☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » טעלעוויזיע סעריע 'הפייטן' - זינגערס פארמעסט

טעלעוויזיע סעריע 'הפייטן' - זינגערס פארמעסט

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9776

חקרן » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 12:06 am

· #307584
טעלעוויזיע סעריע 'הפייטן' - זינגערס פארמעסט
אין ארץ-ישראל איז לעצטנס פארגעקומען אן אינטערעסאנטער פארמעסט, ווער עס איז דער גרעסטער פייטן און זינגער פון פיוטים אין ארץ-ישראל, וואס איז אויפגעשפילט געווארן אויף די נייעס סטאנציעס. עס איז געווען זייער אינטערעסאנט, בפרט פאר די חובבי נגינה פון אלע סארט.

אפשר קען מען דאס אהערשטעלן פאר דעם ציבור דא, וואו מען וועט קענען דיסקאסירן די ארטיגע זינגערס ווי אזוי זיי זינגען. איך וואלט עס אהערגעשטעלט, אבער איך בין גע'כשר'ט, כהוראת המוסדות (וואס טוט מען נישט פאר די קינדער?!?!), דעריבער בעט איך ווער עס קען עס אהערברענגען, תבוא עליו ברכה, וזכות הרבים, וואס וועלן שעפן דערפון יראת שמים, תבוא על ידם.

חקרן » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 5:33 pm

· #307714
איז טאקע קיינער נישט אינטערעסירט דערין?

ירא שמים » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 6:04 pm

· #307722
Re: טעלעוויזיע סעריע 'הפייטן' - זינגערס פארמעסט
איז די פארמעסט נאר אויף רעליגיעזע פיוט? ווייל כזעע אז די פייטנים זענען פרומע?

חקרן » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 6:19 pm

· #307730
לאו דוקא...

אפשר קען איינער ברענגען פרקים דערפון פארן עולם?

ונבנתה העיר » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 6:25 pm

· #307731

קאצקע ציקער » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 8:06 pm

· #307924
איך האב זייער הנאה געהאט פון דעם קליפ וויזוי מען האלט מיט ווי די נעקסטע כוכב ווערט נתגלה. ספעציעל האט מיר באנימען איין ספעציפישע זינגער ער איז א רב , איך האלט ער זינגט הערליך און זייער הארציג ממש א סטאר