איך זוך מיט וועמען צו רעדן
חשוב'ע ליינער פון קאווע שטיבל,
איך בין א נייער מעמבער פון דעם פארום. שוין אביסל לענגער ווי א חודש בין איך דא. איך האב אסאך הנאה פון ליינען די אינטערעסאנטע אשכולות און שרייבן אייגענע רעאקציעס.
איך װענד מיך צו אייך מיט א בקשה: איך מאך יעצט א דאקטאראט אין לינגוויסטיק (שפראך וויסנשאפט) אין NYU. די טעג שרייב איך א לענגערע פארשונג וועגן אידיש אין ניו יארק, סיי היימיש אידיש, סיי די שפראך פון די אידישיסטן. איך אליין בין נישט קיין חסיד און איך האב ווייניק קאנטאקטן אין חסידישע קרייזן. דעריבער וויל איך מיך באקענען מיט אידיש רעדנדע חסידישע לייט, מיט וועלכע איך קען האלטן אן אינטערוויו. ווער ס'איז גערן זיך צו טרעפן מיט מיר און שמועסן פנים אל פנים זאל מיר צושיקן אדער א פריוואטע הודעה אדער אן אימעיל (אויב איר ווילט נישט אז איך זאל וויסן אייער ניק):
. איך וועל זיין זייער זייער דאנקבאר.
אגב איך האב א צערטיפיקאט פון אוניווערסיטעט, אז איך וועל בשום אופן נישט אויסזאגן די נעמען/ניקס פון די מענטשן מיט וועמען איך רעד. פריוואטקייט און אנאנימקייט זענען פאר מיר זייער וויכטיג. אויב האט איר פראגעס וועגן מיין פארשונג, ביטע שרייבט מיר פריוואט און איך וועל אייך אלעס געבן צו פארשטיין.
יישר כוח,
לאשיצער
איך בין א נייער מעמבער פון דעם פארום. שוין אביסל לענגער ווי א חודש בין איך דא. איך האב אסאך הנאה פון ליינען די אינטערעסאנטע אשכולות און שרייבן אייגענע רעאקציעס.
איך װענד מיך צו אייך מיט א בקשה: איך מאך יעצט א דאקטאראט אין לינגוויסטיק (שפראך וויסנשאפט) אין NYU. די טעג שרייב איך א לענגערע פארשונג וועגן אידיש אין ניו יארק, סיי היימיש אידיש, סיי די שפראך פון די אידישיסטן. איך אליין בין נישט קיין חסיד און איך האב ווייניק קאנטאקטן אין חסידישע קרייזן. דעריבער וויל איך מיך באקענען מיט אידיש רעדנדע חסידישע לייט, מיט וועלכע איך קען האלטן אן אינטערוויו. ווער ס'איז גערן זיך צו טרעפן מיט מיר און שמועסן פנים אל פנים זאל מיר צושיקן אדער א פריוואטע הודעה אדער אן אימעיל (אויב איר ווילט נישט אז איך זאל וויסן אייער ניק):
. איך וועל זיין זייער זייער דאנקבאר.אגב איך האב א צערטיפיקאט פון אוניווערסיטעט, אז איך וועל בשום אופן נישט אויסזאגן די נעמען/ניקס פון די מענטשן מיט וועמען איך רעד. פריוואטקייט און אנאנימקייט זענען פאר מיר זייער וויכטיג. אויב האט איר פראגעס וועגן מיין פארשונג, ביטע שרייבט מיר פריוואט און איך וועל אייך אלעס געבן צו פארשטיין.
יישר כוח,
לאשיצער