יהושע חייםיעצט גענדיגט ליינען דעם בירור וואס איז זייער שיין אראפגעלייגט
און יעצט מיינע צוויי צענט
איך בין צוגעגאנגן צו דעם בירור ווי עס קומט דא א נייע טענה וואס האט עפעס דייקא בזמן הזה (אפשר האט איך שלעכט פארשטאנען און עס שטייט אפילו בזמן הזה) נו מען נעמט זיך לערנען און מען זעט זיך פאר די אויגן מיט די טענה פון די שואל ומשיב נאר אביסל ברייטע אויסגעשמיסט. נו נו מען האט שוין געהערט די טענה, איון דרכי תשובה (קפ"ב ס"ק י"ב) רעד שוין דערוועגן און עס קען זיין אז די רופסט דאס תירוצים דחוקים, קען זיין, אבער זיי האבן געוויסט פון דעם און האסט נישט אנדעקט אמעריקע (פארמיש נישט וואס איך זאג אז דער רבי זעכרוינעלווראכע האט אויך געקענט דער תוס' ווייל דאס גלייבן זיי אבער און דרכי תשובה רעד ער דערוועגן איז שווער צו זאגן ער האט נישט געוויסט וואס ער שרייבט)
סתם איז מיר אויך געווען אינטערסאנט אז די ברענגסט פון ר משה פיינשטיין פון זיין גדלות בתורה איז נישט קיין וויכוח (וואס ער האט נישט אנגענימן די תקנה און זיין ווייב האט זיך נישט געשוירן) שרייבט ער אז עס איז אסור פאר א פרוי זיך צו שערן ווען די מאן לאזט נישט ווייל זיך איז מחיוב לעשות רצון בעלה ע"כ ממש געפערלך ר' משה האט אויך פארזעהן אזא הארבע איסור פון לא תלבש? ער דארף טרעפן מצדיק צו זיין דער מאן וואס פארלאנגט עס אז עס איז א גדר שלא תתגנה עליו?
וואס ברענגט ער פון די קהילת יעקב, אפשר להתיר בעת הצורך...כשעת הדחק וכו' וכו' ווער פארשטייט דער סטייפלער? זיכט צו טרעפן אז מען טאר נישט און מען דארף נישט עובר זיין א לאו?
און די אשכול דא און שטיבל רעד מען וועגן ווען עס איז איינגעפירט די תקנה און קיינע האט נישט געקענט טרעפן א דאקמעט אדער א בירור פון די וואס האבן דאס איינגעפירט נאר שפעטער האבן געזאגט טעמים דערויף. אויב אזוי איז נישט שייך אפצופרעגן קיין טעם ווייל דער טעם איז נישט דער טעם וואס מען האט געגעבן פארן איינפירן נאר די שפעטערע האבן עס געזאגט בדרך אפשר (ענדליך צו די איסור פון קטניות וואס וועט ברייט ארימגערעד און יענער אשכול) און נאך אזא פאל דערמאנט מיך פון די הלכה החמירו בנות ישראל שאפילו רואות טיפת דם כחרדל יושבות עליה שבעה נקיים וואס אונזער חז"ל זאגן אינז און ברכות אז דאס איז א קלארע הלכה וואס האט נישט קיין עומק און דאס זאל מען לערנען פארן דאוונען, איך האב פארשטאנען די גמרא ווייל אויף חומרא דרבי קען מען זאגן טעמים מקען פארשטיין וואס ער האט מורא געהאט אבער דא וואס איז פשט און דער חומרא נאר וואס דען מען האט אזוי איינגעפירט און איך בין נישט געווען ווען די בנות ישראל האבן דאס איינגעפירט קען איך נישט זאגן וואס דאס איז און פארוואס מען האט עס מתקן געווען (גיי פרעג א פרוי וואס קען גאנץ מעגלך זיין געליטן אויף או סי די אבער דעטס טו בעד)
למעשה וואס יעדער זאל טיהן גיי איך נישט זאגן און יעדער זאל אליינס פסק'נן (א שאד עס קומט נישט ארויס פון א נוטראלע בליק אויף דער נושא אדער זאגט איינער אזוי און זעהט אין יעדער מ"מ אז עס שטימט לויט עהם און די אנדערע טיהט דאס זעלבע)
לאמער דיר זאגן הרב אנטי טורע פראד, די האסט גענימן א גיטע וואפן וואס נאר דאס קען עפעס טוישן און טאקע דערפאר האבן די רבנים אזוי מורא פון די אינטערנעט עס געט א שופר פאר ווער עס וויל עס נעמען און ווער דער עולם איז גרייט איוציהערן און פארשטייט זיך ווער עס רעד צום זאך אלזא שרעק דיר נישט און טיהן וואס די האלסט דער פון אויבן וויל פון דיר
דאס אז איך האב נישט אנדעקט אמעריקע איז א גוטע זאך, ווייל טאמיר קום איך טאקע מוט א פארשטופטע תוס' וואס קיינער קען נישט, דאן קען מען זאגן אז ס'איז א שיטה יחידאה וכו', אבער להאמת אז מ'קוקט אריין אין די פוסקים זעהט מען אז אלע ברענגען דעם תוספתא אלס
מקור האיסור ממילא בין איך ווייט פון א מחדש אדער א 'קולומביס' נאר איך ברענג נאר די אמת וואס איז נישט אזוי באהאלטן..
בנוגע די סטייפלער איז מיר נישט אזא חידוש אז ער האט נישט דערמאנט דעם תוספתא, אבער בנוגע ר' משה איז מיר געווען א געוואלדיגע חידוש וצ''ע ווייל ווי געזאגט איז דאס א דבר ידוע.
אנדערע זאגן קלאר אז ס'איז דא אויף דעם לא תלבש בזמה''ז ווי ר' עובדיה יוסף ועוד, כ'האב אבער להדיא משמיט געווען דיע שיטות וואס טראגן נישט קיין שום ווערט ביי אינז..
דער דרכי תשובה דערמאנט נישט דעם תוס' ווייל זיין תשובה שטומט אבסעלוטלי נישט מוט דעם תוס' (ער זאגט אז די איסור איז נאר מוט פיאות הראש) איז ממילא צ''ע וואס ער וואלט געטון אחרי ראות התוס' (ער וואלט מסתמא געמאכט א צווייטע תירוץ.. כדרכו בקודש ליישב מנהגי ישראל)
איין זאך וואס איך פארעכן א גרויסע חידוש און די עולם האט עס אביסעלע פארזעהן איז דברי הארי הק' ווייל מיר רעדן איין די פרויען אז ע''פ קבלה וחסידות איז עס א הארבע זאך, און שטעלט זיך אויס אז ע''פ זוהר וקבלה איז עס
גאר א הארבע זאך נישט צו שערן און אזוי טוען טאקע אסאך ערליכע הימל אידען אין ירושלים כידוע וז''ל הארי הק':
"ואמנם נוקבא דזעיר אנפין הנקראת בחינת עשיה שבאצילות וכל אחיזת הדינין ושורשם הם בה ואם נעביר הדינים גם מראש הנקיבה יתבטלו לגמרי, ולכן האשה אינו מגלחת ראשה ואדרבה מגדלת שער ראשה כנודע כדי להשאיר שורשן הדינין". וביאור הרח''וו שא''א לבטל הדינין לגמרי כי דינים הם צורך גבוה והם מכלל קיום העולם.