הרה"ח דוד עקשטיין נ"י קרית יואל
די לעצטע פאר וואכן לויפט אין דער בלאט ביי די ארטיקלען פון קרית מלך רב געשריבן דורך הרב שש"ט, א העכסט אינטערסאנטע אינטערוויו מיט רבי דוד נ"י ער דעקט אויף זייער אינטערסאנטע ענינים וואס מיר די קליינווארג קענען קוים געדענקן בנוגע זיין פריוואטע אינוואלוומענט אין די פאליטיק נאכן הסתלקות פונעם רבין ז"ל בשנת תשל"ט אין קרית יואל. קודם זענען מענטשן איבעראשט אז דער בלאט זאל בכלל שרייבן א ריין פאליטישע אינטערוויו אין א נארמאלע פעמילי צייטונג אבער מסתמא איז עס ביי זיי א שטיקל היסטאריע פונעם התייסדות הקריה ממילא שרייבן זיי עס, אבער דער עצם ארטיקל איז ממש מוראדיג אומגלויבלעך. איז היות איך קען אים נישט פערזענליך, און איך בין טאקע א סאטמארער אבער ווי אלע ווייסן דא בין איך זייער אומפארטייאיש, האב איך מיך מיישב געווען זיך נאכצופרעגן ביי אנ"ש חסידי סאטמאר וואס קענען אים יא און געדענקן גוט יענע צייטן. כהאב געזוכט אומפארטייאישע מענטשן אזוי ווי איך, נישט קיין פארברענטע חסידים אדער פארברענטע מתנגדים נישט קיין פארברענטע ארונים אדער זלונים נאר פשוטע סאטמארע יודן תושבי קרית יואל וואס האבן מיטגעלעבט יענע יארן. באמת. איך בין ממש שאקירט געווארן פון וואס איך האב מיך צאמגעהערט. דער רבי דוד נ"י איז פיינע נייעס. איך גיי שרייבן קודם די ראשי פרקים די קשיות און נאכדעם באריכות די תשובות וואס מענטשן דערציילן. איך בעט ווער סקען עפעס מוסיף זיין זאל זיך לאזן הערן. אבער פליז בכל לשון של בקשה נישט סתם שעלטן אדער שרייען גוי רשע אכזר נאצי עקלשטיין בלעם עקשטיין וכו. לאזט דאס פלאץ ריין און נארמאל צוביסלעך וועט ארויפשווימן דער אמת איבער דעם ראש הקהל.
דא האט איר קודם עטליכע פון די קשיות וואס מיר האבן אנגעפרעגט ביים עטוואס עלטערע סאטמארע יודן. מיר די יונגווארג ווילן פארשטיין ווער זענען געווען די אזויגערופענע שטוב מענטשן, ווי ערענסט האט מען זיי בכלל גענומען, וויפיל פראצענט עולם איז מיטגעשטאנען מיט זיי, האבן זיי געהאט אפילו איין ערענסטע רב אויף זייער צד, איז דען געווען די מינדעסטע טשאנס זיי זאלן מצליח זיין מיט זייערע קינדערישע פלענער, אויב זענען זיי געווען בלויז אפאר אויסגעדראשענע לצים פארוואס האט מען זיי נישט איגנארט עד יעבור הזעם, האט דען נישט יעדער פארשטאנען אז דער סיגוטער רב איז סוכ"ס דער מ"מ, האט דען נישט יעדער פארשטאנען אז די יונגעלייטלעך ארום די נעבעכדיגע רביצין ע"ה וועלן צוביסלעך איינרוען און מען דארף נישט גיין בחומר הדין, ווער איז רבי דוד בכלל, זיינע בחורישע יארן, זיין טאטע דער ארגעטינער רב ז"ל, ווער איז זיין שווער, זיין שווערס שטארקע שייכות מיטן סיגוטער רב אין ב"פ, וויפיל איז דער שעור פון נקמה, לשיטתם וויאזוי איז טאקע געלונגן פאר אזא קורצקעפיגער שוטה צו באקומן אזויפיל מאכט, פארוואס איז אין וויליאמסבורג בכלל נישט געווען קיין התנגדות, פארוואס איז אין וויליאמסבורג נישט געווארן א בני יואל מוסד, פארוואס האט מען נישט פרובירט שלום צו מאכן מיט די שטוב מענטשן, פארוואס זענען די שונאים געבליבן שונאים לעולם ועד, ווער האט געשטערט אלע שלום פלענער אין קרית יואל בימי בראשית, וועמענס אינטערעסע איז געווען אז די פייער זאל ווייטער פלאקערן, וויאזוי איז רבי דוד געווארן ראש הקהל, ווער האט ארויסגעשליידערט רבי משה פר"מ, ווער האט