☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » אפט-געפרעגטע פראגעס

אפט-געפרעגטע פראגעס

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9709

רויטע וואנצעס » מיטוואך אקטאבער 14, 2015 10:14 pm

· #304544
אפט-געפרעגטע פראגעס
פארכאפט אין צייט
פריי פון פארעם

פארשפארט אין גוף
אפן אן גבול

פארבינדן צום פלאץ
שפאציר איבעראל

צוגעבינדן צום ערד
פלי אין די ספערן

באקליידט מיט בגדים
לעהר פון לבושים

אנגעוויזן אויף אנדערע
זעלבסטשטענדיג ווי אן אינזל

אויגן צו זעהן
וואס נישט מ'פארשטייט

אויערן צו הערן
אלעס חוץ סודות

נאז צו שמעקן
שוואך און ארים

הענט צו שפירן
געהיימע אטאמן

ארים בייטאג
רייך ביינאכט

שוואך און אומזעהבאר
שטארק און עקשנות

ערנעגיע געמישט
א קאשע פארמישט

דא לעהר
דארט פרוכטבאר

דא לייכט
דארט ליידיג.