דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #9731
29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9731
וואס איז זייער מאטיוו? פרום ,פריי, האלב פרום, האלב פריי, רעכטס, לינקס,???
אפשר פאר די פארשוואונדענע ניקס פון קאווע שטיבל .
זייער גיט! עס מעג שוין זיין א דריטע פארברענג ארט וואס איז נישט אזוי רעכט ווי אייערוועלט און נישט אזוי לינק ווי קאוועשטיבל
די איינציגסטע אישו איז מיין צייט....
די איינציגסטע אישו איז מיין צייט....

איך זעה אז סאיז שוין אזא זייטל פין א געוויסע בהמ״ד
פערספעקטיוו.
חרדי'שן.
וכו'.
חרדי'שן.
וכו'.
ס'טע געהערט א מעשה, א נייע וועבזייטל אין אידיש און זיין קענען נישט ריכטיג אויסלייגן דאס ווארט "פארום" אין אידיש?
<a class="postlink" href="http://lemaandaas.com/coming-soon/#comment-2">http://lemaandaas.com/coming-soon/#comment-2</a>
וואס קען מען שוין עקספעקטן פון א וועבזייטל וואס שטעלט צו אזעלכע באבעישע הקדמות.
אויב געוואגטער איז דער רעדאקטאר בין איך דארט !!!
כבין שוין געווען באזארגט אז זי גייען צונעמען אונזער שש׳ל איצטער בין איך בארואיגט.
שש, אויב די גייסט טו אינז א טובה און האלט די זעלבע נאמען מיר זאלן וויסן אז ס'איז כדאי ליינען
א פארוואס איז דא די שאלה איז וואס וועט למעשה זיין דארט , און דוכט זיך אז סאיז נאכנישטא קיין געהעריגע אידיש שפראך וועבסייט וואס איז נישט א פארום אדער בלאג.
[ציטאט אראפגענומען]
ממש געלייענט מיינע מחשבות!
שלמה המלךזייער גיט! עס מעג שוין זיין א דריטע פארברענג ארט וואס איז נישט אזוי רעכט ווי אייערוועלט און נישט אזוי לינק ווי קאוועשטיבל
די איינציגסטע אישו איז מיין צייט....
שלמה המלך: קאווע שטיבל איז שוין גארנישט אזוי לינק. דאס אנטי-ציוניזם און די איינגעבאקענע האס צו מדינת ישראל ליגט נאך פאר'ן עולם (רוב עולם) אין די ביינער. ווען מ'מאכט א ביסל ליצנותא דעבודה זרה און איהרע פאן טרעגערס (א יעדע עקסטרעמע איידיע און שיטה איז בבחינת ע"ז) כאפט עס נישט דעם עולם. פארקערט. זיי ----יג און ----ל ---ע מאכן נאך דעם מעורר/אויפמערקזאממאכער כאילו ער דארף נויטיג מעדיקל אטענשן פאר אויפברענגען די אבסורדע טעאריעס און פיהרונגען פון די עקסטרעמע, אלט געזעסענע מענטשן, וועלכע כאפן נישט, אדער ווילן נישט כאפן אז מ'האט זיי געפיהרט אין באד אריין...!
אויף דעם קענמען זאגן דעם פסוק אין תהילים..."אך שקר נחלו אבותינו"... 😂
[ציטאט אראפגענומען]
ר' שש, פון רעדן אין לשה"ק וועלן נישט צוריק קומען די פרויען שרייבערס
אזוי ביי יעדער גרופע, דארף זיין אויסער פרינציפן, אויך א גייסט. קאווע שטיבלס פרינציפן זענען אפשר זייער ברייט, אבער דער גייסט דא איז היפש שמאל. אויך דער פאקט אז גוטע ארטיקלען דא ווערן נישט סארטירט און באקומען נישט קיין אפעציעלער אויבן אן אינעם שטיבל העלפט נישט צום פאפולערקייט און זיכער נישט אז שרייבער זאלן האבן חשק צו שרייבן. ווי עס קוקט אויס וויל למען דעת פארפילן די צוויי לעכער, דורך געבן אן אויבן אן פאר די ארטיקל שרייבער, און שאפן א ברייטער רוח. צו עס וועט זיי געלונגען צו נישט ווייס איך נישט. אויב זענען זיי אונזערע אמאליגע גדולי קאווע שטיבל דאן לייג איך נישט אזא גרויסע האפענונג דערויף, ווייל רובם זענען דאכט זיך נישט קיין פלייסיגע ארגאניזירער, און זייער ווייט פון למעשה.
