☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » איבערן דעיל קארנעגי אידיש בוך איבערזעצונג

איבערן דעיל קארנעגי אידיש בוך איבערזעצונג

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9697

ברוך בער » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:15 am

· #304021
איבערן דעיל קארנעגי אידיש בוך איבערזעצונג
נישט געזען קיין שמועס דא איבער דעם. לעצטנס האט BFG איבערגעזעצט דאס פאפולערן how to win friends & influence people אין היימיש אידיש און מארקעט עס פארן עולם אויף קול מבשר. זוכנדיג עס אין ספרים סטארס נעכטן האב איך עס מער נישט געפונען זעט אויס עס איז אויסגעגאנגען. איך מיין עס איז דאס ערשטע מאל א ריין סעקולאר ביכל איז איבערגעזעצט אין היימיש אידיש כמו שהוא. אויב טוה איך אן א קנאיש היטל קען איך זאגן עס איז א פירצה און שומו שמים. וואס הייסט מען גייט געבן הדרכה פון א טמא'נעם גוי וואס בויט יסודות אויך זיגמאנד פרויד ימ"ש, אלץ תורת אמת וכו' וכו. למעשה איז עס דורך אן א קול מחאה אפשר ווייזט עס אויף פארשריט אז דער עולם זעט איין דער סטאטוסקווא אין עניני פרנסה און זיך באגיין מיט מענטשן איז באנקראט און בעל כרחך מלאך רע יענה אמן מען מוז דרויסנדע וויסנשאפט?

אויב אזוי אפשר קען עס קיין ווייטער. איך למשל וואלט זייער געוואלט א גוטן אביסל מער עדווענסד מעטאמאטיק ביכל אין אידיש צו געבן מיין בחור אין ישיבה צו לערנען אין די זייט און אפשר אנדערע וויסנשאפט ענינים.

petergrifin » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:36 am

· #304031
Re: איבערן דעיל קארנעגי אידיש בוך איבערזעצונג
איך האב עס געזעהן עדווערטייזט אין דער בלאט מיין איך און ס'איז טאקע א חידוש אז מען הערט נאך נישט קיין מחאה אנטקעגן די פערצע. אבער פארוואס זאל דיין בחור זיך צו לערנן עדווענסד מאטעמאטיק אין אידיש? פארוואס נישט אין ענגליש?

ברסלבער » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:41 am

· #304033
איך מיין אז זייער הצלחה קומט פון זאגן דעם אמת, און נישט זיך פארשלייערן אז אלעס איז נאר גענומען פון ריינע אידישע מקורות...

איינער האט שוין געליינט דעם בוך? לוינט זיך עס צו קויפן?

ירא שמים » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:43 am

· #304036
Re: איבערן דעיל קארנעגי אידיש בוך איבערזעצונג
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/9462">viewtopic.php?t=9462</a><!-- l -->
דאס איז נאך א וויסענשאפטליכע בוך איבערגעזעצט אויף היימישע אידיש.

ברוך בער » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:45 am

· #304037
petergrifin
איך האב עס געזעהן עדווערטייזט אין דער בלאט מיין איך און ס'איז טאקע א חידוש אז מען הערט נאך נישט קיין מחאה אנטקעגן די פערצע. אבער פארוואס זאל דיין בחור זיך צו לערנן עדווענסד מאטעמאטיק אין אידיש? פארוואס נישט אין ענגליש?


אן ענגליש ביכל אפילו מאטעמאטיק איז בל יראה אין קארידארן פון ישיבות, מינימום איז עס א שטארק אראפגעקוקטן זאך פאסט נישט פאר א בחור א למדן. איך קלער אין היימיש אידיש דורך א היימיש מו"ל וועט עס מאכן כשר און אפילו א גרויס לכתחילה פלייסיגע קינדער און בחורים צו לערנען אין די זייט. פונקט ווי רובא דרובא וואס קויפן יעצט קארנעגי'ס בוך על טה"ק וואלטן עס נישט געקויפט ארגינאל אפילו נישט אין חלום. פארשטייט מיין נקודה האף איך.

ברוך בער » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:48 am

· #304038
ברסלבער
איך מיין אז זייער הצלחה קומט פון זאגן דעם אמת, און נישט זיך פארשלייערן אז אלעס איז נאר גענומען פון ריינע אידישע מקורות...

איינער האט שוין געליינט דעם בוך? לוינט זיך עס צו קויפן?


