☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » את שני מאורות הגדולים

את שני מאורות הגדולים

39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9693

זוכער » זונטאג אקטאבער 11, 2015 5:31 pm

· #303879
את שני מאורות הגדולים
יעדעס יאר בראשית לערנענדיג די פסוקים קומט מיר אויף די קשיא אויף וועלכן איך האב דערווייל נישט קיין פשוט׳ן תירוץ - עפ@י קבלה רעדן מיר נישט.

רש״י הק׳ זאגט אויף שני מאורות הגדולים אז ביידע די זון און די לבנה זענען געווען די זעלבע גרויס, און וויבאלד די לבנה האט קאמפלעינט האט השי״ת געזאגט לכו והתמעטו עצמך. און השי״ת האט אוועקגעלייגט דעם אור פאר די צדיקים. ע״כ.

וויל איך פארשטיין עפ״י פשטות:

1) קען דען זיין 2 זונען איינס פאר בייטאג און איינס פאר ביינאכט? ס׳דאך נישטא קיין נאכט?
2) די לבנה דרייט זיך ארום יעדן חודש, די זון איינמאל א יאר. ווען וואלטן געווען די ימים טובים?
3) די לבנה איז למעשה נישט קיין קליינע זון. די לבנה שיינט בכלל נישט. עס שפיגלט נאר אפ די זון. וואס הייסט ווער קלענער?
4) היינט ווען מ׳ווייסט אז די זון איז בסך הכל א שטערן און ביליאנען אזעלכע געפונען זיך, ווידער לבנות זענען פאראן פאר מערערע פלאנעטן, פיל פלאנעטן האבן 2 לבנות, ווערט נאך שווערער צו פארשטייען פשטות המקראות.

מיין פראגע איז צי קען מען דאס לערנען עפ״י פשטות אדער נישט?

ירא שמים » זונטאג אקטאבער 11, 2015 5:40 pm

· #303882
Re: את שני מאורות הגדולים
איך האלט אז נישט פונקט ווי מקען נישט לערנען גאנץ מעשה בראשית מיטן פרשה פון חטא עץ הדעת ע״פ פשטות כמבואר בהקדמת הרמב״ן.

מפוזרי » זונטאג אקטאבער 11, 2015 5:58 pm

· #303884
ניין, מ'קען עס נישט לערנען עפ"י פשטות. וכמו"כ די גאנצע ערשטע פרשה פון בראשית. ס'קומט אונז נישט דערציילן גענוי וואס ס'האט זיך אפגעטון, ס'גיבט בלויז א קורצע טיילווייזע בליק פון הינטער די קוליסן. א שטייגער ווי מ'לאזט אמאל א קינד אריינבליקן אין אר'י סידור. סה"כ א צייכן פון קירוב.

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 11, 2015 7:01 pm

· #303886
עקזעקטלי. די קשיות זענען זייער פיל בפשטות הכתובים. חוץ מזה וואס די מפרשים האבן אן א שיעור פשטים אויף יעדע שוועריגקייט אין פסוק (וואס איז שווער אנצונעמען אלס א מציאות, ווייל עס האט דאך נישט געקענט במציאות זיין אלע פשטים וואס זענען אין אלגעמיין מתנגד זה לזה), אלזא די זאכן בלייבן אומפארשטענדליך.
נאר וואס איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען, אויב הקב"ה האט חרטה געהאט פארן הייסן די לבנה "לכי ומעטי את עצמך", קען ער דען איר נישט צוריק גרויס מאכן? אבער לאמיר שוין זאגן אז מאיזה סיבה איז עס נישט שייך, פארוואס וויל ער מיר זאלן אים ברענגען א כפרה? קען ער נישט אליין ברענגען א כפרה? אפשר מאכן מיר א בייט, ער וועט ברענגען א כפרה פאר מיינע עוולות? עס מאכט דאך נישט קיין סענס! עס איז א מדרש פליאה לענ"ד.

מפוזרי » זונטאג אקטאבער 11, 2015 8:06 pm

· #303892
נו, כאפט א בליק אין אר"י סידור, ס'וועט אלץ קלאר ווערן.

קאווע טרינקער » זונטאג אקטאבער 11, 2015 8:10 pm

· #303894
קושיא מעיקרא ליתא, אין כאן לא קשיא לא תימה ולא עיון, אבל יש כאן חסרון בפשט.
ביידע זענען געווען גרויס אין "סייז", אבער במהותו זענען זיי געווען אנדערשט מיט דעם אז דער זון האט ארויסגעגעבן ליכטיקייט, און די לבנה האט נישט! די לבנה'ס אור איז געקומען פון די זון.
ס'מיינט נישט אז ס'וואלט געווען ליכטיג ביינאכט, ס'וואלט געווען אביסל ווייניגער טונקעל ווי ס'איז יעצט ווען נישט די שטערן'ס וואס זענען משלים די חסרון.