<a class="postlink" href="http://lemaandaas.com/about/">http://lemaandaas.com/about/</a>
ווי ברייט און אפן קען דאס שוין זיין?
זעהט אויס ווי די מענער פון אייוועלט האבן חתונה געהאט מיט די פרויען פון מעלות און געבוירען למען דעת.
למען דעת איז א אידיש/ענגליש אנליין מאגאזין פאר חסיד׳ישע אידן וואס זיכן זיך אונטער צו האלטן מיט אונטערעסאנטע אינטעלעקטואלע ליין מאטריאל פון א הויכן קוואליטעט, ווי אויך האבן מיר א פורום ווי די באניצער פון אונזער סייט קענען זיך אדורך שמועסן צווישן זיך. מיר ווידמען דאס מערסטע טייל פון אונזער אינהאלט פאר אינהאלסטרייכע ארטיקלען איבער א רייכן אויסוואל פון נושאים פון געזונט און פינאנץ ביז טעכנעלאגיע און וויסענשאפט און א לאנגע ליסטע אינדערמיט, ווי אויך דעקן מיר קראנטע איצטיגע אידישע און וועלטליכע נייעס’ן פון ארום דער וועלט.
מיר פארשטייען די אחריות צו פובליצירן נאר אויסגעהאלטענע כשר’ע ליין מאטריאל אן קיין חשש מחלוקת אדער רכילות אויף קיין שום איד נישט קיין חילוק צו א יחיד אדער א רבים, דערפאר מאכן מיר א קבלה טובה ברבים נישט צו באריכטן קיינע נייעס אויף קיין שום פארמאט וואס קען וויי טוהן אדער שאדן מאכן פאר קיין שום איד אויף סיי וואס פאר אן אופן. די רעדאקציע פון למען דעת פארשפרעכט צו אנהאלטן און הייבן די הויכע סטאנדארטן פון אידישע ליין מאטריאל הן לגבי די קוואליטעט פון די שרייבווערק אין די ארטיקלען און נאך מער לגבי די אויסגעהאלטנקייט פון די תוכן דערפון.
ווי ברייט און אפן קען דאס שוין זיין?
זעהט אויס ווי די מענער פון אייוועלט האבן חתונה געהאט מיט די פרויען פון מעלות און געבוירען למען דעת.
אז מרעדט נישט קיין רכילות און מגיט אכטונג נישט וויי צו טוען א צווייטען קען מען נישט זיין אפן ? מוחל דיין אפנקייט!!
איך קען נאך נישט וויסן וואס עס גייט ווערן דערפון, אבער עס קוקט אויס ווי זיי מיינען עס ערנסט. זיי האבן געענטפערט אויף קאמענטס, פארראכטן עטליכע טעותים, איבערגעשריבן דעם הקדמה, און ארויף געלייגט א פרישע פאוסט היינט. לאמיר זען וואס עס ווערט דערפון...
גראדע קוקט אויס ווי זיי פלאנען עפעס מער פון א פשוטע פארום און בלאג, זיי פאררופן זיך אלס מאגאזין גאר...
גראדע קוקט אויס ווי זיי פלאנען עפעס מער פון א פשוטע פארום און בלאג, זיי פאררופן זיך אלס מאגאזין גאר...
אויב ער ברענגט מאסטער גלייך ביים אנהייב מסתמא איז מאסטער דער אנדרייער פונ׳ם סייט כדי מיט א פרומען שלייער אריינכאפן אומשולדיגע נשמות אין נעץ אריין, אנדערש פארוואס זוכט ער זיך צרות אז משומר זאל בלאקן זיין סייט און ער וועט נישט מאכן קיין געלט פון אדווערטייזמענט.
@אנאנים למען דעת באדאנקט אייך ביים נאמען (און לינקט צו קאווע שטיבל) אין זיין לעצטיגע פאוסט.
