☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » האריקעין Patricia, שטערקסטע אין היסטאריע, באפאלט מעקסיקא

האריקעין Patricia, שטערקסטע אין היסטאריע, באפאלט מעקסיקא

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9742

ישראל קאפקע » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 1:18 pm

· #305798
האריקעין Patricia, שטערקסטע אין היסטאריע, באפאלט מעקסיקא
א האריקעין מיט ווינטן פון 200 מייל א שטונדע איז עטליכע שעה אפגעריקט פון מאכן לאנד-פאל אויף דרום-מערב מעקסיקא.

די שטורם וואס האט זיך אנגעהויבן אנטוויקלען אין די לעצטע פיר און צוואנציג - זעקס און דרייסיג שעה האט זיך פארשטארקט אין די לעצטע עטליכע שעה צו א שנעלקייט פון איבער 200 מייל א שעה מיט ווינד גאסטס פון 248 מייל א שעה, די שטערקסטע האריקעין וואס איז סיי ווען געמאסטן געווארן.

די נאציאנאלע האריקעין צענטער וואס איז געשטעלט נאכצופאלגן האריקעינ'ס אין די אטלאנטיק און מזרח פאציפישן אקעאנען האט באצייכנט די האריקעין אלס פאטענציעל קאטאסטראפיש און 'אומגלויבליך'.

די שטורם גייט אין ריכטונג פון מערב מעקסיקא מיט א שנעלקייט פון ניין מייל א שעה. מעטעאראלאגן דרוקן אויס זארג און שרעק איבער דריי מעקסיקאנער שטאטן כאַליסקאָ, קאָלימאַ און נאַיאַריט און די 400,000 וואס וואוינען אין דעם דירעקטן וועג פונעם האריקעין.

📎 IMG_20151023_132018.jpg

אין די לעצטע אנדערהאלבן טאג איז די לופט דרוק אין צענטער פונעם האריקעין (וואס העכערט די ווינט שנעלקייט) געפאלן 115 מיליבארס, פון 994 צו 880, מעגליך די שנעלסטע פארשטארקערונג אין היסטאריע. פון 100 מייל א שעה צו איבער 200 מייל א שעה אין ווייניגער ווי פיר און צוואנציג שעה. גלייך נאכדעם וואס די פליגעצייג וואס מעסט אזעלכע שטורעמעס האט פארלאזט די אויג פונעם שטורם האט א סעטעלייט וואס פאלגט נאך די האריקעין געמאסטן פעטרישע'ס שטארקייט ביי 8.3 ברעכענדיג די דוואראק וואג וואס גייט נאר ביז 8.0!

📎 20EP.png.CROP.promo-xlarge2.png

פעטרישע שטייט יעצט ביים טעארעטישן גרעניץ פארן שטערקסטן טראפישן שטורם אויף פלאנעט ערד.

די איינציגסטע גוטע נייעס איז אז די שטערקסטע און שעדליכסטע ווינטן וואס זענען קאנצענטרירט אין די מיטל פונקט פון די שטורם, איז בלויז בערך פופצן מייל ברייט.
📎 IMG_20151023_132947.jpg 📎 IMG_20151023_133026.jpg

ישראל קאפקע » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 1:40 pm

· #305805
ביים עוואקואירן די געגנטער וואס זענען אין וועג פון די שטורם.
📎 IMG_-c3xs46.jpg 📎 IMG_20151023_133017.jpg 📎 IMG_20151023_133031.jpg

Kool man » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 1:44 pm

· #305806
לאמיר האפען אז קיינער זאהל נישט געשעהדיקט ווערען פון דעהם מאנסטער שטורעם, איז דא א קלעהר אז דער שטורעם זאל אפעקיטירען די פאראייניקטע שטאטען, אשטייגער ווי אריזוינע אדער קאליפארניע, וועלכע זענען נאנטע געשוויסטער מיט מעקסיקאו?

ישראל קאפקע » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 1:54 pm

· #305811
די ריכטונג פונעם שטורם איז צפון מזרח און גייט מאכן לאנד-פאל אין דרום מערב מעקסיקא. עס ווערט ערווארטעט אז עס וועט דורכשניידן די לענג פון מעקסיקא און די רעגן וועט אנקומען ביז טעקסאס, איך גלייב נישט אז עס גייט אפעקטירן קאליפארניע. איך האב גראדע געזען אריזאנער איינוואוינער זיך וואונדערן אויב זייער סטעיט גייט אויך באקומען רעגן, אבער אפילו אויב יא גייט עס זיין שוין נאכן פארן עטליכע הונדערט מייל אויף לאנד און גייט נישט זיין א 'האריקעין'.
📎 IMG_20151023_135104.jpg

שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 1:55 pm

· #305812
Kool man
איז דא א קלעהר אז דער שטורעם זאל אפעקטירען די פאראייניגטע שטאטען, א שטייגער ווי אריזאנע אדער קאליפארניע, וועלכע זענען נאנטע געשוויסטער מיט מעקסיקא?


ישראל קאפקע
די איינציגסטע גוטע נייעס איז אז די שטערקסטע און שעדליכסטע ווינטן וואס זענען קאנצענטרירט אין די מיטל פונקט פון די שטורם, איז בלויז בערך פופצן מייל ברייט.

