☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » חוצפה פון די מוסדות

חוצפה פון די מוסדות

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9743

שטילע אינגערמאן » מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 9:07 pm

· #305898
חוצפה פון די מוסדות
די וואך ביים שבת סעודה זיצט די גאנצע משפחה צוזאם, מהאט הנאה פונעם שבת, די קינדער זאגן וואס זיי האבן געלערנט אין חדר כהאב נאך געזאגט שיינע חסידישע תורות אין מהאט געזינגען שיינע ניגונים,
פלוצלינג קומט מיין 4 יעריג אינגעל אריין פונעם קאך מיטן געטראנקן אין זינגט אינטער א מיכאל שניצלער ניגון, סאיז מיר געווארן גוט, כהאב תיכף אראפ געלייקט די לעפעל פונעם מויל, אין שטיל געמאכט אין געפרעגט דע קליינט ווי ער האט געהערט די פראסטע זמר,
(ביי מיר אין די היים הערך מען נאר ניגונים פון אונזער הויף אדער ירמי דמן מיט משה גאלדמאן, כהאב מורא געהאט אפשר איז די טעיפ גאר ביי מיר אין די היים.)
עכ״פ ענטערפט מיר מיין קליינט אז די ניגון קען ער פון די באס צו חדר, אין איז מסביר אז די באס דריווער צינט אן ניגונים וואס פאסט נישט יעדער אינדערפרי אויפן וועג צו חדר,
השמע כזאת??? פאר דעים צאל איך געלט? מיינע קינדער זאלן אהיים קומען מיט פראסטע ניגונים? א חוצפה שאין כמהו, היתכן מנעמט נישט מער חסידישע אינדערלייט פאר דריווערס? אדער זאל מען אנזאגן די דרייווער נישט צו פארסאמען די קינדער מיט טאמענע ניגונים,
די הנהלה פון תלמוד תורה דארף מען פארזיכטיג זיין מיט וועם זיי נעמען אריין אין תלמוד תורה, הן ההנהלה אין הן די קינדער,
גוט וואך

רימון » מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 9:08 pm

· #305899
Re: חוצפה פון די מוסדות
דיסלייק.

Sent from my SAMSUNG-SM-G530AZ using Tapatalk

ליפא » מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 9:23 pm

· #305902
בול שיט, בול שיט, בול שיט.
די ווייסט וואס דו אויבערשטער וויל? ווער האט די געפרעגט?

דע העלל קענען מענטשן נישט פארשטיין, ביסט נישט בעה״ב אויפ יענעמס מוסדות, עפען אויפ א אייגען אין טוע דארט וואס די ווילסט.

End
quote

קאווע טרינקער » מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 9:52 pm

· #305907
אינטערסאנט, איך זינג שניצלערס ניגונים ביים שבת טיש גופא...

שטילע אינגערמאן » מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 9:54 pm

· #305909
Re: חוצפה פון די מוסדות
קאווע טרינקער
אינטערסאנט, איך זינג שניצלערס ניגונים ביים שבת טיש גופא...

יאפ יעדער זיינע מנהגים, סדא וואס זינגען ביי שבת טיש דזאסטין ביבער,
מיין שטיב אבער ווערט געפירט ב״ה זייער פרום, אין כהאלט נישט אז די מוסדות זאלן זיין א אפ האלט דערצי

געוואלדיג » מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 9:57 pm

· #305910
שטילע, ענטפער אויף וואס ליפא האט געשריבן.

שטילע אינגערמאן » מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 10:06 pm

· #305912
געוואלדיג
שטילע, ענטפער אויף וואס ליפא האט געשריבן.


כהאחלט אז די מוסדות כאפן נישט אז א באס דריווער קען אויך טוען שלעכטע פארן קינד ממילא מיט א בקשה מאך איך אויפמערקזאם פאר די הנהלה, אבער טאמער ווילן זיי דווקא יא אזא איינער מיז איך טאקע זיצן אנגעלייגט,
נ.ב. די קעפעל איז טאקע צו שארף

ונבנתה העיר » מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 10:14 pm

· #305914
<a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/Poe%27s_law">https://en.wikipedia.org/wiki/Poe%27s_law</a>

berlbalaguleh » מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 10:22 pm

· #305915
געוואלדיג
שטילע, ענטפער אויף וואס ליפא האט געשריבן.

