☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » ו' חוקת

ו' חוקת

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #971

שמואל הלוי » מיטוואך יוני 27, 2012 4:08 pm

· #20403
ו' חוקת
"דא גזירת אורייתא"

אינעם טאג יום ו' חוקת זענען דא וואס פירן זיך צו פאסטן, דער תענית ווערט נאך דערמאנט אין מגן אברהם (או"ח הל' תענית סימן תק"פ, ס"ק ט"ז), וז"ל: "כתב התניא ביום הששי פ' חקת נהגו יחידים להתענות, שבאותו היום נשרפו כ' קרונות מלאים ספרים בצרפת. ולא קבעו אותו בימי החודש, מפני שמתוך שאלת חלום נודע להם שיום הפרשה גורם גזירת התורה, זאת חקת התורה מתרגמינן דא גזירת אורייתא", עכ"ל.

די מעשה וואס דער מגן אברהם ברענגט האט פאסירט אין יאר ה' אלפים ד' לפ"ג, עש"ק חוקת, ט' לחודש תמוז, ווען מען האט ליידער פארברענט צוואנציג וועגענער אנגעפילט מיט ספרי קודש אין מדינת פראנקרייך. די סיבה פארוואס ס'איז באשטימט געווארן אויפן טאג פון די וואך און נישט אויפן טאג פון חודש איז, ווייל די רבנים האבן געמאכט א שאלת חלום, און עס איז געקומען די תשובה: "דא גזירת אורייתא", מרמז צו זיין אז די גזירה פון פארברענען די תורה איז געווען אנגעהאנגען אין ו' חוקת.

כאטשיג דער תענית איז באשטימט געווארן אויף יום ו' חוקת און נישט אויפן טאג פון חודש, אבער ווען ס'געפאלט אויך די זעלבע יום החודש ווי עס איז געווען אינעם יאר וואס ס'האט פאסירט די שרעקליכע שריפה, איז דא א ספעציעלע ענין צו פאסטן דאן, אזויווי עס שטייט אין ספר לקט שמואל (דף ל"ה, אות רע"א), וז"ל: "כשחל יום ט' בחודש ביום הששי טוב שיתענה". און אין ספר משחא דרבותא שטייט (דף ע' ע"ב) אז ווער ס'פאסט חוץ די תענית פון ו' חוקת, אויך יום ט' לחודש, וועט קומען אויף אים א ברכה.

די אייניקלעך פון הייליגן תוספות יו"ט זי"ע זענען עקסטער מצווה געווארן צו פאסטן אינעם טאג ט' תמוז, צוליב די ביטערע גזירה וואס עס איז נגזר געווארן אויפן הייליגן תויו"ט, אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין ספר לבושי מכלול.

אויך אין שנת ת"ח לפ"ק (ו' תמוז) האט פאסירט א ביטערע אומגליק אין דעם טאג ו' חוקת, ווען ס'איז ליידער חרוב געווארן צוויי גרויסע אידישע קהילות, אזוי ווי דער מג"א ברענגט (שם), וז"ל: "וגם בשנת ת"ח נחרבו שני קהילות גדולות באותו היום, כמ"ש בסליחות שחיבר בעל השפתי כהן" עכ"ל.

אין ספר כתבי הקודש (לבן בעל יסוד יוסף, אות כ"א) שטייט, אז זיין מנהג איז צו זאגן אין דעם טאג די קינה פון "שאלו שרופה באש".

אין ספר מועד לכל חי שטייט (סימן ט', אות ד') אז אין די שטאט איזמיר איז געווען א מנהג אז ו' חוקת איז מען בכלל נישט ארויס אין גאס צו טוהן געשעפטן, און אלעס וואס מען האט געברויכט צו ערלעדיגן לכבוד שבת, האט מען געטוהן דאנערשטאג, וז"ל: "בעירינו איזמיר נהירנא מכד הוינא טליא דהיו כמה אנשים סוחרים שהיו נזהרים שלא לצאת אפי' לשוק לעסקיהם בערב שבת חוקת, ומה שהיה להם לעשות בע"ש, היו מתקנים מיום ה'...".

נאך שרייבט ער, אז פילע פירן זיך נישט צו פארן פון איין פלאץ צום צווייטן אין דעם טאג, וז"ל: "והן עוד היום רבים נזהרים שלא לילך מעיר לכפר ביום הזה, וה' שומר את עמו ישראל בכל מקום ובכל זמן שלא תאונה שום רע אכיה"ר".

