פון וואו האט קין געוואוסט?
אין ואנזער היינטיגע וועלט האבן אונז אסאך ידיעות מיט וואס אונז וואקסן אויף און עס איז ביי אונז בכלל קיים שאלה פון וואו מען ווייסט און ווער האט דאס ראויסגעפונען, ווי למשל אז א הינדעלע איי קען מען עסן נאכן קאכן, וכו וכו' אזוי אויך ווייסן אונז אז עס איז דא א מעגליכקייט פון ענדיגן א מענטשנס לעבן און אויך וויאזוי מען קען דאס טוהן, מיין שאלה איז עס ווערט געברענגט אין מדרש אז קין האט נישט געוואוסט וויאזוי מען הרג'עט און פארדעם האט ער געשעדיגט הבל אין פיל פלעצער ביז ער איז געשטארבן,
וְהֵיאַךְ הֲרָגוֹ? עָשָׂה לוֹ פְּצִיעוֹת פְּצִיעוֹת, חַבּוּרוֹת חַבּוּרוֹת בָּאֶבֶן בְּיָדָיו וּבְרַגְלָיו, שֶׁלֹּא הָיָה יוֹדֵעַ מֵהֵיכָן נִשְׁמָתוֹ יוֹצֵאת עַד שֶׁהִגִּיעַ לְצַוָּארוֹ.
איז מיין שאלה פון וואו האט ער בכלל געוואוסט אז מען קעם הרג'ענען א צווייטן?
Re: פון וואו האט קין געוואוסט?
1 ווער זאגט ער האט געוויסט אפשר האט ער עים נאר געוואלט צומזקין
2 אפשר האט ער געזעין ביי די חיות אז זיי הרגענען איינער די אנדערע
1. קוק איבער די קוואוט פון די מדרש.
2. ביזן מבול זענען די חיות נישט געווען טורפות.
איך האב פרובירט צו סוירטשן גוגל "מהיכן ידע קין שאפשר להרוג", און עטליכע סייטס זענען ארויפגעקומען, כ'האב נישט קיין צייט זיי אדורכצוקוקן.
שהרי מצינו במ״ר אמרו מהיכן ידע קין להרוג את הבל אלא נתבונן מהיכן שחט אביו אותו הפר, ובש״ס (סנהדרין.ל״ז) איתא שבאמת לא ידע לבוין מקום ששם ימיתהו ויהרגהו, אלא שפצע בו פציעות רבות עד שנזדמן לו שהכהו במקום מסוכן ומת
אין
מורה נבוכים, יישר כח
@שמעקעדיג פאר די מראה מקום, סא אדער האט ער געוואוסט דורך וואס ער האט געזעהן זיין טאטע שחט'ן קרבנות, און לויט די מדרש וואס איך האב געברענגט, האט ער אינגאנצן נישט געוואלט הרג'ענען נאר אזוי איז עס אויסגעקומען, אזוי לענרט דער רמב"ם אפ דעם מדרש וואס איך האב צוגעברענגט.
כ'האב פונקט געטראכט, רש"י איז מסביר פארוואס די פסוק איז מפרט למך'ס קינדער (כדי צו פארציילען די נקמה אין קין'ען). איז מיר שווער געווען, וואס פרעגט רש"י, אפשר וויל דער פסוק פארציילען אז זיינע קינדער זענען געווען אבי כל אהל ומקנה, אבי כל תופס כינור ועוגב, סאיז דאך גאר אן אינטערסאנטע ידיעה'לע, isn't it?
אלא מאי מוז זיין, אז באמת אלע פריערדיגע, סיי די וואס זענען נקבו בשמות, און סיי די וואס זענען בכלל "ויולד בנים ובנות", צווישען זיי איז אוודאי אויך געווען "אבי'ס", מחדשים, ערפינדער אין אלע סארט באדערפענישען, ממילא איז נישט מסתבר צו זאגן אז די פסוק איז מפרט למך'ס קינדער נאר צוליב זייער אויפטרעף.
עכ"פ, זיי זענען זיכער געווען קלוגער ווי אונז (כמעט) אלע, ממילא איז נישט קיין קשיא וויאזוי ער האט געוואוסט. כי הדם היא הנפש, ער האט פארשטאנען אז אן א בלוט קען א בעל חי נישט לעבן. און פון הבל'ס קרבן גופא איז א ראיה צו דעם.
זיי זענען געווען ברידער'ס, זענען זיי שוין געבוירן בטבע אז מקען זיך הרגענן!
פון וואנעט האט אדם הראשון געוואוסט אז מען קען הרג'ענען א פר? אפשר האט אים דער באשעפער מגלה געווען?
Re: פון וואו האט קין געוואוסט?
וואס הייסט, דער באשעפער האט דאך גלייך אנגעווארנט אדמ'ן אז ביום אכלתם ממנו מות תמות, האבן זיי אודאי געוואוסט אז מען קען שטארבן.
כאב נאך קשיא'ס עד אין שיעור וערך
1. וואס האט דען הבל שלעכטס געטאן (לפי שיטת קין) אז ער זאל איהם וועלן הרג'נען, איז ער (הבל) דען עפעס שולדיג אז דער אייבישטער האט מקבל געווען זיין קרבן?
2. פארוואס האט ער איהם געהארגעט, ער איז געווען גערעגט אדער סתם דשעלעס? און וואס האט ער געקלערט העט ער אויפטאן מיט עלימינירן הבל?