מפוזרי » זונטאג אקטאבער 11, 2015 8:22 pm

· #303900
במחכ"ת, ווען די לבנה וואלט געווען אזוי גרויס ווי די זון וואלט עס נישט געקענט זיין קיין "לבנה" (=סעטעלייט) פונעם זון. די מדרש איז ריין קבלה און פארמאגט נישט קיין פשוט פשט.

קאווע טרינקער » זונטאג אקטאבער 11, 2015 8:29 pm

· #303903
מפוזרי
במחכ"ת, ווען די לבנה וואלט געווען אזוי גרויס ווי די זון וואלט עס נישט געקענט זיין קיין "לבנה" (=סעטעלייט) פונעם זון. די מדרש איז ריין קבלה און פארמאגט נישט קיין פשוט פשט.

פארוואס נישט?

פעטער מש » זונטאג אקטאבער 11, 2015 8:34 pm

· #303904
די לבנה וואלט געווען די זעלבע קליין אבער זיין ליכטגקייט וואלט געווען פון אים אליינס נישט פון די זין, און דאס מיינט ''בכתר אחר'' אז יעדער איז ווי א מלך וואס איז משפיע פין זיך צו די מקבלים, און לכא' איז פשוט אזוי ווייל ווען נישט איז ווער האט דערציילט פאר די לבנה אז ס'דא דא בכלל שני מלכים, ווי קומט מלכות דא אריין, אפשר איז די זין מיט די לבנה ווי צוויי גרויסע פיש? אלא מאי כנ''ל.

קאווע טרינקער » זונטאג אקטאבער 11, 2015 8:40 pm

· #303907
לדברך איז די לבנה לקתה בכפליים...

מפוזרי » זונטאג אקטאבער 11, 2015 8:45 pm

· #303909
קאווע טרינקער
מפוזרי
במחכ"ת, ווען די לבנה וואלט געווען אזוי גרויס ווי די זון וואלט עס נישט געקענט זיין קיין "לבנה" (=סעטעלייט) פונעם זון. די מדרש איז ריין קבלה און פארמאגט נישט קיין פשוט פשט.

פארוואס נישט?

ס'האט עפעס צו טון מיט די חוקים פון "גרעוויטי", פרעג אן ביי @אנאנים'ען.

פעטער מש » זונטאג אקטאבער 11, 2015 8:46 pm

· #303910
ניין זי איז געבוירן קליין אזוי ווי זי איז יעצט, נאר די כח האור איז געווען פון זיך זעלבסט נישט פון די זון, און לקתה באחת אז זי איז אויס 'גדול' 'מלך' זי קען שוין נישט משפיע זיין נאר דארף ווערן א מקבל און דאס איז די גרעסטע מיעוט וואס קען זיין למבין.

moshav zekeinim » זונטאג אקטאבער 11, 2015 8:47 pm

· #303911
לאמיר קודם וויסן די פשוט'ע סייענס:

ווי גרעסער אן אביעקט אין חלל איז, אלס הייסער און "לופטיגער" איז עס און אלס מער כח המושך האט עס.

א קלענערע שטערן ווערט צוגעצויגן צום נאנסטן גרעסערן שטערן, חוץ טאמער עס דרייט זיך הקפות ארום דעם גרויסן שטערן דאן מחמת מהירתו האט עס שאנסן נישט פארכאפט צו ווערן, דאס איז די סיבה פארוואס די לבנה וואס איז קלענער פון די וועלט דרייט זיך ארום די וועלט. אבער די וועלט איז אויך נישט קיין זעלבסשטענדיגער מלך, ער דארף ארום לויפן די זין כדי נישט פארכאפט צו ווערן אין די זין וואס איז הונטערט מאל גרעסער פון אים אין דיאמעטער (אין מאסע איז עס מיליאנען מאל גרעסער) און פארמאגט דעריבער א געוואלדיגער כח המושך, און דאס זעלבע מיט די חברים פון די וועלט, די נוגה מאדים כוכב שבתאי צדק אוראניוס, וועלעכע זענען ערדיש, אייזיג, אדער גאז'יג (וואס זענען אגב פיל גרעסער פון די ערדיגע), דרייען זיך ארום דעם זין וואס ראטעוועט זיי פון וטערן פארכאפט און פארמאגן צו די זעלבע צייט אייגענע מקיפים (לבנות) וואס דרייען זיך ארום זייערע פלייצעס.

moshav zekeinim » זונטאג אקטאבער 11, 2015 8:52 pm

· #303914
עס איז דא אזא מושג ביי די סייענטיסטן, אז א זין זאל נתטמצם און אפגעקילט ווערן און פארוואנדלט ווערן אין א קלענערע ערדישע פלאנעט, דאס דארף אבער צו נעמען מיליאנען יארן.