אויך נישט לאנג צוריק אין יאר תש"א לפ"ק האט פאסירט א ביטערע אומגליק אין דעם טאג, ווען ס'האט אויסגעבראכן א גרויסע פאגראם אויף די אידן פון די שטאט יאַס, און עס איז ליידער גע'הרג'עט געווארן דעמאלס 24,000 אידן הי"ד. כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסקווירא זצ"ל איז געווען צווישן די אידן אין יענע שטאט, און בנסי ניסים איז ער ניצול געווארן ממות לחיים, און ער האט פון דעמאלס אן געפאסט יעדעס יאר ו' חוקת.

די רעבעצין פון הרה"ק ר' שלום אליעזר'ל מראצפערט זצ"ל הי"ד האט געזאגט אז זי האט בקבלה פון איר טאטע הרה"ק ר' מרדכי דוב מהארנאסטייפל זצ"ל, וואס האט געהאט בקבלה בשם זקינו דער הייליגער טשערנאבלער מגיד זי"ע אז אינעם טאג ו' חוקת זאל מען נישט גיין זיך וואשן ביים טייך.

צום שלוס וועלן מיר אראפברענגען דאס לשון פון ספר "הלוי והגר" וואס איז קיינמאל נאך נישט געדרוקט געווארן, און איז נאך בכת"י, וז"ל: והנה בשבלי הלקט כתב דקבעו תענית יחידים ביום ו' לפרשת חקת על שריפת התורה ביום זה, ולא קבעוהו לפי יום בחודש, משום שהודיעום בחלום שיום הפרשה גורם גזירת התורה, דמתרגמינן 'זאת חקת התורה' – דא גזירת אורייתא. ע"כ. ובפשטות העניין תמוה, דהא 'גזירת אורייתא' הוא תרגום תיבת 'חוקת', ודכוותיה מתרגם 'חוקת הפסח' – גזירת פסחא, וכמוש"נ למעלה, ומה רמז יש כאן לשריפת התורה.

ולפמש"נ אפשר דזהו עומק הרמז על שריפת התורה, דאילו היה התרגום 'קיימא דאורייתא' – ברית התורה, היה הפירוש שהתורה עצמה היא מקויימת ומחוייבת בחוק וברית, ולא היתה יד הזדים יכולה לשורפה ולאבד חלקים ממנה, אבל מכיון שתרגם אונקלוס 'גזירת אורייתא' מוכח שלא התורה עצמה היא החוקה, אלא מיירי בחק שגזרה תורה, ואכתי לא שמענו שהתורה עצמה חקוקה בחוק וברית, ובזה ניתן הפתח למשחית לשורפה בעוונותינו, ודו"ק.

דער אייבערשטער זאל העלפן אז סיי די טאג פון ט' תמוז און סיי די טאג פון ו' חוקת זאלן אריבערגיין בשלום אן קיין שום געשעדיגטע, ונאמר אמן.

אלבערט » מיטוואך יוני 27, 2012 5:48 pm

· #20422
אין וויליאמסבורג האט אויך אמאל פאסירט א שרעקליכע אומגליק ו' חוקת. דאנערשטאג נאכט האט אויסגעבראכן א שריפה אין א דירה אויף פען סט. און עס זענען דארט ל"ע אומגעקומען א מאמע מיט צוויי קינדער. עס האט פאסירט ערגעץ אין די ל' יארן דאכצעך.

איחוד פעלד » מיטוואך יוני 27, 2012 10:44 pm

· #20497
די רעבעצין פון הרה"ק ר' שלום אליעזר'ל מראצפערט זצ"ל הי"ד האט געזאגט אז זי האט בקבלה פון איר טאטע הרה"ק ר' מרדכי דוב מהארנאסטייפל זצ"ל, וואס האט געהאט בקבלה בשם זקינו דער הייליגער טשערנאבלער מגיד זי"ע אז אינעם טאג ו' חוקת זאל מען נישט גיין זיך וואשן ביים טייך.



פין ווי נעמט איר דאס?

לעמיל » דאנערשטאג יוני 28, 2012 9:09 am

· #20563
איז דא פלעצער ווי מען פאסט נאך היינט?

