פראדוקטיוו קלאסן
43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9774
פראדוקטיוו קלאסן
מורי ורבותי, עס איז שוין גאר א לאנגער צייט וואס איך האב די נושא נישט בארירט, איי וועסטו פרעגן וואס האט יעצט פאסירט, איך וועל נישט לאזען דעם עולם און איך וועל עס קלאר אויס שמיסען,
נעכטן שפאציר איך זיך מיט מיין אשת חבר אויף די גאסען פון וויליאמסבורג. נישט מער נישט ווייניגער עס גייט אנטקעגן מיר די מגיד מישרים פון פראדוקטיוו מיט די באקאנטע רענצעל פון ארינטער, לויפענדיג צו די קימענדיגע קרבנות פון פראדוקטיוו.
געוואלד וויאזוי גייט דאס נאך אן?
נאך מער, לעצטענס איז פראדוקטיוו אויפגעקומען מיט א נייער געדאנק מען דארף נישט באצאלען טאמער די וויקטים קען עפענען א קרעדיט קארד וואס וועט פראדאצירן פוינטס, די פוינטס ווערט פארקויפט.
שפעטער וועט דער פרישער אינגערמאן דארפן נעמען חיזוק פאר האבן אן אנגעקאקטער קרעדיט.
וויפיל איז די שיעור? עסקנים קוקט אריין אין די געלט גייציגער פראדאקטיוו שעורים, וואס ברענגט פראדוקטיווע רעזאלטאטן צו דערלייגן 2 אלפים אדער די קרעדיט.
Re: פקאדאקטיוו קלאסען
היינט זעה איך עפעס א נייע קליפה, זעהט אויס ווי א ברודער מיט דער וועלכער האט א שדכן אין יעדע שוהל...

עס זענען נעבעך פארהאן אזוי פיל פארלוירענע נשמות, די אלע סאקערס קענען זייער שיין פארדינען.
לגבי פראדאקטיוו, אלמלא ראיתי לא האמנתי.
א קרוב מיינער איז געווען ביים קאורס, דער סיום ווערט גערופן בלשונם 'אינטערדאקשען', יעדער מסיים דארף ברענגען צוויי אומשולדיגע באקאנטע (אויב קענסטו נישט משפיע זיין אויף זיי ביסטו דאך אטאמאטיש דורכגעפאלן), כלומר'שט פשוט צו זיצן און שעפן נחת פון זייערע באקאנטע ווען די מסיימים שטעלן זיך אויף רעדן פאר אן עולם, און דערווייל בעט מען דיר אומשולדיגערהייט דיין נאמבער.
לא יאומן כי יסופר ווי דער איז מיר דערגאנגען די יארן אין לויף פון א האלבע יאר, גערופן און געלאזט מעסעדזשעס, געשיקט א פרוי רופן, ביז ער האט אויסגעפונען פון מיין קרוב עפעס איבער מיין פריוואטע לעבן און האט - לא פחות ולא יותר - אריינגע'דרש'ענט א גאנצע דרשה אין מיין וואויסמעיל ווי ער וועט מיר מציל זיין אויף ביידע וועלטן.
ביי מיר ממש די זעלבע. אבער ביי מיר רופן זיי נאך יעצט איבער א יאר נאכדעם אויף מיין סעל און אויף מיין היים פאון.. איך הער אז שטיינמעץ איז א מיליאנער.
איך ווער עקסייטעד, איך מיין איך שרייב זיך איין.
אפשר טאקע? מיט 7 טעלע-סעמינאר שיעורים קען מען איבערדרייען דאס לעבן? פון א גיהנם צו א גן עדן?
איים אין. בפרט אז יעצט איז עס פאר 50% דיסקאונט, נאר א טיפש וועט אזוינס פארפאסן.
אבער לאמיר נישט פארקריכן צו אייזענבערגער. מיר רעדן דאך דא פון פראדוקטיוו.
א שאלה צו אייך, ר' יהושיע. איר האט שוין אמאל געשריבן איבער פראדוקטיוו.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/232707">viewtopic.php?p=232707#p232707</a><!-- l -->
וואס ברענגט אייך צו עפענען נאך אן אשכול?
Re: פראדוקטיוו קלאסן
ונבנתה העירלגבי פראדאקטיוו, אלמלא ראיתי לא האמנתי.