מפוזרי » זונטאג אקטאבער 11, 2015 8:55 pm

· #303915
קאווע טרינקער
לדברך איז די לבנה לקתה בכפליים...

נו, ס'דאך אויך געווען חטאה בכפליים. אבער דערפאר וועט טאקע זיין נחמתה בכפליים. [כידוע מיינט מען דאך מיט די לבנה אונז].

ונבנתה העיר » זונטאג אקטאבער 11, 2015 11:02 pm

· #303944
זוכער
1) קען דען זיין 2 זונען איינס פאר בייטאג און איינס פאר ביינאכט? ס׳דאך נישטא קיין נאכט?

'נאכט' איז נישט 'חושך' מצד זיין עצם דעפענישען.

ווי די גמ' זאגט אין פסחים, ויקרא אלקים לאור יום ולחושך קרא לילה, "קרייה רחמנא לנהורא ופקדיה אמצותא דיממא וקרייה רחמנא לחשוכא ופקדיה אמצותא דלילה".

ירח בן יומו » זונטאג אקטאבער 11, 2015 11:08 pm

· #303948
די אור החיים שמעוסט אויס אז סיי די זון און סיי די לבנה האבן געדארפט צו לייכטן בייטאג. און טאקע דאס איז געווען די טענה פון די לבנה אז אין שני מלכים משמשין בכתר אחד.

ירא שמים » זונטאג אקטאבער 11, 2015 11:19 pm

· #303955
Re: את שני מאורות הגדולים
ונבנתה העיר
זוכער
1) קען דען זיין 2 זונען איינס פאר בייטאג און איינס פאר ביינאכט? ס׳דאך נישטא קיין נאכט?

'נאכט' איז נישט 'חושך' מצד זיין עצם דעפענישען.

ווי די גמ' זאגט אין פסחים, ויקרא אלקים לאור יום ולחושך קרא לילה, "קרייה רחמנא לנהורא ופקדיה אמצותא דיממא וקרייה רחמנא לחשוכא ופקדיה אמצותא דלילה".

בכל אופן איז שוין ביום ראשון געווען ולחשך קרא לילה

פעטער מש » זונטאג אקטאבער 11, 2015 11:20 pm

· #303957
ירח בן יומו
די אור החיים שמעוסט אויס אז סיי די זון און סיי די לבנה האבן געדארפט צו לייכטן בייטאג. און טאקע דאס איז געווען די טענה פון די לבנה אז אין שני מלכים משמשין בכתר אחד.

שטייט דאך קלאר ''ויאמר אלקים יהי מארות ברקיע השמים להבדיל בין היום ובין הלילה''

ירא שמים » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 12:30 am

· #303984
Re: את שני מאורות הגדולים
מפוזרי
נו, כאפט א בליק אין אר"י סידור, ס'וועט אלץ קלאר ווערן.

<a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=14190&st=&pgnum=187&hilite=">http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 87&hilite=</a>

שמערל » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 7:10 am

· #303994
Re: את שני מאורות הגדולים
מפוזרי
קאווע טרינקער
מפוזרי
במחכ"ת, ווען די לבנה וואלט געווען אזוי גרויס ווי די זון וואלט עס נישט געקענט זיין קיין "לבנה" (=סעטעלייט) פונעם זון. די מדרש איז ריין קבלה און פארמאגט נישט קיין פשוט פשט.

פארוואס נישט?

ס'האט עפעס צו טון מיט די חוקים פון "גרעוויטי", פרעג אן ביי @אנאנים'ען.


ווייל די גרעוויטי פון א גאר גרויסע מאסיווע אובייקט ווי דער זון איז אזוי שטארק אז די אטאמען ווערן צוזאמען געדריקט, נוקליאור פיוזשאן בלע"ז, דאס איז גורם אימפלאוזשן'ס וואס ריליסד ריזיגע עמאונטס פון ענערזשי און פארם פון היץ און ליכטיקייט, און דאס איז א שטערן.
נאך בילאנען יאר קען א שטערן ווערן קלענער און זיך אויס לעשן, רעד דווארף בלע"ז. אבער עס וועט קיינמאל נישט פארוואנדלט ווערן אין א פלאנעט.

