פייערדיגע דרשה ביי U.N. דורך נתניהו
פייערדיגע דרשה ביי U.N. דורך נתניהו
29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9660
די הויעכפונקט איז געווען (דקה 14:50) ווען ביבי איז געבליבן שטיל שווייגענדיג, צו דעמאנסטרירן די רעאקציע פון די וועלט צו אירן'ס כסדר'דיגע סטראשענקעס צו ענייעלעיטן מדינת ישראל, גארנישט, יעדער שווייגט.
אוי האט זיך געהערט די שטילקייט מסוף העולם ועד סופו.
אוי האט זיך געהערט די שטילקייט מסוף העולם ועד סופו.
דער האט א שפראך איינס אין דער וועלט!!!! א מייסטער רעדנער!!!
פרייוויליגדער האט א שפראך איינס אין דער וועלט!!!! א מייסטער רעדנער!!!
איך האב אויך געהאלטן אלע יארן אז ביבי איז גאר א גיטע רעדנער ביז איך האב געזעהן אז זיין גאנצע שטארקייט איז ״רעדן״, בעסער געזאגט ״איינרעדן״ ער איז א גרויסער בעל מגזם און געוואלדיגע ליגנער און זיין גאנצע שטארקייט איז פראפעגאנדע דעמאגיע און לופט,
זאג מיר איין ווארט ליגענט וואס ער האט געזאגט אין די דרשה
ס'איז לכאורה איינע פון זיינע בעסטע אויב נישט די בעסטע דרשות
ס'איז לכאורה איינע פון זיינע בעסטע אויב נישט די בעסטע דרשות
איך האב נאכנישט געהערט די דרשה, איך האב גערעדט בדרך כלל.
אקעי אלץ עצה טובה הער ביטע אויס די דרשה
נתניהו האט נעכן פארטיידיקט היטלער, זאגנדיג אז היטלער האט נישט געוואלט אויס'הרג'ענען דאס אידישן פאלק נאר פארטרייבן, ביז ער האט זיך געטראפן מיטן ירושלימער מופטי און ער האט אים געגעבן די פלאן אומצוברענגען די אידן.
עטליכע שעה פארדעם איז ער געווען פארנומען צו באשולדיגן אבאס אין פארשפרייטן ליגנטס און העצן צו גוואלדטהאטן...
סאציאלע מידיע איז 'אויף'.
עטליכע שעה פארדעם איז ער געווען פארנומען צו באשולדיגן אבאס אין פארשפרייטן ליגנטס און העצן צו גוואלדטהאטן...
סאציאלע מידיע איז 'אויף'.
אינטערעסאנט צו לייענען דעם ארטיקל, נישט ממש וואס ביבי האט גערעדט נעכטן, אבער דאך אביסל היסטוריה.
ישראל קאפקעהיטלער האט זיך געטראפן מיטן ירושלימער מופתי.
מבקרישראל קאפקעהיטלער האט זיך געטראפן מיטן ירושלימער מופתי.
אין נאוועמבער 1941.
עס.עס. איינזאצגרופען האבן אומגעברענגט איבער 33,500 קיעווער אידן אין סעפטעמבער 1941, אין באבי יאַר, אין צוויי טעג, איינס פון די גרעסטע איינצעלנע שחיטות און די האלאקאוסט.
(אגב, וועלכע אויסלייג פארשריפט טוישט אויטאמאטיש אריבער 'מופטי' צו 'מופתי'?)
Re: פייערדיגע דרשה ביי U.N. דורך נתניהו
קינד און קייט ווייסן אז 'די ענדגילטיגע לעזונג' איז ערשט באשלאסן געווארן אין 42' ביי א מיטינג צווישן די העכסטע קעפ אין א געוויסן קור ארט.
איר מיינט די וואנזע קאנפערענץ אנהייב 1942. די עס.עס. איינזאנגרופען האבן שוין אויסגעמארדעוועט אידן סיסטעמאטיש, אויף א גרויסן פארנעם אויף די מזרח פראנט אין די ענדע פון 1941.
Re: פייערדיגע דרשה ביי U.N. דורך נתניהו
גערעכט, אבער דאס איז נישט געווען דאן דער פלאן פאר די מיליאנען אידן אין גאנץ אייראפע.
מקור?
אין דעם ווידיאו ווערט שיין דערציילט די השתלשלות הדברים, כדאי צו זעהן.
