☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » זמירות לשבת להוציא מלב הקראים

זמירות לשבת להוציא מלב הקראים

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9688

אויבערלענדער חכם » מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 11:12 pm

· #303781
זמירות לשבת להוציא מלב הקראים
הקדמה קצרה
אין דער אשכול וויל איך ברענגען עטליכע דוגמאות פון זמירות וואס זענען געשריבען געווארען מיט א ציל להוציא מלב הקראים. פארשטייט זיך אליין אז פון איין אדער צוויי דוגמאות וועט דער עולם נישט זיין איבערגעצייגט, אבער איך האף צו ברענגען גענוג אז מען זאל זעהן לכה"פ אז יש דברים בגו.
דער עולם איז געבעטען משתתף זיין כדי איך זאל נישט זיין קיין קול קורא במדבר.

דוגמא ראשונה:
ידוע און מפורסם אז די קראים האבען געהאלטען אז מען טאר נישט לאזען א פייער ברענען אין שטוב אויף שבת. זיי האבען געטייטש: לא תבערו אש בכל מושבותיכם – אז א פייער טאר נישט ברענען. כנגד דעם האבען זיי נישט געהאלטען פון הדלקת נר. אין מדרש לקח טוב פרשת ויקהל אויף די פסוק "לא תבערו אש" איז דער בעל לקח טוב מאריך מוכיח צו זיין נישט ווי די קראים און ער שרייבט "קבלה היתה לישראל מימי משה רבינו להדליק הנר". אין זיין ספר "לימודי השם" (עמוד רלב) זאגט אונז רבינו הקדוש ר' יונתן שטייף זצ"ל אז דער מחבר פון מדרש לקח טוב שרייבט עס נאר "להוציא מלב הקראים שיושבים בשבת בחשך".
יהודה הדסי [הקראי] שרייבט (אשכל הכפר אות קמה) "ועורך מנורות ונרות ועששיות ואבוקות ולפידי אש מיום ששי להיות בשבת מאיר באור אשו הלא הוא ברצונו הגרים שתי חלולים ביום קודש בעירת וכיבוי של אש".
לעומת זה זינגט מען:
לְבוּשׁ בִּגְדֵי חֲמוּדוֹת, לְהַדְלִיק נֵר בִּבְרָכָה, וַתֵּֽכֶל כָָּל הָעֲבוֹדוֹת, לֹא תַעֲשׂוּ מְלָאכָה.

דוגמא שנייה
הדסי שרייבט (אשכל הכופר אות קמה) "המחשבות והדמיונות הלב ומשפטים ודקדוקים ועסקים שאין מתורת אלהים אסור לחשוב בימי קודש בדעתך או לחזקם ולהעמידם בדעת לתקנם לעשותם בימי חול אסור עליך". ער איז מאריך מוכיח צו זיין אז טראכטען וועגען מלאכות איז אויך א מלאכה.
לעומת זה זינגט מען:
"חֲפָצֶֽיךָ אֲסוּרִים, וְגַם לַחֲשֹׁב חֶשְׁבּוֹנוֹת, הִרְהוּרִים מֻתָּרִים"
טראכטען וועגען טוהן מלאכות איז יא מותר, אזוי ווי די גמרא זאגט.

המשך יבוא בעזרת השי"ת

ירא שמים » מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 11:23 pm

· #303784
זמירות לשבת להוציא מלב הקראים
די ראי'פון להדליק נר בברכה כאפ איך נישט , ער רעדט וועגן די הכנות פון שבת איינס פון זיי איז הדלקת הנרות.

אויבערלענדער חכם » מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 11:28 pm

· #303785
ירא שמים
די ראי'פון להדליק נר בברכה כאפ איך נישט , ער רעדט וועגן די הכנות פון שבת איינס פון זיי איז הדלקת הנרות.


די קראים האבען געהאלטען אז מען טאר נישט לאזען א פייער ברענען אין שטוב אויף שבת. זיי האבען געטייטש: לא תבערו אש בכל מושבותיכם – אז א פייער טאר נישט ברענען. כנגד דעם האבען זיי נישט געהאלטען פון הדלקת נר. אין מדרש לקח טוב פרשת ויקהל אויף די פסוק "לא תבערו אש" איז דער בעל לקח טוב מאריך מוכיח צו זיין נישט ווי די קראים און ער שרייבט "קבלה היתה לישראל מימי משה רבינו להדליק הנר". אין זיין ספר "לימודי השם" (עמוד רלב) זאגט אונז רבינו הקדוש ר' יונתן שטייף זצ"ל אז דער מחבר פון מדרש לקח טוב שרייבט עס נאר "להוציא מלב הקראים שיושבים בשבת בחשך".