געוואלדיג: סארי. איך וועל מיך אריין מישן. שטילע זאגט נישט אז ער ווייס וואס די אייבישטער וויל. ער זאגט אז ער ווייסט וואס ער וויל. ער וויל מחנך זיין זיינע קינדער אז זיי זאללן זיין ערליכע אידן. און איינס פון די זאכן וואס מ'דארף טון צו דעם איז אז זיי זאללן נישט הערן קיין פראסטע, ווילדע און צולאזטע ניגונים פון זינגערס קלים וריקים. וואס זייער לעבן איז אויך נישט עפ"י דרך התורה. כאטש זיי זענען אמאל געגאנגען מיט א פלאטשיגן ביבער הוט און צופלויגענע פיאות...!
דאס אלעס ווערט געזאגט פון אן אלטן בעל עגלה, וועלכער איז בפירוש נישט קיין פרימאק.
איך האב אויף מיין באס קיימאל נישט געלאזט שפילן די ווילדע, צולאזטע זינגערייען וועלכע זענען אפשר געווען אין סטייל. ס'איז דא א גרויסער אויסוואל פון שיינע, ווארימע און הערליכע ניגונים וועלכע ברענגען אריין א ווארעמקייט און בארואיגן די געמיט פון די קינדער און דערוואקסענע...!

געוואלדיג » מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 10:26 pm

· #305916
גראדע מיט די נקודה וואס ער האט אויפגעברענגט בין איך אינגאנצן מסכים מיט איהם, אבער אלס איינער וואס טענה'ט כסדר אז די מוסדות מעגן טוהן וויאזוי זיי פארשטייען ווי ליפא האט צוגעברענגט, האב איך געהאלטן אז ער דארף זיך מסביר זיין, אזוי ווי ער האט טאקע געטוהן.

בענדזשאמין פרענקלין » מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 11:25 pm

· #305929
מען זאגט נאך פון די באבעס אז מען טאר קיינמאל נישט איינרייסן א ישועה ווייל מען קען קיינמאל נישט וויסן אויף וואס מען רייסט אזוי איין.
דער שטילער אינגערמאן האט אמאל געהאט סטיטשעס אויף זיין מויל און זיך געהאלטן שטיל, דער עולם דא האט איינגעריסן אז ער זאל זיך אראפנעמען די סטיטשעס און משמיע זיין דבר ה' ברמה.
נעקסט טיים זייטס נישט קלוגער פון די באבעס.
#נאר-אן-הלצה

סמבטיון » זונטאג אקטאבער 25, 2015 1:24 am

· #305958
גאט באהיט! דא האלט מען? מיכאל שניצלער פארהארגעט דעם דור מיט זיינע טעיפס? ביי מיר אינדערהיים וואס איז זייער א פרימע שטוב ב"ה האקט מיכאל אוועק אז סעגייט א רויעך, עס געבט זיי א חשק ארויסצו טאנצן פון בעט אינדעפרי.

דעת תורה » זונטאג אקטאבער 25, 2015 1:34 am

· #305962
Re: חוצפה פון די מוסדות
זייט מ'האט ב"ה סוקסעספול באקעמפט די אינטערנעט אין אונזערע רייען, און עס גענצליך אויסגעריסן ממחנינו, קען מען צוריקגיין צו די עכטע אישו'ס וואס האבן געפלאגט / פלאגן אונזער דור, אזוי ווי מען האט געטון לפני שבא האינטערנעט ובלבל את הכל.

מיכאל שניצלער'ס טעיפס, 'חזק', באקל פאסיקס, טעיפ רעקארדער'ס אין ישיבה, ווידיא קאמערעס א.א.וו.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 25, 2015 2:55 am

· #305972
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: מיט חלק ג) פון דיינע פארשלאגן ביניך נישט מסכים. ווייל דאס קען צוברענגען צו ..."פרע-דזשודיס". פאר-אורטייל, בלע"ז. מיט א קמץ אויף די ערשטע ..."אלף"...! ווייל, למשל א באס דרייווער אזוי ווי איך, וועלכער גייט נישט אנגעטון מיט די שמונה בגדים בשעת ער דרייווט. ווייל איך פיהל נישט באקוועם צו זיצן מיט מיין הוט און רעקל אין באס. קען אמאל ווערן פארשריגן פון טאטעס, וועלכע זענען פארפרומטע כניאק'עס, אדער בעלי תשובה, וועלכע האבן א שולד-געפיהל קאמפלעקס פאר זייערע פריער'דיגע עבירות. און זיי וועלן מוטשען די הנהלה אז מ'זאלל איהם אוועקשיקן. כאטש ער האט גארנישט שלעכט געטון...!