ישראל קאפקעמקור?
ברענג די א מקור.
ער זאגט דאך אז די ענדגילטיגע לעזונג איז הערשט קאנפעמירט געווארן און 42'.
אין אנדערע ווערטער שרייט דער מטורף ביבי אויס פאר די גאנצע וועלט דאס וואס מיר ווייסן שוין 70 יאר, עיין בספר ויואל משה וקונטרס מן המיצר, אז מדינת ישראל איז געווען דער גורם פאר די צווייטע וועלט מלחמה מיטן זיך רייצן מיט די אראבער אין ירושלים. דאס איז א דראמאטישער אומגלויבליכער טורן אוו עווענטס. אוי לאזנים שכך שומעות
ביבי האט ממש פארן ארויף גיין אויפן פלעין קיין בערלין, קלאר געמאכט וואס ער האט געמיינט צו זאגן, און ער נעמט נישט אוועק חלילה די אחריות פון היטלער אויף די ביטערע רציחות נאר ער האט געמיינט צו זאגן אז די מופטי האט א גרויסע יד אין משכנע זיין היטלער עס צו טון, אבער פארשטייט זיך אז היטלער האט עס למעשה געטון טראגט ער די אחריות.
Re: פייערדיגע דרשה ביי U.N. דורך נתניהו
ישראל קאפקעמקור?
ס'איז אינטרעסאנט אז אידן פון א געוויסן קרייז (קהילה אדער חסידות...?) וועלן אלע, אן אויסנאם צו לייגן שפעט און שעלט נעמען אויף איהם (נתניהו) פערזענליך, ווי: משוגע'נער, מטורף, רשע, אא.א.וו. און וועלן ארויסנעמען פון זיינע ווערטער די אומ-ריכטיגע מסקנות. כאילו די נוקלעארע און אנדערע באמבעס פון איראן און אנדערע רשעים וועלכע פלאנען ח"ו צו הרג'נען אידן וועלן מבחין זיין צווישן א ציוניסט און א קנאי... 😂 🙄
ס'א ביטער געלעכטער...!
ער (נתניהו) האט אבער געמאכט איין פאקטישן טעות, ווען ער האט געזאגט (36/5 אז דער ..."פארשטארבענער" יאוגי בעררא...דערווייל איז נישט באוואוסט אז ער איז געשטארבן...ער איז רעטייערט פון שפילן און זיין א מענעדזשער ביי די יענקי'ס בעיסבאלל טיעם...!
ס'א ביטער געלעכטער...!
ער (נתניהו) האט אבער געמאכט איין פאקטישן טעות, ווען ער האט געזאגט (36/5 אז דער ..."פארשטארבענער" יאוגי בעררא...דערווייל איז נישט באוואוסט אז ער איז געשטארבן...ער איז רעטייערט פון שפילן און זיין א מענעדזשער ביי די יענקי'ס בעיסבאלל טיעם...!
Re: פייערדיגע דרשה ביי U.N. דורך נתניהו
The Jerusalem Post - Israel News: Netanyahu heads to US to push for $50b. military aid package.
http://google.com/newsstand/s/CBIwvZmAmyY
אני חושב שאולי טוב לפתוח אשכול חדש על ביקורו של רה''מ בארה''ב
http://google.com/newsstand/s/CBIwvZmAmyY
אני חושב שאולי טוב לפתוח אשכול חדש על ביקורו של רה''מ בארה''ב
Re: פייערדיגע דרשה ביי U.N. דורך נתניהו
The Jerusalem Post - Israel News: Analysis: The Obama-Netanyahu meeting: Just like the very first time… or not.