א קרוב מיינער איז געווען ביים קאורס, דער סיום ווערט גערופן בלשונם 'אינטערדאקשען', יעדער מסיים דארף ברענגען צוויי אומשולדיגע באקאנטע (אויב קענסטו נישט משפיע זיין אויף זיי ביסטו דאך אטאמאטיש דורכגעפאלן), כלומר'שט פשוט צו זיצן און שעפן נחת פון זייערע באקאנטע ווען די מסיימים שטעלן זיך אויף רעדן פאר אן עולם, און דערווייל בעט מען דיר אומשולדיגערהייט דיין נאמבער.
לא יאומן כי יסופר ווי דער איז מיר דערגאנגען די יארן אין לויף פון א האלבע יאר, גערופן און געלאזט מעסעדזשעס, געשיקט א פרוי רופן, ביז ער האט אויסגעפונען פון מיין קרוב עפעס איבער מיין פריוואטע לעבן און האט - לא פחות ולא יותר - אריינגע'דרש'ענט א גאנצע דרשה אין מיין וואויסמעיל ווי ער וועט מיר מציל זיין אויף ביידע וועלטן.
דאס איז פינקטליך וואס איך מיין.
Sent from my SM-N900T using Tapatalk
Re: פראדוקטיוו קלאסן
די זאך איז א פשוטע סקעם? זיי האבן עפעס א אנגענומענע מהלך? איז עס נאר די וועג פון אוודערטייזען וואס איז די פראבלעם?
Re: פראדוקטיוו קלאסן
שמעקעדיגאבער לאמיר נישט פארקריכן צו אייזענבערגער. מיר רעדן דאך דא פון פראדוקטיוו.
א שאלה צו אייך, ר' יהושיע. איר האט שוין אמאל געשריבן איבער פראדוקטיוו.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/232707">viewtopic.php?p=232707#p232707</a><!-- l -->
וואס ברענגט אייך צו עפענען נאך אן אשכול?
איך קען זיך נישט אזוי אויס מיט די עפפ.
איך האב זיך אפגעהאלטן פון שרייבן א לאנגער צייט ווייל עס געווען זייער שווער צו שרייבן פון די סמארטפון אויפן סייט דירעקט. אויב איז דאס גורם סיי וואספארא פראבלעים ביטע לאזט מיר וויסען דערוועגן עמשנעלנסטן.
א דאנק
יהושיע
Sent from my SM-N900T using Tapatalk
ונבנתה העירהיינט זעה איך עפעס א נייע קליפה, זעהט אויס ווי א ברודער מיט דער וועלכער האט א שדכן אין יעדע שוהל...

גראדע דאס קיקט אויס עפעס מער צום דבר , אדרבא גלייבסט מיר נישט הערטס אויס זיינע שיעורים אויפן האט ליין
Re: פראדוקטיוו קלאסן
א חבר מיינער וואס האט גענומען א ענליכע קורס (פון הורוויץ, א תלמיד פון האגער) רופט מיך אן צו רעקעמענדען עפעס א אינהאלטסרייכע קורס, עס איז נורא נוראות, פון דעם פריינדליכען רעקאמענדעשאן איז געווארען א פארלאנג, ביז ער האט נישט פארשטאנען ווי אזוי א בר דעת קען אזאנס ארויסלאזן, עכ"פ איין זאך זיכער קאנפידענס האט ער דארט באקומען ווייל ווי קלאר איך האב נאר פרובירט צו זאגן ניין האט ער קורץ דערנאך צוריקגערופן מיט א פרישע סעילס פיטש, נאך אזא דריי וואכן פרעג איך אים ברוך וואס קאסט עס? $2100 אבער איך דיר עס ארלעדיגן פאר $1800, איך האב געמיינט איך שטארב, אבער יעצט קומט א בעסערס, פרעג איך אים איך פארשטיי נישט די געסט אוועק דיין גאנצע קאמישען? זאגט ער נע איך באקום מיינס, וואס הייסט? ביליוו איט אר נאט זיין קאמישען איז, פארן ברענגן 10 חברה באקומט ער נאך א דאזע פראדאקטיוו, ער קען איבערגיין די גאנצע זאך מהחל ועד כלה, הערסט וואס דא גייט פאר??