☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » וואס איז 3x 5 = ?

וואס איז 3x 5 = ?

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9750

דולה ומשקה » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 2:21 pm

· #306407
וואס איז 3x 5 = ?
עס רודערט זיך אין די נייעס איבער א טיטשער וועלעכע האט געגעבען א בחינה אויף חשבון פאר דער קלאס, איינע פון פון די שאלות איז געוועהן:
וואס איז 5 טיימס 3? דער תלמיד זאל געבען דעם ענפער אין דאס ארויסשרייבען ווי אזוי ער איז געקומען צום אויספיר.
איין תלמיד האט אפגעגעבען דעם ענפער: 15, און ארויסגעשריבען ווייל: 5+5+5=15.

דער טיטשער האט געזאגט אז דאס איז נישט ריכטיג, נאר דער ענפער איז:
3+3+3+3+3=15

גרויסע קעפ און פראפעסארען האבען/און זענען זיך שטארק מתווכח, בעומק הסוגיא. דער טיטשער טענ'עט וויבאלד דער דגוש איז אויף דער 'דריי' און נישט אויף דער פינעף.

אסאך ביאורים אויף אויף די צדדים זענען ממש גאר דין אדער אפשר לעכערליך, ממש דק מן הדק הדק היטיב, אבער לאידך קען זיין ס'נישט געמאכט געווארען פאר א פשוטע מח ווי מיינס.
article-3291895-2DD7A1F600000578-203_308x295.jpg

אהרן » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 2:29 pm

· #306410
Re: וואס איז 3x 5 = ?
ווי אזוי קען ארויסקומען א מאטאמאטישער נפק"מ?

ישראל קאפקע » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 2:33 pm

· #306413
די לערערין איז גערעכט, וואס איז די צווייטע צד?

דולה ומשקה » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 2:51 pm

· #306430
ישראל קאפקע
די לערערין איז גערעכט, וואס איז די צווייטע צד?


דער שאלה איז געווען וואס איז 5X3=?, וההסבר.
דער אופן וואס דער קינד האט געשריבען: 5+5+5=15
דער טיטשער האט אבער געזאגט ניין, מדארף שרייבן אזוי: 3+3+3+3+3=15

גיי פארשטיי! ווי וועט טאקע אויס מאכען דער נפק"מ?

ישראל קאפקע » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 3:13 pm

· #306444
עס כאפט טאקע נישט קיין חילוק (און שפעטער גייט די לערערין אליין אנווייזן אז מען קען עס אלץ טון אויף ביידע אופנים און ביי קומען אויס די זעלבע) אבער די לערערין האט פארלאנגט פון די שילערינס ארויסצושרייבן 3×5. כאטש די ענטגילטיגע ציפער איז ריכטיג האט זי נישט ריכטיג געענטפערט אויפן פראגע אינעם פארהער.

איך זע בכלל נישט קיין צווייטן צד (חוץ אז מען דארף נישט זיין אזוי שטרענג).

בן אדם » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 3:36 pm

· #306455
מסתם איז די סטודענט'ס היים שפראך אזאנ'ס וואס ליינט זיך פון רעכטס צו לינקס.

פארוואס? » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 11:37 pm

· #306563
.

פארוואס? » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 11:44 pm

· #306565
מאטעמאטיק, ווי אלע מערב-וועלט שפראכן, ווערט געלייענט פון לינקס צו רעכטס.

למשל אז מ׳וויל שרייבן 5 מיינוס 2, וועט מען שרייבן 5-2, און נישט 2-5. אזוי אויך אויב ווילן מיר שרייבן 10 צוטיילן אין 2 וועט מען שרייבן 10/2 און נישט 2/10.

דאס זעלבע איז מיט פלוס און טיימס, די זאך איז נאר אז ביי פלוס און טיימס איז דא די ״קאמיוטעיטיוו פראפערטי״, וואס זאגט אז מ׳קען איבער דרייען דעם סדר, און די רעזולטאט וועט בלייבן דאס זעלבע.

אבער דאס מיינט נישט אז מ׳קען עס לייענען אויף וועלכע זייט מ׳וויל.

ונבנתה העיר » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 12:03 am

· #306570
אבער אפשר איז עס א דין אין שפראך, נישט אין מאטעמאטיק, און דער מאטעמאטיק טיטשער קען איהם נישט געבן אן עקס דערפאר.

מבקר » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 12:41 am

· #306577
די לערערין איז לכאורה נישט גערעכט!!

ווען איינער שרייבט 5-2 מיינט ער זיכער צו זאגן 'איך האב דא פינף .... נעם אראפ דערפון 2.

היא הדין ווען איינער שרייבט 3×5 מיינט ער אויך צו זאגן 'איך האב דא פינף.... און דו זאלסט עס דריפלן'

בין איך נישט גערעכט?


יתכן אז דאס האט @פארוואס? געמיינט, אבער לא ירדתי לסוף דעתו.

@אנאנים החכמתי, תודה.

לאשיצער » מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 12:44 pm

· #308431
איך קום אן צו דעם פארום אביסל שפעט. די לערערין איז לכאורה נישט גערעכט, נישטא וואס צו זאגן דערוועגן.