ירא שמים » מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 11:33 pm

· #303786
Re: זמירות לשבת להוציא מלב הקראים
איז טאמער די לקח טוב שרייבט עס נאר להוציא , שרייבט עס דער פייטן אויך להוציא דאס מיינסטו צוזאגן ?
חוץ מזה דברי מהר״י שטייף תמוה לי דמנא לי׳ הא

אויבערלענדער חכם » מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 11:35 pm

· #303788
ירא שמים
איז טאמער די לקח טוב שרייבט עס נאר להוציא , שרייבט עס דער פייטן אויך להוציא דאס מיינסטו צוזאגן ?
חוץ מזה דברי מהר״י שטייף תמוה לי דמנא לי׳ הא

אין לקח טוב איז דא עטליכע שטיקעלאך להוציא מלב הקראים. דער מחבר רבינו טוביה האט געזוכט להוציא מלבם זיין. אין ר' שלמה בובר'ס מבוא רעדט ער דאס ארום באריכות. מהר"י שטייף איז אינגאנצען גערעכט, ווייל אנדרעש וואלט ער נישט געזאגט אז הדלקת נרות איז ממשה רבינו.

רוסישער » מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 11:41 pm

· #303790
פדותינו תצמיח איז להוציא פון די קריסטן 😉
הרהור מותר איז א דרשה אין מס' שבת, הדלקת הנר איז פון די צענטראלער מצוות, (ובפרט אז ער דארף גראמען), ותל"מ.

אויבערלענדער חכם » מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 11:45 pm

· #303792
רוסישער
פדותינו תצמיח איז להוציא פון די קריסטן 😉
הרהור מותר איז א דרשה אין מס' שבת, הדלקת הנר איז פון די צענטראלער מצוות, (ובפרט אז ער דארף גראמען), ותל"מ.


פארשטייט זיך אליין אז פון איין אדער צוויי דוגמאות וועט דער עולם נישט זיין איבערגעצייגט, אבער איך האף צו ברענגען גענוג אז מען זאל זעהן לכה"פ אז יש דברים בגו.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 11, 2015 12:43 am

· #303803
אויבערלענדער חכם: אין די ..."דוגמא שנייה"...וואס דו ברענגסט אראפ האלט איך אז דו ביסט נישט גערעכט. דער טעם פארוואס מ'זאגט אין די זמירות..."הירהורים מותרים"... האט גארנישט צו טון מיט די קראים. נאר ס'איז א פשוט'ע הלכה אז מ'טאר נישט רעדן פון ביזנעס אום שבת קודש. ווייל ס'שטייט אין פסוק..."ודבר דבר"... זאגט די גמ' שלא יהא דיבורך של שבת כדיבורך של חול...אויף דעם זאגט מען אז הירהורים מותרין...
איך בין בכלל נישט קיין מאמין אין קאנספיראציעס...נישט א יעדן ריר וואס אונז טוען איז להכעיס א צווייטן. אזוי ווי א געוויסע חסידישע קהילה וואס זייער פראפאגאנדע מיניסטער הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו האט אין א יעדע זאך און אקציע וואס ס'האט זיך אפגעשפילט אין זיין קהילה, געזעהן א קאנספיראציע אקעיגן ..."די שונאים"...וואס האט געמיינט א יעדע אידישע קהילה און קרייז אויסער די אייגענע. (שטייצעך, מ'שמועסט דא פון פאר די ארוני/זאלוני תקופה.(

אויבערלענדער חכם » זונטאג אקטאבער 11, 2015 6:41 am

· #303828
berlbalaguleh
אויבערלענדער חכם: אין די ..."דוגמא שנייה"...וואס דו ברענגסט אראפ האלט איך אז דו ביסט נישט גערעכט. דער טעם פארוואס מ'זאגט אין די זמירות..."הירהורים מותרים"... האט גארנישט צו טון מיט די קראים. נאר ס'איז א פשוט'ע הלכה אז מ'טאר נישט רעדן פון ביזנעס אום שבת קודש. ווייל ס'שטייט אין פסוק..."ודבר דבר"... זאגט די גמ' שלא יהא דיבורך של שבת כדיבורך של חול...אויף דעם זאגט מען אז הירהורים מותרין...(

דער חלק אז הרהורים מותרים איז נישט עפעס וואס ברענגט ארויס קדושת השבת, איז פארוואס זאל מען דאס אריין לייגען אין א שיר וועגען שבת אויב נישט להוציא מלבם...

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 11, 2015 9:43 pm

· #303931
אויבערלענדער חכם
berlbalaguleh
אויבערלענדער חכם: אין די ..."דוגמא שנייה"...וואס דו ברענגסט אראפ האלט איך אז דו ביסט נישט גערעכט. דער טעם פארוואס מ'זאגט אין די זמירות..."הירהורים מותרים"... האט גארנישט צו טון מיט די קראים. נאר ס'איז א פשוט'ע הלכה אז מ'טאר נישט רעדן פון ביזנעס אום שבת קודש. ווייל ס'שטייט אין פסוק..."ודבר דבר"... זאגט די גמ' שלא יהא דיבורך של שבת כדיבורך של חול...אויף דעם זאגט מען אז הירהורים מותרין...(

דער חלק אז הרהורים מותרים איז נישט עפעס וואס ברענגט ארויס קדושת השבת, איז פארוואס זאל מען דאס אריין לייגען אין א שיר וועגען שבת אויב נישט להוציא מלבם...

אז מ'ברענגט די הלכה, ברענגט מען שוין די גאנצע זייט פון דעם. נישט נאר וואס ס'איז אסור.כמבואר בשו"ע...!