נאכמער פון די מדרש באדערט מיר דער פשוטער לשון הפסוק, את המאור הגדול לממשלת היום, ואת המאור הקטן לממשלת הלילה, ואת הכוכבים. וואס אויף דעם דרש'נט דער אויבענדערמאנטער מדרש אז דער אייבערשטער האט צובאשאפען די שטערנ'ס צו פארגיטיגען די לבנה און איך באדינען. פון די דרך אגב'דיגע לשון ואת הכוכבים, קוקט עפעס אויס ווי די פאר ברעקעלע שטערנ'ס אין הימל זענען עפעס א קאמפאט וואס דער אייבערשטער האט צוגעגעבן צו באדינען די לבנה, ווען אין פאקט זענען דא בילאנען טריליאנען שטערנ'ס וואס פיל פון זיי זענען הינדערטער מאל גרעסער פון די 'גרויסע' זון, ווי אבסורד איז צו זאגן אז זיי באדינען גאר די לבנה, וואס זי אלייך איז נישט מער ווי א באדינערפון די וועלט, וואס איז א באדינער פון די זון.

kliger » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 7:44 am

· #303995
פשוט איז שווער אז פאר אלעם שטייט יהי אור ויהי אור
און דערנאך שטייט את שני מאורות הגדולים את המאור הגדול וכו
משמע אז די ווייסע ליכטיקייט איז נישט די זוהן

kliger » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 8:10 am

· #303997
kliger
פשוט איז שווער אז פאר אלעם שטייט יהי אור ויהי אור
און דערנאך שטייט את שני מאורות הגדולים את המאור הגדול וכו
משמע אז די ווייסע ליכטיקייט איז נישט די זוהן


דרך אגב. אין חגיגה איז משמע אזוי אז די ליכטיקייט איז א זייטיגע זאך פונעם זוהן
די גמרא זאגט דארט אז ביינאכט מאכט זיך צו א וילון אזוי ווערט טינקל

moshav zekeinim » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 9:21 am

· #304000
דברה תורה כלשון בני אדם. מען קען זייער גרינג זאגן אז די תורה האט אראפ געמאלן בריאת העולם לויט דעם דעמאלסדיגן מענטשליכער פארשטאנד בימי דור המדבר. בימים ההם האבן מענטשן באטראכט די בריאה אזוי ווי די אויג זעהט עס. זיי האבן געגלויבט אז דער בלויער הימל איז א ריזיגער ים, און אז דער לבנה איז די צווייט גרעסטער אביעקט אין הימל און די שטערן זענען פיצעלע לאמפן, זיי אלע פארמאגן א לעבן'ס גייסט און באדינען דעם לעבעדיגן לבנה.

וויבאלד עס איז געווען נהוג בבבל הקדומה צו באשטימען דעם מארק טאג איינמאל אין זיבן טעג, איז דער אנגענומער ארבעטז פעריאד געווען זעקס טעג מיט איין טאג רוה, האט דעריבער די תורה אילוסטרירט דעם וועלט באשאף כאילו עס וואלט געמאכט געווארן אין א מענטשליכער ארבעטס וואך, כדי דער מענטש זאל זיך מצייר זיין און געדענקען אז דער אויבישטער האט באשאפן די וועלט.

דעת תורה » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 9:24 am

· #304001
Re: את שני מאורות הגדולים
נו נו דאס איז דאך דער ענין פונעם אור הגנוז.

@שמערל בהכרח מוז מען צוקומען, אן אריין גיין אין די טעכנישע דעטאלן אין די סייז און ווער עס גייט ארום וועם, אז סוף כל סוף איז די תכלית הבריאה אונזער פיצעלע פלאנעטעלע, און דערפאר איז די גאנצע תורה (נישט נאר דער פסוק. וויאזוי פארשטייסטו בכלל דער ענין פון שמים ווס. ארץ? אפילו דער חלק איז מבואר דורכאויסן תנ"ך אז דער שמים איז אומצאליגע מאל גרעסער פונעם ארץ, דאך באציט זיך אייביג דער פסוק צום ארץ ווי א 50 פראצענט פונעם בריאה. און באמת איז דאך ארץ סה"כ א קליינטשיגע פלאנעט אינעם ריזיגן חלל) איז בהכרח געשריבן אויף אזא וועג.

צי ווייל דאס איז דער תכלית הבריאה, אדער עס איז אויסגעשטעלט פאר מענטשן פון יענע צייטן מיט זייער פערספעקטיוו. (שטעל דיר פאר משה רבינו קומט עדיוקעיטן א גרופע קוים באפרייטע קנעכט, און ער גיט זיי א תורה באזירט אויפן סייענטיפישן מציאות - וואס 'אונז' ווייס מיר היינט, ס'איז נאך ווייט נישט ענדגילטיג און אבסאלוט. כדרכו של סייענס - דער עולם וואלט דאך געלאכט פון אזא וואנזיניגע איידיע און ניטאמאל געקוקט אויף זיין זייט. מ'רעדט דאך פון א תקופה וואס אלע -פאר אונז - פשוט'ע יסודות אין סייענס האבן זיי נאכנישט געהאט. כידוע שטייט אפילו נישט עוה"ב דערמאנט אין די תורה מה"ט, ווייל די תורה איז געגעבן געווארן דאון טו ערטה, לויטן מציאות, לא בשמים היא ולא מעבר לים, נאר קרוב אליך הדבר מאוד. אז די תורה וויל צוזאגן גוטע זאכן זאגט זי עס אויף די וועלט, מיט אונזערע השגות, ונתתי גשמיכם בעתם, און די זעלבע זאך מיט עונשים. עכ"פ מיט א 'ערדישן' בליק קוקט עס אזוי אויס, המאור הגדול ואת הכוכבים).

moshav zekeinim » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 10:30 am

· #304006
וואו ווערט דערמאנט אין תנ"ך אז די הימל איז גרעסער פון די ערד?