3. בכלל וואס ווערסטו אזוי גערעגט, ווער לאזט דיך נישט ברענגן די זעלבע קרבן וואס הבל האט געברענגט.
4. איך וואלט געקלערט אז איינער וואס מ'איז מקבל זייו קרבן זאל כאטש איהם דאס ברענגן עפעס א ברכה, דערווייל גארנישט, הבל ווערט דערמארדעט על אתר, און קין לעבט זיך לאנגע יארן,
יעדער ווארט און פרשת בראשית איז קשיות ופליאות עד אין שיעור וקץ
איך האב געטראכט אמאל אויף דעם קשיא אז ס'איז קלאר געווען ביי קין אז רוחניות און גשמיות זענען צוויי הפיכים און קוים וואס זיי האלטן זיך צאם אויף א האר, און דעריבער לא הי' יודע מהיכן נשמתו יוצאת, אבער ס'איז קלאר אז מיט איין קלייניגקייט קען מען זיי אפטיילן
ווי איז שייך נישט צו קענען הרג'ענען? אז ער וועט איהם צונעמען איין שטיקל נאכ'ן צווייטן מוז ער דאך ערגעץ אנקומען וואו הבל וועט ווערן אויס מציאות.
מהיכי תיתי? ס'דא באשעפענישן וואס ווען מען צוטיילט זיי, לעבט יעדע חלק פאר זיך.
און נאכ'ן צומאהלן אין א בלענדער? עס מוז דאך האבן א גבול.
געוואלדיגמהיכי תיתי? ס'דא באשעפענישן וואס ווען מען צוטיילט זיי, לעבט יעדע חלק פאר זיך.
רוחניות מיט גשמיות זענען נישט איין זאך צוטיילט אויף צוויי, נאר צאמגעשמאלטצען צוויי אפעסיטס.
שמערלוואס הייסט, דער באשעפער האט דאך גלייך אנגעווארנט אדמ'ן אז ביום אכלתם ממנו מות תמות, האבן זיי אודאי געוואוסט אז מען קען שטארבן.
דאס מיינט סך הכל אז די באשעפער וואס טוט געבן לעבן קען נעמען לעבן אויף עפעס אן אויפן, אבער מהיכי תיתי אז א יציר אנוש זאל קענען.
גאלד4. איך וואלט געקלערט אז איינער וואס מ'איז מקבל זייו קרבן זאל כאטש איהם דאס ברענגן עפעס א ברכה, דערווייל גארנישט, הבל ווערט דערמארדעט על אתר, און קין לעבט זיך לאנגע יארן,
א שטארק ווארט פונעם חת"ס:
📎 IMG-20151011-WA0003.jpg
שטייט אין פסוק, וישב זהב אל ביתו, און גאלד איז צוריקגעקומען צום שטיבל. דאס איז פיינע נייעס. (קארני, אבער כ'קען זיך נישט איינהאלטן).
Re: פון וואו האט קין געוואוסט?
די לייק איז פארן זיין א איש אמת .
געוואלדיגאין ואנזער היינטיגע וועלט האבן אונז אסאך ידיעות מיט וואס אונז וואקסן אויף און עס איז ביי אונז בכלל קיים שאלה פון וואו מען ווייסט און ווער האט דאס ראויסגעפונען, ווי למשל אז א הינדעלע איי קען מען עסן נאכן קאכן, וכו וכו' אזוי אויך ווייסן אונז אז עס איז דא א מעגליכקייט פון ענדיגן א מענטשנס לעבן און אויך וויאזוי מען קען דאס טוהן, מיין שאלה איז עס ווערט געברענגט אין מדרש אז קין האט נישט געוואוסט וויאזוי מען הרג'עט און פארדעם האט ער געשעדיגט הבל אין פיל פלעצער ביז ער איז געשטארבן,
וְהֵיאַךְ הֲרָגוֹ? עָשָׂה לוֹ פְּצִיעוֹת פְּצִיעוֹת, חַבּוּרוֹת חַבּוּרוֹת בָּאֶבֶן בְּיָדָיו וּבְרַגְלָיו, שֶׁלֹּא הָיָה יוֹדֵעַ מֵהֵיכָן נִשְׁמָתוֹ יוֹצֵאת עַד שֶׁהִגִּיעַ לְצַוָּארוֹ.
איז מיין שאלה פון וואו האט ער בכלל געוואוסט אז מען קעם הרג'ענען א צווייטן?
אין ילקוט מעם לועז שטייט, אז ער האט זיך דערמאנט ווי אזוי זיין טאטע האט געשחט'ן א קרבן און געשניטן די האלדז
פון וואו האט קין געוואוסט?
שמערלוואס הייסט, דער באשעפער האט דאך גלייך אנגעווארנט אדמ'ן אז ביום אכלתם ממנו מות תמות, האבן זיי אודאי געוואוסט אז מען קען שטארבן.
אט דאס איז געווען וואס איך האב געטראכט וויבאלד איך האב געזען דעם אשכול!... די שאלה לויט דעם בלייבט אבער ווי אזוי ער האט געוואוסט אז ער קען אויך הרג׳ענען ווייל בפשטות מות תמות איז בידי שמים.
---
יעצט געזען אז פעטער מש האט שוין דאס געפרעגט.
Sent from my iPhone using Tapatalk
מקען באמת קלערן די חקירה בנוגע אלע מענטשליכע פעולות וואו אזוי האט מען צום ערשט געוויסט אז מזייט וואקסט און אז מקען קאכן עסן .