איך זאג אים א שכח פארן רופן, נישט יעצט, א גוטע נאכט, זאגט ער איין מינוט האסט מיר פארגעסן צו געבן דיין קרעדיט קארד, פרעג איך אים די מיינסט טאקע איך האב נישט וואס צו טוען מיט מיין געלט נאר ספענדן $1800 פאר דעם, זאגט ער, יא, נישטא א בעסערע אינוועסמענט, זאג איך אים סארי איך האב נישט קיין איבריגע געלט, האט ער א עצה פארדעם אויך, בארג די געלט און ביים שיעור וועסטו זיך אויסלערנען טריקס און טיפס ווי אזוי צו שאפן צו באצאלן פארדעם, דא האט ער מיר שוין אינגאנצען ארויסגענומען פון די כלים, האב איך אים געזאגט איך ווייס נישט וואס מען דיר דארט געלערענט, אבער איין כלל אין סעילס קען איך דיר אויסלערנען, מאך קיינמאל נישט א פראספעקט פאר א קלייענט, זוך א קלייענט -איינער וואס דארף דיין סחורה- און מאך אים פאר א פראספעקט, פרוביר אים אריבער צו שלעפן צו דיר, אה סא באמת ווילסטו נישט נעמען די קורס, אה סארי, א גוטע נאכט, דייל טאון.
פארוואס זאג איך אייך דאס? איר זאלט וויסן ווי אזוי מען קומט ארויס פון דארט...
איך בין אמאל געווען ביי א "בחינמ'דיגע" אינטרעדאקשען פון איינע פון די קורסן. די פרעזינטירער האט געגעבן טועם צו זיין אביסל פון זיין סחורה כדי צו ציען דעם עולם זיך איינצושרייבן. איך רעד שוין נישט פון די פאקט אז ער האט מיר בכלל נישט אנטציקט. צום סוף האט ער גאראנטירט אז ווער עס נעמט די קורס וועט דאפלן זיין איינקנופט אין די קומענדע יאר. (ער האט גערעדט צו סעילסלייט.)
איך בין צוגעגאנגען צו אים נאך זיין דרשה און געפרעגט אויב ער גאראנטירט מיר הונדערט פראצענט דאפעלטע איינקופט, זאגט ער אז יא, הונדערט פראצענט גאראנטירט. זאג איך אים אז אויב אזוי האב איך א גוטע דיעל פאר אים. איך וועל אים באצאלן דאפעלט ($5000) בתנאי אז איך דארף נאר באצאלן נאכן מאכן מיין דאפעלטע איינקונפט. ער האט בשום אופן נישט מסכים געווען. לכאורה צוליב דעם וואס ער האט געגלייבט זיין אייגענע הבטחה אזוי שטארק ווי איך האב עס געגלייבט.
דער אמת איז אז די אלע קורסן פארקויפן אמת'ע זאכן. די פראבלעם איז אז זיי ווילן נישט ארבייטען פאר זייער געלט, ממילא קומען זיי אויף מיט כל מיני סעמי-אומעטישע אופנים צו שלעפן קליענטן איין מאל און נאכאמאל. די הארצווייטאג איז אז ע"פ רוב כאפן זיי אריין תמימות'דיגע יונגערלייט וואס ווייסן נישט בעסער און וואס ביי זיי איז די פופצן הונדערט דאלער ממש די ברויט ארויס פון מויל.
.
Re: פראדוקטיוו קלאסן
הוגהאיך בין אמאל געווען ביי א "בחינמ'דיגע" אינטרעדאקשען פון איינע פון די קורסן. די פרעזינטירער האט געגעבן טועם צו זיין אביסל פון זיין סחורה כדי צו ציען דעם עולם זיך איינצושרייבן. איך רעד שוין נישט פון די פאקט אז ער האט מיר בכלל נישט אנטציקט. צום סוף האט ער גאראנטירט אז ווער עס נעמט די קורס וועט דאפלן זיין איינקנופט אין די קומענדע יאר. (ער האט גערעדט צו סעילסלייט.)
