די וויליזש דיקטאטן, געווינט נאך אלס איין יונייטעד קאנדידאט.

לגבי דען בוירק, די אלייענס האט געהאט מפרסם געווען בילדער ווי זיי זיצן מיט אים און דיסקוסירן זייערע געברויכן. למעשה האט ער נישט געקענט דעליווערן גארנישט פאר זיי, ווייל זיינע הענט זענען געבינדן דורכן וויליזש. דאס איז די קלארע פאקטן.

עס איז אלעמאל זייער קאמיש און אונטערהאלטנד צו זען ווי א טאג נאך די וואלן ווען די אלייענס ברענגט אריין זייערע קאנדידאטן קומען די וויליזש ספינערס מסביר זיין ווי שטארק עס לוינט זיך נישט פאר די אלייענס דער שריט, וויפיל זיי גייען דערלייגן. וכו' וכו'. גיי ווייס פארוואס זיי האבן נישט געקענט כאטש ווארענען בעפאר...
ד''ה אזוי זענען זיי מכיר טובה פאר זייער גרויסע אוהב ישראל מעקוואטער, ווייל ער קען נישט געווינען...שיין, אין אגב וועגן בורק, ער האט דאך דעליווערט די פערמיט פאר די 2 מהרז''לס לאטס ווי ענק האבען אזויפיל פראפאגאנדירט, וואס האט ער ענק נישט דעליווערט חוץ אז ער וויל נישט אנעקענען אז מענדל שווימער איז עכט מעיאר

signout » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 12:22 pm

· #307826
הרב_שלום
די קרית יואל ווילעדזש טוען זיך גארנישט רעכענען מיט די זאלי פארטיי, לאמיר נעמן א ביישפיל קומיונעטי רום א שיניע צאל זאלי'ס האבן געקויפט דירות אין ברך משה אנשטאט מען זאל זיך רעכענען מיט זיי אין געבן א שטיקעל קרקע פאר א ביהמ"ד (מען פארלאנגט נישט אזוי גרויס וואס שמעון זאב האט אבער עפעס) האבן זיי געמוזט קויפען 6 דירות און מאכן א ביהמ"ד, און די צייט וואס די זאליס האבן פונקט אזוי באצאלט, ‏
די איינציגסטע וואס רעכענען זיך מיט זיי זענען די טאון אפישעלס און כדי צובאקומען פערמיטען צו קענען בויען די מוסדות אדער בתי מדרשים מוז מען ווייזען פאר די אפישעלס אז מען איז א פארטיי און דאס קען מען בלויז מיטן וואוטען אנדעש וואס די ארונים הייסען ‏
א
נעקסט טיים בעט די דעוואלעפאר זאל צושטעלן נאך א קאמיוניט רום פאר די מענטשן וואס קענען נישט דאווענען אינאיינעם מיט רוב ציבור, אין אגב דאס ''אויפבויען די מעכטיגע בנין הביהמ''ד'' איז נישט פין די דעוואלאפער

signout » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 12:24 pm

· #307829
גאלד

פארשטייצעך און קרית יואל גופא האבן זיי שיין פארלוירן כרגיל,
4400=ארונים, 2400=זאלונים,
אויף דעם פייערן די זאליס זייער גרויסער זיג!

דאס זאגט אלעס

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 1:35 pm

· #307839
נישטא קיין אנדערע עצה, די זאלי'ס האבן בעיקר געוואלט אויפלעבן קאווע שטיבל, און אויפוועקן @גאלד תחיית המתים, אדערווייז איז ער נישט צום געפינען, און פארשטייצעך הרב signout, וואס איז אויך נאר דא ווען עפעס טוט זיך אקעגן די פארטיי.
קאמאן, חברה, שרייבטס אפטער אינדרויסן פון צימעס, וועט מען נישט מוזן אננעמען אזעלכע דראסטישע שריט פון אפהאקן פינגערס.

גאלד » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 1:40 pm

· #307841
קמיוניטי רום?
א שטויס העט מען דיר געבן!
האסטע געהערט אזאנס?
די גאנצע קאנמיוניטי רום איז דאך נאר א שפיל, זאל זיין א שול,
נו וואס ווילסטו זאלן מען לכבוד דעם טיילן שולן פאר יעדע פראקציע,
האסט ערענסט דאס ערווארטעט,
און די צייט וואס די זאליס/בני יואל ווילן למען השם זיין א אפאזיציע צו די ווילעדש,
איים סיריעס,
און וואס קלערסטו יונייטעד מאנרא גייט דיר געבן די קאמיוניטי רום,
דיין עקזיסטירונג אין קרית יואל וואלטן זיי געענדיגט ווען זיי קענען,

קאמיוניטי רום וויל ער!