http://google.com/newsstand/s/CBIwgPGLmyY
http://google.com/newsstand/s/CBIwgPGLmyY
shem-tovאין אנדערע ווערטער שרייט דער מטורף ביבי אויס פאר די גאנצע וועלט דאס וואס מיר ווייסן שוין 70 יאר, עיין בספר ויואל משה וקונטרס מן המיצר, אז מדינת ישראל איז געווען דער גורם פאר די צווייטע וועלט מלחמה מיטן זיך רייצן מיט די אראבער אין ירושלים. דאס איז א דראמאטישער אומגלויבליכער טורן אוו עווענטס. אוי לאזנים שכך שומעות
שם טוב: ביטע זיי נישט אזוי עקסייטעד. ראשית כל, דאס איז טאקע א דבר ידוע אז דער מופטי ימש"ו איז געווען א וויסטער שונא ישראל. און ער האט טאקע געגעבן די עצה פאר זיין קאלעגע און גוטן פריינט היטלער ימש"ו אויסצוראטן דאס אייראפע'אישע אידנטום. אבער זיי האבן דאך נישט געוואוינט אין פאלעסטינע. נאר עטץ פאררוקטע (בלשון המעטה) צוזאמען מיט דעם פארשטארבענעם בייזוויליגן שוטה, ..."הרב" שמאפלאן יהי זיכרו לדראון עולם, איינער פון די געוועזענע תלמידים פון די חברונ'ער ישיבה וועלכע האבן בארעכטיגט די רציחות פון די פארשאלטענע אראבערס ימ"ש אין תרפ"ט, מיט דעם מאטיוו אז די אידן האבן געלעבט אזוי גוט מיט די אראבערס ביז די ציונים האבן אלעס קאליע געמאכט. שוטה שבעולם וואס ער איז. אויב די אידן אין חברון האבן אזוי גוט געלעבט מיט זייערע אראבישע שכנים אז די אראבישע גוי'טעס און להב' די אידישע פרויען האבן אפילו געהאנגען די וועש צו טריקענען אויף איין שטריק. און די גוי'טעס האבן גע'בעיביסיט די אידישע קינדער. דאמאלס, וואו אהין איז די גוטע פריינטשאפט פלוצלינג פארשוואונדן געווארן. ווייל די אידישע איינוואוינערס פון חברון זענען דאך נישט געווען קיין ציוניסטן, און האבן נישט געהאט א חלק אין די אלע אזויגערפענע ציוניסטישע אקציעס...? וויאזוי האבן די נעכטיגע גוטע פריינט געקענט אויס מארדן זייערע אידישע שכנים מיט אזא אכזריות.... בייזוויליגע טיפשים און שוטים, אויב נישט רשעים. עטץ נארטץ ענק אליין. דער גוי דער רוצח און אנטיסעמיט איז נישט מבחין צווישן א קנאי און א ציוני. איינער וואס גייט אין די שיטה אדער איינער וואס קויפט איזראעל באנדס. קיין איינער פון די אראבישע רוצחים פארהערן קיינמאל די אידן אויב זיי לערנען ויואל משה און על הגאולה ועל התמורה אדער זענען חסידים פון הרב קוק...! זיי שטעכן און שיסן די אידן נאר ווייל זיי זענען אידן. ביי זיי איז דער קנאי און דער ציוני איינס... בינו בוערים בעם, וכסילים מתי תשכילו...!
כהאב אייביג געוואוסט אז די דרשות פון הרב קאפלאן ע"ה האט די כח גוט אנצופאטשען די העיטערס. דער איז דאך נישט געווען קיין סאטמארער נאר גאר דער בית יעקב מנהל און פון די איינציגסטע עדים וואס האבן מיטגעמאכט יענעם בלוטיגען פאגראם. איך האב איבערגעליינט זיין דרשה כמה פעמים און א חוץ וואב סדעקט אויף דאס רשעות פון די ציונים בימים ההם געט עס אויך א שטיקל היסטארי וויאזוי די חברה האבן זיך דווקא געזוכט צו רייצן ממש פונקט ווי היינט. איך פארשטיי נאר נישט פארוואס איר עסט אייך רבי בערל? די ציונים י לייקענען דאס דאך נישט
איך זעה נאר אז די האסט נישט געהערט אדער געליינט זיינע דרשות ווייל ער פארענטפערט אלע דיינע קשיות וואס די פרעגסט דא אזוי תמימותדיג
shem-tovאיך זעה נאר אז די האסט נישט געהערט אדער געליינט זיינע דרשות ווייל ער פארענטפערט אלע דיינע קשיות וואס די פרעגסט דא אזוי תמימותדיג
כ'האב גאנץ גוט געליינט און געהערט זיינע דרשות. אויך ווייס איך אז ער איז געווען דער מנהל פון בית יעקב אין וויליאמסבורג. מהאי טעמא איז ער דאך נישט פסול. און כ'ווייס אויך אז ער איז געווען א תלמיד אין די חברונ'ער ישיבה. טויזנט פון זיינע דרשות וועלן נישט פארענטפערן די קשיות וואס איך, און די גאנצע אידישע וועלט פרעגט... א גוט'ן טאג...!