איך בין צוגעגאנגען צו אים נאך זיין דרשה און געפרעגט אויב ער גאראנטירט מיר הונדערט פראצענט דאפעלטע איינקופט, זאגט ער אז יא, הונדערט פראצענט גאראנטירט. זאג איך אים אז אויב אזוי האב איך א גוטע דיעל פאר אים. איך וועל אים באצאלן דאפעלט ($5000) בתנאי אז איך דארף נאר באצאלן נאכן מאכן מיין דאפעלטע איינקונפט. ער האט בשום אופן נישט מסכים געווען. לכאורה צוליב דעם וואס ער האט געגלייבט זיין אייגענאייגענע הבטחה אזוי שטארק ווי איך האב עס געגלייבט.
דער אמת איז אז די אלע קורסן פארקויפן אמת'ע זאכן. די פראבלעם איז אז זיי ווילן נישט ארבייטען פאר זייער געלט, ממילא קומען זיי אויף מיט כל מיני סעמי-אומעטישע אופנים צו שלעפן קליענטן איין מאל און נאכאמאל. די הארצווייטאג איז אז ע"פ רוב כאפן זיי אריין תמימות'דיגע יונגערלייט וואס ווייסן נישט בעסער און וואס ביי זיי איז די פופצן הונדערט דאלער ממש די ברויט ארויס פון מויל.
.
געזאגט בעסער ווי די מיינסט.
(בשעת די קלאסן קומען פאר איז מען זייער מאטיוועטעט. איך וועל נישט אריין גיין וואס דארט קומט פאר.)
און ווי אויך האט ער אן היפשער קאנטראלינג פאור פון מאכן דעם אינגערמאן פאר אזא לאזער. ביסיידס וואס ער אעז בעצם צוקלאפט פון זיינע אייגענע מרות הנפש און דורכפעלער.
פאר 10 טאג האלט מען דעם מענטש עקסטרימעלי מאטיוועטעט און שטארק פאר יעדע אטאקע וואס וועט נאר אנטקעגן קומען אויפן חשבון פון פראדאקטיוו. דאן ווען מען פערטיג מיט די קורסעס מוז מען איינלאדענען נאך מענטשען פשוט אלץ הכרת הטוב אז די ביזט פריש געבוירן געווארן אין די צען טאג.
ווען מען לייגט צו קאפ צום שיעור וועסטו זעהן אז די גאנצער שיעור אחז גיבויט אויף 2 זאכן
1. אמת איז אז די אנערקענסט אז פאר די ביזט געקומען דא ביזטו געווען א אינדער ערד ליגער, און פונם ערשטער מינוט וואס די מגיד שיעור האט זיך געעפענט זיין מויל ביזטו שוין ממש אויס געהיילט.
2. ווען די ווייסט אז דיינס א ידיד מוטשעט זיך און די קענסט אים ארויס העלפן מיט קומען צום שיעור וואלסטו דאס נישט געטוהן.
וואס קען מען שוין ערווארטן פון אזא פראדאקטיוו קלאס. נאר איין זאך אז די בנק אקאונט זאל צייגען פראדאקאיוועטי.
Sent from my SM-N900T using Tapatalk
מיין קרוב הנ"ל האט זיך אויך אנגעטון מיט'ן אומגעבעטענעם קאנפידענץ אדאנק וועלכע מען פרובירט איהם אויסצומיידן ווען מעגליך.
אבער בנוסף לזה איז אלעס געווארן ביי איהם א חלק פון איין גרויסע לעב עקספערימענט, ער דרייעט זיך ארום מיט אן אומהיימליכע שמייכל פון אויער צו אויער, און מיט אן אומנאטורליך-ברייטע שלום עליכם וויל ער אז יענער זאל איהם פיצן די שיך.
יעצט ממה נפשך גייט איהם גוט: איז יענער א גוטער/שוואכער און פאלגט איהם איז דאך אודאי א ראי' צו זיין פאפיולעראטעט, און אויב זאגט איהם יענער דעם אמת אין פנים אריין: ר' איד טראגט אפ פון דא און גייט פגע'ט א צווייטן, דאן איז אויך קיין פראבלעם, דער איז פון די לעב-ראטן וואס דער """""מדריך""""" האט פארגעזאגט אז זייער פסיכאו ריספאנד נישט צו מענטשליכע קאמיוניקאציע.