נולד מאוחר » פרייטאג יוני 29, 2012 6:33 pm

· #20864
די וואס מחמיר אויף לא תאונן זענען אויך מחמיר אויף ו' חקת?

אלבערט » מאנטאג יולי 2, 2012 6:41 pm

· #21312
[ציטאט אראפגענומען]

יא נעבעך. און איך האב אמאל געזען אין אן אלטע צייטונג פון יענע צייט איז געווען אן אנאנס אז ווער עס האט געזען ווי זי שטייט ביים פענסטער זאל רופן. איך ווייס נישט פארוואס מען האט דאס געזוכט. אויב איך וועלן האבן די מעגליכקייט וועלעך עס אויפזוכן

לעמיל » פרייטאג יוני 14, 2013 8:45 am

· #124974
ארויף געברעינגט לכבוד ו' חוקת

יין שרף » מאנטאג יוני 17, 2013 6:21 pm

· #125584
דכירנא כד הוינא טליא איז מען אויפגעוואקסן מיט א גרויסע פחד פון די בער ו' חקת, מ'איז געקומען און חדר (און קרוין הויכן) גלייך געגאנגען דאווענען, נאכדעם געזאגט תהלים אז ס'זאל ח"ו נישט שאטן פאר קיין שום יוד, מהאט געלערנט אפאר שעה און א צי (ס'האט נאכנישט געהייסן רציפות און יענע צייטן...) א זכר צום שכחת התורה פונעם שריפת עשרים קרונות של ספרים (וי"א עשרים וארבע) און זינטאג איז מען געקומען אין חדר, די ערשטע שמועס איז געווען "וואס איז געשען היי יאר ו' חקת?" א יאר וואס איז נישט געשען גארניש פאר קיין שום יוד ב"ה איז געווען א שטיקל "פלאפ"...

אשכולות אויפוועקער » דאנערשטאג יוני 26, 2014 8:26 am

· #208168
אויפגעוועקט

היסטאריקער » דאנערשטאג יוני 26, 2014 11:44 am

· #208193
אל תפתח פה לשטן

ברוך שאמר » זונטאג יוני 29, 2014 11:49 am

· #208452
אלבערט
אין וויליאמסבורג האט אויך אמאל פאסירט א שרעקליכע אומגליק ו' חוקת. דאנערשטאג נאכט האט אויסגעבראכן א שריפה אין א דירה אויף פען סט. און עס זענען דארט ל"ע אומגעקומען א מאמע מיט צוויי קינדער. עס האט פאסירט ערגעץ אין די ל' יארן דאכצעך.

עס האט פאסירט ו" חקת תשל"ד

elter-zeide » זונטאג יוני 29, 2014 5:15 pm

· #208519
הרב רבי שמאי גרינבוים שליט"א איז געראטעוועט געווערן ממש די לעצטע מינוט ביי יענע שרייפע, דאס האט פאסירט ווייל דע פענסטערס זענען געווען פארמאכט מיט א שלאס אין דע שליסעל איז נישט געווען ביי דע האנט, אין ביז דע פייערלעשערס זענען אנגעקימען שוין געווען צי שפעט, ר' שמאי איז שוין אויך געווען באוויסטלוז ,,
איך שרייב דאס כדי מ'זאל וויסען דע וויכטיקייט פון האבן א וועג ארויס פון פראנט אין בעק פון א יעדע דירע, אפילו פון א בעסמענט,

קאווע טרינקער » פרייטאג יולי 15, 2016 12:59 am

· #342250
ווען איך בין געווען אין כולל איז די ארון קודש (אין קאנטרי) אראפגעפאלן, די ספר תורה איז געקומען לידי בזיון, דער אנדערע וואך האט מען כמו געפאסט.

בן אדם » פרייטאג יולי 15, 2016 1:10 am

· #342253
וואס הייסט כמו געפאסט? (און אויב איך מעג פרעגן, ווער איז געווען די ראש ישיבה דארט?)

