☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » אלעס איבער פילטערס

אלעס איבער פילטערס

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #970

שמיטה » דינסטאג יוני 26, 2012 3:59 pm

· #20157
אלעס איבער פילטערס
טייל מאל בלאקירט דזשעי נעט א געוויסע בלאט אויף וויקיפידיע

איינער » דינסטאג יוני 26, 2012 7:03 pm

· #20187
שמיטה
טייל מאל בלאקירט דזשעי נעט א געוויסע בלאט אויף וויקיפידיע


געוויסע קיווארד'ס בלאקירן זיי.

די אידישע וויקיפעדע, איז אינגאנצען געבלאקט.

יידל » דינסטאג יוני 26, 2012 9:38 pm

· #20202
איינער

די אידישע וויקיפעדע, איז אינגאנצען געבלאקט.

פארוואס?

איינער » מיטוואך יוני 27, 2012 7:19 am

· #20285
יידל
איינער

די אידישע וויקיפעדע, איז אינגאנצען געבלאקט.

פארוואס?


יודל, די ווייסט נישט פארוואס 😉

יידל » מיטוואך יוני 27, 2012 10:07 am

· #20303
איינער
יידל
איינער

די אידישע וויקיפעדע, איז אינגאנצען געבלאקט.

פארוואס?


יודל, די ווייסט נישט פארוואס 😉

ניין.

אברעמעל » מיטוואך יוני 27, 2012 10:30 am

· #20325
ער מיינט די ניק נאמען יידל..

ווערייזאן » מיטוואך יוני 27, 2012 11:24 am

· #20344
עס ווערט געזוכט א באס וואס זאל פארן צוריק צום נושא. (קרעדיט אייוועלט)

יידל » מיטוואך יוני 27, 2012 12:10 pm

· #20355
זאל זיין אזוי
עס ווערט געזוכט א באס וואס זאל פארן צוריק צום נושא. (קרעדיט אייוועלט)

אדער אן אחראי וואס זאל אפטיילן די תגובות וואס רעדן איבער פילטערס און עס שיינערהייט ארויספירן פונעם פריוואטן צימער.

משמרת » מיטוואך יוני 27, 2012 12:49 pm

· #20366
אפגעטיילט און אריבערגעפירט צו מקומם הנכון.

מ'קען דא ממשיך זיין.

לאדיך אפ » מיטוואך יוני 27, 2012 7:09 pm

· #20434
יידל, לאמיך דיך ציטירן די ווערטער פון שמעון ראלניצקי: (קרעדיט: טאמבל סאס):
אוואדאי דער שמוץ פון דעם אינטערנעט מוז ווערן באקעמפט דורך שטארקע פילטערס און שמירה מיטלען; די כפירה פון דעם אינטערנעט מוז ווערן באקעמפט דורך פילטערס און דורך ספרי חיזוק האמונה; אבער דאס וואס אידן זענען זיך מורה היתר צו לייענען אין דעם אינטערנעט אינפארמאטיווע ארטיקלען, וויסנשפאטליכע זאכן, היסטאריע וכדומה, טראכטנדיג אז אין די זאכן איז נישט פאראן קיין סכנה, מוז ווערן באקעמפט מיט הויכע קוואליטעט לייען מאטעריאל וואס שטעלט צו אינהאלטסרייכע ארטיקלען אבער אויף א כשרע וועג.

לייענען היסטאריע איז נישט קיין סכנה, אבער אז מען לייענט עס אין גוי'אישע מקורות ווערט אריינגעמישט גוי'אישקייט און אז מען לייענט עס אויף די אינטערנעט איז מען אין א שרעקליכער סכנה.

מען קען לייענן דעם זעלבן ארטיקל, אויב לייענט מען עס אין א גוי'אישן פלאץ לייענט מען גוי'אישקייט צווישן די שורות, די אויסדרוקן זענען טמא, דער סטיל איז מושך צו גוי'אישקייט, און נאר אז מען לייענט עס דורכגעזיפט און מיט א אידישן טעם איז עס בלויז היסטאריע.

יא, ארטיקלען וואס זענען בעצם כשר, איז א גרויסער חילוק צווישן א איד און א גוי, וואו עס שטייט אין פסוק "אח עשיו ליעקב, ואוהב את יעקב ואת עשיו שנאתי", און ספרי מוסר טייטשן "טאקע דארט ווי יעקב און עשו זענען ברודער, אין דברי רשות, דארט ווואו זיי זענען אייניק, איז פאראן דער עשו וועג און דער יעקב וועג".