איך האב יעצט געזען אז ער האט געפאוסט עפעס א ראדיקאלע פאליטישע/עקאנאמישע ארטיקל, איך האב געוואלט קאמענטן אבער קאמענטס זענען דיסעבלד און מען מוז זיך איינשרייבן צו דעם פארום און קאמענטן דארט, איך בין נייגעריג פארוואס ער האט אנגעהויבן מיט אזא ארטיקל, האט עס נאך איינער דא געליינט?
berlbalagulehשלמה המלךזייער גיט! עס מעג שוין זיין א דריטע פארברענג ארט וואס איז נישט אזוי רעכט ווי אייערוועלט און נישט אזוי לינק ווי קאוועשטיבל
די איינציגסטע אישו איז מיין צייט....
שלמה המלך: קאווע שטיבל איז שוין גארנישט אזוי לינק. דאס אנטי-ציוניזם און די איינגעבאקענע האס צו מדינת ישראל ליגט נאך פאר'ן עולם (רוב עולם) אין די ביינער. ווען מ'מאכט א ביסל ליצנותא דעבודה זרה און איהרע פאן טרעגערס (א יעדע עקסטרעמע איידיע און שיטה איז בבחינת ע"ז) כאפט עס נישט דעם עולם. פארקערט. זיי ----יג און ----ל ---ע מאכן נאך דעם מעורר/אויפמערקזאממאכער כאילו ער דארף נויטיג מעדיקל אטענשן פאר אויפברענגען די אבסורדע טעאריעס און פיהרונגען פון די עקסטרעמע, אלט געזעסענע מענטשן, וועלכע כאפן נישט, אדער ווילן נישט כאפן אז מ'האט זיי געפיהרט אין באד אריין...!
אויף דעם קענמען זאגן דעם פסוק אין תהילים..."אך שקר נחלו אבותינו"... 😂
נישט ריכטיג!
ס'איז דא געניג חבירים דא וואס אינטערעסירט נישט אנטי ציוניזם וכדו', זענען נישט אויפגעצויגען געווארען אין הארץ פון וויליאמפעסט וכדו' אבער פארט געהאט א געזינטע חינוך, זיי שטערט גענוג וואס מאנכע דא אין שטיבל זענען אזוי אויסגעשפראכען קעגען יעדע נארמאלער אידיעלאגיע מיט וואס מ'האט אונז אויפגעצויגען! בכלל נישט קיין עקסטרים, נישט א גרויסע היט און נישט קנאבעל עסאכץ, ווי אזוי די ווילסט עס רופען - גענוג ברייטע קעפ דא וואס פארטראגען מדע מיט א טיפקייט און ווייסען אסאך היסטאריע באדערט דעם האס וואס ליגט באגראבען ביי אסאך פון אונז קעגען 'חרידיזם'
עס איז נישט די שמועס דא, און אפשר בעסער בכלל נישט מאכען פון דעם א שמועס, אבער די פאקט איז עס איז א חילוק ווען איינער רעדט פון ווייטאג צו איינער וואס רעדט מיט האס! יעדער פון אונז - כמעט - איז באטראפען פון 'חרידיזם' מיט איהרע באבאס, אבער סטאפ די היעט! (איך הענג נישט קיין סיין ווייל טראמפ וועט הייסען מיך ארויסטראגען פון דאנעט) אבער רעדען פון ווייטאג טיט קיינעם נישט וויי דא סיידן מ'איז אינגאנצען אויף דיין זייט צי נישט.
אלענספאל 'למען דעת' האט א טשענס, און אויך ק"ש האט 😉
פארוואס איז למען דעת שטיל?
נו ווי האלט עס דארט?
איך ווייס נישט וואס עס גייט ווערן דערפון, עס איז באמת שווער צו זאגן ווייל עס קוקט אויס צו זיין זייער שטיל, אבער איך גלייך זייער זיין איידיע צו מאכן א מאגאזין פאר אונטערסאנטע ארטיקלען און א פארום עס איבער צו שמועסן, איך מיין אבער אז ער דארף בעסערע טאפיקס פאר זיינע ארטיקלען.
למען דעת איז אפגעשפארט ?
Yep שוין לאנג!