הרב_שלום » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 1:49 pm

· #307842
יונייטיד מאנרא געבט נישט קיין קומיונעטי רום אבער זיי געבן פערמיטס צו קענען בויען צוויי גרויסע בתי מדרשים

signout » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 2:12 pm

· #307853
הרב_שלום
יונייטיד מאנרא געבט נישט קיין קומיונעטי רום אבער זיי געבן פערמיטס צו קענען בויען צוויי גרויסע בתי מדרשים
די פערמיט האבען זיי באקומען פין די טאון נישט פין ינייטעד מאנרוי, טראכט פאר די שרייבסט

גאלד » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 2:18 pm

· #307856
האבן דען די אנדערע טאון קאנדידאטן דען נישט געגעבן קיין פערמיטס?
איך ווייז דיר מפורש אין "דער איד" ווי זיי גרויסן זיך דערמיט.

די טאון האט אלעס געגעבן פאר די זאליס,
זיי זענען ליגענער און כפוי טובה,

איך וואלט געהאט מער רעספעקט פאר זיי ווען זיי זענען אנעסט און זאגן דעם ריינעם אמת,
זיי ווילן למען השם זיין א אפאזיציע צו די ווילעדש,
ווייל די ווילעדש זענען חסידים פון אהרן טייטלבוים,
און מ'מוז פירן א זשיהאד קעגן אהרן טייטלבוים,
דאס איז עס, גארנישט עפעס אנדערש
אדרבא הערט וויזוי די זאליס פייערן זייער נצחון,
מ'פארגלייזט זיך די אויגן,
"ווער האט זיך אמאל געגלייבט אז 2,500 מענטשן העלן וואטן קעגן אהרן טייטלבוים"
בלא בלא בלא,
דאס איז עס!
דער קורת רוח ברויכן זיי נייטיג,
אזוי לאנג זיי האבן די רייץ צו ווייזן זייער כח,
און האבן א נקמה אין אהרן טייטלבוים,
וועט גארנישט אין די וועלט העלפן,
זיי העלן אלס טרעפן תירוצים צו גיין פארקערט ווי די ווילעדש,
די אלע אנדערע תירוצים איז תורת לאקשן מ'זוכט זיך אליינס צו פאפן,
און קען זיין אז זיי זענען גערעכט דערמיט,
און מ'דארף טאקע זיין לעולם ועד א אפזיציע צו די ווילעדש,
אבער זיי אנעסט,

green sunday » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 2:35 pm

· #307861
בכלל האבן די אלייענס חברה געהאט א דארכפאל, האלטן זיי אין איין שרייען אין שרייבן אין די רעקארד אז רוב קרית יואל דארף נישט די אנעקסעשאן, סאיז נאר די ווילידזש מיט די דעוועלאפערס וואס ווילן מאכן געלט,
האט מען יעצט געזען אז סאיז 65% פאר אנעקסעשאן קעגן 35% נישט

גאלד » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 2:37 pm

· #307862
איך וויל ציגעבן נאך איין זאך

להוי ידוע,
די זאליס ווילן נישט די אנעקסעישן,
זיי העלן אפשר זיך טרייען אליינס צו פאפן,
אבער בתהום לבבו ווילן זיי עס נישט,
ווייל די ענעקסשן מאכט קרית יואל גרעסער,
וואס דאס מאכט די ווילעדש מער מאכטפול,
וואס דאס מאכט אהרן טייטלבוים שטערקער,
און דאס איז שוין עק וועלט,
מ'קען דאס נישט צילאזן בכל הון דעלמא,
אפי' אייסיס זאל זיין אין טאון,

איך זיך נישט צו מאכן קיין וויצן,
דאס איז דער ריינער טיפער אמת,
פאר ווער עס וויל וויסן דעם אמת,

מיין פוינט איז אז ס'ליידער באמת נישטא וואס צו טאן צו מאכן העפי די זאליס,
גלייבט מיר איך זאג עס מיט א טיפע ווייטאג,
הלוואי ווען מ'ארבעט אינאיינעם מיט הארמאניע,
אבער ס'ליידער דערווייל נישט אזוי,
די זאליס ווילן נאר זיין א אפאזיציע,
לדאבונינו

