☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ווידיאס און וויליאמסבורג???

ווידיאס און וויליאמסבורג???

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9768

טמיר » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 10:57 pm

· #307256
ווידיאס און וויליאמסבורג???
איך קלער פון מאכן א ווידיא פרעזענטאציע פון כשר'ע זאכן, א שטייגער ווי די טיטאניק סליידס, נאר ריקעדיג (גאנץ עפעס אנדערש, נאר לשבר את האוזן). עס איז בעיקר פאר קינדער אבער קען זיין אינטערעסאנט פאר עלטערע אויך. עס וועט זיין רעלאטיוו ביליג בערך $10. וואס האלט איר, די עולם וועט גיין נאטס פאר דעם? וויפיל טיקעטס קען איך מיך רישן צו פארקויפן?

און וואס איז מיט די באקסיגע מענטשן, דארף מען מורא האבן פון פאשקעווילן? דא אין ב"פ איז נישט אזא פראבלעם, אבער אין ווילי זענען דא דעי מאנסטערס ווי קלאר וקליקתו, קען מען גיין צום טיש מיט זיי? קען מען עס אנריפן סליידס כדי לערבב את השטן?

ווער עס געט עפעס גוטע עצות גייט אריין אין א גורל אויף א פרי טיקעט[emoji14]

פרייוויליג » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 11:12 pm

· #307264
ווידיאוס און וומ״ס? זיי זענען צוויי ברידער?

רבוש״ע וויפיל מאל גייט מען דארפן מסביר זיין און/אין.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 11:30 pm

· #307273
טמיר
איך קלער פון מאכן א ווידיא פרעזענטאציע פון כשר'ע זאכן, א שטייגער ווי די טיטאניק סליידס, נאר ריקעדיג (גאנץ עפעס אנדערש, נאר לשבר את האוזן). עס איז בעיקר פאר קינדער אבער קען זיין אינטערעסאנט פאר עלטערע אויך. עס וועט זיין רעלאטיוו ביליג בערך $10. וואס האלט איר, די עולם וועט גיין נאטס פאר דעם? וויפיל טיקעטס קען איך מיך רישן צו פארקויפן?

און וואס איז מיט די באקסיגע מענטשן, דארף מען מורא האבן פון פאשקעווילן? דא אין ב"פ איז נישט אזא פראבלעם, אבער אין ווילי זענען דא דעי מאנסטערס ווי קלאר וקליקתו, קען מען גיין צום טיש מיט זיי? קען מען עס אנריפן סליידס כדי לערבב את השטן?

ווער עס געט עפעס גוטע עצות גייט אריין אין א גורל אויף א פרי טיקעט[emoji14]

טמיר: קודם כל זאלסטו דיך אויסלערנען אז ס'איז נישטא אזא זאך ווי שנאת חינם. אלעס איז געלט... 😂
כ'עלל די ברענגען א ראיה. ס'דא א געשעפט אין די עיר הקדושה והטהרה. די שטאט וואו איצא שייגעץ איז בעה"ב. און וואו דער ריטייערטער גענגסטער הערשל קלאר איז שוכן כבוד. (נאכדעם וואס ער האט שוין געקויפט הייזער פאר זיינע בנים, איז ער שוין ארויס פון די עקסטאורשן ביזנעס.) וואו ס'שטייט פראמינענט מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות דער נאמען פון א פרוי. אויך אז זי פארקויפט פרויען קליידער. ואין פוצה פה ומצפצף. סוכ"ס ר' איצא שייגעץ מוז דאך פון עפעס לעבן. די פאלשע דין תורות און די השגחות ברענגען שוין נישט אריין די סכומים וואס ס'האט אמאל געברענגט. והוצאת עמך בית גליק מרובים...און זיין (צווייטע) רעבעצין לערנט נאך דעם דאף היומי. א יעדן טאג דארף זי עפעס אנדערש. איז נאך געבליבן די ביסל לא יחרץ געלט וואס דער עולם צאלט אויב מ'וויל נישט האבן קיין פראבלעימען אין די ביזנעס. אשר על כן ביניך דיר מייעץ אז איידער דו הייבסט אן אינוועסטן געלט זאלסטו זעהן זיך אדורכקומען מיט אלע עקסטארשיאניסטס און גענגסטערס וועלכע ווירבלען אין די געגנט. אנישט וועסטו האבן צרות צרורות, ח"ו...!

למדן » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 11:31 pm

· #307274
ווידיאוס? ח''ו, מאך סליידס.
עפעס נאר נאר די פרויען מעגן גיין אין טעאטער יעדן שני וחמישי אין אימפעריאל צו אין בית יעקב? נאר ביי די מענער ווער עס וויל שטארק קוקן סליידס קען גיין ביי די עק פון די פראספעקט פארק נעבן בפ איז דא א ווייס בנין, אדער אויף די כלי, וואס פעהלט אויס מאכן בכנופיא?.

טמיר » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 11:54 pm

· #307283
Re: ווידיאס און וויליאמסבורג???
א גרויסע ייש"כ פאר די ווארימע דברי ברכה. כ'האב פארגעסן צו ארויסשפיצען אז כ'רעד פון חול המועד. וויפיל טיקעטס וועל איך קענען פארקויפן אין ב.פ. און אין ווילי? כ'שאץ 3000

לגבי די און-אין איז געווען א בלויזע פליטת קולמוס, נעמליך די טינט איז אראפגערינען. איי ווי קומט טינט אין א סמארטפאון? נע, כ'האב שוין פארשאפט אן אייפאון 7 און דארט קען רינען טינט

יהושע חיים » מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 12:09 am

· #307288
די וועג עס צו מאכן כשר וועט זיין מיט א סטעמפל פון איצא גליק (המלצה פון התאחדות וכו') אויב נישט האלט איך האסט נישט קיין טשענס און עס וועט זיין א רידעריי (קען זיין וועסטיך אויסלאכן אבער עס קען זיין פרייליך)
נ.ב איך רעד נאר וועגן וומ"ס נישט ב. פ. דארט קענסטו טיהן וואס די ווילסט קיינער האלט נישט ער איז אחרית אויף די שטאט