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 25, 2015 2:59 am

· #305974
סמבטיון
גאט באהיט! דא האלט מען? מיכאל שניצלער פארהארגעט דעם דור מיט זיינע טעיפס? ביי מיר אינדערהיים וואס איז זייער א פרימע שטוב ב"ה האקט מיכאל אוועק אז סעגייט א רויעך, עס געבט זיי א חשק ארויסצו טאנצן פון בעט אינדעפרי.

סמבטיון: איך קען א פאר קריסטליכע בעלי בתים, וועלכע פיהרן אויך זייער א פרומע שטוב... 😂 און פונדעסטוועגן עסן זיי שרימפס און העעם סענדוויטשעס און טשיעז-בוירגערס...!

רויטע וואנצעס » זונטאג אקטאבער 25, 2015 3:51 am

· #305983
ווען דער ערקאנדישאן אין די באקס מ'לעבט איז צובראכן, ווערט די לופט גאר דיק און שטימפיג פון די שוואכע ווענטעלעישאן..

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 25, 2015 3:58 am

· #305985
רויטע וואנצעס
ווען דער ערקאנדישאן אין די באקס מ'לעבט איז צובראכן, ווערט די לופט גאר דיק און שטימפיג פון די שוואכע ווענטעלעישאן..

רויטע וואנצעס: ס'קען אמאל זיין אז מ'האט פארגעסן אויסצולעשן דעם נויס סופפרעש'ן סוויטש... 😂 🙄
איך ווייס וואו דו ציהלסט מיט דיין סטעיטמענט. ביטע זאג פשט אין מיין סטעיטמענט...נו. לאמיר זעהן ווען אויפגעקלערט ווערסוס צוריקגעשטאנען האבן א קאנטעסט. ווער געווינט... 😂

שבת אחים » זונטאג אקטאבער 25, 2015 5:16 am

· #305991
שטילע אינגערמאן כבין געוועהן זיכער אז דו רעגסט זיך אז דיין זוהן זוהן זינגט און שטערט דיין שטילקייט, איי געיס ער נעמט נאך דער מאמע ווייל דער טאטע איז דאך א ׳שטילע אינגערמאן׳ א בישן, לגבי די חומר הענין פון זינגען באדערנע און שקאצישע ניגונים בתוכני איז כדאי צוצולייגן דעם מאמר פון ר׳ מאטעלע וויזניצער זז״ג ווען מ׳איז אים געקומען מעורר זיין אז מ׳זינגט ביי זיין טיש ניגונים פון ר׳ שלמה קארליבאך וואס אגב ער האט עס זייער ליב, האט ער געפרעגט ״וואס איז ער לאט עס נישט זינגען?״ , יש דורשים לשבח ויש דורשים לגנאי, גיי פיגור עס אויס די פרומסטע רבי אין די וועלט וואס בילדער איז ביי אים כמעט אזוי הארב ווי א דאורייתא אבער קארליבאך ווידער וואס יעדער האט געמיינט אז דער רבי וועט אויפשפרינגן און האקן אויפן טיש ״דא וועט מען מעהר נישט זינגען די טמנע ניגונים״ איז עס אקעי מיט אים. און ביי ר׳ ישראלטשע וויזניצער זז״ג האט מען געזינגען פאריגע יו״ט דעם העברישאן ציוניסטישע ניגון הבא נגילה ונשמחה אויפן וועשניצער נוסח ברוב עם ביים געהויבנעם טיש (באמת אן קיין ליצנות!), און אז די גרויסע צדיקים קענען עס פארנעמען אפשר זאלסטו זיך איבערטראכטן אז נישט דא ליגט די הינט באגראבן...