שמערל » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:15 am

· #304020
Re: את שני מאורות הגדולים
[ציטאט אראפגענומען]

כ'האף אז כאטש איר פארשטייט וואס איר רעדט, ווייל איך האב נישט.

לגבי סטאר דאסט, ס'נישט אזוי פשוט, ווען א שטערן צופאלט, קען עס זיך שפעטער ריפארמירן צו ווערן נאכאמאל א שטערן. די שריים ברוכווארג וואס זענען געבליבן ארביטן ארום דעם נייעם שטערן, קענען ווערן פלאנעטן. אבער עס איז נישט אויס געהאלטן צו זאגן אז א שטערן ווערט א פלאנעט, פונקט ווי עס איז נישט אויס געהאלטן צו זאגן אז א שטערן ווערט א מענטש - הגם טעקניקל איז עס אמת.

לגבי זמיר כהן, העמער ווארטן אז @אנאנים זאל ארויס פון די כלים, און אים אויך צושמירן...

moshav zekeinim » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:50 am

· #304040
איז נישטא אזא זאך אז א סופער נאובע זאל אינגאנצן בטל ווערן און די ברוכווארג זאלן לאנדן און נתבטל ווערן צו פארשידענע אנדערע שטערן?

שבת אחים » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:56 am

· #304041
[ציטאט אראפגענומען]


דהיינו?וואס נעמט נאסא פון חז״ל??? לאמיר דיך פרעגן וואס איז פשט אין די מאמרי חז״ל?

1)אמר שמואל נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי נהרדעא (ברכות נח ע”ב)
2) אמר לוי מהארץ ועד לרקיע מהלך ה' מאות שנה ומרקיע לרקיע מהלך ת"ק שנה ועביו של רקיע ת"ק שנה וכן לכל רקיע ורקיע (ירושלמי ברכות ט,א:)
3) חכמי ישראל אומרים, ביום חמה מהלכת למטה מן הרקיע ובלילה למעלה מן הרקיע. וחכמי אומות העולם אומרים, ביום חמה מהלכת למטה מן הרקיע ובלילה למטה מן הקרקע (פסחים עב)

האלטס אז קארל סעיגאן און סטיווען האוקינגס האבן געוואוסט פון די מאמרי חז״ל???

moshav zekeinim » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 1:16 pm

· #304052
אויף דיין ערשטער מאמר חז"ל זעה איך נישט וואס עס איז דא וואס זיך צו דינגען. שמואל זאגט אז ער קען די חכמת מהלכי הכוכבים, וואס איז היינט דער פראבלעם דערמיט?

אויף דיין צווייטער מאמר חז"ל איבער די ווייטקייט און דיקקייט פון די הימלען איז לאו דוקא א קשיה. מען קען זאגן אז זיבן הימלען מיינען די זיבן גלגלים פון אונזער סאלאר סיסטעם, און עובי הרקיע מיינט פון איין גלגל צום אנדערן, און די מספר השנים רעכנט זיך לויט די מושגים פון דרך הליכה בחלל השמים מיט א ספעיס שאטל וואס דערמיט נעמט טאקע טויזנטער יארן דורך צו שניידן דעם גאנצן סאלאר סיסטעם.
אדער קען מען זאגן אז מהלך ת"ק ועוד רעכנט זיך לויט לייט ספיד.

אויף דיין דריטער מאמר חז"ל איז אויך נישט קיין קשיה, אדרבא, מען זעהט דערפון אז חז"ל האבן שוין געוויסט אז דער הימל נעמט ארום די וועלט, וואס אפילו די חכמי היונים וואס האבן אנגענומען אז די וועלט איז רונדיג האבן אבער נאך נישט געוויסט אז דער הימל נעמט ארום די וועלט פון אלע זייטן.
וואס זאגן די חכמי ישראל? אז דער זין איז בייטאג אונטער הימל, און ביינאכט העכערן הימל. הפלא ופלא, גענוי ווי אונז ווייסן היינט, אז ביינאכט איז די זין כלפי וואו מיר שטייען, אונטער די וועלט און העכער דעם הימל אונטער די וועלט. און דאכט זיך אז די חכמים האבן מודה געווען צו דימחכמי האמות אז דער זין גייט ביינאכט אונטער די ערד, טאקע דערפאר ווייל עס איז נישט קיין סתירה.