כ'האב עס יעצט נאכן נישט טרעפן אין סטאר דאונלאדעד אין ארגינעל ענגליש, עס איז דא אנליין פרי דאונלאודס אלל אווער. עס איז זייער א שטארק ביכל יסודות צו באגיין מיט מענטשן וואס איז ווילט זיי באיינפלוסן. הלוואי וועט עס אונזער עולם נעמען אין קאפ.

אהרן » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 12:20 pm

· #304045
Re: איבערן דעיל קארנעגי אידיש בוך איבערזעצונג
זיין ערשטע קאפיטעל איז א מוראדיגע לימוד.

איך וועל פרובירן און קורצען.

בדרך כלל איז דער אנגענומענע אפטייטש ביי מענטשען אויף הוי דן את אדם לכף זכות, אז הגם וואס יענער האט געטוען זעט אויס זייער שלעכט אבער אפשר ווייס איך נישט אלעס, אפשר האט ער נישט געכאפט וכדומה, דעיל טוט אויף אז א מענטש און סיי וואספארא מצב ער איז פארשטייט ער אז טוט ריכטיג, עיי"ש באריכות, וואס לפי"ז דער גאנצער ענין פון הוי דן איז א ענין פון אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו, פשט איז די קענסט נישט מיט דיין בליק פארשטייען וואס יענער האט געטוען, יענער זעהט עפעס אנדערש אינגאנצען, נישט אז עס טוט יענעם דזאסטעפייען, אבער מיש דיך ארויס, די קענסט נישט פארשטיין פארוואס ער האט געטוען וואס ער האט געטוען.
באמת איז עס א לאנגע אריכות, אפשר א צווייטס מאל.

petergrifin » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 3:34 pm

· #304074
Re: איבערן דעיל קארנעגי אידיש בוך איבערזעצונג
ברוך בער
petergrifin
איך האב עס געזעהן עדווערטייזט אין דער בלאט מיין איך און ס'איז טאקע א חידוש אז מען הערט נאך נישט קיין מחאה אנטקעגן די פערצע. אבער פארוואס זאל דיין בחור זיך צו לערנן עדווענסד מאטעמאטיק אין אידיש? פארוואס נישט אין ענגליש?


אן ענגליש ביכל אפילו מאטעמאטיק איז בל יראה אין קארידארן פון ישיבות, מינימום איז עס א שטארק אראפגעקוקטן זאך פאסט נישט פאר א בחור א למדן. איך קלער אין היימיש אידיש דורך א היימיש מו"ל וועט עס מאכן כשר און אפילו א גרויס לכתחילה פלייסיגע קינדער און בחורים צו לערנען אין די זייט. פונקט ווי רובא דרובא וואס קויפן יעצט קארנעגי'ס בוך על טה"ק וואלטן עס נישט געקויפט ארגינאל אפילו נישט אין חלום. פארשטייט מיין נקודה האף איך.

שוין.. איך האב נישט געטראכט פון דעם פראבלעים.. איי געס איך לעב אין קאווע שטיבל[emoji1]

קאצקע ציקער » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 4:04 pm

· #304078
ברסלבער
איך מיין אז זייער הצלחה קומט פון זאגן דעם אמת, און נישט זיך פארשלייערן אז אלעס איז נאר גענומען פון ריינע אידישע מקורות...

איינער האט שוין געליינט דעם בוך? לוינט זיך עס צו קויפן?

זיי האבן נישט קיין ברירה ווען נישט לויט מען זיי עס נישט איבערזעצן , זיי מוזן אפילו שרייבן אויפן דעקל אין גרויס א גוי'אישער נאמען ר"ל 'דעיל קארנעגי'

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 4:29 pm

· #304084
Re: איבערן דעיל קארנעגי אידיש בוך איבערזעצונג
ווער האט עס ארויסגעגעבען? טאמער ער וויל, בין איך גרייט ארויס צו געבען א הילכיגע קול מחאה במחנה, לקדש שם שמים און אז די גאנצע וועלט זאל הערען דערוועגען און שטייען אין רייע דאס אפצוקויפען.
נעקסטע ביכל גייט הייסען - די פלאץ פאר מחאות אין מארקעטינג, דער געשיכטע פון דער וויליאמסבורגער פרעס געשעפטען.