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אקטאבער 25, 2015 5:36 am

· #305992
Re: חוצפה פון די מוסדות
דער שטילע האט פון אנהייב נאר געמיינט ליצנות, ניין? דער עולם (אחוץ עזריאל) נעמט עס אזוי ערנסט הייב איך אן צו טראכטען אז מיין סארקאזם ראדאר איז עפעס קרום.

רשכבהג » זונטאג אקטאבער 25, 2015 7:31 am

· #305996
שבת אחים
שטילע אינגערמאן כבין געוועהן זיכער אז דו רעגסט זיך אז דיין זוהן זוהן זינגט און שטערט דיין שטילקייט, איי געיס ער נעמט נאך דער מאמע ווייל דער טאטע איז דאך א ׳שטילע אינגערמאן׳ א בישן, לגבי די חומר הענין פון זינגען באדערנע און שקאצישע ניגונים בתוכני איז כדאי צוצולייגן דעם מאמר פון ר׳ מאטעלע וויזניצער זז״ג ווען מ׳איז אים געקומען מעורר זיין אז מ׳זינגט ביי זיין טיש ניגונים פון ר׳ שלמה קארליבאך וואס אגב ער האט עס זייער ליב, האט ער געפרעגט ״וואס איז ער לאט עס נישט זינגען?״ , יש דורשים לשבח ויש דורשים לגנאי, גיי פיגור עס אויס די פרומסטע רבי אין די וועלט וואס בילדער איז ביי אים כמעט אזוי הארב ווי א דאורייתא אבער קארליבאך ווידער וואס יעדער האט געמיינט אז דער רבי וועט אויפשפרינגן און האקן אויפן טיש ״דא וועט מען מעהר נישט זינגען די טמנע ניגונים״ איז עס אקעי מיט אים. און ביי ר׳ ישראלטשע וויזניצער זז״ג האט מען געזינגען פאריגע יו״ט דעם העברישאן ציוניסטישע ניגון הבא נגילה ונשמחה אויפן וועשניצער נוסח ברוב עם ביים געהויבנעם טיש (באמת אן קיין ליצנות!), און אז די גרויסע צדיקים קענען עס פארנעמען אפשר זאלסטו זיך איבערטראכטן אז נישט דא ליגט די הינט באגראבן...

הבא נגילה איז א אלטע חסידישע ניגון. נאר די ווערטער זענען פון די ציונים. שטייצעך אז ביי שרולטשע האט מען עס געזינגען אהן די ווערטער אזוי ווי מ זינגט עס יארען שוין אין אנדערע חסידישע הויפען

הקטן » זונטאג אקטאבער 25, 2015 10:20 am

· #306019
@שבת אחים יש לחלק צווישען קאלבאך און א סעלעברעטי וואס פארקויפט השקפה.
וואס טו איך מארגן פארקויפט ער ראסיזעם?

Kool man » זונטאג אקטאבער 25, 2015 11:47 am

· #306029
איך ווייס נישט צי דער זינגער שניצלער דווקא איז טאקע אזא פראבלעהם, אבער אין כלליות האט דער שטילער יונגערמאן א גוטע טענה, מיין זיהן האט א רוסישען באס דרייווער, פאר ער לייקט אריין יעהדע סי די טוט ער עס פארלייגען צוערשט פאר די מנהל, און זשענערעל לייגען די באס דרייווערס קינדער סי דיס, וואס איז סיי מער אויסגעהאלטען, און די קינדער האבען עס מער ליעב, אמאהל האבען זיי געהאט א סאבסיטוט א היימישער, אטון ער'ט אריינגעלייקט עפעס א דודו פישער דאכט זיך מיר, עלטערען האבען געברויזט.