א איד איז ארויפגעיקומען צום בי"ד של מעלה, און מען האט אנגעהויבן איבערה קוקן זיינע מעשים אויף דער וועלט זיין תורה ומע"ט, און אלעס איז געווען לעילא ולעילא אן קיין קריץ, ער האט געדינט השי"ת יומם ולילה נישט חוטא געווען מיט א משהו אפילו במחשבה, האט מען איהם שוין כמעט אפגע'פסק'נט גן עדן, אבער דא איז געקומען צו גיין א מלאך שווארצער פון שווארץ און האט אנגעהויבן מקטרג זיין אז אין די אלע זאכן האט ער זיך טאקע משלים געווען, אבער איין זאך האט ער אינגאנצן אויסגעלאזט און דאס איז, ער האט אינגאנצן נישט געהאט קיין סעלף קאנפידענס!! האט בי"ד גלייך אנגענומען זיינע ווערטער אז ער זאל נאכאמאל מגוגל ווערן אויף די וועלט, און ער דארף נישט קיין תורה קיין יראת שמים קיין מצוות קיין מעשים טובים נאר קאנפידענס....
Re: פראדוקטיוו קלאסן
געוואלדיגא איד איז ארויפגעיקומען צום בי"ד של מעלה, און מען האט אנגעהויבן איבערה קוקן זיינע מעשים אויף דער וועלט זיין תורה ומע"ט, און אלעס איז געווען לעילא ולעילא אן קיין קריץ, ער האט געדינט השי"ת יומם ולילה נישט חוטא געווען מיט א משהו אפילו במחשבה, האט מען איהם שוין כמעט אפגע'פסק'נט גן עדן, אבער דא איז געקומען צו גיין א מלאך שווארצער פון שווארץ און האט אנגעהויבן מקטרג זיין אז אין די אלע זאכן האט ער זיך טאקע משלים געווען, אבער איין זאך האט ער אינגאנצן אויסגעלאזט און דאס איז, ער האט אינגאנצן נישט געהאט קיין סעלף קאנפידענס!! האט בי"ד גלייך אנגענומען זיינע ווערטער אז ער זאל נאכאמאל מגוגל ווערן אויף די וועלט, און ער דארף נישט קיין תורה קיין יראת שמים קיין מצוות קיין מעשים טובים נאר קאנפידענס....
איז דער די פאונדער founder פון פראדאקטיוו?
Sent from my SM-N900T using Tapatalk
אין מביאים ראי' מן השוטים
אך און וויי איז ווען שוטים באקימען קאנפידענס!!
Re: פראדוקטיוו קלאסן
זיי וואלטן ווען געדארפט מאכן פראבלעם סאלווינג טעסטס ווען מדארף נוצען זעלבס זיכערקייט און ווען נישט.
סנישט גענוג צו געבן געצייג מדארף אויך אויסלערנען וואו אזוי עס צו נוצען.
Re: פראדוקטיוו קלאסן
אמאל האט מען געוויסט ׳סייג לחכמה שתיקה׳, ווילסט דיך אהערשטעלן ווי א חכם שווייג, היינט ווייסט מען, געב אים סעלף קאנפידענס [emoji3] [emoji3]
אבער באמת איז שווער צו זאגן וואס איז ריכטיג, פארוואזשע זאל ער אפלעבן א פארמאכטע לעבן אויסזעענדיג ווי א חכם? אפשר טאקע זאל ער ענדזשויען די נארישקייט...
Re: פראדוקטיוו קלאסן
הוגהדער אמת איז אז די אלע קורסן פארקויפן אמתע זאכן.
.
אמתע זאכן מיט א 2000000 פראצענט מארקאפ..
עס איז א עקל צו זעהן אן אפארטוניסט ארויפטאנצען אויף א צווייטענס שוואכקייט, ער האנדעלט זיך איין צוויי זיבן דאלערדיגע ביכער, ליינט עס פאר אויף אידיש, און נעמט דערפאר צוויי אלפים.
יעצט אז די ביך איז שוין איבערגעזעצט אויף יודיש וואס וועט ער טוען פאר פרנסה?
נישט דו מארקאפ איז דו פראבלעם
פון די קלאסען איז דא וואס זענען ווערט און דא וואס נישט.