גאנצל » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 4:04 pm

· #307872
די שטערקסטע קשיא פון אלעם איז איין זאך

לאמיר רעדן אפען די זאליס ווילן איין זאך אז זיי זאלן זיין פונקט ווי די ארונים זאלן קענען בויען זייער מוסדות אין שטעיטל (בתי מדרשים פארשטיי איך נישט פונקטליך ווער לאט זיי נישט בויען בתי מדרשים ? ס'איז דאך דא 70 בתי מדרשים אקעגן אהרן )

(ווי גלייך ווען זיי ואלטן געהאט די וויליזש וואלטן זיי גראד געלאזט פאר די ארונים בויען)

אין אדער ווארדס זיי ווילן זיין אין טשארזש

בקיצור גערעדט זיי וילן האבן די וויליזש

נו גיי מאך וואויטס פאר די מעיאר אמט ?

אקעי דעס קען איך נישט ווייל איך בין נישט רוב

אקעי די מציאות אין א זייט געלייגט

דיין ציל איז צו האבן גוטע פריינט אין טאון דעמאלט פארוואס ביסטו נישט געגאנגען מיט ענקערע פריינט ?

ביליג » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 4:21 pm

· #307875
Re: קרית יואל: האק מיר אפ א פינגער און פאר מיין שונא צוויי
דעמאקראטיע
ווען האט יונייטעד מאנרא פארברענט א שוהל
ווען האט יוניייטעד מאנרא פארשפארט א שוהל
ווען האט יונייטעד מאנרא נישט געלאזט באגראבן אין ביה"ח
ווען האט יונייטעד.מאנרא. נאכגעשריגן פריש חתונה געהאטע קאפלס
ווען האט יונייטעד מאנרא געפייט אקעגן די נייע זאלי שוהלן
ווען האט יונייטעד מאנרא פארפירט אקעגן געבן פערמיטס פאר די סקול, מקוה,

איך ערווארט נישט אז דו וועסט פארשטיין וואס איך האב דא געשריבן ווייל פונקט ווי א חלה דעקל פארשטייט נישט אפילו זאלסט אים אויפווייזן אויף הונדערט וועגן וועט ער נישט פארשטיין ווייל ער איז א חלה דעקל

די זאליס גיין ווייטער האבן די זעלבע פראבלעם די בחורים מיט זייערע שולחים און די הההההנהלה בלייבט די זעלבע

גאלד » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 4:26 pm

· #307876
זאג איך דיר דאך, גאנצל,
דיין קשיא איז לגמרי קיין קשיא,
ווייל זיי טראכטן אינגאנצן נישט די חשבונות,
זייער קאפ לויפט נאר איין וועג,
וויזוי קען איך וויייזן די וועלט אז ס'פארהאן 2,500 מתנגדי ר' אהרן אין קרית יואל,
און זיך נאכדעם פארגלייזן די אויגן "ווער האט זיך געגלייבט....בלא בלא",
דאס איז דער עיקר תכלית הנרצה, גארנישט מער,

קיין אנדערע הסבר איז באמת נישט דא פאר זייער שריט,

ביליג » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 4:31 pm

· #307877
Re: קרית יואל: האק מיר אפ א פינגער און פאר מיין שונא צוויי
green sunday
בכלל האבן די אלייענס חברה געהאט א דארכפאל, האלטן זיי אין איין שרייען אין שרייבן אין די רעקארד אז רוב קרית יואל דארף נישט די אנעקסעשאן, סאיז נאר די ווילידזש מיט די דעוועלאפערס וואס ווילן מאכן געלט,
האט מען יעצט געזען אז סאיז 65% פאר אנעקסעשאן קעגן 35% נישט

67% קעגן % 33 טא בי עקזעקט

דעמאקראטיע » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 4:36 pm

· #307878
ביליג
דעמאקראטיע
ווען האט יונייטעד מאנרא פארברענט א שוהל
ווען האט יוניייטעד מאנרא פארשפארט א שוהל
ווען האט יונייטעד מאנרא נישט געלאזט באגראבן אין ביה"ח
ווען האט יונייטעד.מאנרא. נאכגעשריגן פריש חתונה געהאטע קאפלס
ווען האט יונייטעד מאנרא געפייט אקעגן די נייע זאלי שוהלן
ווען האט יונייטעד מאנרא פארפירט אקעגן געבן פערמיטס פאר די סקול, מקוה,