אהרן » זונטאג אקטאבער 25, 2015 11:59 am

· #306033
שבת אחים
ביי ר׳ ישראלטשע וויזניצער זז״ג האט מען געזינגען פאריגע יו״ט דעם העברישאן ציוניסטישע ניגון הבא נגילה ונשמחה אויפן וועשניצער נוסח ברוב עם ביים געהויבנעם טיש (באמת אן קיין ליצנות!),

רשכבהג
הבא נגילה איז א אלטע חסידישע ניגון. נאר די ווערטער זענען פון די ציונים. שטייצעך אז ביי שרולטשע האט מען עס געזינגען אהן די ווערטער אזוי ווי מ זינגט עס יארען שוין אין אנדערע חסידישע הויפען


די מעשה גייט אז ביי שמחת בית השואבה האט דער רבי זז"ג מגלה געווען אז הגם אמאליגע צדיקים האבן געקענט אויסלייטערן א ניגון און עס ארויסשלעפן פון די טומאה צו די קדושה, אבער אונז קענען מער נישט (א מחלוקת, ליפא שמעלצער האלט אז אונז קענען נאך יא), האט די רבי אויסגעפירט, אבער א הייליגער ניגון וואס יסודותו בקדושה נאר די טומאה האט עס פארכאפט דאס קענען מיר נאך יא ראטעווען און ארויסשלעפן, און מען האט זיך ארויסגעלאזט און פייערדיגע ריקודין...

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 2:50 am

· #306597
berlbalaguleh
רויטע וואנצעס
ווען דער ערקאנדישאן אין די באקס מ'לעבט איז צובראכן, ווערט די לופט גאר דיק און שטימפיג פון די שוואכע ווענטעלעישאן..

רויטע וואנצעס: ס'קען אמאל זיין אז מ'האט פארגעסן אויסצולעשן דעם נויס סופפרעש'ן סוויטש... 😂 🙄
איך ווייס וואו דו ציהלסט מיט דיין סטעיטמענט. ביטע זאג פשט אין מיין סטעיטמענט...נו. לאמיר זעהן ווען אויפגעקלערט ווערסוס צוריקגעשטאנען האבן א קאנטעסט. ווער געווינט... 😂

נו, רויטע: ס'שוין אדורך א פאר טעג. איך האב נאכנישט געהערט אן ענטפער אויף מיין (רעטארישע) שאלה...מה ענין נויס סופפרעשן סוויטש אצל עירקאנדישאן...?!... 😛 😳

ציבעלע-קיגל » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 10:07 am

· #306608
מען האט פארגעסען צו מאכען א ריפיל אויף די פיל'ן?

רויטע וואנצעס » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 10:16 am

· #306609
בערל, כ'ווייס נישט, מה עמקו מחשבותיך.

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:51 am

· #306624
ציבעלע-קיגל
מען האט פארגעסען צו מאכען א ריפיל אויף די פיל'ן?

אן איגנאראמוס און עם הארץ מיינט אז יענער איז א משוגע'נער... 🙄 😮

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 12:54 pm

· #306635
רויטע וואנצעס
בערל, כ'ווייס נישט, מה עמקו מחשבותיך.

רויטע וואנצעס: מאך מיך נישט אזוי גרויס און הייליג. די ענטפער איז זייער פשוט. אויף די נייערע באסעס איז דא א באטטן/סוויטש וועלכע לעשט אויס אלע עקוויפמענט וועלכע מאכט א גערודער. אריינגערעכנט די עיר קאנדישיאנינג און די ראדיא.
לעניין פון דיין אריגינאלע תגובה. איך בין נישט קיין פרימאק. איך האב א היי טאלערענס פאר אלע איידיעס און אידעאלאגיעס. נאר איך האב איהם (מ.ש.) אבזערווירט אףף-סטעידזש פאר א לאנגע צייט. און איך האב נישט זייער א פאזיטיווע אימפרעששן פון איהם...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 1:27 pm

· #306651
Re: חוצפה פון די מוסדות
איז זיי זיך נישט משדך מיט איהם. וואס האט עס מיט זיין געזאנג?

טמיר » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 12:42 am

· #307058
Re: חוצפה פון די מוסדות
.

געוואלדיג » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 4:27 am

· #307077
@טמיר, טעות, געוואגטע/ר איז די קאפל, נישט שטילע

טמיר » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 8:02 am

· #307086
Re: חוצפה פון די מוסדות
איי אפאלעג'ייז @שטילע. פליז זאג קלאר הרינו מוחל לטמיר בן/בת שרה/רבקה/רחל/לאה. לעצם הענין איז טאקע אונטערעסאנט אז מ'צינדט אהן מיכאל, אין דער צייט וואס די מוסדות ברעטשענען אויף דעם