אט די דקות'דיגע חילוקים, דארטן וואו עשו און יעקב זענען ברודער, האט א ריזן השפעה!

ב"ה אז דער שטערן איז א גרויסע כח צו אפהאלטן אידן פון דעם אינטערנעט. מיר קענען נישט אפהאלטן די וואס גייען במזיד לייענען טריפה'נע זאכן אויף דעם אינטערנט, ואטו בשופטני עסקינן; אבער די וואס גייען בשוגג לייענען זאכן וואס זיי מיינען אז עס איז מותר, קענען ווערן אפגעהאלטן דורך צוויי חודשליכע אויסגאבעס, מלא וגדוש מיט א הויכן סטאנדארט לייען מאטעריאל, וואס איז גענוי אזי שיין, רייך און צוציענד, און בנוסף צו אלעס כשר און ערליך, און נאך צו די זייט מיט א דבר תורה און א מוסר השכל.

די הויכע קוואליטעט פון דער שטערן איז אלזא דער היינטיגע חנית מיד המצרי...

איינער » מיטוואך יוני 27, 2012 11:16 pm

· #20503
יידל
איינער
יידל
איינער

די אידישע וויקיפעדע, איז אינגאנצען געבלאקט.

פארוואס?


יודל, די ווייסט נישט פארוואס 😉

ניין.


קיינער כאפט נישט דעם רמז?

געפילטע פיש » מיטוואך יוני 27, 2012 11:30 pm

· #20506
איינער

קיינער כאפט נישט דעם רמז?

נאופס!

לעמיל » דאנערשטאג יוני 28, 2012 9:17 am

· #20567
יודל, די ווייסט נישט פארוואס 😉[/quote]
ניין.[/quote]

קיינער כאפט נישט דעם רמז?[/quote][/quote]
זיי אינז מסביר ביטע

לאדיך אפ » דאנערשטאג יוני 28, 2012 9:25 am

· #20570
לעמיל
יודל, די ווייסט נישט פארוואס 😉

ניין.[/quote]

קיינער כאפט נישט דעם רמז?

זיי אינז מסביר ביטע

איך מיין אז ער מיינט אז עס איז דא א שרייבער אין אידיש וויקיפעדיע וואס הייסט יודל.<a class="postlink" href="http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%91%D7%90%D6%B7%D7%A0%D7%99%D7%A6%D7%A2%D7%A8:%D7%99%D7%95%D7%93%D7%9C">http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%91%D7% ... 7%93%D7%9C</a>

לעמיל » דאנערשטאג יוני 28, 2012 9:36 am

· #20574
זיי צאלען פאר זייערע שרייבערס?

לאדיך אפ » דאנערשטאג יוני 28, 2012 9:50 am

· #20575
לעמיל
זיי צאלען פאר זייערע שרייבערס?

ניין, ס'אלעס וואלענטירס.

לעמיל » דאנערשטאג יוני 28, 2012 12:29 pm

· #20604
לאדיך אפ
לעמיל
זיי צאלען פאר זייערע שרייבערס?

ניין, ס'אלעס וואלענטירס.

איז פארוואס זאל איינער וועלען שרייבען דארט?

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 28, 2012 12:45 pm

· #20609
לעמיל
לאדיך אפ
לעמיל
זיי צאלען פאר זייערע שרייבערס?

ניין, ס'אלעס וואלענטירס.

איז פארוואס זאל איינער וועלען שרייבען דארט?


פאר די זעלבע סיבה פארוואס דו שרייבסט דא. און פארוואס נאך טויזענטער אנדערע מענטשן שרייבן אויף אנדערע פלעצער, כדי מהנה צו זיין אנדערע.

איינער » פרייטאג יוני 29, 2012 6:13 pm

· #20862
לאדיך אפ
איך מיין אז ער מיינט אז עס איז דא א שרייבער אין אידיש וויקיפעדיע וואס הייסט יודל



דאס האב איך געמיינט, עס איז געווען א פאר חברה פון די אריגענאלע גרינדער פון אייוועלט וואס האט דאן געהייסן "אידישע וועלט" וואס האבן געפירט א קאמף אנקעגן "באניצער:יודל" זיי האבן אפילו געהאט שפעטער אן אייגענע וויקי וואס איז דער טאטע פון די היינטיגע אייוועלט, און א טייל פון זייער פייט האבן זיי ערלעדיג אז דזשעינעט זאל בלאקן די פריי אידישע וויקיפעדיע.