איך ערווארט נישט אז דו וועסט פארשטיין וואס איך האב דא געשריבן ווייל פונקט ווי א חלה דעקל פארשטייט נישט אפילו זאלסט אים אויפווייזן אויף הונדערט וועגן וועט ער נישט פארשטיין ווייל ער איז א חלה דעקל

די זאליס גיין ווייטער האבן די זעלבע פראבלעם די בחורים מיט זייערע שולחים און די הההההנהלה בלייבט די זעלבע

איה"נ דאס איז דאך רצון קדשו פונעם הייליגן גאון שוין פון די לעצטע 30 יאר
ממילא וועגן דעם דארפן די זאליס וואס טוהן. אהא שטיצן זייערע אונטערדרוקער. יאך הער!!!

דעמאקראטיע » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 4:37 pm

· #307879
ביליג
green sunday
בכלל האבן די אלייענס חברה געהאט א דארכפאל, האלטן זיי אין איין שרייען אין שרייבן אין די רעקארד אז רוב קרית יואל דארף נישט די אנעקסעשאן, סאיז נאר די ווילידזש מיט די דעוועלאפערס וואס ווילן מאכן געלט,
האט מען יעצט געזען אז סאיז 65% פאר אנעקסעשאן קעגן 35% נישט

67% קעגן % 33 טא בי עקזעקט

אן ארונישע עקזעקט

דעמאקראטיע » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 4:39 pm

· #307880
גאלד
זאג איך דיר דאך, גאנצל,
דיין קשיא איז לגמרי קיין קשיא,
ווייל זיי טראכטן אינגאנצן נישט די חשבונות,
זייער קאפ לויפט נאר איין וועג,
וויזוי קען איך וויייזן די וועלט אז ס'פארהאן 2,500 מתנגדי ר' אהרן אין קרית יואל,
און זיך נאכדעם פארגלייזן די אויגן "ווער האט זיך געגלייבט....בלא בלא",
דאס איז דער עיקר תכלית הנרצה, גארנישט מער,

קיין אנדערע הסבר איז באמת נישט דא פאר זייער שריט,

גאנצל פרעגט אין גאלד ענטפערט דערמאנט מיך פון לאצי וואס האט גערעדט צוזיך אליין

ביליג » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 4:39 pm

· #307881
Re: קרית יואל: האק מיר אפ א פינגער און פאר מיין שונא צוויי
דעמאקראטיע
ביליג
green sunday
בכלל האבן די אלייענס חברה געהאט א דארכפאל, האלטן זיי אין איין שרייען אין שרייבן אין די רעקארד אז רוב קרית יואל דארף נישט די אנעקסעשאן, סאיז נאר די ווילידזש מיט די דעוועלאפערס וואס ווילן מאכן געלט,
האט מען יעצט געזען אז סאיז 65% פאר אנעקסעשאן קעגן 35% נישט

67% קעגן % 33 טא בי עקזעקט

אן ארונישע עקזעקט

פאר א זאלישע קענסטו שרייבן 40/60 אדער 50/50

גאלד » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 4:41 pm

· #307882
דעמאקראטיע
גאלד
זאג איך דיר דאך, גאנצל,
דיין קשיא איז לגמרי קיין קשיא,
ווייל זיי טראכטן אינגאנצן נישט די חשבונות,
זייער קאפ לויפט נאר איין וועג,
וויזוי קען איך וויייזן די וועלט אז ס'פארהאן 2,500 מתנגדי ר' אהרן אין קרית יואל,
און זיך נאכדעם פארגלייזן די אויגן "ווער האט זיך געגלייבט....בלא בלא",
דאס איז דער עיקר תכלית הנרצה, גארנישט מער,

קיין אנדערע הסבר איז באמת נישט דא פאר זייער שריט,

גאנצל פרעגט אין גאלד ענטפערט דערמאנט מיך פון לאצי וואס האט גערעדט צוזיך אליין


יוש ביסטאך אזוי כיטרע!

green sunday » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 4:43 pm

· #307884
דעמאקראטיע
ביליג
דעמאקראטיע


איה"נ דאס איז דאך רצון קדשו פונעם הייליגן גאון שוין פון די לעצטע 30 יאר
ממילא וועגן דעם דארפן די זאליס וואס טוהן. אהא שטיצן זייערע אונטערדרוקער. יאך הער!!!