א איד » פרייטאג יולי 15, 2016 1:13 am

· #342254
Re: ו' חוקת
elter-zeide
הרב רבי שמאי גרינבוים שליט"א איז געראטעוועט געווערן ממש די לעצטע מינוט ביי יענע שרייפע, דאס האט פאסירט ווייל דע פענסטערס זענען געווען פארמאכט מיט א שלאס אין דע שליסעל איז נישט געווען ביי דע האנט, אין ביז דע פייערלעשערס זענען אנגעקימען שוין געווען צי שפעט, ר' שמאי איז שוין אויך געווען באוויסטלוז ,,
איך שרייב דאס כדי מ'זאל וויסען דע וויכטיקייט פון האבן א וועג ארויס פון פראנט אין בעק פון א יעדע דירע, אפילו פון א בעסמענט,

מיין רבי אין חדר האט פארציילט, די סיבה פארוואס די פייערלעשער זענען נישט אנגעקומען, איז ווייל די קינדער האבן זיך געשפילט מיט די פייער אלארעם יענע טאג, און זיי זענען געקומען יענע טאג אפאר מאל און עס איז געווען פאלש, האבן זיי געמיינט אז יעצט איז עס אויך א פאלשע אלארעם, און ליידער האט עס געטראכט אפאר אידישע נפשות.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 29, 2017 8:29 pm

· #377280
Re: ו' חוקת
איך געדענק נישט אזא זאך, אז ו׳ חקת איז א יום המיועד פאר גשמיות׳דיגע פרענות. איך געדענק דער רוחניות׳דיגע גזירה פון שריפת התורה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איסר האטלקי » פרייטאג יוני 30, 2017 12:25 am

· #377311
א איד
elter-zeide
הרב רבי שמאי גרינבוים שליט"א איז געראטעוועט געווערן ממש די לעצטע מינוט ביי יענע שרייפע, דאס האט פאסירט ווייל דע פענסטערס זענען געווען פארמאכט מיט א שלאס אין דע שליסעל איז נישט געווען ביי דע האנט, אין ביז דע פייערלעשערס זענען אנגעקימען שוין געווען צי שפעט, ר' שמאי איז שוין אויך געווען באוויסטלוז ,,
איך שרייב דאס כדי מ'זאל וויסען דע וויכטיקייט פון האבן א וועג ארויס פון פראנט אין בעק פון א יעדע דירע, אפילו פון א בעסמענט,

מיין רבי אין חדר האט פארציילט, די סיבה פארוואס די פייערלעשער זענען נישט אנגעקומען, איז ווייל די קינדער האבן זיך געשפילט מיט די פייער אלארעם יענע טאג, און זיי זענען געקומען יענע טאג אפאר מאל און עס איז געווען פאלש, האבן זיי געמיינט אז יעצט איז עס אויך א פאלשע אלארעם, און ליידער האט עס געטראכט אפאר אידישע נפשות.

און האסט אים נאך געגלייבט?

איש את רעהו » פרייטאג יוני 30, 2017 8:52 am

· #377325
ליטוואק פון בודאפעסט
איך געדענק נישט אזא זאך, אז ו׳ חקת איז א יום המיועד פאר גשמיות׳דיגע פרענות. איך געדענק דער רוחניות׳דיגע גזירה פון שריפת התורה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

וז"ל
בשנת ת"ח נחרבו שני קהילות גדולות באותו היום כמ"ש בסליחות שחבר בעל השפתי כהן עכ"ל.
ו' חוקת איז ביידע געשען

איש את רעהו » פרייטאג יוני 30, 2017 8:56 am

· #377326
בספר מועד לכל חי (סימן ט', אות ד') אין די שטאט איזמיר איז געווען א מנהג אז ו' חוקת איז מען בכלל נישט ארויס אין גאס צו טוהן געשעפטן, און אלעס וואס מען האט געברויכט צו ערלעדיגן לכבוד שבת, האט מען געטוהן דאנערשטאג, וז"ל: "בעירינו איזמיר נהירנא מכד הוינא טליא דהיו כמה אנשים סוחרים שהיו נזהרים שלא לצאת אפי' לשוק לעסקיהם בערב שבת חוקת, ומה שהיה להם לעשות בע"ש, היו מתקנים מיום ה'...".
פילע פירן זיך נישט צו פארן פון איין פלאץ צום צווייטן אין דעם טאג, וז"ל: "והן עוד היום רבים נזהרים שלא לילך מעיר לכפר ביום הזה, וה' שומר את עמו ישראל בכל מקום ובכל זמן שלא תאונה שום רע אכיה"ר".

