☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אשכול אן א טיטל #9648

אשכול אן א טיטל #9648

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9648

— » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 9:13 pm

· #302842

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

moshav zekeinim » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 1:39 pm

· #302966
עס האט מיר איינער א סאטמארער איד דערציילט (איינע פון די אויסוועלטניקעס..) אז ווען דער סאטמארער רב ז"ל איז געפארן מיטן שיף קיין ארץ ישראל נאך דעם וואס די מדינה איז שוין געווען על תילה האט ער עקסטער הייס מתפלל געווען הארט פארן אנקומען, אנגעבנדיג די סיבה, ווייל דא אויפן ים נעבן ארץ ישראל איז די איינציגסטע מקום אין ארץ ישראל וואס איז נישט נתטמא געווארן דורך די ציונים (ווי באקאנט ווערט דער ים נאנט צו ארץ ישראל ע"פ תורה פאררעכנט אלץ ארץ ישראל).

לויט דעם קען מען אפשר קלערן אז אויך בימי מלכות החשמונאים ווען ארץ ישראל איז נתטמא געווארן דורך די רשעי ישראל וועלעכע האבן געפירט דאס לאנד און מורד געווען באומות הסביבות, האבן די ערליכע אידן זיך נוהג געווען צו גיין צום ים הגדול וואו עס איז די איינציגסטער מקום בארץ ישראל וואס איז נישט תחת הממשלה החשמונאית (המאוחרת) הטמאה. און באמת איז נאנט צום ים אויך גוט געווען וויבאלד כידוע האבן די חשמונאים נישט מצליח געווען איינצונעמען די שטעט וועלעכע האבן זיך געפונען ביים בארטן (חוץ אפשר בימי ינאי).

קען מען קלערן אז דאס איז דער מקור פון תשליך. (בדרך צחות).

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 10:07 pm

· #304347
ערשט יעצט אדורכגעליינט, און זיך דערקוויקט מיט יעדע שורה. עס איז מאיר את העינים. א שיינע ארבעט, ר' מיכעלע!

מושב, דוכט זיך אז די מעשה ביים סאטמאר רב איז געווען ווייל ביי א וואסער איז א מקום טהרה.

אז גראדער מעכל און אנדערע שרייבן שוין וועגן מנהגים איבער דאווענען ביים וואסער, האב איך אייביג געהאט די אסתפקתא ווי אזוי מען מעג דאווענען ביים וואסער וואס איז א אפענער פלאץ, אין שו"ע שטייט קלאר די הלכה אז מען טאר נישט דאווענען אויף א אפענעם מקום, נאר אין א שטוב? בדרך אפשר קען מען זאגן ווייל די סיבה פונעם איסור שו"ע איז טאקע צוליב דעם ווייל דאווענען ביי א אפענעם פלאץ ברענגט א ברייטקייט אין א מענטשנ'ס הארץ, און תפלה דארף זיין בתחנונים ובהכנעה, ממילא איז מעגליך אז ביי א וואסער וואס איז מעורר דעם מענטש צו פחד ה' ויראתו וגדלותו און איז מעורר צו טהרה והכנעה כנ"ל איז די סיבה נישט שייך, נאר אדרבה עס איז גאר א מעלה. אבער לפי"ז איז עס מותר נאר ביי א גרויסע וואסער נישט סתם ביי א קליין טייכל אדער צב"ש ביי א סווימונג פול וכדו', וצ"ע.

געוואלדיג » מיטוואך אקטאבער 14, 2015 7:49 am

· #304394
ובאופן פשוט יש ליישב, אז תפלה רעדט מען פון שמו"ע און נישט סתם עפעס א תפילה.

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 14, 2015 9:14 pm

· #304536
מערקווירדיג,
אויף CNN האבן זיי יעצט שיינע בילדער פון אינטרעסאנטע פלעצער ארום די וועלט (You wish you were there), פון פארשידענע לענדער נעמען זיי צוזאמען בילדער וואס קען זיין אינטרעסאנט,
דאס פאלגענדע בילד אין א"י ביים ים האט געכאפט מיין אויג:
📎 Tashlich.jpg