נע חלילה וחס, שטיצט דעם גוי וואס שרייט אויס הויך אז ער וויל דיך פינקט אזוי אינטערברענגן, קיקט איבער דעם קעפל פין דעם אשכול, דאס איז א טיפיקל זאלי

דעמאקראטיע » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 4:44 pm

· #307885
גאנצל
די שטערקסטע קשיא פון אלעם איז איין זאך

לאמיר רעדן אפען די זאליס ווילן איין זאך אז זיי זאלן זיין פונקט ווי די ארונים זאלן קענען בויען זייער מוסדות אין שטעיטל (בתי מדרשים פארשטיי איך נישט פונקטליך ווער לאט זיי נישט בויען בתי מדרשים ? ס'איז דאך דא 70 בתי מדרשים אקעגן אהרן )

(ווי גלייך ווען זיי ואלטן געהאט די וויליזש וואלטן זיי גראד געלאזט פאר די ארונים בויען)

אין אדער ווארדס זיי ווילן זיין אין טשארזש

בקיצור גערעדט זיי וילן האבן די וויליזש

נו גיי מאך וואויטס פאר די מעיאר אמט ?

אקעי דעס קען איך נישט ווייל איך בין נישט רוב

אקעי די מציאות אין א זייט געלייגט

דיין ציל איז צו האבן גוטע פריינט אין טאון דעמאלט פארוואס ביסטו נישט געגאנגען מיט ענקערע פריינט ?


זיי ווילן האבן אזעלעכע פריינט אין טאון וואז זענען פיינט צום וויילידזש. אייעם סארי אבער האב טענות צו דיינע "געטרייע" ווילידזש פירער אז זיי זאלן ענק נישט אזיין פירן אין זומפ מיטן פאראייניגן די "גאנצע" טאון אקעגן ענק אזוי ווי מע זעהט די רעזולטאטן אז 98 פראצענט גיום אין מאנרא האבן געשטימיט פאר די יונייטעט מאנרא קאנדידאטן

דעמאקראטיע » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 4:47 pm

· #307886
green sunday
דעמאקראטיע
ביליג
דעמאקראטיע


איה"נ דאס איז דאך רצון קדשו פונעם הייליגן גאון שוין פון די לעצטע 30 יאר
ממילא וועגן דעם דארפן די זאליס וואס טוהן. אהא שטיצן זייערע אונטערדרוקער. יאך הער!!!

נע חלילה וחס, שטיצט דעם גוי וואס שרייט אויס הויך אז ער וויל דיך פינקט אזוי אינטערברענגן, קיקט איבער דעם קעפל פין דעם אשכול, דאס איז א טיפיקל זאלי

אוי פארוואס האבעך דיר געענטעפערט בכלל
ביזט דאך א פלעינע חלה דעק. ליין איבער מיין ערשטע תגובה אין דעים אשכול
סארי פארן ענפערן

גאלד » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 4:50 pm

· #307887
און אין בלומינגבורג און ראמאפא איז אוואדי אויך די קר"י ווילעדש שולדיג,

נו וואדע

ס'עפעס אונטרסאנט, די זאליס ווילן אזוי שטארק לעבן בשלום מיט די גוים אבער מיט די אייגענע ברודער אין קר"י איז א מצוה גדולה זיך צו גראדשען און רייסן לעולם ועד,

green sunday » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 4:52 pm

· #307888
דעמאקראטיע
גאנצל


דיין ציל איז צו האבן גוטע פריינט אין טאון דעמאלט פארוואס ביסטו נישט געגאנגען מיט ענקערע פריינט ?


זיי ווילן האבן אזעלעכע פריינט אין טאון וואז זענען פיינט צום וויילידזש. אייעם סארי אבער האב טענות צו דיינע "געטרייע" ווילידזש פירער אז זיי זאלן ענק נישט אזיין פירן אין זומפ מיטן פאראייניגן די "גאנצע" טאון אקעגן ענק אזוי ווי מע זעהט די רעזולטאטן אז 98 פראצענט גיום אין מאנרא האבן געשטימיט פאר די יונייטעט מאנרא קאנדידאטן

איז פארדעם גייט מען דאמפען אייגענע גיטע פריינט ווייל ער איז יענעמס פריינט אויך????? איז דא א נערמאלער מענטש אויפן כדור העולם וואס פארשטייט דאס?????