געקעמפט אז מען זאל תיכף אויפנעמן מהר"א אין קרית יואל קעגן דעם דעת פון רוב רובו פון קהל ובתוכם דער ברך משה מיט זיין שטוב וואס האבן געטענהט מען זאל נאך צוווארטן, אויב האט זיך די רעבעצין ע"ה אדער די שטוב שיין צוגעשטעלט צום בירך משה שוין אלץ סאטמארע רבי שב"ק פרשת נח תשמ"א מיטן געבן דעם רבי ז"ל געשיר וכדומה וויאזוי איז נאכדעם געווארן אזא פייער, אביסל היסטאריע פון רבי דוד אין אינשורענס, אביסל היסטאריע פון רבי דוד מיט וועד הצניעות, וואס האט ער דארט געזוכט, פארוואס זענען נארמאלע מענטשן אזוי אנגעווייטאגט אויף אים בנוגע דעם וועד, ביי וועלעכע פרשה האט זיך דער ברך משה אנגערופן אויף רבי דוד דער גוי כידוע, פארוועם קומט זיך צו פארדאנקן אז מהר"א וועט בלייבן פארפיינט לעולם ועד ביי האלב קרית יואל, פארוועם קומט זיך צו פארדאנקן אז סאיז דא היינט צוטאגס איבער 70 שטיבלעך מנינים אנטי מהר"א אין קרית יואל, פארוועם דארף זיך מהרז"ל פארדאנקן פארן באקומען האלב סאטמאר אויף א גאלדענעם טעצל, ווער האט ארויסגעטראסקעט רבי עזריאל ע"ה פון ביהמ"ד אויף די עלטערע יארן, ווער האט געבויט מוסדות ויואל משה אין קרית יואל, ווען האט רבי ישראל ג"ב דערקלערט א פרייע טשעק ביכל פאר מוסדות ויואל משה, פארוואס איז רבי דוד אזוי ביטערלעך פארפיינטעט כמעט ביי יעדן חסיד סאטמאר פון ביידע זייטן אין וויליאמסבורג און אין קרית יואל, וואס זענען געווען זיינע טאקטיקן ביים צושפארן די רעבעצינס שול, די ביטערע נאכווייען אויפן לעגאלן פראנט און איצט ביים אנעקסעישאן, פארוואס האט רבי דוד קיין שום צוטריט צום ווילעדש אוו קרית יואל, פארוואס האט מען אים דארט שרעקליך פיינט, כהנה וכהנה.
געדענקט דא רעדט מען בלויז איבער רבי דוד מיט זיין אינטערוויו און נישט פון די סאטמארע פאליטיק. אויך איז אינטערסאנט צו וויסן אויב איז זיין טאטע געווען א רב פארוואס איז ער נישט געווארן א רב אדער אפשר איז ער יא רב כווייס נישט. בקיצור דער עולם זאל זיך לאזן הערן. איך קען אים טאקע נישט אבער אין מיינע אויגן זעהט ער אויס ווי א געלונגענער מענטש הגם כהאב נאכגעהערט פון מענטשן וואס עקלען זיך שרעקליך פון זיין פערסאנאליטי, איינער זאגט מיר אז ער איז א מושחת במדות שאין כמוהו בעולם. א לאנלי דיקטעיטאר, קאנטראל פריעק, וואס בענקט זיך איצט אויף זיינע עלטערע יארן ווען ער פארלירט שוין די מאכט, צו זיינע יונגערע יארן פון שלאגן רצחנן פארשעמן וכדומה דעריבער געבט ער דעם אינטערוויו אביסל אויפצולעבן זיין פארלאשענעם פייער וואס האט אים געהאלטן ביים חיות גאנצע 40 יאר. ער לייגט צו אז אסאך אומשילדיג יודיש בלוט איז ליידער פארגאסן געווארן אין קרית יואל במשך די יארן וואס וועט אים נאך צוריק אהיימקומען רח"ל, אנשטאט איבערצובעטן לויפט מען זיך פאטשן דעם בייכעל וואו כאלו ער האט עפעס געהאלפן צום אויפבוי פון קרית יואל. א צווייטער זאגט מיר אז זיין גרויליגע וועג פון שרייבן אין א צייטונג וויאזוי ער האט זיך מטפל געווען מיטן הייליגן רבין אלץ חברה קדישא מאן איז שרעקעדיג געמיין. פוי. אזש ער האפט אז סאיז ליגענט סלייגט זיך נישט אויפן שכל אז די עלטערע חברה קדישא זאלן אריינלאזן דעם יונגען עקשטיין ראצער. בקיצור. מיר די יונגערע האבן זיכער הנאה פונעם אינטערוויו, זייער אינטערסאנט מיר מוזן דאך נישט אנעמען אלע לשון הרעס מיר זוכען דא צו הערן בלויז גוטס אבער דעם אמת.