ברוך בער » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 4:57 pm

· #304091
זיי שרייבן אז ר' מיכאל בער זי"ע האט באפוילן זיין פאנדרעיזער צו קויפן דעם בוך.

איך בין פשוט נייגעריג וויאזוי זיי האבן זיך אן עצה געגעבן מיט איבערזעצן פארשידענע זאכן אין אידיש נאך וואס עס האט געמוזט זיין אקוראט, צב"ש איינס פון די דריי זאכן וואס פרויד זאגט טרייבט א מענטש. (תאוה הידועה הנקרא געשלעכטס אין מאמע לשון).

דעת תורה » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 7:25 pm

· #304114
Re: איבערן דעיל קארנעגי אידיש בוך איבערזעצונג
געשלעכט. שוין געזען אין דער איד כמ"פ אין די געזונטהייט רובריקן, כאטש איך גלייב אין די היימישע ענגלישע אויסגאבעס וועט מען נישט טרעפן די ווארט סעקס אפילו פאר א רפוא"ה (ארטיקל). מסתמא ווייל קיינער קען נישט דעם ווארט, אדער לפחות דער רעדאקטאר / מגיה קען עס נישט.

בכל אופן זעה איך נישט די גרויסע פראבלעם, מ'שרייבט אז די מענטשליכע תאוות (אדער קען מען שרייבן ליידנשאפטן בבחינת געשלעכט הנ"ל) זענען א פאקטאר.

וואס איך וואונדער זיך איז פארוואס זיי האבן נישט געשריבן אויפן דעקל 'ד. קארנעגי', קלינגט מער היימיש ווי דעיל.

אהרן » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 9:31 pm

· #304122
Re: איבערן דעיל קארנעגי אידיש בוך איבערזעצונג
איך האב ערגעץ געליינט אמאל -איך געדענק נישט ווי- אז ווארען באפעט טוט נאך היינט שטאלצירען אז ער האט גענומען די דעיל קאנערגי ווארקשאפ ביי די צוואנציג און דאס האט אים אוועקגעשטעלט.

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:22 am

· #304163
לדעתי איז קארנעגי גארנישט מחדש קיין אייגענס, סך הכל לערנט ער טיף פשט אין דברי חז"ל. איך האב דעם בוך אין ענגליש שוין יארן, און כמעט צו יעדע זאך קען מען טרעפן א מקור מוסמך אין דברי חז"ל. געוויס איז עס א פענאמאלע ארבעט, איך מאך עס נישט אוועק, איך זעלבסט באנוץ זיך מיט זיינע טריקס; איך וויל נאר מסביר זיין אז עס איז נישטא וואו א איסור זאל חל זיין. ער האט בעיקר באשריבן נאטורן פון מענטשן און פרובירט צו מאכן די וועלט בעסער דורך באשרייבן די ריכטיגע קאמוניקאציע צווישן מענטשן. חכמה בגויים תאמין.

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:23 am

· #304164
[ציטאט אראפגענומען]

אויב איז דאס אמת, דאן.... יבא @בעל עגלה ויכלה את קוציו 😂 😂

יתרו » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 2:10 pm

· #304621
[ציטאט אראפגענומען]


נישט ריכטיג, גערעדט מיט א ספרים געשעפט דא אין מאנסי ער זאגט מיר ער האט באקומען גאנץ אסאך אין ביז צוויי-דריי טעג איז עס צוכאפט געווארן פון געשעפט. דער דיסטריביוטער האט אים געזאגט אז אלל אווער איז עס צוכאפט געווארן און זיי דרוקען איבער א מהדורה שניה.

shem-tov » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 6:14 pm

· #304699
ביידע קענען זיין אמת. א האלבער עולם לויפט קויפן און דער אנדערע האלב עולם פארלאנגט א איסור.

עס וואונדערט מיך אויך זייער אז סאיז נישט ארויסגעקומען קיין שום מחאות אוויפן איבערדריקן א גואישער בוך צו מאמע לשון. סאיז דאך אין לדבר סוף. וואס גייט מען ווייטער איבערדרוקן. און וואס טוט זעך מיט ביכ"ל ר"ת כל באיה לא ישובין אויב שרייבט מען עס איבער אין יודיש גייט דען אוועק דער איסור. דער שרייבער איז דאך געווען ממקור הטומאה ותאות רעות. ממילא האגער און מעלבער וכדומה האבן כאטשיק איינגערעדט פארן עולם גולם שקרים וכזבים אז זיי נעמן זייערע דרייסט שעורים פון חז"ל מקורות אן צו דערמאנען טאני ראבערטס אדער קארנעגי אדער דעם אנדערן קלאון דארטן, זיגי זיגלער אבער דא קומט מען אזוי ארויס אן א שלייער. נאר וואס דען מען רעדט דא פון בי עף דשי. אה.. שאני הכי כי היכא דמצי ממונא לגבייהו בוודאי דמשתקי רבנן אבער סאיז א גרויסע עוולה וואס בימים ההם וואלט מען איבערגעדרייט די שטאט עס מבער צו זיין.