שמערל » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 1:48 pm

· #304057
Re: את שני מאורות הגדולים
יישר כוח מושב פארן אזוי הערליך פארענטפערן די מאמרי חז"ל מען זעהט טאקע באשיינפערליך ווי זיי האבן טאקע ממש אלעס געוואוסט, ספיד אוו לייט, סאלאר סיסטעם וכו'.
עס וואונדערט מיר נאר אביסל פארוואס האבן די היינטיגע סייענטיסן געמיזט פארדרייען אלעס, חז"ל האבן דאך אלעס אזוי שיין מסביר געווען, מיט אזעלכע קלארע דעפיניציעס, קומען זיי די סייענטיסן און געבן פאר די אלע זאכן אזעלכע קאמפליצירטע נאמען. זיי האלטן דאך פונקט ווי חז"ל נו לאז די אלטע, פארוואס פארדרייען זיי סתם א קאפ?

ווי אויך איז מיר ממש א פלא אז אויב חז"ל גאר זענען די וואס האבן געהאלטן אז די ערד איז רינדעכיג, פארוואס האבן זיי אליין צוריקגעצויגן צו די שיטה פון די פרימיטיווע חכמי אומות העולם אז די ערד איז פלאך, און ביינאכט פארט די זון אונטער די ערד אנווארעמען די וואסער... דעס איז ממש הפלא ופלא! שוין יא געוואוסט דעם אמת און זיי האבן זיך געלאזט פארדרייען פון די גוים נעבעך.

שבת אחים » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 2:23 pm

· #304062
moshav zekeinim
אויף דיין ערשטער מאמר חז"ל זעה איך נישט וואס עס איז דא וואס זיך צו דינגען. שמואל זאגט אז ער קען די חכמת מהלכי הכוכבים, וואס איז היינט דער פראבלעם דערמיט?

אויף דיין צווייטער מאמר חז"ל איבער די ווייטקייט און דיקקייט פון די הימלען איז לאו דוקא א קשיה. מען קען זאגן אז זיבן הימלען מיינען די זיבן גלגלים פון אונזער סאלאר סיסטעם, און עובי הרקיע מיינט פון איין גלגל צום אנדערן, און די מספר השנים רעכנט זיך לויט די מושגים פון דרך הליכה בחלל השמים מיט א ספעיס שאטל וואס דערמיט נעמט טאקע טויזנטער יארן דורך צו שניידן דעם גאנצן סאלאר סיסטעם.
אדער קען מען זאגן אז מהלך ת"ק ועוד רעכנט זיך לויט לייט ספיד.

אויף דיין דריטער מאמר חז"ל איז אויך נישט קיין קשיה, אדרבא, מען זעהט דערפון אז חז"ל האבן שוין געוויסט אז דער הימל נעמט ארום די וועלט, וואס אפילו די חכמי היונים וואס האבן אנגענומען אז די וועלט איז רונדיג האבן אבער נאך נישט געוויסט אז דער הימל נעמט ארום די וועלט פון אלע זייטן.
וואס זאגן די חכמי ישראל? אז דער זין איז בייטאג אונטער הימל, און ביינאכט העכערן הימל. הפלא ופלא, גענוי ווי אונז ווייסן היינט, אז ביינאכט איז די זין כלפי וואו מיר שטייען, אונטער די וועלט און העכער דעם הימל אונטער די וועלט. און דאכט זיך אז די חכמים האבן מודה געווען צו דימחכמי האמות אז דער זין גייט ביינאכט אונטער די ערד, טאקע דערפאר ווייל עס איז נישט קיין סתירה.

איך גיי מיך יעצט נישט טעהנן וועגן דעם, איך האב נישט קיין נערווען צו טייפּן אזוי פיל, און סאיז שוין אסאך באשריבן וועגן דעם, יעדע פון די מאמרי חז״ל וואס איך האב אראפגעברענגט פרעגט אפּ די מציאות פון astrophysics and cosmology , אזש אז דער רמב״ם איז געקומען צו די מסקנא אז די חלק הסייענס פון חז״ל איז נישט תורה מסיני נאר אז זיי האבן פשוט נאכגעזאגט פון גריכישע פילאסעפארס פון יענע צייט און אויב די גריכישע פילאספערס האבן געמאכט א טעות האבן די חז״ל אויך געמאכט דעם זעלבן טעות, אינטערסאנט אז דער רמב״ם האט עס נישט געקענט פארענטפערן און דו יא,

פאר מעהר וועגן ר׳ שמואל פון נהרדעא דריקט דא
<a class="postlink" href="http://freemorgen.com/blog/%D7%A7%D7%95%D7%A0%D7%98%D7%A8%D7%A1-%D7%95/">http://freemorgen.com/blog/%D7%A7%D7%95 ... A1-%D7%95/</a>

שבת אחים » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 2:35 pm

· #304067
moshav zekeinim
אויף דיין ערשטער מאמר חז"ל זעה איך נישט וואס עס איז דא וואס זיך צו דינגען. שמואל זאגט אז ער קען די חכמת מהלכי הכוכבים, וואס איז היינט דער פראבלעם דערמיט?