ס'ווענד זיך ווער דער איבערגעבער איז, האט ער אליין שכל? ווייסט ער וואס ער טוט אדער וויל ער פשוט מאכן געלט ותו לא מידי
בנוגע וואס דו זאגסט אז מען קען קויפן א 7 דאלערדיגער בוך
ס'איז נישט קיין פארגלייך א בוך צו א גיטער קלאס
די דעל קארנעגי אינסעטאט געט אויך אזאלכע קלאסען חאטש דער בוך איז אינדרויסן
[ציטאט אראפגענומען]
די צווייטע איז מעשה בכל יום. די ערשטע מעשה איז א חידוש פון א מעשה איך וואלט געהאט חשק זיך צו באקענען מיט פאקטן. אדרבה, איך בין נישטא אראפ צורייסן פאר גארנישט און פאר נישט.
ונבנתה העירמיין קרוב הנ"ל האט זיך אויך אנגעטון מיט'ן אומגעבעטענעם קאנפידענץ אדאנק וועלכע מען פרובירט איהם אויסצומיידן ווען מעגליך.
אבער בנוסף לזה איז אלעס געווארן ביי איהם א חלק פון איין גרויסע לעב עקספערימענט, ער דרייעט זיך ארום מיט אן אומהיימליכע שמייכל פון אויער צו אויער, און מיט אן אומנאטורליך-ברייטע שלום עליכם וויל ער אז יענער זאל איהם פיצן די שיך.
יעצט ממה נפשך גייט איהם גוט: איז יענער א גוטער/שוואכער און פאלגט איהם איז דאך אודאי א ראי' צו זיין פאפיולעראטעט, און אויב זאגט איהם יענער דעם אמת אין פנים אריין: ר' איד טראגט אפ פון דא און גייט פגע'ט א צווייטן, דאן איז אויך קיין פראבלעם, דער איז פון די לעב-ראטן וואס דער """""מדריך""""" האט פארגעזאגט אז זייער פסיכאו ריספאנד נישט צו מענטשליכע קאמיוניקאציע.
דער מדריך אליינס דרייט זיך אזוי ארום. אן אומהיימליכער שמייכעל און שטעלט אפ יעדן צווייטן פגע'ן אויף א שרעקליכער אופן. אן איגא וואס איז ממש טעריבל. און ווי אויך קאנטראל קוואליפיקאציע פון שוואכערע פון אים וואס דאס ווערט גענוצט עז עי טאל פאר די קומענדיגע קלאסן.
וואס זאגט דער וועלט, ענאדער סאקער איז באורן עווערי מינוט.
ירא שמיםזיי וואלטן ווען געדארפט מאכן פראבלעם סאלווינג טעסטס ווען מדארף נוצען זעלבס זיכערקייט און ווען נישט.
סנישט גענוג צו געבן געצייג מדארף אויך אויסלערנען וואו אזוי עס צו נוצען.
יויש, דער ווייסט דאך נישט ווי איין ווי אויס. האסטו שוין געזעהן א רעכט דענקער מענטש סיי וואספארא פיסכיאטער זאל טוהן אזא זאך. נעמען א מענטש און אים מאכן פאר אזא בהמה אין 10 טאג.
צו טזשענדזשען איין מדה דארף מען עטליעסט 40 טעג ווי געברענגט פונעם היילגען נועם אלימלך מתוך מדת חסידות, און פונעם רמב"ם מתוך נירא ספעשעליסט להבדל.
און 10 טאג גיב מיר 2 אלפים און די ביסט מסודר. קאומאן וועיק אפ.
אהרןהוגהדער אמת איז אז די אלע קורסן פארקויפן אמתע זאכן.
.
אמתע זאכן מיט א 2000000 פראצענט מארקאפ..
עס איז א עקל צו זעהן אן אפארטוניסט ארויפטאנצען אויף א צווייטענס שוואכקייט, ער האנדעלט זיך איין צוויי זיבן דאלערדיגע ביכער, ליינט עס פאר אויף אידיש, און נעמט דערפאר צוויי אלפים.
יעצט אז די ביך איז שוין איבערגעזעצט אויף יודיש וואס וועט ער טוען פאר פרנסה?
אמתע זאכן, אלימלא אז דו ביסט גערעכט. דו ווייסט וואס עס מיינט זיך טזשענדזשען. אויפגעבלאזענע קאנפידענץ איז נישט קיין שום טובה פאר קיין שום מענטש, אויב איז עס גענוצט ווי פריער דערמאנטע שרייבער כל אחד בשמו יבורך האבן שוין פריער פארציילט.