איין ענטפער איז דא "האק מיר אפ א פינגער און פאר מיין שונא צוויי" דאס זענען די זאליס

גאנצל » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 5:00 pm

· #307889
דעמאקראטיע האט באשלאסן עמטליך נישט צו ענטפערן צו די זאך האהא איך וואלט אויך אזוי געטון ..........


דו קענסט ענטפערן פארוואס איר האט אוועקגעווארפן אייערע אייגענע פריינט יא צו ניין ?

די תירוץ פון חלה דעקל איז בעיסיקלי וואס גאלד האלט דא אין איין זאגן

זייער שיין פון דיר אז דו ביסט מודה על האמת א זעלטענע זאך ביי די זאליס

דעמאקראטיע » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 5:02 pm

· #307890
ליין איבער מיין ערשטע תגובה אין דעם אשכול
אין אז דו פארשטייסט נאכאלץ נישט קענעך די נישט העלפען

גאלד » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 5:05 pm

· #307892
ס'נישטא וואס זיך צו טענה'ן
דאס איז אזא vicious cycle,

א גאנצע יאר גרויסט מען זיך אז מ'האט ציבראכן די טעראר אין קר"י
ס'דא 70 שולן, די באסעס פארן ארום פראנק אין פריי,
ס'קומט פאר די וואלן זינגט מען א שירה חדשה שבחו גאולים על שפת הים,
מ'אונטערדרוקט, מ'דיסקרימינעט, ס'גיסט זיך בלוט, מ'פארברענט שולן, ס'עק וועלט
מ'איז מעלה גרה די אלע שלייגערייען פון 30 יאר,
טראץ וואס רוב מנהיגי הזאליס, ור' זלמן לייב בתוכם זענען דאך געווען אויף די צד השלעגערס ביז די טיילונג,
און יעצט וואשן זיי זיך אפ די הענט און ווערן מיר גאנצע מחותנים וואס זיי נעמען זיך נעבעך אן פאר די אונטערדריקטע,
עני וועי, נאך די וואלן פארגלייזט מען זיך די אויגן "ווער האט זיך געגלייבט 2,500 קעגענער פון אהרן...ממש זכותו של אותו זקן...בלא בלא"
נאכדעם גייט אלעס צוריק צום אלטן, עולם כמנהגו, ביז די נעקסטע וואלן,
אזוי גייט עס חוזר חלילה נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל,
אין חדש תחת השמש

green sunday » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 5:07 pm

· #307893
דעמאקראטיע
ליין איבער מיין ערשטע תגובה אין דעם אשכול
אין אז דו פארשטייסט נאכאלץ נישט קענעך די נישט העלפען

הוא אשר דברני אז איך קען נישט טיען/באקימען וואס מיר שמעקט זאל אלעס אינטערגיין מיט מיר אינאיינעם

יעצט לאמיר אלע שרייען חחחחחחחחחחחלללללללללללהההההההההההה.........

דעמאקראטיע » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 5:08 pm

· #307894
גאלד וואס ברענסטו אזוי ?????ביזט דאך צוויי דריטל???

green sunday » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 5:11 pm

· #307895
דעמאקראטיע
גאלד וואס ברענסטו אזוי ?????ביזט דאך צוויי דריטל???

ער פראבירט אויסציפיגערן פארוואס די זאליס/בני יואל האבן דאסמאל נאכאמאל אזוי שטארק געוואלט ווייזן אז זיי זענען בלויז 33% פין קרית יואל

גאלד » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 5:19 pm

· #307896
דעמאקראטיע
גאלד וואס ברענסטו אזוי ?????ביזט דאך צוויי דריטל???


האסט א פוינט גערעכט גערעכט איך בין טאקע זייער העפי מיט דעם,

איך ברען נאר אז יונייטעד מאנרא האט געהאט די נצחון,

גאלד » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 5:33 pm

· #307898
די 2 באנדידטן וועם די זאליס האבן אריינגעשטימט,

שרעקעדיג,

דעמאקראטיע » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 5:37 pm

· #307899
גאלד
דעמאקראטיע
גאלד וואס ברענסטו אזוי ?????ביזט דאך צוויי דריטל???


האסט א פוינט גערעכט גערעכט איך בין טאקע זייער העפי מיט דעם,

איך ברען נאר אז יונייטעד מאנרא האט געהאט די נצחון,

איך ביןן זייער בעפי אז מיט 600 אויסשטעטישע ובחורישע האט עטס אנגעצויגן 60 פראצענט
בלאט: 1 2