אויף דיין צווייטער מאמר חז"ל איבער די ווייטקייט און דיקקייט פון די הימלען איז לאו דוקא א קשיה. מען קען זאגן אז זיבן הימלען מיינען די זיבן גלגלים פון אונזער סאלאר סיסטעם, און עובי הרקיע מיינט פון איין גלגל צום אנדערן, און די מספר השנים רעכנט זיך לויט די מושגים פון דרך הליכה בחלל השמים מיט א ספעיס שאטל וואס דערמיט נעמט טאקע טויזנטער יארן דורך צו שניידן דעם גאנצן סאלאר סיסטעם.
אדער קען מען זאגן אז מהלך ת"ק ועוד רעכנט זיך לויט לייט ספיד.

אויף דיין דריטער מאמר חז"ל איז אויך נישט קיין קשיה, אדרבא, מען זעהט דערפון אז חז"ל האבן שוין געוויסט אז דער הימל נעמט ארום די וועלט, וואס אפילו די חכמי היונים וואס האבן אנגענומען אז די וועלט איז רונדיג האבן אבער נאך נישט געוויסט אז דער הימל נעמט ארום די וועלט פון אלע זייטן.
וואס זאגן די חכמי ישראל? אז דער זין איז בייטאג אונטער הימל, און ביינאכט העכערן הימל. הפלא ופלא, גענוי ווי אונז ווייסן היינט, אז ביינאכט איז די זין כלפי וואו מיר שטייען, אונטער די וועלט און העכער דעם הימל אונטער די וועלט. און דאכט זיך אז די חכמים האבן מודה געווען צו דימחכמי האמות אז דער זין גייט ביינאכט אונטער די ערד, טאקע דערפאר ווייל עס איז נישט קיין סתירה.

אידיש:
<a class="postlink" href="http://freemorgen.com/blog/%D7%A7%D7%95%D7%A0%D7%98%D7%A8%D7%A1-%D7%93/">http://freemorgen.com/blog/%D7%A7%D7%95 ... A1-%D7%93/</a>
עברית/לשה״ק
<a class="postlink" href="http://www.daatemet.org.il/articles/article.cfm?article_id=4">http://www.daatemet.org.il/articles/art ... ticle_id=4</a>

moshav zekeinim » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 3:22 pm

· #304073
שמערל


ווי אויך איז מיר ממש א פלא אז אויב חז"ל גאר זענען די וואס האבן געהאלטן אז די ערד איז רינדעכיג, פארוואס האבן זיי אליין צוריקגעצויגן צו די שיטה פון די פרימיטיווע חכמי אומות העולם אז די ערד איז פלאך, און ביינאכט פארט די זון אונטער די ערד אנווארעמען די וואסער... דעס איז ממש הפלא ופלא! שוין יא געוואוסט דעם אמת און זיי האבן זיך געלאזט פארדרייען פון די גוים נעבעך.

פארוואס ביסטו מגיב איידער דו קוקסט וואס איך שרייב, איך האב געשריבן אז חז"ל האבן געוואוסט אז די הימל נעמט ארום די וועלט און נישט בלויז אז די וועלט איז רונדיג. און איך האב דערמאנט אז חז"ל האבן מודה געוטען צו די גוי'אישער שיטא ווייל ביידע שיטות זענען אמת בבת אחת.

אבער למען האמת, דאס איז נאר לחידודי בעלמי, עס איז קיין ספק נישט אז חז"ל זענען אין די ענינים נישט געווען מער באהאוונט ווי די חכמי התכינה היונים והכשדים בימיהם. און די אלע וואס פראבירן צו מאכן דעם בילד כאילו די חז"ל האבן אלעס געוואוסט מאכן נאר ערגער פאר אידישקייט1

שבת אחים » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 4:58 pm

· #304092
@מושב, לאמיר לערנען א שטיקל גמרא וועגן ר׳ שמואל פון נהרדעא:
ברכות נח: (ש"ס ווילנא); ז"ל

על הזיקין: מאי זיקין אמר שמואל כוכבא דשביט ואמר שמואל נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי דנהרדעא לבר מכוכבא דשביט דלא ידענא מאי ניהו וגמירי דלא עבר כסלא ואי עבר כסלא חרב עלמא והא קא חזינן דעבר זיויה הוא דעבר ומתחזי כדעבר איהו רב הונא ברי' דרב יהושע אמר וילון הוא דמקרע דמגלגל ומחזי נהורא דרקיעא רב אשי אמר כוכבא הוא דעקר מהאי גיסא דכסלא וחזי ליה חבריה מהך גיסא ומיבעית ומחזי כמאן דעבר. עכ"ל