יהושיעיויש, דער ווייסט דאך נישט ווי איין ווי אויס. האסטו שוין געזעהן א רעכט דענקער מענטש סיי וואספארא פיסכיאטער זאל טוהן אזא זאך. נעמען א מענטש און אים מאכן פאר אזא בהמה אין 10 טאג.
צו טזשענדזשען איין מדה דארף מען עטליעסט 40 טעג ווי געברענגט פונעם היילגען נועם אלימלך מתוך מדת חסידות, און פונעם רמב"ם מתוך נירא ספעשעליסט להבדל.
און 10 טאג גיב מיר 2 אלפים און די ביסט מסודר. קאומאן וועיק אפ.
פראדאקטיוו נעמט טאקע א לאנגע צייט, נישט 10 טאג.
ווי לאנג ?
איך מיין צוויי חדשים
פראדוקטיוו קלאסן
נאך איינער וואס טוישט לעבנס, איינער האט עפעס אינפאו אויף דעם מענטש?📎 ImageUploadedByTapatalk1446839214.283321.jpg
האגר די רבי פין די אידישע דעל גארנעגי קלאסען האט דאס געמאכט און איין וואך
היינט טוען דאס אלע 3 (הארוויטץ, מעלבר און פראדאקטיוו) און א משך פין 2-3 חדשים.
Re: פראדוקטיוו קלאסן
איז דא אשכול וועגן הורוויץ ?
כגיי ניסלך פאר איהם.
ער געט געפערליכע מאטעוועשין
Re: פראדוקטיוו קלאסן
קאצקע ציקעריהושיעיויש, דער ווייסט דאך נישט ווי איין ווי אויס. האסטו שוין געזעהן א רעכט דענקער מענטש סיי וואספארא פיסכיאטער זאל טוהן אזא זאך. נעמען א מענטש און אים מאכן פאר אזא בהמה אין 10 טאג.
צו טזשענדזשען איין מדה דארף מען עטליעסט 40 טעג ווי געברענגט פונעם היילגען נועם אלימלך מתוך מדת חסידות, און פונעם רמב"ם מתוך נירא ספעשעליסט להבדל.
און 10 טאג גיב מיר 2 אלפים און די ביסט מסודר. קאומאן וועיק אפ.
פראדאקטיוו נעמט טאקע א לאנגע צייט, נישט 10 טאג.
זיי מסביר. אויפן צעטיל שטייט דאך נאר 10 שיעורים.
Sent from my SM-N900T using Tapatalk
זייער סימפל. ער מאכט יעדע וואך צוויי שיעורים.
יא אבער 10 שhעורים
הקטןהאגר די רבי פין די אידישע דעל גארנעגי קלאסען האט דאס געמאכט און איין וואך
היינט טוען דאס אלע 3 (הארוויטץ, מעלבר און פראדאקטיוו) און א משך פין 2-3 חדשים.
האגער אלץ רבי, בעהט מער פון אלע מיטן מאכן עס אזוי שנעל.
די קלאסן לכשעצמו זענען גוט פאר טייל, און געפערליך פאר אנדערע.
איז איינער געווען ביי די נעכטיגע סעמענאר? עפעס א ריפארט
Re: פראדוקטיוו קלאסן
[ציטאט אראפגענומען]
נישט און שבת גערעדט דייו צווייטע מעשה איז ווי איך ווייס די סקווירא יונגערמאן וואס..... בד"ה
Re: פראדוקטיוו קלאסן
מ׳רעדט און מ׳רעדט, איך בעט אויב איינער דא האט מיטגעהאלטען די שיעורים זאל געבן א אמת׳ע ריוויאו וואס דארט שפילט זיך אפ און די רעזאלטאטן פונעם פראגראם.
AMA request; somebody who took part in the motivation lectures
מיינס א נאנטער איז אריבער די קלאסען
מען האט געזען אין אים גאר גרויסע שנויים לטובה
עס האלט שוין אן אריבער 13 חדשים ב"ה
כה יעזור ד' להלאה
יהושיעיא אבער 10 שhעורים
10 שיעורים, מע ארבעט א גיטע 40 50 טעג דערויף
יש תקוה.
📎 IMG-20180815-WA0001.jpg