ישראל קאפקע » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 2:36 pm

· #305822
The reason Hurricane Patricia grew so strong so quickly

Henry Romero | Reuters

If you think the strongest hurricane ever recorded appeared all of a sudden and out of nowhere, you're in good company.

Hurricane Patricia has intensified over the last 24 hours, and data from Air Force planes have measured record-breaking sustained wind speeds of about 175 knots (over 200 miles per hour), and gusts of up to 247 miles per hour, according to the National Hurricane Center. Those numbers make Patricia the strongest storm ever measured on the planet in the history of record keeping.
The storm's rapid intensification has shocked researchers and confounded models. So how did Patricia get so intense, so suddenly?

Kerry Emanuel, an atmospheric scientist at MIT, told CNBC that Patricia's sudden intensity may be due to the unusually warm water in the part of the Pacific where Patricia has been developing.
"Usually, when hurricanes try to intensify up to that speed limit, they begin to churn up cold water, and that starts to slow them down," Emanuel said. "That is particularly true in the Eastern Pacific."
Ocean water has different layers of temperature; it tends to be warmer toward the top, and colder at lower depths. The warmest water forms a thin layer at the top, and Emanuel said that layer of warm water at the surface is much larger than it usually is.
It also is a bit less salty than the deeper water, which means it is lighter, and it is mixing less with the colder, saltier water below.
"We have set a record number of category 4 and 5 hurricanes in the Northern Hemisphere, and it is the consistent consensus that warming is contributing to the intensity of storms. We expect the frequency of high intensity events to increase."
-Kerry Emanuel, atmospheric scientist, Massachusetts Institute of Technology
In short, then, the colder water that would normally inhibit a hurricane simply is not there.

Emanuel said the unusually warm water might be the result of the El Niño climate pattern, which warms water in this region of the Pacific Ocean. An especially powerful El Niño is expected this autumn and winter.
While all of that could explain what is happening, more data are needed, Emanuel said. He added that none of the models used for forecasting hurricanes, including his own, "got Patricia right," and it may be some time before researchers have clear answers.
The hurricane is expected to make landfall in the Mexican state of Jalisco on Friday night.
Emanuel has studied the effect of warming on hurricanes, and he said there is a connection between warming climates and the intensity of storms.
"We have set a record number of category 4 and 5 hurricanes in the Northern Hemisphere, and it is the consistent consensus that warming is contributing to the intensity of storms," he said. "We expect the frequency of high-intensity events to increase."

ישראל קאפקע » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 2:47 pm

· #305826
נע, ער האט געבויט א 'גרעיט, גרעיט וואל'... ווייניגסטנס אין זיין פאנטאזיע.

ישראל קאפקע » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 2:53 pm

· #305827
<a class="postlink" href="http://earth.nullschool.net/#2015/10/23/1200Z/wind/isobaric/1000hPa/overlay=wind_power_density/orthographic=-105.01,17.24,3000">http://earth.nullschool.net/#2015/10/23 ... 17.24,3000</a>

ישראל קאפקע » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 3:07 pm

· #305830
די שטילקייט פארן שטורם.
א וועבקעם אין די לא מאנזאנלינא רעזארט (עוואקואירט) אויף די מערב ברעג פון די פאסיפיק אקעאן.

<a class="postlink" href="http://www.lamanzanilla.info/web_cam.html">http://www.lamanzanilla.info/web_cam.html</a>

געוואלדיג » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 3:53 pm

· #305841
יישר כח פאר די קעמערע, איז דא נאך אזעלעכע?

ישראל קאפקע » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 5:17 pm

· #305870
אראפ צו 185-190 מייל א שעה.

סביב העולם » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 5:24 pm

· #305876
Re: האריקעין Patricia, שטערקסטע אין היסטאריע, באפאלט מעקסיקא
Here it comes #HurricanePatricia . Waves in Guerrero are starting to eat up the beach. Watch live on this stream <a class="postlink" href="https://t.co/v74whzHBWz">https://t.co/v74whzHBWz</a>

שמעקעדיג » מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 8:05 pm

· #305889
ב"ה אז סוכ"ס איז עס נישט געווען אזוי געפערליך, מיטן אויסנאם פון אפאר מינדערוויכטיגע פאטאליטעטן.

ישראל קאפקע » מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 8:09 pm

· #305890
"מינדערוויכטיגע פאטאליטעטן"?
איר מיינט איינצעלנע אדער איזאלירטע פאטאליטעטן, נישט מינדערוויכטיגע, ריכטיג?

ישראל קאפקע » זונטאג אקטאבער 25, 2015 6:44 pm

· #306117
האריקעין Patricia, רעכטס, אין פארגלייך צו האריקעין קאטרינע.
(באמערקט ווי קליין דער אויג פון האריקעין פעטרישע איז, כאטש די גרויס פונעם האריקעין איז עטליכע מאל ווי די גרויס פון קאטרינע).
📎 IMG_20151023_180338.jpg

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 25, 2015 7:28 pm

· #306126
ישראל קאפקע
"מינדערוויכטיגע פאטאליטעטן"?
איר מיינט איינצעלנע אדער איזאלירטע פאטאליטעטן, נישט מינדערוויכטיגע, ריכטיג?

גערעכט. עס איז געווען אן אומריכטיגע פליטת הקיבארד ואתכם הסליחה.