די טיטשערס אין די שולעס האבן ליב צו פייניגן זייערע תלמידים און @דולה ומשקה ברענגט א גוטן משל דערפון. איך האב נאך א משל: כ'קען איינע וואס האט אמאל געדארפט לערנען מאטעמאטיק פאר קליינע קינדער אין א פאבליק סקול. זי האט געגעבן א בחינה וועגן די נעמען פון די ציפערן, וויאזוי מען דארף זיי שרייבן אויף ענגליש (רוב קינדער דארט האבן גערעדט שפאניש אין דער היים). למשל דער ענטפער אויף "45" איז געווען "forty five", וכו'. אויף אזא פראגע ווי הייסט דער ציפער "205" האבן רוב תלמידים געשריבן "two hundred five" נאר אייניקע האבן געשריבן "two hundred and five". די צווייטע האט זי געהאלטן פאר נישט ריכטיג ווייל "and איז דאך נישט קיין ציפער" און זיי געגעבן אן עקס...

איך האלט אז אזעלכע טיטשערס וואס לייגן דגוש אויף סתם אויסגעטראכטע "כללים" וואס האבן נישט קיין מציאות באגייען טאקע א גרויסע עבירה. ווען איך וואלט געווען אין איר קלאס וואלט איך באלד פארלוירן מיין אינטערעס אין מאטעמאטיק.

ונבנתה העיר » מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 1:16 pm

· #308439
יש לעיין לפי התרגום אהי' אשר אהי' מוכח דס"ל אז 'אשר' איז א חלק פונעם שם...

ברסלבער » מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 2:26 pm

· #308450
לאשיצער
איך האב נאך א משל: כ'קען איינע וואס האט אמאל געדארפט לערנען מאטעמאטיק פאר קליינע קינדער אין א פאבליק סקול. זי האט געגעבן א בחינה וועגן די נעמען פון די ציפערן, וויאזוי מען דארף זיי שרייבן אויף ענגליש (רוב קינדער דארט האבן גערעדט שפאניש אין דער היים). למשל דער ענטפער אויף "45" איז געווען "forty five", וכו'. אויף אזא פראגע ווי הייסט דער ציפער "205" האבן רוב תלמידים געשריבן "two hundred five" נאר אייניקע האבן געשריבן "two hundred and five". די צווייטע האט מיין שוועסטער געהאלטן פאר נישט ריכטיג ווייל "and איז דאך נישט קיין ציפער" און זיי געגעבן אן עקס...

מיין טאכטער האט געהאט ממש די מעשה נישט לאנג צוריק. נישט אין פאבליק סקול, נאר אין א היימישע סקול. נאכ'ן זיך איינבעטן האט די טיטשער ברוב רחמנותה מסכים געווען צו טוישן דעם עקס פאר א פראגע-צייכן.

בן אדם » מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 3:45 pm

· #308463
ונבנתה העיר
יש לעיין לפי התרגום אהי' אשר אהי' מוכח דס"ל אז 'אשר' איז א חלק פונעם שם...

ואפי' את"ל שזה חלק מהשם, יש לעיין אם זה שייך להאהי' הקודם או השני. דהרי ידוע פסק הרמב"ם דנטפלים מלפניו ולא מלאחריו, דהיינו שיש קדושת השם רק להאותיות מלפני השם.....וכו' וכו' וכו' בקיצור.... א גאנצע מחלוקת ראשונים צו די טיטשער איז יא גערעכט נישט...

אלפא » מיטוואך סעפטעמבער 6, 2023 11:16 am

· #535441
בנוגע א טיטשטער און סטודענט.
פארציילט מען אז עפעס א סטודענט האט זיך געוואגט צו ענטפערן אויף די פראגע 2+2= '22'...
ווען די טיטשער האט אים דערלאנגט א רויטן X דעפאר, האבן זיך די תלמיד'ס עלטערן אריינגעמישט, הלמאי די סטודענט איז נישט 'בארעכטיגט' צו זיין אייגענע מיינונג?! נאר וועלכע ג'ענדער ער איז מעג ער מחליט זיין אליין?! ביי אים איז 2+2 22, און ווער עס איז נישט מסכים דארף גע'קענסעלד' ווערן!
די סקול באורד האט זיך צוזאמגעזעצט אויף א זיצונג, נמנו וגמרו, די טיטשער באלאנגט מער נישט דארט, בשן ועין איז ער פארשיקט געווארן פארן זינד פון נעמען א שטעלונג אין מאטעמאטיק און נישט בארעכטיגן די תלמיד'ס מיינונג.

ער איז געקומען פארלאנגען די געלט וואס עס זיך אים געקומען ביז דאן, און ער האט דערלאנגט די בילל מיט אן אסטראנאמישן ציפער פון שעות וואס ער האט געארבייט.
ווען מ'האט אים אויפגעמערקט אז ער האט נאר געארבייט 4 שעה א טאג - 2 פארמיטאג און 2 נאכמיטאג, האט ער גראדערהייט געענטפערט, נא?! קומט עס דאך אויס 22 שעה א טאג!! 😃