קאווע טרינקער » פרייטאג יוני 30, 2017 12:42 pm

· #377334
צרות האחרונות משכחות את הראשונות. זינט די שואה, ווייס איך נישט צו מ'דארף מאכן אן עסק פון אלטע "קלענערע" צרות.

די פראבלעם איז נאר אז פאר די שואה גופא מאכן מיר פרומע נישט קיין שום אנדענק.

מיר'ער בחור » פרייטאג יוני 30, 2017 2:12 pm

· #377338
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/121068/%D7%93%D7%A8%D7%9E%D7%94-%D7%9C%D7%99%D7%9C%D7%99%D7%AA-%D7%A1%D7%A4%D7%A8%D7%99-%D7%94%D7%AA%D7%95%D7%A8%D7%94-%D7%97%D7%95%D7%9C%D7%A6%D7%95-%D7%9E%D7%91%D7%99%D7%94%D7%9B%D7%A0%D7%A1-%D7%94%D7%91%D7%95%D7%A2%D7%A8.html">http://www.bhol.co.il/121068/%D7%93%D7% ... D7%A8.html</a>

איש את רעהו » פרייטאג יוני 30, 2017 3:42 pm

· #377349
קאווע טרינקער

זינט די שואה, ווייס איך נישט צו מ'דארף מאכן אן עסק פון אלטע "קלענערע" צרות.
.

אין מג"א ווערט נישט געברענגט אז ס'עקספייערט נאך תש"ה
א מנהג געברענגט אין מג"א בלייבט

א איד » פרייטאג יוני 30, 2017 4:45 pm

· #377367
Re: ו' חוקת
איסר האטלקי
א איד
elter-zeide
הרב רבי שמאי גרינבוים שליט"א איז געראטעוועט געווערן ממש די לעצטע מינוט ביי יענע שרייפע, דאס האט פאסירט ווייל דע פענסטערס זענען געווען פארמאכט מיט א שלאס אין דע שליסעל איז נישט געווען ביי דע האנט, אין ביז דע פייערלעשערס זענען אנגעקימען שוין געווען צי שפעט, ר' שמאי איז שוין אויך געווען באוויסטלוז ,,
איך שרייב דאס כדי מ'זאל וויסען דע וויכטיקייט פון האבן א וועג ארויס פון פראנט אין בעק פון א יעדע דירע, אפילו פון א בעסמענט,

מיין רבי אין חדר האט פארציילט, די סיבה פארוואס די פייערלעשער זענען נישט אנגעקומען, איז ווייל די קינדער האבן זיך געשפילט מיט די פייער אלארעם יענע טאג, און זיי זענען געקומען יענע טאג אפאר מאל און עס איז געווען פאלש, האבן זיי געמיינט אז יעצט איז עס אויך א פאלשע אלארעם, און ליידער האט עס געטראכט אפאר אידישע נפשות.

און האסט אים נאך געגלייבט?

פארוואס נישט

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 30, 2017 6:44 pm

· #377396
קאווע טרינקער
צרות האחרונות משכחות את הראשונות. זינט די שואה, ווייס איך נישט צו מ'דארף מאכן אן עסק פון אלטע "קלענערע" צרות.

די פראבלעם איז נאר אז פאר די שואה גופא מאכן מיר פרומע נישט קיין שום אנדענק.

וואס רעדסטו, אונזער גאנצע פאררוקטע סיסטעם איז איין גרויסע אנדענק פון די שואה..

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג יוני 30, 2017 6:50 pm

· #377397
Re: ו' חוקת
שמעקעדיג
קאווע טרינקער
צרות האחרונות משכחות את הראשונות. זינט די שואה, ווייס איך נישט צו מ'דארף מאכן אן עסק פון אלטע "קלענערע" צרות.

די פראבלעם איז נאר אז פאר די שואה גופא מאכן מיר פרומע נישט קיין שום אנדענק.

וואס רעדסטו, אונזער גאנצע פאררוקטע סיסטעם איז איין גרויסע אנדענק פון די שואה..

@שמעקעדיג, דו האלסט אז ווען נישט די שואה וואלטן אינז ווען געהאט א בעסערע סיסטעם, אדער ס'וואלט ווען געווען אנאנדערע פאריקטע סיסטעם? כ'מיין אז אינז חרדים זענען געבענטשט מיט א פאריקטן סיסטעם אידער וועי