What are zikin? Samuel said: A comet. Samuel also said: I am as familiar with the paths of heaven as with the streets of Nehardea, with the exception of the comet, about which I am ignorant. There is a tradition that it never passes through the constellation of Orion, for if it did, the world would be destroyed. But we have seen it pass through? – Its brightness passed through, which made it appear as if it passed through itself. R. Huna the son of R. Joshua said: Wilon was torn asunder and rolled up, showing the brightness of Rakia. R. Ashi said: A star was removed from one side of Orion and a companion star appeared on the other side, and people were bewildered and thought the star had crossed over. [translation by Maurice Simon in The Babylonian Talmud, Rabbi Dr. I. Epstein, ed., Seder Zera`im Vol. I (Berakhot), London: Soncino, 1958]

<a class="postlink" href="http://torahandscience.blogspot.com/2006/04/berachot-58b.html">http://torahandscience.blogspot.com/200 ... t-58b.html</a>

שבת אחים » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 5:12 pm

· #304094
און אז מ׳לערנט שוין יא לאמיר לערנען נאך איין שטיקל גמרא און מיט דעם וועל איך מסיים זיין (ר׳ מאטעלע וועט הנאה האבן ווען איך וועל אים געבן די שעות צעטיל די חודש 😂 🙂 )

עירובין נו. (ש"ס ווילנא); ז"ל

רבי יוסי אומר אם אינו יודע לרבעה בריבוע של עולם מרבעה כמין התקופה כיצד חמה יוצאה ביום ארוך ושוקעת ביום ארוך זה הוא פני צפון חמה יוצאה ביום קצר ושוקעת ביום קצר זה הוא פני דרום תקופת ניסן ותקופת תשרי חמה יוצאה בחצי מזרח ושוקעת בחצי מערב שנאמר הולך אל דרום וסובב אל צפון הולך אל דרום ביום וסובב אל צפון בלילה סובב סובב הולך הרוח אלו פני מזרח ופני מערב פעמים מהלכתן ופעמים מסבבתן אמר רב משרשיא ליתנהו להני כללי דתניא לא יצאה חמה מעולם מקרן מזרחית צפונית ושקעה בקרן מערבית צפונית ולא יצאה חמה מקרן מזרחית דרומית ושקעה בקרן מערבית דרומית. עכ"ל

R. Jose said: If one does not know how to square a town so as to make it correspond with the directions of the world, one may square it in accordance with the circuit of the sun. How? – The direction in which on a long day the sun rises and sets is the northern direction. The direction in which on a short day the sun rises and sets is the southern direction. At the vernal and autumnal equinoxes the sun rises in the middle point of the East and sets in the middle point of the West, as it is said in Scripture, It goeth along the south, and turneth about the north: 'It goeth along the south' during the day 'and turneth about the north' during the night. The wind turneth, turneth about and moveth refers to the eastern horizon and the western horizon along which the sun sometimes moves and sometimes turns about.

R. Mesharsheya stated: These rules should be disregarded for it was taught: The sun has never exactly risen in the North East and set in the North West, nor has it ever risen precisely in the South East and set in the South West. [translation by Rev. Dr. Israel W. Slotki in The Babylonian Talmud, Rabbi Dr. I. Epstein, ed., Seder Mo'ed Vol. III (`Erubin), London: Soncino, 1938]

<a class="postlink" href="http://torahandscience.blogspot.com/2006/04/eruvin-56a.html">http://torahandscience.blogspot.com/200 ... n-56a.html</a>

בעריש » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 10:09 am

· #304199
ויעש — נקראו השנים הגדולים כנגד הכוכבים. וכן נקראו שלשה בני ישי "הגדולים" כנגד האחרים, ואליאב היה הבכור גדול מכולם, ולא זה גדול מזה. יש לו סוד, ממשלת השמש ביום. ולא בלילה, כי אין לה אור. גם ללבנה וכוכבים לא יראה אורם ביום. ואם ישאל שואל: הלא אמרו חכמי הספירות, שכוכב צדק וכל הכוכבים, חוץ מכוכב ונוגה, גדולים מהלבנה, ואיך כתוב הגדולים? התשובה: אין פירוש הגדולים על מדתם בגופם, רק על אורם; ואור הלבנה כפלי כפלים, בעבור היותה קרובה מהארץ.

געוואלדיג » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 10:31 am

· #304201
פון וואו??

בעריש » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 10:44 am

· #304202
אבן עזרא אויפן פלאץ. פון אנדערע ראשונים איז משמע אז זיי לערנען אויך אזוי פשט.
רש"י הקדוש כדרכו גייט מיטן דרש.