ירא שמים » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 6:17 pm

· #304700
Re: איבערן דעיל קארנעגי אידיש בוך איבערזעצונג
וואסערע אינטערעסע האט טאקע bfg פון ארויסגעבן דאס ביכל ?

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 8:48 pm

· #304722
שם טוב זאגט א גיטע פוינט , ס' נישט פשט אז זיי האבן פשוט געגאנגען נאך א טריט נאר נאכמער זיי האבן שוין געלאזט פלאץ פאר די נעקסטע סטעפ, און ווער ווייסט וואס די נעקסטע סטעפ וועט זיין..? אזוי ווי , אן מדרכי וואלט נישט געקענט זיין קיין ליפא

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אקטאבער 16, 2015 3:30 pm

· #304880
טאקע, ביי אונז ליטוואקעס איז דער אידיש שפראך ברייט פארגעסען געווארען. פארוואס? מיר דוכט זיך אז אין רוסלאנד והגלילות איז אידיש געווען דער שפראך פונ'ם עמך איד. א קלוגע געבילדעטער מענטש האט זיך בארימט מיט לה''ק, און טאמער ער איז נישט אזוי פרום, האט ער זיך אויסגעלערנט רוסיש און געליינט טאלסטא''י, וכידוע מהגר''א קאטלער ועוד. אין אונגארן אבער, האבען די עמך אידען גערעדט אונגאריש און די כ'ניאקישע זיך געהאלטען ביי די אידיש.
דעריבער אין אמעריקא, ווען אלע זענען פרום געווארען, האבען די אונגארישע שטארק מקפיד געווען אויף אידיש, כמנהג הפרומער'ס אין אונגארן. אבער דער ליטווישע/רוסישע קוקט אן אידיש ווי א לשון עלגים א פויער'ס שפראך. טאקע אין יענער שפראך האט מען געשריבען געמיינע ביכער, געפיהרט געמיינע טע'אטער'ס און געזינדיגט אין גרויסען. דעריבער קלינגט עס נישט אין אונזער אויערען אלס א פרומע זאך, און ממילא האט מען נישט קיין פראבלעם דאס צו פארגעסען.
טאמער מ'גייט איבערטייטשען יעדער בוך אויף אידיש, וועט מען איבעראל אנקומען צו די זעלבע שטאפל, און מ'וועט מיטהאלטען דער יחודא שלים, און משיח וועט זיך באווייזען צו אונז בעגלא דידן למטה מעשרה טפחים.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 12:24 pm

· #305556
שמעקעדיג
לדעתי איז קארנעגי גארנישט מחדש קיין אייגענס, סך הכל לערנט ער טיף פשט אין דברי חז"ל. איך האב דעם בוך אין ענגליש שוין יארן, און כמעט צו יעדע זאך קען מען טרעפן א מקור מוסמך אין דברי חז"ל. געוויס איז עס א פענאמאלע ארבעט, איך מאך עס נישט אוועק, איך זעלבסט באנוץ זיך מיט זיינע טריקס; איך וויל נאר מסביר זיין אז עס איז נישטא וואו א איסור זאל חל זיין. ער האט בעיקר באשריבן נאטורן פון מענטשן און פרובירט צו מאכן די וועלט בעסער דורך באשרייבן די ריכטיגע קאמוניקאציע צווישן מענטשן. חכמה בגויים תאמין.


דער מאמענט (עכ"פ א לייענער) האלט אויך ווי מיר:

.
📎 2.jpg 📎 1.jpg

איש את רעהו » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 3:11 pm

· #306694
זע איך נישט פארוואס די עולם האט זיך יעצט אויפגעוועקט
שוין א לאנגע צייט וואס די אלע יסודות פון די בוך ווערט געגעבן אין אידישע לעסענעס אין אלע היימישע געגנטער